גולה אחר גולה שלא בגולה בעת הגולה!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

גולה אחר גולה שלא בגולה בעת הגולה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

גולה אחר גולה שלא בגולה בעת הגולה!

אזוי ליינט זיך יעצט ס'קעפל ביי מיין פריוואטע נייעס אפטיילונג.

איר זענט צומישט פונעם קעפל? נאט אייך ס'הסבר:

געמיינט האב איך אז פון אויסלאנד קום איך ענדליך אן אל המנוחה ואל הנחלה, צוריק צו מיין ליבע היים, צוריק צו מיין באקוועמע בעט, צוריק צו מיין פריוואטקייט, אבער ווי זאגט נאר די פסוק: "א מענטש טראכט און גאט לאכט". קוים א טאג נאכן אנקומען צו מיין הויז איז מיר אראפגעפאלן ווי א דונער אינמיטן א הייסן א"י'דיגע זומער טאג אז מיין דירה דארף אריבערגיין דרינגענדע רענאוואציעס, צוליב א ליעק וואס גייט שוין אן א חודש צייט. די קאנטרעקטער און מיין בעל דירה האבן שוין נישט געקענט אפשטופן די רענאוואציעס צוליב די געפאר פון די פולע שימל אויף די ווענט און די דאך, און אזוי אויך די שיילנדע פלאסטער וואס איז געפאלן אויף א ראדיוס פון לערך א דריטל דירה. איך האב געוואוסט אז מ'דארף דורכפירן די וויכטיגע רענאוואציעס, אבער ווער האט געגלייבט אז אזוי וועט עס אויסקומען.

נישט מער און נישט ווייניגער, בשעת וואס א האלבע פון מיינע רענצלעך שטייען נאך פארשעמטערהייט אומאויסגעפאקט, ווארטנדיג אז זייער באלעבאס זאל טרעפן א ליידיגע שעה, נאך וואס די אנדערע האלב איז שוין געקומען אויף זייער קביעות'דיגע רוה ארט, בשעת ווען זייער אייגענטומער דרייט זיך נאך ארום מיטן טרויעריג בארימטן דזשעט לעג וואס קלעבט זיך נאך אן אין אים ווי א פארוואגלטע שפין אין מיין 2 וואכעדיגע פארלאזטע הויז, און זיין זעקל ביינער פאדעט מיט געוואלד זיין פארדינטע רוה, בשעת וואס דער פריש אנקומענדע פארמאטערטער טאטע פראבירט זיך אריינצודרייען אינעם א"י'דיגן זייגער מיט ווייניג ערפאלג נאך וואס זיינע קינדער ציען אים ביי די לייצעס צוליב זייער שלאפלאזיגקייט אין ליכט פון זייער נאכמיטאג טיפע שלאף.

בשעת דאס אלעס שפילט זיך אפ אין סך הכל איין קארגע טאג, לאנדעט אראפ מיט אן אומגעהויערע ווילדקייט דאס קאלטבלוטיגע מעלדונג אז די ארבעטארער קומען היינט אין הייבן אן מיט דאס זייעריגע, וואס דאס רעכנט אריין אויפברעכן שיטראק, צוריק פארבויען, שמירן פלאסטער איבער א גרויסן שטח אויפן וואנט און דאך, נאכאמאל שמירן איבערן ערשטן שיכט, און נאך פארבן דערויף, סך הכל אן ארבעט ביז זונטאג - מאנטאג, וואס דאס מיינט אז איך בין סוספענדעד פון מיין לעכל פאר די קומענדיגע פאר טאג ווי א פאלנער האומלעס מיט א ווייב און קינדער, און דאס אלעס א טאג נאכן אנקומען פון אויסלאנד!

מה עשה הקב"ה, הקדים רפואה למכה! ער האט מיר אנגעגרייט א קרוב אין א צווייטע שטאט וואס האט מיר אויפגעמאכט זיין טיר און מיר איינגעלאנדענט פאר דורכאויס די גאנצע צייט פון די רענאוואציעס. דאס מיינט נאכאמאל צאמפאקן א רענצל און אודך ויסעו! און דאס פאקן א רענצל רעכנט אריין דאס אויפזוכן קליידער וכדו' און די פאר נאך-פארפאקטע רענצלעך, בשעת ווען דאס הויז קוקט אויס ווי נאך א רעבישע ברודער קריג.

