פארוואס זענען די גרויסע ניק'ס איינזייטיג?

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

פארוואס זענען די גרויסע ניק'ס איינזייטיג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

אין די לעצטע צייט זענען מיר עדות צו א פענאמען וואס האלט זיך און איין איבער'חזר'ן. דהיינו ווען עס קומען אפיר אזעלכע א. ג. גרויסע ניקים און זיי רעדן זיך געפערליך אפ אויף די ניווא פונעם קרעטשמע, אויף נידעריגע די מצב הדור; אויף די ערשיינוג פון נייע ניקים וואס (לויט זיי) פארשמירן דאס וועלטעלע מיט זינלאזע און נארישע תגובות און אשכולות; אויף די מציאות פון דאס אז זיי שפירן זיך מער נישט דאס פלאץ דא און אז עס שפירט זיך ממש ווי א קינדערגארטן, ועוד ועוד, ואטו כי רוכלא ניזל אין די צייט וואס אונז אלע קענען שוין די קינות ובכיות כמעט פון אויסעווייניג.

צו רוב פון די האב איך אפילו נישט וואס צו רעדן.

פארוואס עפעס? וייל ווי איך האב זיך שוין איבערצייגט אינעם עבר זענען די חברה ניטאמאל אינטערעסירט צו הערן וואס עפעס א ''נייער'' האט צו פארקויפן.

און אויב ווילט איר וויסן מער בפרטיות וואס איך מיין גוט איבער דעם געוואלדיגן און אמת'דיגן אשכול מיטן קעפל ''איז שואף טאקע נייע ניק - איינמאל פאר אלעמאל.'', וואו ער איז זייער שיין מסביר זיינע ווערטער, און יעדער בר דעת ווייסט אז ער איז גערעכט מיט יעדע איינציגסטע ווארט, כאטש נישט יעדער וועט עס מודה זיין, צוליב זייערע אינטערעסן דערין, און ווער ס'מיינט אז איך מיין אים, זאל ער וויסן אז אים מיין איך טאקע...

אבער היות עס זענען פארט דא אזעלכע וואס טוט זיי באמת ווי די מצב און זיי בענקען און לעכצען צו די טעג ווען עס איז מכלומרשט געווען גוטע צייטן.

אזוי אויך זענען דא אסאך נייע ניקים וואס ווערן פארלוירן פון די אלע גרויסהאלטערישע און זעלבסט בארימערישע רייד וואס ווערן דא פון צייט צו צייט געליפטערט דא אויפ'ן וועלטל, און זיי ציען זיך צוריק לכבוד דעם פון שרייבן זייערע געדאנקען און ארויסגעבן זייערע קוואליפיקאציס.

איז טאקע צו אט די שרייבער'ס זענען מיינע קומענדיגע שורות געוווידמעט, און אנשטאט מיר אראפרייסן ליינט עס אדורך קלאר און דייטליך, און זעט אז איך מיין בכלל נישט קיינעם צו אונטערמינעווען חס ושלום.

איז לאמיר פשוט אנצייגן אויף 4 -5 נקודות קטנות וואס וועט האפענטליך קלאר מאכן דאס בילד וואס גייט דא באמת פאר:

1- יעדער ניק איז אמאל געווען א נייער

איך זיץ לעצטענס און ביהמ''ד לעבן אביסל אן עלטערער יונגערמאן וואס האט נארוואס אנגעהויבן חתונה מאכן די קינדער, און ער האט זיך נארוואס באקענט מיט די דאגות פון א טאטע וואס האט 2 בחורים און שטוב. מיט איין כלה און נאך אן ערוואקסענע מיידל.

פארשטייט זיך דער יונגערמאן האט זיך שוין מוחל געווען די עבירות ער האט שוין פארגעסן אלע זיינע מעשים תעתועים פון זיינע שנה ראשונה יארן, ער זיצט יעצט ביי א נועם אלימלך מיט פארגלייזטע אויגן און א שיינעם גראדן רעקל.

גראד נעבן אים זיצן זיך צוויי צוואנציג יעריגע יונגעלייט פון די פרישע עסקנים אין די קהלה, און זיי דעבאטירן עפעס א 'געפערליכע' פרצה וואס האט פאסירט דורך די באהערדע. אינעם מהלך פון די אויסערען פאליטיק פונעם רבין שליט''א'ס הויז.

