איך דארף אינטערנעט "שלא" לצורך פרנסה, מעג איך?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » דאנארשטאג מארטש 16, 2017 11:54 pm

מיינסט אז א רב וואס איז נאכנישט געווען א אשה קען פסק'נן דיני נשים
מיינסט אז א רב וואס איז נאכנישט געווען א עושר קען פסק'נן הלכות פאר א עושר.

ס'נארישקייטן און אויך ....
די תורה קען יעדן, און דער רב קען די תורה

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4999
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג מארטש 17, 2017 12:07 am

בלעטל האט געשריבן:מיינסט אז א רב וואס איז נאכנישט געווען א אשה קען פסק'נן דיני נשים
מיינסט אז א רב וואס איז נאכנישט געווען א עושר קען פסק'נן הלכות פאר א עושר.

ס'נארישקייטן און אויך ....
די תורה קען יעדן, און דער רב קען די תורה

;l;p-
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג מארטש 17, 2017 12:16 am

עד שתגיע למקומו גייט אן אויף דיין זיין לכף זכות.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » פרייטאג מארטש 17, 2017 12:16 am

ווען די שורת הדין איז תלוי אין פראקטישע חלקים ווי למשל הפסד מרובה, צורך פרנסה, דיני חולה וכדומה זענען אסאך מענטשן מעדיף צו פרעגן א רב מיט צוויי פיס אויף די קרקע, און פארשטייט אן עסק אויך, צו קענען גוט ארויסהאבן דעם הפסד מרובה וכו'

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » פרייטאג מארטש 17, 2017 12:23 am

זאג.. אויב דיין ציל איז טאקע וויסן די דעת תורה, אבער באמת איז דאס דיין ציל ודוק. נישט יוצא זיין לגבי וכו' אז כ'האב יא געפרעגט א רב..
וואלסטו ענדערש געפרעגט א שאלה פון נו"ב חת"ס ד"ח, אדער איינער וואס איז מיט צוויי פיס אויף די קרקע ווי דו רופסט עס וואס איז אויך א רב?

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » פרייטאג מארטש 17, 2017 12:29 am

פרעגן איינער וואס האט גוט ארויס די שאלה, קומט בדר"כ פון זוכן גרונטליך דעם אמת, די אלע וואס די האסט אויסגערעכנט האבן פיין פארשטאנען אן עסק חוץ מגדולת תורתם, און האבן צומאל גאר שטארק מקיל געווען לצורך יודישע פרנסות.
מהיכ"ת אז דער וואס פארשטייט מילי דעלמא על בוריים "איז אויך א רב" - כלשונך?

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4999
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג מארטש 17, 2017 12:30 am

בלעטל האט געשריבן:זאג.. אויב דיין ציל איז טאקע וויסן די דעת תורה, אבער באמת איז דאס דיין ציל ודוק. נישט יוצא זיין לגבי וכו' אז כ'האב יא געפרעגט א רב..
וואלסטו ענדערש געפרעגט א שאלה פון נו"ב חת"ס ד"ח, אדער איינער וואס איז מיט צוויי פיס אויף די קרקע ווי דו רופסט עס וואס איז אויך א רב?

ס'דא טעיפס פון סאטמארער רבי זצ"ל וואו ער שמועסט מילי דעלמא מיט גאר פשוט'ע אידן, ווייל ער האט יא געהאלטן אז עס איז וויכטיג פאר א רב צו זיין "מיט צוויי פיס אויף די קרקע."

ער האט אויך געהאט א שטיקל ידיעה (און אפשר אפי' מער ווי א שטיקל) אין צייטונגען, לאו דוקא היימישע אדער אפי' פרומע.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 812
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » פרייטאג מארטש 17, 2017 12:32 am

איך כאפ נישט די פראגע פונקט. הרב וואזנער זצ"ל האט טאקע געזאגט נאר לצורך פרנסה.

