די אומפארענדיגטע דירה

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
yankelshister
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 7:05 pm

די אומפארענדיגטע דירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yankelshister »

יא, איר הערט גוט, נאך צוועלעף יאר אינעם זעלבן לעכעל האט משפחת שוסטערוויטש ענדליך געטראפן עפעס פאסיג פארן געזינדל. פאר א נישקשהדיגע צוויי מאל ח"י מאות האמיר זוכה געווען צו א צוה לברכמ'דיגער פיר וואלק אין קלאזעט-בעדרום פיפטן שטאק לעכל אינעם הארץ פונעם הארץ, בבחינת הסתרה שבתוך ההסתרה.


און אז משפחת שוסטערוויטש גייט זיך אריבערציען קענט איר זיך אליינטס פארשטעלן אז אזא לאנג ערוואטערטע חלום גייט נישט אזוי כלאפ לאפ, עס פעלט זיך אויס פריש איינצורישן פון א' ביז ת'. פאסט דען אז דאס זעלבער בענקעל וואס איז גוט געווען פארן קליינטשיגן כאטקע זאל זיך געפונען דאס פלאץ אינעם אזויגעריפענעם ווילא? אוודאי נישט, און אז דער בענקעל ברויך גניזה דארף מען דאך א מעטשונג טיש פאר די נייע סעט, וואספארא פנים טראגט א צוויי טויזענט זיבצענער בענקל מיט אן אלטמאדישן יארע צוויי טויזענט טיש, איי דער ליעף וואס מ'האמיר זיך ספעציעל איינגעהאלדענט אין שנה ראשונה אז לכשירחיב המקום זאל מען קענען עקספענדירן דעם עקזעסטירנדן טיש? תיקו. מען זאגט שוין נאך פון צדיקים אז עס איז ענדערשט צו זיין א נער און שווייגן ווי א קליגער און זיך קריגן.


און אז דער טיש און די בענקלעך זענען ניי איז דאך מובן מאליו אז דער עתיד פונעם טשייניק קלאזעטס איז נישט מער ווי אין א איין שורה'דיגער לשם מצוה עד אינעם קלאסעפייד. איך פאנג שוין באלד אן קלערן אז דער גאנצער נחיצות פון מופען איז נישט מער ווי א ווייבערישע קאנספארציע איינצוטוישן די פורניטשער עס זאל זיין מער אפטאדעיט, ווייל סקווער פיס ווייז קוקט מיר לעת עתה אויס אז מיר וועלן בלייבן מיט די זעלבע אויב נישט ווייניגער אחרי ככלות זיך אויסשטאפירן מיט פרישע מעבל.


ב"ה דער ערשטער פאזע פון איינשטאפירן איז שוין דורך. שוין אויסגעקוועטשט אלע אקאונטס, געבארגט פון רעכיל צו שמעכיל, שוין געפראוועט צוויי וואכן אין א ציה ווי בלויזע זונטאגס ווי איך האב געדינט אלטס דער טעקסי דרייווער וואס האט אן אריינגעבויטן עי. טי. עם. אינעם מאפלער. שוין געשטעלט לקח און ברוינפען און געבענטשט גומל אז כ'בין ארויס א לעבעדיגער.


מיינט איר אז איך קען אוודאי אפאטעמען, פאנגט זיך נישט אן, ניטאמאל אינעם זיסטען חלום. פאנגט זיך אן א פרישע מיטינג מיטן שוויגער און די שוועגערינס פונקטליך אויסצופלאנירן די פינשינגס פאר די פלארס, פארקעי אדער סערעמיק, מאסטשערקיאר ימ"ש אדער פאליארטין, נעטראל פיניש אדער מעפעל. פארשטייט זיך אליינטס אז צווישן די גרויסע האביך ניטאמאל וואס אריינצורעדן, קוים וואס זיי פארשטיין זיך זאל איך נאך האבן א סעי? מען האט שוין כמעט געוואלט פארן צי די שוויגערס מאמע עליה השלומ'ס קבר וואס ווי מען פארציילט האט זי געהאט זייער א גוטער טעיסט, ווען נישט וואס דער הענדימאן רופט אן סטראשענען אז אויב מען זאגט אים נישט היינט וואס צו לייגן גאראנטירט ער עס נישט אויף פסח, וואלט מיר עס געקאסט א נסיעה קיין אייראפע צום באבענס מקום מנוחתה. איך קום באמת א פאל פעידזש שכוח פארן הענדימאן פארן ארויפצווינגן דער באשלוס.


אז מ'האמיר שוין מעביל, מ'האמיר שוין א פלאר, קען מען אוודאי נעכטען אריינמופען, א מכה. מען קען דאך נישט לאזן די ווענט אומגעפעניט, און אזויווי מען פעינט דאך נישט יערליך פארוואס זאל מען עס נישט טוהן איינמאל פאר אלעמאל די ריכטיגע וועג, און אז מען גייט עס שוין יא טוהן די ריכטיגע וועג דארף מען עס טוהן מיט אלע פוטשעווקעס און שמוטשעווקעס, יעדער צימער מיט א באזונדערע קאליר, דער צוויי יעריגס קען נאך ח"ו בטעות זיך לייגן אין די עלטערע קינדערס בעדרום.