פלוצלינג רופט זיך דער מיטל יעריגער יונגערמאן אן. (גיי וויס וויאזוי ער האט אפילו געהערט וואס זיי שמועסן, אמער, ער האלט דאך אינמיטן לערנען...) "יונגעלייט מאכט זיך נישט נאריש מיט די אלע שטותים, די לעבן איז אסאך טיפער און ברייטער ווי די אלע קינדישקייטן! און אפגערעדט פון די לשה''ר און פאליטיק"...

איר ווייסט אפילו וואס גייען פאר מיט אונזערע בחורים היינט? איר ווייסט וויפיל א טאטע מוטשטעט זיך אפ מיט א גרויס מיידל היינטיגע צייטן? לאזט ענק אפ פון די אלע נארישקייטן, וכו' כו'...

אט דא האט מיין געדולד געפלאצט, און איך געב זיך א רוף אן צו דער שיינעם יוד: זארגט זיך נישט און 20 יאר פון יעצט וועלן זיי זאגן די זעלבע דרשות פאר דיין זון ווער ער וועט טוען די זעלבע!!!

דהיינו עס איז דא אזעלכע סארט מענטשען וואס אויף די עלטערע יארן ווערן זיי ערנסטער, וואס דאס איז זייער א נארמאלע זאך.

אבער וואס מיר שטערט אפט פון די סארט אידן איז, אז זיי פארגעסן אז און זייערע יונגע יארן האבן זיי אויסגעקוקט פונקט אזוי. אדער ערגער...

אז די ווילסט ווערן ערנסט, געזונטערהייט.

אבער ביטע לאז אפ די יונגעלייט. יעצט איז זייערע יארן און די און זייערע שיך האסט נישט געטוען אנדערש. איא ? דאן ביטע...

כלפי מה דברים אמורים?

איך דערמאן זיך ווי ווען א שיינע צאל פון די ניקים נאך וועם די עולם בענקט אזוי יעצט, זענען דא אנגעקומען. מיט וואספארא ברוך הבא מען האט זיי ענטפאנגען...

וויפיל מאל מען האט זיך אפגערעדט אויף זיי אז זיי פארשמירן דאס פלאץ מיט שטותים?

נאכמער, לאמיר נעמען אזא ניק ווי פאליק, וואס כו''ע מודו אז ער איז געווען א ברכה פארן קרעשטמע.

אפגעזען צו מען איז געווען איינשטימיג מיט אים אדער נישט איז ער למעשה געווען א איידעלע ניק מיט א זעלטענע סארט ישרות וואס איז געגאנגען זיין וועג מיט א גראדקייט און זיך נישט דערשראקן אינטער קיין שום אומשטענדן.

און ווען ער איז אוועק געגאנגען האבן אפילו זיינע גרעסטע קעגנער'ס עס באוויינט.

אבל דא עקא. ווען איך געדענק נאך יא און זיינע ערשטע צייטן וואס ער פלעגט אלץ אריינהייבן...

אפגערעדט פון די שארפע אישי'ס וואס ער פלעגט באקומען (וואס ווי פארשטענדליך ווייס איך נאר די פאר וואס ער האט פארענפטליכט) אבער אפילו דא אויפן וועלטעל בגלוי, זאל יעדער איינער מוחל זיין און גיין א קוק טאן וואס עס טוט זיך אויף די ערשטע פאר בלעטער פון די פרא טראמפ אשכול.

נאכמער איך געדענק ווי מיט איבער א יאר צוריק ווען א שיינע טייל פון די איצטיגע ניקים וואס רעדן זיך יעצט אפ זענען נאך ניטאמאל דא געווען...

אדער זענען זיי דעמאלט'ס געווען די נייע... ווי שוין דעמאלט'ס האט זיך דא געקאכט מיט די אשכול. ''צו איז די ניווא פון אייוועלט געפאלן''...

וואס איך וויל דא ארויסברענען?