אבער ווי עס ווייזט זיך אויס נעמען די היינטידע רבנים נישט אן די פסק ווי יעדער קען זיך איבערצייגען אז 'אלע' היימישע פילטער'ס לאזן אדורך אויך פלעצער שלא לצורך הביזנעס.

ווייל אינטרנעט איז היינט ביי פיל מענטשען א חלק פון באקוועמליכקייט אין לעבן, פונקט ווי א טעלעפוין און וואש מאשין, און מען קען דאס נישט אוועק נעמען פון מענטשען, איז די חלק הרע ווי שמוץ און כפירה שפארט מען אפ לויט ווי די קהילה האט אוועקגעשטעלט, משומר-גדר אביסל שארפער און טעג אביסל לייכטער, און עס בלייבט א כשרע באקוועמע כלי וואס די באשעפער האט געשאנקען פאר די היינטיגע דור.

יא גערעכט די רב רעדט ביי דרשות אז בעסער נישט צו האבן א מגע ומשא דערמיט וכדו' אבער דאס איז געהעריג מותר והמחמיר תבוא עליו ברכה.
א'מונה ב'טחון ג'עלט

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » פרייטאג מארטש 17, 2017 12:36 am

[*]
צד תמות האט געשריבן:פרעגן איינער וואס האט גוט ארויס די שאלה, קומט בדר"כ פון זוכן גרונטליך דעם אמת, די אלע וואס די האסט אויסגערעכנט האבן פיין פארשטאנען אן עסק חוץ מגדולת תורתם, און האבן צומאל גאר שטארק מקיל געווען לצורך יודישע פרנסות.
מהיכ"ת אז דער וואס פארשטייט מילי דעלמא על בוריים "איז אויך א רב" - כלשונך?

האסט נישט פארשטאנען וואס איך זאג זע איך, אבער כ'וועל אניוועי ענטפערן

אוודאי האבן זיי געוואוסט, נאך ווי געוואוסט, אבער די 'צד תמונות פון יענע דור האבן גראדע גע'טענה'ט די זעלבע, אז זיי קענען נישט פרעגן איינער וואס קריכט אין הימל.

סאטמאר רב איז אמאל געווען ביי א אסיפה וואו מ'האט דן געווען אויף א צעטל געשריבן אין אונגאריש און קיינער האט נישט געזאגט דערוועגן חוץ ער האט געטראפן די מאלער ביי איין סעיף, האט ער זיך נאכדעם געווערטלט אז ער האט קיינמאל געלערנט אונגאריש און ער קען עס בעסער ווי די אלע וואס האבן יא.

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » פרייטאג מארטש 17, 2017 12:43 am

איך האב מיך בלויז באצויגן צו די תגובה וואס איז משווה דיני נשים וכו' - וואס זענען הארטע פסקים - אין נישט תלוי אינעם מצב פונעם אינדעוואודעאלן שואל, משא"כ באופן וואס די הלכה איז געבויט אויף פראקטישע מושגים, ווי הפסד מרובה וכו', וואס כדי דאס צו קענען פסקנ'ן מוז מען פארשטיין די צורך פונעם שואל אין זיין מצב, ודוק היטב

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » פרייטאג מארטש 17, 2017 11:12 am

אני הקטן וואלט געזאגט, אז אויב "דארף מען" האבן אונטערנעט לצורך פרנסה, און מען האט א שטרענגע ווייט ליסט, קען מען אמאל אמאל צולייגן צו דעם ליסטע אויך א סייט וואס מען דארף נישט דוקא לצורך פרנסה, בתנאי אז מען ווייסט קלאר אז דאס וועט דיר נישט מאכן קיין פראבלעמען ברוחניות אדער בגשמיות. עכ"ז איז בעסער וואס ווייניגער, ווי האט יענער געזאגט, אז דו דארפסט עסן טריפות לעק כאטשיג נישט אויס די ביינער.

פארשטייט זיך אז עס איז אלץ בעסער און כדאי דאס אדורכצושמועסן פריער מיט א דעת תורה

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

איך דארף א שמיציגע צייטונג "שלא" לצורך, מעג איך?

