איך בין געווען בטוח אז מ'וועט דא באטאנען איבער די פאליטיק אשכולות, וואו א אנטי טראמפיסט וועט קיינמאל נישט מודה זיין כמעט אז טראמפ האט געטון א גוטע זאך, וכן להיפך א טראמפ שטיצער וועט קיינמאל נישט זען אין מציאות אז דער פרעזידענט זאל באגיין א טעות.
למעשה זע איך דא א שניידענדע אנאליז, איבער גרויס און קליינע ניק'ס, כלומר ווי עס קומט פאר א גאנצע מלחמה'לע צווישן די זייטן פון אידישע וועלט פארומ'ס, מצד אחד שטייען נייע ניק'ס און שרייען זייער מיינונג, און קעגן איבער שטייען "גרויסע" ניק'ס, און לאכן זיי אפ, אטאקירן זיי, און פירן א אייגענע ווירטשאפט.
שמעו נא רבותי, יאסעלע וכל קהל הנאספים.
ערשטנ'ס: וואס מיינט דאס א גרויסע ניק? ער האט א קנאקעדיגע אוואטער? ער האט א לאנגע חתימה? ער האט עטליכע טויזענט תגובות? וואס הייסט גרויס?
ווי איך קוק עס אן פון מיינע ברילן ארויס, באדייט עס לכאורה ניק'ס וואס שטעלן צו ארטיקלען און אנאליזן, לענגערע שיינע תגובות מיט אינהאלט. קען זיין אז יאסעלע רעדט פון עפעס אנדערש, אבער אזוי האט מיין דזשעלי פארשטאנען, לויט די גאנג וואס ער נעמט אן.
דאס הייסט אז צו ווערן א גרויסע ניק, דארף מען נישט זיצן דריי פיר יאר אויפן וועלטל, נאר מיט 10 שיינע תגובות ווערסטו שוין אריינגענומען אין אונזער שיינע געזעלשאפט. און אזוי איז טאקע.
יעצט, איך קוק מיר אום, אזא ניק ווי שואף, אזא ניק ווי יאסעלע, און נאך אזעלכע, וואס האלטן אונטער 200 תגובות און שוין דעליווערט אזא שיינע ארבעט, איז כו"ע מודי אז דאס איז א ברכה פאר אונזער וועלטל, און זיי אטאקירט טאקע קיינער נישט.
וואס עס שטערט איז טאקע ווי אבערוואס האט דערמאנט, אז עס קומען אריין פרישע ניק'ס (ניק'ס, נישט חברים, אסאך מאל אלטע חברה וואס ווילן האבן א פנים חדשות) מיט א שטורעם ווינט, און הייבן תיכף אן צו טיילן שלעק ימין ושמאל מזרח מעריב צפון דרום, און זייען אן כאאס. און אזא זאך שטערט יעדעם, נישט נאר די אלטע ניק'ס.
איי וועט איר פרעגן, אויב אזוי פארוואס מאכן בלויז ד עלטערע ניק'ס אזוינע יללות וצעקות, ווי גלייך איינער וויל זיי פשוט באזייטיגן און אראפרוקן פון ארענע?
דער ענטפער דערויף איז זייער איינפאך, דער וועלטל האט היינט צוטאג אסאך שיינע אפטיילונגען, פון יעדע סארט אויסגעהאלטענע פעלד וואס איז ווערט צו דיסקוטירן און אויסקנעטן, דעבאטירן און אויסשמועסן, זה אומר בכה וזה אומר בכה.
דערנאך איז דא איין ווינקעלע וואס רופט זיך "פארברענגען", אויב ווייסט איר נישט, קומט עס אפילו נישט ארויף ביי די אקטיווע אשכולות זוכעניש. דארט איז ספעציעל געמאכט זיך אויסצולופטערן, ארויסשטופן די מאדנע און טשיקאווע געדאנקען, זיך נאריש מאכן און אויסבלאזן עד הסוף... וכן אני נהגתי, ווי בן זומא האט ציטירט אין א לינק צו פארברענגען איבער די וויכי פארכאפונג.
ניק'ס וואס ווילן הנאה האבן אין פארברענגען, מה טוב ומה נעים, דא קומט אריין פאר א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט. און גלייבט מיר, יעדער ניק האט הנאה פון די זיסע תגובה'לעך, אפגעזען וואספארא ערנסטע פנים ער שטעלט דא אן.
און כאטש וואס קרעטשמע איז אויך געמאכט צו לאכן, דאך איז עס פאר מער לענגערע ארטיקלען, און פאר אזעלכע תגובות ווי דאס פון דונש אז ניק'ס ווערן חסום, איז פארברענגען אויסדרוקליך געמאכט, כל שכן וכל שכן חודש אדר.
ועל מה יצא הקצף? ווען איך עפן א אשכול און איך שרייב דארט א ערנסטע שיינע זאך, קומט אן איינער א פרישער ניק - און נישט פאר שלעכטיקייט ח"ו נאר פאר אומוויסנקייט - שרייבט ער צו א מאדנע לאכעדיגע תגובה און די גאנצע ערנסטע שמועס ווערט א מושב לצים, דאס קען זייער שטארק וויי טון, ועל דא קא בכינא.
דערפאר טייערע ברודער, איך זע בכלל נישט דא קיינע שלאכטן און קריגן, אלעס איז מורא'דיג שיין און געשמאק, אזא פארום איז א שטאלץ פאר אונז אלע, אבער די קליינע זאכן דארפן זיך נאר אויסגלעטן.
קומט אויס אז יעדער איז גערעכט. די שיינע אנאליז פון זאלץוואסער איבער דאס מ'זאל טראכטן איידער מ'דרוקט די שיק קנעפל, איז געזאגט געווארן אין יעדע פארום אינעם וועלטל, א חוץ די פארברענגען אפטיילונג וואס איז טאקע געמאכט זיך צו - לאמיר אנרופן דאס קינד ביים נאמען - "נאריש מאכן", והכל על מקומו יבוא בשלום.
יא, יעדער איז געווען ניי
און נישט געשריבן איי איי איי
אבער די אשכול נישט פארדריי
וועט מען דיר רעספעקטירן עד בלי די
ביטע מאכט נישט דערפון אזא גרויסע געשריי
ווייז דיינע כוחות, נעם דיר שרייבן איינס צוויי דריי
דיינע שיינע געדאנקען און תגובות, אחת ואחת אין די ריי
צום שלוס, מיט אין זאך איז יאסעלע מיליאן פראצענט גערעכט, און מיט זיינע ווערטער וועל איך אויספירן:
יאסעלע האט געשריבן:אַדְּרַבָּה, תֵּן בְּלִבֵּנוּ שֶׁנִּרְאֶה כָּל אֶחָד מַעֲלַת חֲבֵרֵינוּ וְלא חֶסְרונָם, וְשֶׁנְּדַבֵּר כָּל אֶחָד אֶת חֲבֵרו בַּדֶּרֶךְ הַיָּשָׁר וְהָרָצוּי לְפָנֶיךָ, וְאַל יַעֲלֶה שׁוּם שנְאָה מֵאֶחָד עַל חֲבֵרו חָלִילָה וּתְחַזֵּק הִתְקַשְּׁרוּתֵנוּ בְּאַהֲבָה אֵלֶיךָ, כַּאֲשֶׁר גָּלוּי וְיָדוּעַ לְפָנֶיךָ. שֶׁיְּהֵא הַכּל נַחַת רוּחַ אֵלֶיךָ!!!
זאלט איר אלע מצליח זיין אין אייערע וועגן, און א דאנק פארן לאזן אויסרעדן.