אז יעדער איז אין אנהייב א נייער, און נניח אז ער שרייבט טאקע נישט גוט און אנהייב, ביסטו דאך נישט בעסער געווען! און נישט נאר דאס, איך געדענק נאך ווען מען האט שטילערהייט זיך געבייזערט אויף דיר, אלזא ביטע דריי נישט קיין קאפ און הער אויף צו קריטיקירן...

2- וואס האסטו פון אראפרייסן און אנטלויפן?!

פארציילט מיר א ניק: איך האב מיט א שטיק צייט צוריק גערעדט מיט איינער פון די גאר גרויסע ערשטע ניק'ס, זאגט ער מיר אויף איינעם וואס איז לבסוף געווען דא א וועלט'ס שרייבער וואס די עולם ווערט היינט משוגע פאר זיינע ארטיקלעך, אז ווען יענער איז נאך געווען פריש פלעגט ער שרייבן אזאנע שטותים, אז מען האט מורא געהאט אריינצוטרעטן און א אשכול ווי יענער האט זיך געפינען....

און מיט די צייט האט זיך יענער דערלערנט מער און מער דאס פארטל, און לבסוף איז ער געווארן ממש פון די שטערקסטע!!!

הנוגע לענינינו: נניח אז עס זענען טאקע דא געציילטע וואס קריכן ממש אויף די נערווען, אבער געדענק מיט אביסל געדולד און מיט אביסל הילף, קען ארויסבליען אן אוצר אדיר.

אבער מיט די מהלך פון שרייען א גאנצן צייט אז עס איז קינדעריש, און מיטן אנטלויפן פונעם וועלטל דערצו מיט א טראסק, דערלייגן ביידע... איך קען גאר א חשובע דיין וואס איז א איש האשכולות ממש. א יחסן, א ת''ח מופלג, א ידען עצום, א גוטע שפראך, אבער למעשה איז ער א אויסגעשפילטע מענטש.

פארוואס ? וויל ער גייט מיט די זעלבע זינלאזע און זעלבסטמארד מהלך וואס א טייל נעמען דא אן, דהיינו. דער דיין האלט אז עס קומט זיך אים א בעסער פלאץ אויפ'ן אויבען אן. אלזא וואס טוט ער? ער זעצט זיך בכלל נישט ארויף.......

און וואס פאסירט נאכדעים דארף איך נישט זאגן אדער מסביר זיין פאר קיינעם...

די זעלבע זאך דא. נניח אז די ביסט גערעכט. און די מצב איז טאקע איום ונורא.

די ווייסט וואס די עצה איז ?

הייב אן צו שרייבן! הייב אן צו גיסן מאמרים! הייב אן צו פירקלען דיינע מחשבות רעכטס און לינקס!

און וואס עס וועט נאכדעם פאסירן איז זייער פשוט. א טייל קינדער וועלן ווערן ערוואקסן און דער וואס וועט נישט קענען וועט פון זיך אליינס אויסברענען דורכ'ן נישט קענען מיטגיין מיטן שטראם...

(במאמר המוסגר - מיין איך אז דאס איז טאקע פון וואס די אלע חברה האבן מורא.. אז עס וועט אונטער וואקסן א נייע דור וואס וועט זיי שטופן און די זייט... האסט שוין אמאל באגעגנט די אויסדריק - ער איז מיר אויך געווארן א פיינע בחור - ? וואס הייסט ער איז ''מיר''? וואס האט דאס אז ער לערנט לעצטענס פלייסיג מיט דיר? און בכלל וואס שטערט עס דיר אז יענער וועט אויך לערנען פלייסיג? האב איך אמאל געזעהן ערגעץ אז דאס איז טאקע זיין פראבלעם אז יענער ווערט אויך ''מיר''. דהיינו נישט נאר איך ווען זיין נאר נאך איינער... ודי.

א אינטערעסאנטע זאך האב איך באמערקט אז ווען א פרישע ניק עפענט א אשכול וועט מען ווייניג זעהן אז אן אלטער זאל זיך באדאנקען, און אויב שוין יא וועט עס זיין מער ווייניגער די זעלבע ניקים וואס מען הערט זיי טאקע נישט א גאנצן טאג זיך אפרעדן... אולי הדברים קשורים???...