אין דעם בלאטע האט מען שוין אריינגעמישט מיין מאמע און מיינע געשוויסטער אויך. שטעלט אייך פאר אז פאר א נערישע פלאר ווי נאר מיינע ווייבס געשוויסטער זענען געווען ראטגעבערס האט עס מיר געקאסט זעקס וואכן מיט דריי הונדרעט און פערצן טעלעפאן קאנפרענצענס, מאלטפלייטס דעיס ביי מיינע געשוויסטער און פיר בעדרומס פלאס א קאך און א דיינינגרום. מיין שוויגער שרייט חי וקים אז גרעי איז דער קאליר פאר די האלוועיס און דער קיך, מיין מאמע פון דער אנדערע זייט האלט זיך ביי אירס אז הגם עס טאקע אין סטייל פאנגט עס שוין אן אויסצולויפען, און ביז א יאר צוויי וועט עס זיין אזוי אלטמאדיש אזוי ווי די דענים קאליר ביי די באגעבא קערעדזשיס.


ווען איך האב ווען די גאטס, האנדל איך איין אפאר באטלעך ספרעי פעינט און איך רעד איין פארן ווייב אז איך האב ספעציעל באשטעלט א פעניטער וואס צייכענט זיך אויס אין מאדערן ארט און עס איז שלום על ישראל. היות איך וויל נאך אבער לעבן אפאר יאר, און קיין וועג ארויס זעה איך נישט איז געבליבן אז מ'גיימער אינגאנצען נישט פעינטען יעצט, איי וואס וועט זיין? זארגט אייך נישט הער אן המצאה:


כאטש וואס משפחת שוסטערוויטש פלעגט אלטס פארבלייבן אין די שטאט במשכ'ן זוממער וועט היי יאר זיין אן אויסנאם און מ'וועט פארן אין די קאנטרי, פארשטייט זיך נישט לשם קאנטרי ח"ו, נאר צו קענען אויפפיקען פון די סערקיל הידוע מיט וואספארא קאליר מען זאל פעינטען וואו, אזוי ארום וועלען מיר זיין פארזיכערט אז מיר זענען אפטאדעיט.


#בניסן נגאלו ובניסן עתידין להגאל, השתא בעגלא.
יאנקל שיסטער איז גערעכט...
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

Git !
אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלגלשלג »

דער שיסטער קומט אריין מיט פיינע נייעס
מזל און גליק צו דיין דירה
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

יאנקל A-1 ;l;p- !

גוט געלאכט!
זוכט איר דוי?
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2006
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

א שוסטער גייט מיט צירוסענע שיך נעם זיך דאס אריין אין קאפ דו ביסט נאר א שוסטער און דו וועסט בלייבן א שוסטער נישט קיין חילוק ווי שיין די הויז וועט זיין .....
האמיר פיין הנאה געהאט פון אייער זאפטיגע פעדער זיי ממשיך
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

גוט!
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

קאלירפול!
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

אויסגע'שוסטער'ט אין א הילכיגן געלעכטער... :lol: :lol: :lol:

yankelshister האט געשריבן:איך פאנג שוין באלד אן קלערן אז דער גאנצער נחיצות פון מופען איז נישט מער ווי א ווייבערישע קאנספארציע איינצוטוישן די פורניטשער עס זאל זיין מער אפטאדעיט, ווייל סקווער פיס ווייז קוקט מיר לעת עתה אויס אז מיר וועלן בלייבן מיט די זעלבע אויב נישט ווייניגער אחרי ככלות זיך אויסשטאפירן מיט פרישע מעבל.

מיט דעם קאנספיראציע האסטו גענאגלט דעם שיך! אזא מאנסע... יעצט כאפ איך שוין אלעס...!

יענקל, ביזט אייזן... עה, וואס אייזן... ביזט יענקל שוסטער!!! (אז דו קענסט אים עסטו פארשטיין דיין אומשאצבארקייט...) ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

WOW יענקל ביסט ריייזיייג...


לעצטנס אדורך די זעלבע סומעטאכע (הגם עטוואס גרינגער) . אבער אראפלייגן אזויווי שוסטערן דאס קענעך נישט...
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

שוין גיימער פארעכטן די שיך...
די פרייז צו פארעכטן, גייט אט אט ארויפגיין פילפאכיג נאך אזא עקספענס.

"יאנקעלע מיט די טאנקעלע" איך מוז דיר זאגן. איך האב אזאנס הנאה געהאט.

דאנקע שיין ,
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

ווי זאגט מיכאל WOW
אויף וועמענס שיך האסטו ארויף גענוגעלט די מעשה ?
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

אייזן פיין! זייער הנאה געהאט.
1 + 1 = חלה דעקל...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פיינער שרייבער מיט פיינע ווארע

מזל טוב צום מופן - אויב דאס איז אמת...
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

גאר גוט,
ווען מופסטו קומענדיגע מאל?...
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

פיין געוויינט און געלאכט!

נאום: א מיטגעמאכטער.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

איי איי איי......

אויסגעשאסן עטליכע מאל, די חברה דא ארום זענען פארנומען מיטן זיך דורך שמועסן וועלכע נומער ערשט צו רופן, הצלה צו די קרובים.........

אוי ביסטו גוט....

אבער נעקסט טיים (זעה אז ס'זאל נישט דויערן צו לאנג ביז דעמאלטס) זאלסטו לייגן א ווארענונג וואס זאל לויטן אראפ צו לייגן ס'גלעזעלע קאווע פארן ליינען.
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
yankelshister
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 7:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yankelshister »

טענק יו אלל!
יאנקל שיסטער איז גערעכט...
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

שטארקע שריפט
גאר גוט - שכח

Vee Vont Vore
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”