יוש איז דאס אן אפקומעניש! איך וואונטש דאס פאר קיינעם, נאר פאר מיינע בלוטיגע שונאים וואונטש איך אז זיי זאלן האבן טויזענטע פאלאצן... און דארפן לויפן יעדן טאג פון איינע צום צווייטן אומגערישטערהייט.

דאס מיינט ס'קעפל: "גולה אחר גולה" = פון אויסלאנד קיין ארץ ישראל צו מיין הויז און פון מיין הויז צו מיין קרוב'ס הויז אינעם צווייטן שטאט; "שלא בגולה" = נישט אין חוץ לארץ נאר אין ארץ ישראל; "בעת הגולה" = נאך זייענדיג אינעם פינסטערן גלות אדום וישמעאל.

זאל דער אייבערשטער העלפן אז מיר זאלן אלע שוין ארויסגיין פון אונזערע גלות'ער, סיי די כללית'דיגע און די פרטית'דיגע, בקרוב ממש מיט משיח צדקנו במהרה בימינו אמן!
געדענקסט נאך
שר חמש מאות
תגובות: 540
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדענקסט נאך »

געהערט אמאל פון א איד אז איינער פון די ערליכע אידן פונעם פאריגן דור דאהי ווען ער פלעגט זיך צומאל בייזערן אויף איינעם פלעגט ער זאגן " פעינטן זאל מען אייך" !! דאס איז געווען א אזויגערופענע קללה, איצט מיט טריסקערס מעשה פארשטייט מען עס אביסל
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

אין ארץ ישראל נוצט מען שיטראק?
אם לא עכשיו אימתי
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

איך בין נתפעל פון אייער ישוב הדעת אראפ צו לייגן אזא מאמר אין אזא מצב
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

וויל זיין גוט האט געשריבן:אין ארץ ישראל נוצט מען שיטראק?

ס'הייסט "גבס" די זעלבע רעיון נאר אביסעל דיקער און שטערקער
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך האב הנאה אז איר האט געטראפן די פאר מינוטקעלעך ישוב הדעת צו שרייבן א שטיקל באריכט איבער הנעשה והנשמע בחצר טריסק-אייוועלט...
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

נחום וואהלינער האט געשריבן:איך בין נתפעל פון אייער ישוב הדעת אראפ צו לייגן אזא מאמר אין אזא מצב

אז נישט ישוב לכל הפחות דעת...

לכאורה האט געשריבן:איך האב הנאה אז איר האט געטראפן די פאר מינוטקעלעך ישוב הדעת צו שרייבן א שטיקל באריכט איבער הנעשה והנשמע בחצר טריסק-אייוועלט...

איך האב נישט געטראפן די פאר מינוטקעלעך ווייל כ'האב זיי בכלל נישט געזוכט... זיי זענען אנגעקומען ווי אומגערופענע געסט צו מיין באזיץ אראפפאלנדיג מאכטלאז אויפן קאוטש ווי אן אויסגעקוועטשע פסח'דיגע לעמאן אן די שאלאכטץ נישט האבנ'דיג די מעגליכקייט זיך צו רירן (אויסער די פינגער...)
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

דער באשעפער זאל אייך געבן די כח עס גרינג דורעך צו גיין און איר זאלט בקרוב קענען דערציילען די טובות השם וואס איז ארויסגעקומען דערפון.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

האסט מן הסתם געהאט צו א באקוועמע פסח אין אמעריקע, און פאר דעם ביסטו (נענש) [נתכפר] געווארן...
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

מיר פערזענליך האפן צו אריבער גיין אזא מצב אין די קומענדיגע טעג בס"ד
אבער ביי מיר ווייסט מען כאטש מתחילה פון דעם, בעסער געזאגט מ'ווארט שוין א לאנגע צייט עד שירחם הלענד-לאורד וישלם את נזקיו.
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

טריסקער טייערע ס'גיסט זיך מיר די טרערן פאר גרויס מיטלייד :-( איך האף נאר אז אפשר וועט מען עפעס טרעפן אן אוצר אינעם וואנט ס'דאך מעין הפרשה פון נגעים אויפן וואנט
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

בשעת ווען דאס הויז קוקט אויס ווי נאך א רעבישע ברודער קריג.

חחחחח

זאלסט האבן אפגעקומען מיט דעם
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

נא וואסע נייעס אין טריסקער הויף?
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

ברוך השם יום יום!

מ'זעמיר שוין צוריק אינדערהיים געלויבט גאט!
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקלערט »

נו ווען קימט די סעודת הודעה/חנוכת הבית ?
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

ווען כ'וועל אריינגיין אין מיין 'אייגענע' הויז, אי"ה.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”