תגובהדורך סתם אזוי » פרייטאג מארטש 17, 2017 12:06 pm

צום קעפל:
איך דארף א שמיציגע צייטונג "שלא" לצורך, מעג איך?

איך וויל קויפן א גוי'אישע שמיציגע צייטונג, מיט די ערגסטע אויסגעלאסענע בילדער, ווייל איך דארף:
1. זעהן ביי די נארמאלע ריינע עדווערטייזמענט צו ס'דא צו קויפן שיך פאר ביליג פאר די קינדער.
2. אדער קויפן א קליידל פאר ביליג פאר די קליינע מיידל.
3. טרעפן א נייעס אז טשעיס, סיטי, וכו, וכו האט ארויסגעלייגט א גאר גוטע קרעדיט קארד אפפער.
4. אדער אפפער פון העלטה אינשורענס.
5. נאכקוקן ווער ס'טוט דעוועלאפן בילדער פאר ביליג.
6. ליינען אינפארמאציע איבער געזונטהייט ענינים.
7. נישטערן אינפארמאציע איבער א הויז צו קויפן (צו וואוינן, נישט אינוועסמענט).

די ליסטע גייט ווייטער און ווייטער, נאר אנגעכאפט וואס סאיז בייגעפאלן אויפן מינוט וכו' וכו'

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1020
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » פרייטאג מארטש 17, 2017 12:18 pm

א שמיציגע צייטונג קען מען דעך נישט פילטערן

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1020
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » פרייטאג מארטש 17, 2017 12:29 pm

פאקטען האט געשריבן:אויף דעם האט שוין די רבי געפסקנט אז מזאל האבן א טעבלעט אין קאר

וואס טי איך אז כ'האב נישט קײן קאר

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 704
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » פרייטאג מארטש 17, 2017 12:35 pm

נו שוין האט געשריבן:נניח איך בין א אינגערמאן ביים ארבעט פון 9-5 , איין זייטל קען איך עקסעסן, די ביזנעס זייטל, די איבריגע איז געשלאסן, די פאלגנדע דארף געטוען ווערן שלא לצורך פרנסה.

1. קויפן שיך פאר ביליג פאר די קינדער.
2. קויפן א קליידל פאר ביליג פאר די קליינע מיידל.
3. באצאלן טשעיס, סיטי, וכו, וכו קרעדיט קארדס.
4. האלטן מיין פערסאנאל באנק חשבונות.
5. באצאלן עלעקטאריק , געז און טעלעפאון ביל
6. אויפסיינן פאר העלטה אינשורענס
7. טרעקן א פעקל געשיקט דורך יו פי עס
8. טשעקן טרעפיק, וועיז.
9. דעוועלאפן בילדער פאר ביליג.
10. זוכן אינפארמאציע איבער געזונטהייט ענינים.
11. אינפארמאציע איבער א הויז צו קויפן (צו וואוינן, נישט אינוועסמענט).
12. טשעקן מיין טעקס רעטורן סטאטוס.

די ליסטע גייט ווייטער און ווייטער, נאר אנגעכאפט וואס סאיז בייגעפאלן אויפן מינוט, איז, מעג איך האבן א סמארט פאון אדער אינטערנעט שלא לצורך פרנסה? אדער די אלע פריוויליגיעס זענען נאר פאר די וואס קענען נוצן די אינטערנעט אין די צייט פון ארבעט, דהיינו 9-5, און די אלע וואס קענען נישט טוען די אלע אויבערדערמאנטע זאכן בשעתן ארבעט טארן נישט.


גוט ארויס געברענגט, (נקודה למחשבה)

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » פרייטאג מארטש 17, 2017 12:36 pm

און, מעג מען??

זייער א גוטער משל.

כ'האב נאך א בעסערע משל. איך דארף עפעס ערלעדיגן אין ניו יארק סיטי. אדער בעסער געזאגט, אין די מערב וועלט. מעג איך אהין פארן עס ערלעדיגן?

