האסט געהערט די נייעס?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

האסט געהערט די נייעס?

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג מאי 11, 2017 6:22 pm

מענטשן זענען דאך מענטשן, און אז מ'איז א מענטש קען מען זיך נישט אייביג קאנטראלירן. און אז מ'קען זיך נישט אייביג קאנטראלירן פרעגט מען ווען מ'איז נייגעריג.

שטיי איך אין א ספאט פון אוי לי אם אומר, אוי לי אם לא אומר. וועל איך זאגן, איז האסטו דאך בפירוש געזאגט! איך האב געזען אין דיין תגובה שווארץ אויף בלוי אז דו האסט עס אליין געזאגט, טא עס האט נישט קיין זין צו לייקענען... זאל איך נישט זאגן? איז ער דאך נייגעריג ווי א ווייסעכוואס און ער וועט מיר נישט צורוה לאזן ביז ווילאנג איך וועל נישט שטילן זיין געפערליכע נייגער.

נו שוין, שיין זע איך אויס. מיט אזעלכע פריינד - פלעגן די גוטזאגער מיט די אויסגעדראשענע פאלקס ווערטער שטענדיג זאגן - ווער דארף נאך פיינט?...

***

- זאג נאר שמעלקא, וואו איז דיין שוואגער די לעצטע שטיק צייט? איך הער אז זייט ער איז געפלויגן פון זיין דזשאב שעמט ער זיך ארויסצוגיין פון גאס, איז וואר?

- וואס נאך האסטו געהערט בערקע?

- אז זיין ווייב איז אים נישט מוחל... זאג נאר, דיין שוועסטער איז אויך אזא שארפע ווי דיר? איינמאל מ'טרעט אויפן הינעראויג איז די מעשה פארטיג? בקיצור, סאו וואס טוט דיין שוואגער יעצט?

- האסט דאך יעצט געזאגט, ער שלאגט זיך מיט זיין פלונית'טע, ניין?

- כי כי כי שמעלקא, מאך דיר נישט נאריש, דו ווייסט דאך אז א זאך וואס גייט אריין אין מיר בלייבט דארט. ס'איז אמת אז דער רב האט זיך שוין אריינגעמישט?

- איך זע אז דו ווייסט שוין מער ווי מיר, זיי מוחל מיש א צווייטנ'ס טעפל. איך בין נישט דיין אינפארמאציע צענטער, און בכלל נישט ווייל דיין נאז איז לאנג, קומט דיר צו שמעקן טאביק יעדע צווי מינוט...

- אבער נאר איין זאך זאג מיר שמעלקא...

- זיי מיר געזונט, איך דארף לויפן, הצלחה...

***

- האלאו, חיים, וואס מאכסטו עפעס גוט'ס?

- שמעלקע, וואס איז די מעשה מיט דיר? איך הער עפעס אין כולל אז דו האסט זיך צוקריגט מיט בערקע?

- איך? צוקריגט מיט בערקע? איך ווייס נישט פון וואס דו רעדסט, כאניש קיין אההההנונג... סיריעסלי, וואס גייט פאר?

- עפעס הער איך אז דיין שוואגער מיט דיין שוועגערן פארשטייען זיך נישט, און בערקע האט געוואלט ארויסהעלפן, האסטו אפגעהאקט מיט אים אלע באציאונגען...

- אזוי? וואס נאך האסטו געהערט?

- אז דיין פעטער שמואל נתן איז נישט געזונט, וואס גייט פאר מיט אים?!

- נארישקייטן, ער האט געהאט פיבער, א נייע הצלה מעמבער איז אנגעקומען און אים תיכף אריינגעפירט, ער האט שוין געוואלט פירן אליין א באס...

- אהא, זאגסטו אז גארנישט ערנסט האט פאסירט?

- גארנישט.

- אבער מיין שכן נתנאל פארציילט אז דאקטורים ווייסן נישט וואס ער האט...

- איך הער וואס דו זאגסט, אבער איך ווייס אנדערש.

-שמעלקע, אין א ערנסטע מינוט, האט עס נישט מיט דעם וואס שמואל נתן האט נישט באקומען פון דיין זיידע'ס ירושה?

- וואס פאלט דיר ביי אזעלכע זאכן?!

- ווייל מיין ווייב האט געהערט פון יאכנע דוואשע אייזקעסטל אז דיין פעטער האט וועגן דעם געליטן א הארץ אטאקע... ער האט גארנישט באקומען פון די ירושה...

- הער אויס, אויב גלייבסטו יעדע נארישקייט, האב איך נישט וואס צו רעדן מיט דיר. ווען דו ווילסט דערן עפעס צום זאך קאל מיר צוריק, איך האב א ביפ, סארי.

