ניצוץ רלבג האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב דעס וואס איך גיי יעצט שרייבן פאסט פאר די דאזיגע אשקול אבער אז מען רעדט שוין פין רבי ומורי הגה"צ ר' אביגדור מילער וויל איך ארויפברענגען א מימרא פין רבינו וואס איך האב געהערט נאכזאגן פין א תלמוד מובהק אין דארף א פירוש, ווער עס קען ארויסהעלפען וואלט איך געוועהן זייער דאנקבאר, וז"ל: "בלעם איז נישט געוועהן קיין רשע" (איך וואלט ווען אריינגלייגט זיין זיסע און אייגינארטיגע קול און תנועות ווען איך קען ווען......) וואס לכאורה שטימט עס נישט מיט די משנה אין אבות ( איך געדענק נישט פונקטליך ווי) וואס מאלט אראפ בלעם ווי א געמיינזאמע נידריגע מענטש.
ייש"כ למפרע
ערשטנס ברענגט איר נאך פון א כלי שני אן אומקלארע קוואוט. איז קודם ברענגט דעם פונקטליכן לשון.
די נענטסטע וואס איך האב געהערט צו דעם איז אז Our friends בלעם און המן האבן געזאגט דעם אמת איבער די אידן. בשעת אונזערע נביאים האבן נאכאנאנד געלאזט הערן שארפע דברי מוסר, און קיינמאל גע'חנפ'ט מיט שיינע ווערטער, קען מען אבער הערן אונזער אמת'ע גרויסקייט דורכ'ן צוהערן צו די ווערטער פון בלעם, "הן עם לבדד ישכון, ובגוים לא יתחשב, מה טובו אוהליך יעקב, לא הבין עון ביעקב ולא ראה עמל בישראל" און צו די שיינע ווערטער פון המן "ודתיהם שונות מכל עם".
די צווייטע ענליכקייט קען זיין אז ער האט זיך באצויגן צו די באקאנטע סלאבאדקע שיטה אז עשיו איז געווען א צדיק לפי ערכינו, נאר אלס א זון פון יצחק איז ער א רשע פאר'ן נישט אויסנוצן ווי עס דארף צו זיין זיינע געוואלדיגע כשרונות.