מיר אלע, ערליכע אידן, וואוינען טאקע דא אין די מוסולמענע ערליכע לענדער, וואו מ'זעהט ב"ה נישט אזויפיל פריצות, אויב בכלל. אבער אויב ברויך מען עפעס ערלעדיגן אין די מערב וועלט, נישט לצורך פרנסה, מעג איך? ב"ה דער עולם דא ווייסט קוים, אבער אין די פארדארבענע פריצות'דיגע פארפוילטע מערב וועלט איז דער מצב איום ונורא. שמוציג, אויסגעלאסן. צוליב הרחק מן הכיעור וועל איך נאר אזויפיל זאגן, זייער עבירה איז נישט אז זיי גייען נישט מיט קיין שאל.

(אה, אונז וואוינען מיר אינעם ערוות הארץ? פון ליינען כמה אשכולות און תגובות דא בין איך געווען זיכער אז אונז וואוין מיר אין סאמאליע צי סאודי אראביע. אויב איינער ווייסט אז א סקרין צי פאפיר איז הארבער ווי ריעל לייף, זאל ער ברענגען א מקור. אויב עפעס איז פארקערט).
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

home
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 20, 2012 10:23 pm

תגובהדורך home » פרייטאג מארטש 17, 2017 12:53 pm

מי חכם האט געשריבן:און, מעג מען??

זייער א גוטער משל.

כ'האב נאך א בעסערע משל. איך דארף עפעס ערלעדיגן אין ניו יארק סיטי. אדער בעסער געזאגט, אין די מערב וועלט. מעג איך אהין פארן עס ערלעדיגן?

מיר אלע, ערליכע אידן, וואוינען טאקע דא אין די מוסולמענע ערליכע לענדער, וואו מ'זעהט ב"ה נישט אזויפיל פריצות, אויב בכלל. אבער אויב ברויך מען עפעס ערלעדיגן אין די מערב וועלט, נישט לצורך פרנסה, מעג איך? ב"ה דער עולם דא ווייסט קוים, אבער אין די פארדארבענע פריצות'דיגע פארפוילטע מערב וועלט איז דער מצב איום ונורא. שמוציג, אויסגעלאסן. צוליב הרחק מן הכיעור וועל איך נאר אזויפיל זאגן, זייער עבירה איז נישט אז זיי גייען נישט מיט קיין שאל.

(אה, אונז וואוינען מיר אינעם ערוות הארץ? פון ליינען כמה אשכולות און תגובות דא בין איך געווען זיכער אז אונז וואוין מיר אין סאמאליע צי סאודי אראביע. אויב איינער ווייסט אז א סקרין צי פאפיר איז הארבער ווי ריעל לייף, זאל ער ברענגען א מקור. אויב עפעס איז פארקערט).

;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol:
די זאגסט דאך גיט

א_געדאנק
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 19, 2017 9:03 am

תגובהדורך א_געדאנק » פרייטאג מארטש 17, 2017 1:06 pm

נו שוין האט געשריבן:נניח איך בין א אינגערמאן ביים ארבעט פון 9-5 , איין זייטל קען איך עקסעסן, די ביזנעס זייטל, די איבריגע איז געשלאסן, די פאלגנדע דארף געטוען ווערן שלא לצורך פרנסה.

1. קויפן שיך פאר ביליג פאר די קינדער.
2. קויפן א קליידל פאר ביליג פאר די קליינע מיידל.
3. באצאלן טשעיס, סיטי, וכו, וכו קרעדיט קארדס.
4. האלטן מיין פערסאנאל באנק חשבונות.
5. באצאלן עלעקטאריק , געז און טעלעפאון ביל
6. אויפסיינן פאר העלטה אינשורענס
7. טרעקן א פעקל געשיקט דורך יו פי עס
8. טשעקן טרעפיק, וועיז.
9. דעוועלאפן בילדער פאר ביליג.
10. זוכן אינפארמאציע איבער געזונטהייט ענינים.
11. אינפארמאציע איבער א הויז צו קויפן (צו וואוינן, נישט אינוועסמענט).
12. טשעקן מיין טעקס רעטורן סטאטוס.

