וויפיל דארפסטו דערפאר? אנקעטע!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- משה מאשקאוויטש
- שר חמש מאות
- תגובות: 853
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm
וויפיל דארפסטו דערפאר? אנקעטע!
טראכט א מינוט אויפריכטיג, איך שטיי פאר דיר מיט קעש געלט... ריזן סומעס... איך בין דיר גרייט צו צאלן אין אויסטויש פאר 'דריי יאר סמארטפאון'. וועל אויס פאר וויפיל געלט דו וואלסט איינגעגאנגען דערויף. אויב איז קיין איינס פון די אפציעס לויט אייער געברויך, דאן שרייבט וויפיל וואלט אייך יא צופרידנגעשטעלט.
די אנקעטע איז דא מיטן ציל צו פארשטיין וויפיל די סמארטפאון איז ווערט פארן מענטש.
די דאזיגע אנקעטע איז בלויז איבער א סמארטפאון. ד.מ. אז איר קענט האבן אין באניץ (ווי למשל אין קאר) א טעבלעט.

הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
- טויגליכער איד
- שר האלף
- תגובות: 1217
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
- לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ
אויב האב איך נישט א סמארטפאון מעג איך שטימען?...
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
- משה מאשקאוויטש
- שר חמש מאות
- תגובות: 853
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm
- ראפאט קראמפלי
- שר האלפיים
- תגובות: 2341
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
- לאקאציע: אין טעלער.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2190
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am
- משה מאשקאוויטש
- שר חמש מאות
- תגובות: 853
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm
- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל
El Rushbo האט געשריבן:וואס איז די ציהל פון די אנקעטע?
איך גלייב אז די אויספיר גייט זיין, נו זענען אונזערע קינדער, משפחה, וכו נישט ווערט לכל הפחות א מיליאן דאלאר?
פון ווייסט מען טאקע אז די קינדער זענען ווערט איבער א מיליאן? נו פארדעם קען מען מאכן א פרישע אנקעטע, פאר וויפיל געלט וואלט איר פארקויפט די קינדער?
מיט בלויז צוויי מאווס און עס איז שאך מאט!
ערנסט גערעדט די קשיא איז נוקב ויורד, און עס האט ליידער נישט קיין צופרידענשטעלנדע תירוץ
-
- שר האלף
- תגובות: 1276
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
- לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...
בר דעת האט געשריבן:El Rushbo האט געשריבן:וואס איז די ציהל פון די אנקעטע?
איך גלייב אז די אויספיר גייט זיין, נו זענען אונזערע קינדער, משפחה, וכו נישט ווערט לכל הפחות א מיליאן דאלאר?
פון ווייסט מען טאקע אז די קינדער זענען ווערט איבער א מיליאן? נו פארדעם קען מען מאכן א פרישע אנקעטע, פאר וויפיל געלט וואלט איר פארקויפט די קינדער?
מיט בלויז צוויי מאווס און עס איז שאך מאט!
ערנסט גערעדט די קשיא איז נוקב ויורד, און עס האט ליידער נישט קיין צופרידענשטעלנדע תירוץ
אויב די קושיא איז א קושיא האט עס טאקע נישט קיין תירוץ.
אבער גאנץ מעגליך אז מיט א געפילטערטע טעלעפאון הייבט זיך די קושיא בכלל נישט אן.
און מ'קען אנהייבן נאכאמאל צו מאלן וואסער....
זייטס געזונט!
נ.ב. אפשר קען מען דא מאכן א פרישע אנקעטע.
פאר וויפיל געלט וואלט איר אויפגעהערט צו רעדן אינמיטן קדיש/חזרת הש"ץ? 10 אלפים? 100 אלפים?.
נו. פאר א מיליאן דאלער זענט איר גרייט צו פארקויפן דעם עולם הבא?
דער שאך מאט אין דעם פאל איז מער עכט.
- משה מאשקאוויטש
- שר חמש מאות
- תגובות: 853
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm
פאר די וועלכע קענען די אניאגראם נומערן, וועלן פארשטיין אז עס געפינען זיך דא גאר אסאך 6'ערס... מענטשן וועלכע טראכטן גלייך אז מ'וויל זיי מאכן א שאך-מאט און פרובירן אויסצו'חשבון'ען וואס וויל דער מאשקאוויטש.... איך מיין גארנישט מיט נישט, עס איז מיר פשוט אינטערעסאנט געווען וויפיל איז די סמארטפאון ווערד פאר אלגעמיינע מענטשן...
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7077
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
עס האט נישט עכט קיין תירוץ. פערהאן מענטשן וואס ברויכען עס. און קאנסט נישט זאגען אז איך גיב דיר געלט און געב עס אויף. ווייל דאס איז זיין דזשאב. פונקט אוואו זאלסט איינעם זאגען. גיי אין כולל פאר דריי יאהר און דו וועלסט אים אויסהאלטן. אבער נאך די דריי יאהר האט ער נישט ווי צוריקצוגיין
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.