עכ''פ אויב קומט עס נישט מחמת גאווה איז אבער קלאר אז ווען זיי זאלן ווען ליינען די אלע פרישע אשכולות און נישט קוקן מיט א פאראורטייל אויף א נייע ניק, אז עה וואס קען שוין יענער, הלמאי ער איז דאך נישט קיין שר האלפיים?

די גרעסטע ליצנות איז נאך ווען איינער וואס איז מכלומרשט א נייער זאגט עפעס און עס ווערט אויפגענומען מיט ביטול ווייל ער איז דאך א נייער... אבער כפי האמת איז ער טאקע דער זעלבער צו וועם די עולם בענקט אזוי נאר ער איז באהאלטן אונטער א נייע שלייער...)

3- פארברענגען מהו?

עס איז לעצטענס ג'עפענט געווארן דא אשכול און פארברענגן מיט עפעס א שטות, זענען געקומען תיכף צו לויפן א פאר פון די פארשטייערס און אים אנגעשריגן אז ער פארטרייבט די גוטע חברה.

האט יענער געענפערט קורץ און שארף: פארדעים איז דאך עס געווען און פארברענגען...

עס קומט מיר צו לאכן אדער אפשר צו וויינען ווען מען זעהט ווי די עולם קרטיקירט אויף פארשידענע תגובות און מאמרים ווען ווען איינער כאפט נאר א בליק אויף די אלע מאמרים פון אט די שרייבער'ס נאך וועם די עולם בענקט אזוי זענען אנגעפילט מיט אט די זעלבע געדאנקען גאנג...

א דוגמה קטנה (און איך וואלט מייעץ געווען יעדער פון די אפרעדער'ס זאל זיי מוחל זיין און אראפגיין און קעלער און אפליינען די ארטיקלען פון די ערשטע ניקים) מיר אלע ווייסן צו זאגן איבער די ניק לכתחילה אריבער, און וויפיל ער האט צוגעגעבן פארן וועלטל.

איך מיין אז מען קען זאגן בפה מלא אז עס איז נישט געווען בדומה לו דערווייל דא אינעם קרעטשמע.

אט כאפט א בליק אויף זיינס א אשכול און זאגט מיר די אמת וואס וואלט געווען אייער רעאקציע אויב איינער מיט ווייניגער תגובת ווי 2000 וואלט ווען אזאנס געשריבן היינט צוטאג'ס...

עכ''פ וואס איך וויל ארויסברענגען, אז פארדעם איז פארברענגען געמאכט. און ווער עס קען נישט דערהייבן די שטותים. - כלשונו- דארף נישט אריינגיין אהין...

און דא קום איך צו צו מיין פערדע נקודה:

4- קוק נישט!

זייער אסאך פון די טענות פונעם ציבור איז געווידמעט צו די טראמפ ניייעס אשכולות.

מיין עצה פאר זיי - עס איז נישט געמאכט פאר שוואכע הערצער...

(אפגערעדט פון די אבסורדקייט, ווען איך זע ווי א פרישע ניק (אנגעקומען דא אינמיטן 2016) קריטיקירט אשכולות וואס עס זיצן דארט ניק'ס וואס שרייבן שוין דא נאך פאר ער האט אפילו געוויסט פון אייוועלט...)

און צום לעצט נקודה:

5- טרוקענע ציפערן

זינט אנהייב מארטש זענען צוגעקומען דא אזוי:

און היימישע קרעטשמע - (און די ערשטע בלאט אליינס) 22 פרישע אשכולות

און אין פארברענגען 11 פרישע

אלזא איינער האט נאך עפעס טענות???

ייש"כ לידידי שואף פארן הילף מיט דעם וויכטיגן אנאליז.
לעצט פארראכטן דורך יאסעלע אום דאנערשטאג מארטש 23, 2017 7:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

יאסעלע
נאדיר ;l;p-

עגר"י מיט יעדע ווארט
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

פרידן, איך האב דיין תגובה קיינמאל פריער נישט געזען, אבער יעצט זע איך אז קלוגע מענטשן טראכטן אייניג...