די ליסטע גייט ווייטער און ווייטער, נאר אנגעכאפט וואס סאיז בייגעפאלן אויפן מינוט, איז, מעג איך האבן א סמארט פאון אדער אינטערנעט שלא לצורך פרנסה? אדער די אלע פריוויליגיעס זענען נאר פאר די וואס קענען נוצן די אינטערנעט אין די צייט פון ארבעט, דהיינו 9-5, און די אלע וואס קענען נישט טוען די אלע אויבערדערמאנטע זאכן בשעתן ארבעט טארן נישט.


פאר די פרעגסט די שאלה פין אן הלכה'דיגן שטאנדפונקט, דארפסטו פרעגן דיין בעה"ב אויב ער איז מסכים זאלסט ניצן זיינע כלים פאר דיין פערזענליכע ענינים. נאכדעם לאז וויסן פאר'ן עולם וואס די תשובה איז אויף דעם שאלה, פאר מיר פערזענליך איז עס נוגע פאר א ענליכער ענין, כ'פלאן א וואקאציע, און כ'ברויך מיט שלעפן פעק און זעק נאר פאר עסן אליין, אויב קען מען מתיר זיין איסורים פשוט זיך צו באקוועם מאכן, אפשר קען איך אויך באקומען אן היתר צו עסן אין מעקדאנאלדס, כ'מיין ס'סאך גרינגער, כ'שפאר זיך אסאך געלט קודם ווייל די עקסטרע רענצל קאסט געלט ארויף צו טראגן אויפן פליגער און נאכדעם בכלל איז מעקדאנאלדס ביליגער ווי גרילל אן לי אדער גאטליבס רעדי פוד...
טראכט אריין אין יענעמ'ס געדאנק, אפשר פארשטייט ער בעסער פין דיר!

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 704
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » פרייטאג מארטש 17, 2017 1:11 pm

מי חכם האט געשריבן:און, מעג מען??

זייער א גוטער משל.

כ'האב נאך א בעסערע משל. איך דארף עפעס ערלעדיגן אין ניו יארק סיטי. אדער בעסער געזאגט, אין די מערב וועלט. מעג איך אהין פארן עס ערלעדיגן?

אויב דארפסטו. דארפסטו דאך עס טהון האסט נישט קיין אנדערע מהלך, און ווען מען גייט שוין יא אויף די פלעצער איז דא אוועק וויאזוי מען זאל גיין אויף די אלע פלעצער

באט דא רעד מען נישט אז סאיז נישט דא קיין אנדערע וועג.

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » פרייטאג מארטש 17, 2017 1:14 pm

א_געדאנק האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:נניח איך בין א אינגערמאן ביים ארבעט פון 9-5 , איין זייטל קען איך עקסעסן, די ביזנעס זייטל, די איבריגע איז געשלאסן, די פאלגנדע דארף געטוען ווערן שלא לצורך פרנסה.

1. קויפן שיך פאר ביליג פאר די קינדער.
2. קויפן א קליידל פאר ביליג פאר די קליינע מיידל.
3. באצאלן טשעיס, סיטי, וכו, וכו קרעדיט קארדס.
4. האלטן מיין פערסאנאל באנק חשבונות.
5. באצאלן עלעקטאריק , געז און טעלעפאון ביל
6. אויפסיינן פאר העלטה אינשורענס
7. טרעקן א פעקל געשיקט דורך יו פי עס
8. טשעקן טרעפיק, וועיז.
9. דעוועלאפן בילדער פאר ביליג.
10. זוכן אינפארמאציע איבער געזונטהייט ענינים.
11. אינפארמאציע איבער א הויז צו קויפן (צו וואוינן, נישט אינוועסמענט).
12. טשעקן מיין טעקס רעטורן סטאטוס.