מיין אפציע פעלט: פאר קיין געלט אין די וועלט
לאמיר זיך מסביר'ן: ווען דו קומסט ווען צו מיר מיט אן אנבאט אז איך זאל אויפגעבן אויף מיין היט פאר 1 יאר און דו געבסט מיר דערפאר א מיליאן דאלער, וואלט איך דאס נישט אנגענומען בשום אופן. פארוואס? מ'קען זיך מסדר זיין מער ווייניגער אן א היט, מ'קען גיין מיט נאך א קאפל ביים דאווענען (אדער מיטן טלית)? נאר, דאס איז מיין לבוש ביים דאווענען און כ'וועל דערויף נישט מוותר זיין פאר קיין געלט אין די וועלט.
(בערך) די זעלבע איז ביי מיין סמארטפאון, דאס איז בעצם מיין מקור ההכנסה, אן דעם גייען אלע מיינע ארבעטס שלאפן, איך ארבעט דורך דעם. אוודאי קען מען זיך בדוחק מסדר זיין, אבער דאס איז מיין וועג פון ארבעטן, און דעריבער וועל איך נישט מוותר זיין דערויף פאר קיין געלט אין די וועלט.
ס'אפשר נישט פונקט די זעלבע דמיון ביידע משלים, אבער ווער ס'וויל פארשטיין מיין פוינט וועט דאס פארשטיין.
נ.ב. איך בין נישט דא זיך צו טענה'ן מיט קיינעם אויף דעם סוגיא פון א סמארטפאון לצורך פרנסה, איך האב מיין מורה הוראה און זיין פסק איז מיין דרך.
לאמיר זיך מסביר'ן: ווען דו קומסט ווען צו מיר מיט אן אנבאט אז איך זאל אויפגעבן אויף מיין היט פאר 1 יאר און דו געבסט מיר דערפאר א מיליאן דאלער, וואלט איך דאס נישט אנגענומען בשום אופן. פארוואס? מ'קען זיך מסדר זיין מער ווייניגער אן א היט, מ'קען גיין מיט נאך א קאפל ביים דאווענען (אדער מיטן טלית)? נאר, דאס איז מיין לבוש ביים דאווענען און כ'וועל דערויף נישט מוותר זיין פאר קיין געלט אין די וועלט.
(בערך) די זעלבע איז ביי מיין סמארטפאון, דאס איז בעצם מיין מקור ההכנסה, אן דעם גייען אלע מיינע ארבעטס שלאפן, איך ארבעט דורך דעם. אוודאי קען מען זיך בדוחק מסדר זיין, אבער דאס איז מיין וועג פון ארבעטן, און דעריבער וועל איך נישט מוותר זיין דערויף פאר קיין געלט אין די וועלט.
ס'אפשר נישט פונקט די זעלבע דמיון ביידע משלים, אבער ווער ס'וויל פארשטיין מיין פוינט וועט דאס פארשטיין.
נ.ב. איך בין נישט דא זיך צו טענה'ן מיט קיינעם אויף דעם סוגיא פון א סמארטפאון לצורך פרנסה, איך האב מיין מורה הוראה און זיין פסק איז מיין דרך.
- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל
טריסקער האט געשריבן:מיין אפציע פעלט: פאר קיין געלט אין די וועלט
לאמיר זיך מסביר'ן: ווען דו קומסט ווען צו מיר מיט אן אנבאט אז איך זאל אויפגעבן אויף מיין היט פאר 1 יאר און דו געבסט מיר דערפאר א מיליאן דאלער, וואלט איך דאס נישט אנגענומען בשום אופן. פארוואס? מ'קען זיך מסדר זיין מער ווייניגער אן א היט, מ'קען גיין מיט נאך א קאפל ביים דאווענען (אדער מיטן טלית)? נאר, דאס איז מיין לבוש ביים דאווענען און כ'וועל דערויף נישט מוותר זיין פאר קיין געלט אין די וועלט.
(בערך) די זעלבע איז ביי מיין סמארטפאון, דאס איז בעצם מיין מקור ההכנסה, אן דעם גייען אלע מיינע ארבעטס שלאפן, איך ארבעט דורך דעם. אוודאי קען מען זיך בדוחק מסדר זיין, אבער דאס איז מיין וועג פון ארבעטן, און דעריבער וועל איך נישט מוותר זיין דערויף פאר קיין געלט אין די וועלט.
ס'אפשר נישט פונקט די זעלבע דמיון ביידע משלים, אבער ווער ס'וויל פארשטיין מיין פוינט וועט דאס פארשטיין.
נ.ב. איך בין נישט דא זיך צו טענה'ן מיט קיינעם אויף דעם סוגיא פון א סמארטפאון לצורך פרנסה, איך האב מיין מורה הוראה און זיין פסק איז מיין דרך.
א טאבלעט וועט דיר בכלל נישט העלפן?
איך קען פארשטין אז דו דארפסט עס האבן יעדע מינוט אין טאש, אבער זאגן אז אלע דיינע פרנסות וועלן צוגרינד גיין?