***

איך פאר מיר געמיטלעך אויפן באס, און איך הער ווי די צוויי פארנט פון מיר שמועסן.

- נישט צום גלייבן ווי משוגע מענטשן זענען...

- וואס איז יעצט?

- האסט נישט געהערט? שמואל נתן פאפקאוויטש האט נישט באקומען גארנישט פון זיין טאטע'ס ירושה, און ער האט געכאפט א הארץ אטאקע.

- טאקע? איך האב אים היינט געזען אין בית המדרש...

- נישט מעגליך אזא זאך, האסט מסתמא געזען זיין צווילינג ברודער...

- וואס, ער האט א צווילינג?

- לכאורה.

- פארוואס האב איך אים קיינמאל נישט געזען?

- ער דארף לכאורה צו וואוינען אין לאנדאן... בקיצור הער א מעשה, איינע פון זיינע נעפיו'ס, האט זיך געוואלט אננעמען פאר אים, און נישט מער נישט ווייניגער, זיין ווייב האט ערלעדיגט ער זאל פארלירן זיין דזשאב...

- מיינסט עס? און ער האט עס געלאזט בשתיקה?

- עה, די שלום בית איז אויס, איך הער אז דער רב האט געהייסן זיך צו טיילן...

- און?

- שוין, א צווייטער שוואגער, שמעלקא, קענסט אים, דער הויכער מיט די לאנגע בארד... ער האט אנגעהויבן פירן א קאמפיין צו לייקענען אלעס, און איינמאל מ'ווענדט אים אפ האקט ער אראפ טעלעפאונס... בערקע מיט חיים האבן ביידע געהאט אזא מעשה מיט אים, ער איז גארנישט אנדערש ווי זיין אייגענע שוועסטער...

- טאקע???

-יא, ער איז צוקריגט מיט בערקע, מיט חיים, און מיט א האלבע כולל...

***

רבותי, וואס האב איך צו זאגן? וואס האב איך צוצולייגן? מיין שוואגער האט א דזשאב, זיין ווייב פארשטייט זיך ממט אים, מיין פעטער לעבט און לאכט, איך בין מיט קיינעם נישט צוקריגט, און דער עולם איז באזארגט...

#משוגענע וועלט!
לעצט פאראכטן דורך שמעלקא זאפטיגער אום דאנארשטאג מאי 11, 2017 6:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
זיכער יא
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 11, 2016 3:37 pm

תגובהדורך זיכער יא » דאנארשטאג מאי 11, 2017 6:29 pm

:lol: :lol: :lol:

אוועטאר
קאטשקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 1:40 pm

תגובהדורך קאטשקע » דאנארשטאג מאי 11, 2017 6:32 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:#משוגענע וועלט!

אבער נאך ווי... :lol: :lol:

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2136
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » דאנארשטאג מאי 11, 2017 6:51 pm

לכבוד ידידי ערעב שמעלקא'לע האב איך זיך גענומען די מיה זיך איינצושרייבן, און זיך באדאנקען!

גוט געשריבן.
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג מאי 11, 2017 6:53 pm

טענקיא טשולי, לאנג טיים נא סי יא...

און אגב, זאג נאר, האסט געהערט די לעצטע נייעס?
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2136
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » דאנארשטאג מאי 11, 2017 6:59 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:טענקיא טשולי, לאנג טיים נא סי יא...

און אגב, זאג נאר, האסט געהערט די לעצטע נייעס?

נעוואדע!!

אז שמעלקא דרייט זיך שוין צוריק אויף מיין וועלטעלע.....

און איך ווארט שוין אויף די מינוט וואס איך וועל זיך שוין קענען דרייען דא מער...
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג מאי 11, 2017 7:32 pm

טשאלענט האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:זאג נאר, האסט געהערט די לעצטע נייעס?

נעוואדע!!

אז שמעלקא דרייט זיך שוין צוריק אויף מיין וועלטעלע.....
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג מאי 11, 2017 8:59 pm

וואו!!... שמעלקא איז צוריק בעטער דען עווער!...