און דערמיט אפעליר איך צו אלע אנטלאפענע גרויסע ניק'ס: אויב זענט איר אנטלאפן וויבאלד די יונגע כוחות האבן אנגעהויבן שפראצן, דאן קומט ביטע נישט צוריק!
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

יאסעלע שכח פארן עס שרייבן

#וואס איינער שרייבט טראכטן מער
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

און דערמיט וויל איך קלארשטעלן: סיי וועלכע ניק ס'וויל זיך מתווכח זיין מיט מיר בין איך מוכן ומזומן.
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכל'דיג »

יאסעלע האט געשריבן:און דערמיט וויל איך קלארשטעלן: סיי וועלכע ניק ס'וויל זיך מתווכח זיין מיט מיר בין איך מוכן ומזומן.

די האסט אסאך איבריג צייט ?
עס איז קלאָר יא געווען א געיט אין מירן דורך די ציוניסטישע פאליציי ר"ל
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

מיין מיסיע איז חשוב ביי מיר, איך רוף עס נישט צייט פארברענגעריי.
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

געוואלדיג יאסעלע! איך שטיי מיט-מיט דיר חזק ואמץ!

אני הקטן האב שוין אויך אסאך מעורר געווען וועגען דעם, און וועל אי"ה ווייטער מעורר זיין איבער דעם און מיט די צייט וועט די פלאץ ווערען מער און מער פרענדלי צי נייע מעמבערס בעזהש"ית.
Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Naftule »

איך האב וואס צוצולייגן צום שמועס דא, אבער זייענדיג איינע פון די וועלכע איר רופט אן ''גרויסע ניק'ס'' שפיר איך אז מיינע ווערטער וועלן סייווי נישט דערהערט ווערן, וועסט זאגן אז וואס פארשטיי איך דען? איך בין נישט אין דיינע שיך וכו'. מילא וועלן מיר זיך שטיל האלטן
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

ניין, אדרבא, מיר ווילן נישט אראפרייסן די גרויסע ניק'ס, ווייל דו ביסט בכלל נישט אזוי גרויסהאלטעריש, און בכלל איז עס נישט א רעוואלאציע פון אלטע ניק'ס איבערצונעמען אייוועלט פון די אלטע גווארדיע...
מיר ווארטן צו הערן די צווייטע זייט מטבע און איר דיסקוטירן, און אויב שטעלט זיך עס ארויס גערעכט וועל איך מיר שטעלן אויף יענע זייט.
נו, טינקט איין ס'פעדער אינעם פלעשל, און זאגט אייער מיינונג.
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Naftule »

אוי האסט מיר געהארגעט...איך בין פון די גרויסע? לאל! נאר זיך געוואלט ווערטל'ן...! און ניטאמאל צו דעם טויג איך :grin:
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

איך הייס פון די אלטע ניקס...? נע, כ'האב נאכנישט געהאט מיין ערשטע בירטדעי דא אויף אייוועלט, און גרויס, מיט וואס?

נעווער מיינד, איך טינק איין מיין פעדער און כ'שרייב פאר יאסעלע נאר 1 ווארט, אלס בעל גאווה פארגין איך דיר נאר 1 ווארט:
גערעכט!!!

פעלט דיר אויס מער יאסעלע? אויב בינעך פון די אלטע דאן זאל די ווארט דינען אלס א רוקן פון אן אלטע, און אויב בינעך פון די יונגע זאל דאס דינען אלס נאך א קול אינעם 'יונגע ניקס' גרופ.

מיינע טענות אויף קינדערישקייט זענען נאר קעגן אלטע ניקס וואס פירן זיך נאך אלס אויף ווי קינדער...
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

איך באציה מיר צו די ניק'ס וואס סטראשענען צו אוועקגיין אדער זענען שוין געגאנגען פון דא, ווייל די תגובות זענען צו קינדעריש.
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

יאסעלע טייערער, ס'גראדע דא נאך א סיבה וואס דאס שטערט אסאך ניק'ס (ואני בתוכם) די ווילדקייט פון אסאך יונגע ניקס, לעצטענס זענען אנגעקומען אסאך נייע ניקס מיטן בלויזן ציל צו פליקן און רייסן אין יעדע זאך וואס רירט זיך, און אפציעל (אדער אומאפציעל) געמאלדן אז זיי זענען דא זיך ארומצואמפערן מיט יעדער וואס טראכט נישט ווי זיי.

טאקע נישט די זעלבע ווי דיין נושא, אבער דאך מעניין לעניין א זאך וואס האט יא א שטיקל א קשר מיט נייע ניקס (צומאל דאבל כדי זיך צו קענען אויפרייסן מיט די נייע און לאזן די אלטע ריין).
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זייער זייער ריכטיגע ווערטער
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

@יאסעלע, א וואליד פוינט, זייער געשמאק צולייגט.

איך ווייס נישט צו איך בין פון די עלטערע, וויאזוי רעכענט מען דאס? וויפיל יאר דארף מען זיין איינגעשריבן צו ווערן קאנסידערט אלס א ׳עלטערע׳ ניק?

לגוף הענין, עס זענען דא פול נייע ניקים וואס שטערן קיינעם נישט, פארקערט גאר, מען פריידט זיך שטארק צו זיי, נאכדעם זענען פארהאן ניקים וואס כאפן אביסל שטייטער די סיסטעם, וואס איז זייער א נארמאלע זאך.

עס פאדערט זיך לדעתי ארבעט פון ביידע זייטן, די עלטערע דארפן האבן אביסל מער סבלנות, די יונגערע אביסל מער התבוננות.

דאס וואס געוויסע אנטלויפן צוליב דעם, דאס איז זיכער קינדעריש אז נאר.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

טריסקער האט געשריבן:יאסעלע טייערער, ס'גראדע דא נאך א סיבה וואס דאס שטערט אסאך ניק'ס (ואני בתוכם) די ווילדקייט פון אסאך יונגע ניקס, לעצטענס זענען אנגעקומען אסאך נייע ניקס מיטן בלויזן ציל צו פליקן און רייסן אין יעדע זאך וואס רירט זיך, און אפציעל (אדער אומאפציעל) געמאלדן אז זיי זענען דא זיך ארומצואמפערן מיט יעדער וואס טראכט נישט ווי זיי.

טאקע נישט די זעלבע ווי דיין נושא, אבער דאך מעניין לעניין א זאך וואס האט יא א שטיקל א קשר מיט נייע ניקס (צומאל דאבל כדי זיך צו קענען אויפרייסן מיט די נייע און לאזן די אלטע ריין).

אויב דו רעדסט פון די וואס קומען אריין לכתחלה מיט א איינזייטיגקייט און הייבן תיכף אן פון זאגן זייער מיינונג, ווילאנג דו ווייסט וואס ער וויל און וואס זיין ציל איז דא, ליינסטו שוין אנדערש זיינע תגובות, ווייל דו זעסט דאך אליין אז זיי זענען אויף א מיסיע, און די וואס זענען אריין משוגע אזויווי קרעמלין וכדומה, האבן קיינמאל נישט מאריך ימים געווען אויפן וועלטל.
אבער סתם אראפרייסן א ניק ווייל ער איז פריש דא, האט נישט קיין שום פשט און הסבר, און ווי פריער ערקלערט באריכות.

בוידעם: הוא אשר דברתי, ומי יתן והיה.
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

יאסעלע האט געשריבן:

אראפרייסן סתם פאר יענעמ'ס פרישקייט איז שוין באמת אן עוולה, דאס איז שוין רשעות. איך האב נאר געמיינט די עצם זיך אויפרעגן אין הארץ אויף די ווילדקייט וואס פארנעמט א שיינעם פלאץ היינט צוטאגס, ס'איז שווער זיך צו דרייען צווישן קוילן און יעדע מינוט זיך דארפן אוועקדרייען און אויסקראסן פרישע קוילן.
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

ווילדע אשכולות ווערן ממילא פארשפארט איינס צוויי.
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

גערעכט, און דאס איז א מעלה. אבער עס באקומט א פנים פון א שלאכטפעלד וואס די זייטן זענען נאך אנגעצויגן און יעדע מינוט קען אויספלאצן א פרישע קריג, און ס'וועלן נאכאמאל פליען אפאר קוילן און באמבעס פון עפעס א ריכטונג. גערעכט אז צום סוף פארשפארט מען און מ'מעקט ווילדע תגובות, אבער דאס האלט נישט צוריק נייע שלאכטן, און אסאך אנטלויפן פשוט פונעם פראנט (ליין: אייוועלט אין זייער אויגן).
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

איך האב מיר די ערשטע מאל איינגעשריבען אין 2011, מיין ערשטע פאר תגובות איז געוועהן אין ענגליש און איך קוק היינט צוריק דערויף און איך שעם זיך אז א איד וואס רעדט נאר אידיש זאל נישט קענען שרייבען א נארמאלע סענטענס אין אידיש.