אזא זאפטיגס שוין לאנג נישט פארזוכט
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג מאי 11, 2017 9:56 pm

שמעלקא דו ווייסט נישט אלעס דיין שוואגער רעדט דיר איין באבע מעשיות, איך ווייס יא אז עס איז הויעך יו"ט דארט
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דאנארשטאג מאי 11, 2017 10:05 pm

גוט!
אבער איך זעה אז צום סוף לייקענסטו נישט די ירושה חלק זעהט אויס אז דאס איז יא אמת

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג מאי 11, 2017 10:09 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:שמעלקא דו ווייסט נישט אלעס דיין שוואגער רעדט דיר איין באבע מעשיות, איך ווייס יא אז עס איז הויעך יו"ט דארט


ווייס איך שוין ווער ס'געזעסן פארנט פון מיר אויפן באס אויכעט...
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג מאי 11, 2017 10:09 pm

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:גוט!
אבער איך זעה אז צום סוף לייקענסטו נישט די ירושה חלק זעהט אויס אז דאס איז יא אמת


וואס ירושה ווען ירושה? זיידי לעבט געהעריג...
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1123
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » דאנארשטאג מאי 11, 2017 10:17 pm

זיידי לעבט??? שמעלקא לעבט!!!
ער לעבט אויף אלע באקן!!!

צאקער....
מצדי קען זיך די שמועס ענדיגן דא........

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג מאי 11, 2017 10:35 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:גוט!
אבער איך זעה אז צום סוף לייקענסטו נישט די ירושה חלק זעהט אויס אז דאס איז יא אמת


וואס ירושה ווען ירושה? זיידי לעבט געהעריג...

יוש וואס פארשטייסטו נישט מען רעדט פון עלטער זיידי, ער האט געלאזט צוואה אז אלס בליבסטע אייניקעל זאל טאטי אלעס ירש'נען, און היות טאטי/שווער לעבט נישט, גייט עס אריבער אטוימאטיש צו אונז,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » דאנארשטאג מאי 11, 2017 10:44 pm

לץ איינער
למעשה פארוואס ביסטו געווארן רויט ווען מ'האט דיך געפרעגט וועגן דיין שוואגער????
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1179
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » דאנארשטאג מאי 11, 2017 10:47 pm

חחחח סארא וועלטעל מיר 3ען זעך
שמעלקא-דער-זאפטיגער
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג מאי 12, 2017 12:40 am

כשמו כן תהלתו, זשאב וועל דאן.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » פרייטאג מאי 12, 2017 6:15 am

שמעלקא איז דע מען!

פאנטאסטיק !!
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 704
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » פרייטאג מאי 12, 2017 10:25 am

שכח...
איך ווארט שוין לאנג אויף אזעלכע גוטע נייעס...

ווי עס שרייבט זיך אונטער @האסט(געהערט)נייעס
---
בד"וו
שכח פאר אלעמען.... אינוז האבן דיך צוריק מיטן גאנצן קראפט
פארזעצונג מיט די מעשה, א שיינע ארטיקל די וואך, האסט געהערט די נייעס, וכו'

אוועטאר
שמן
שר חמש מאות
תגובות: 634
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » פרייטאג מאי 12, 2017 10:31 am

זיס ווי ציקער יעדע שורה. קיפ איט אפ שמעלקע

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » פרייטאג מאי 12, 2017 10:32 am

שמעלקא, וואס פארשעמסטו מיר ברבים? קיינער דארף נישט וויסן אז איך וויל שוין אליין דריוון א "צאלע באס" מיט לעלאוס...

:lol: :lol: :lol: ;l;p- ;l;p- ;l;p-

וואס איז נייעס...
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2111
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » פרייטאג מאי 12, 2017 12:38 pm

שמעלקא איז זאפטיג
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4967
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג מאי 14, 2017 4:44 pm

wow wow wow
דאס איז איינס אין דער וועלט ..
דו ווילסט אונז פשוט ווייזען וואס מיר האבן געמוסט ביז יעצט ? ! שוין האסט עס באוויזען ...
מער לאזען מיר דיר נישט ארויס פון דא און ביטע געב אונז ווייטער פון דיינע אויסטערלישע געשמאקע און זאפטיגע סחורה ...
וועלקאם בעק שמעלקע !
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » זונטאג מאי 14, 2017 10:48 pm

דו ביסט זייער אונטערשטעליג, זיי האלטן שוין נאכן גט, און שמעלקא איז שוין געפלויגן פון כולל, די ירושה האט איינער אונטער געצינדן אז קיינער זאל עס נישט קענען האבן.

יעדנפאלס א גרויסן יישר כח פארן ארויסברענגען אזוי גוט די 'לאנגע נעזער' פאלק.
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג מאי 23, 2017 10:24 pm

וויל זיין גוט האט געשריבן:דו ביסט זייער אונטערשטעליג, זיי האלטן שוין נאכן גט, און שמעלקא איז שוין געפלויגן פון כולל, די ירושה האט איינער אונטער געצינדן אז קיינער זאל עס נישט קענען האבן.

יעדנפאלס א גרויסן יישר כח פארן ארויסברענגען אזוי גוט די 'לאנגע נעזער' פאלק.


בעל דמיון בתפארתו...
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בינוני און 25 געסט