און אין פאבליק האב איך פעסט געכאפט פארען שרייבען נישט-שכל׳דיג און נישט צום זאך. אבער א דאנק די צוויי ניקים, וויכטיג מאכער און מידער וואס האבען מיר געשריבען אין אישי חיזוק און דאס האט מיר געגעבן די מוט דא צו בלייבען און אנהאלטען דאס שרייבען.

היינט צוטאגס, ווער רעדט נאך פון א גוט ווארט, ווייל אפו׳ דער גאר גוטע שרייבער קריגט קוים זיין וויכטיגע אנערקענונג. א דאנק יוסל פארען אויפברענגען אזא וויכטיגע נושא!
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

איך וויל נישט פארקריכן פונעם נושא, אבער מטעמים דאס וואס דו זאגסט איז זייער ריכטיג.

מטעמים האט געשריבן:היינט צוטאגס, ווער רעדט נאך פון א גוט ווארט, ווייל אפו׳ דער גאר גוטע שרייבער קריגט קוים זיין וויכטיגע אנערקענונג. א דאנק יוסל פארען אויפברענגען אזא וויכטיגע נושא!

איינע פון די ניקים וואס האט לעצטנ'ס באשלאסן אוועקצוגיין, זאגט מיר אין אישי אז ער האט שעות געארבעט פער ארטיקל, און ער ווארט נאך יעצט צו העקן פידבעק, חוץ פון ייש"כ האט ער גארנישט באקומען, און ער האט אפגעטייטשט אז מ'ליינט עס ניטאמאל, מ'טוט אים נאר א טובה אז מ'מאכט זיך בלויז וויסנדיג.

כאטש איך האלט נישט אז ער איז גערעכט, אבער אויב שרייבט ער בחינם און וויל אנערקענונג, זאל ער עס בעטן ברבים, אנטלויפן וועט אים נישט ברענגען צופיל מער כבוד.
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

יאסעלע האט געשריבן:איך וויל נישט פארקריכן פונעם נושא, אבער מטעמים דאס וואס דו זאגסט איז זייער ריכטיג.

מטעמים האט געשריבן:היינט צוטאגס, ווער רעדט נאך פון א גוט ווארט, ווייל אפו׳ דער גאר גוטע שרייבער קריגט קוים זיין וויכטיגע אנערקענונג. א דאנק יוסל פארען אויפברענגען אזא וויכטיגע נושא!

איינע פון די ניקים וואס האט לעצטנ'ס באשלאסן אוועקצוגיין, זאגט מיר אין אישי אז ער האט שעות געארבעט פער ארטיקל, און ער ווארט נאך יעצט צו העקן פידבעק, חוץ פון ייש"כ האט ער גארנישט באקומען, און ער האט אפגעטייטשט אז מ'ליינט עס ניטאמאל, מ'טוט אים נאר א טובה אז מ'מאכט זיך בלויז וויסנדיג.

כאטש איך האלט נישט אז ער איז גערעכט, אבער אויב שרייבט ער בחינם און וויל אנערקענונג, זאל ער עס בעטן ברבים, אנטלויפן וועט אים נישט ברענגען צופיל מער כבוד.

הרבה חללים היפילו, וכבר צווחו בזה קדמאי
viewtopic.php?f=3&t=30446
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

יאסעלע, גערעכט. פינטל.
(קוק צוריק אויף מיינע ערשטע 100+ תגובות דא, איך גלייב אליין נישט אז איך האב עס געשריבן... ברם זכור געלעגער, קנאפער, למעלה און מאן יימר לטוב וכו')
...
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”