די ליסטע גייט ווייטער און ווייטער, נאר אנגעכאפט וואס סאיז בייגעפאלן אויפן מינוט, איז, מעג איך האבן א סמארט פאון אדער אינטערנעט שלא לצורך פרנסה? אדער די אלע פריוויליגיעס זענען נאר פאר די וואס קענען נוצן די אינטערנעט אין די צייט פון ארבעט, דהיינו 9-5, און די אלע וואס קענען נישט טוען די אלע אויבערדערמאנטע זאכן בשעתן ארבעט טארן נישט.


פאר די פרעגסט די שאלה פין אן הלכה'דיגן שטאנדפונקט, דארפסטו פרעגן דיין בעה"ב אויב ער איז מסכים זאלסט ניצן זיינע כלים פאר דיין פערזענליכע ענינים. נאכדעם לאז וויסן פאר'ן עולם וואס די תשובה איז אויף דעם שאלה, פאר מיר פערזענליך איז עס נוגע פאר א ענליכער ענין, כ'פלאן א וואקאציע, און כ'ברויך מיט שלעפן פעק און זעק נאר פאר עסן אליין, אויב קען מען מתיר זיין איסורים פשוט זיך צו באקוועם מאכן, אפשר קען איך אויך באקומען אן היתר צו עסן אין מעקדאנאלדס, כ'מיין ס'סאך גרינגער, כ'שפאר זיך אסאך געלט קודם ווייל די עקסטרע רענצל קאסט געלט ארויף צו טראגן אויפן פליגער און נאכדעם בכלל איז מעקדאנאלדס ביליגער ווי גרילל אן לי אדער גאטליבס רעדי פוד...


ניין, מען טאר נישט.

נאר לצורך פרנסה מעג מען עסן אין מעקדאנעלדס, און נאר לצורך פרנסה מעג מען קויפן שמוציגע צייטונגן, און נאר לצורך פרנסה מעג מען שרייבן א גאנצע "נאכט" אויף אייוועלט.

א_געדאנק
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 19, 2017 9:03 am

תגובהדורך א_געדאנק » פרייטאג מארטש 17, 2017 1:24 pm

בלעטל האט געשריבן:מיינסט אז א רב וואס איז נאכנישט געווען א אשה קען פסק'נן דיני נשים
מיינסט אז א רב וואס איז נאכנישט געווען א עושר קען פסק'נן הלכות פאר א עושר.

ס'נארישקייטן און אויך ....
די תורה קען יעדן, און דער רב קען די תורה

עיין בדבר"י פר' יתרו (כ'דענק נישט פונקט וועלעכ תורה, אבער די (סאטמארע) רבי זצ"ל זאגט אז יתרו האט מען גענוצט ווען מ'האט געוואלט מבאר זיין א גוי'ישער ענין און די רבנים האבן זיך נישט געוואלט מטפל זיין מיט די ענינים) אבער (סאטמארע) רבי זצ"ל ענדיגט אז א רב האט סייעתא דשמיא, דאכט זיך אז ער ברענגט די טענות פין מאנכע וואס פרעגן וויאזוי קענען ערליכע אידן פסק'נען אויף עניני צניעות ווען אויב ווייסן זיי זענען זיי שוין נישט ערליך.. כ'וועל נאכקוקן אין פארצייכענען אי"ה)
טראכט אריין אין יענעמ'ס געדאנק, אפשר פארשטייט ער בעסער פין דיר!

א_געדאנק
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 19, 2017 9:03 am

תגובהדורך א_געדאנק » פרייטאג מארטש 17, 2017 1:53 pm

א_געדאנק האט געשריבן:
בלעטל האט געשריבן:מיינסט אז א רב וואס איז נאכנישט געווען א אשה קען פסק'נן דיני נשים
מיינסט אז א רב וואס איז נאכנישט געווען א עושר קען פסק'נן הלכות פאר א עושר.

ס'נארישקייטן און אויך ....
די תורה קען יעדן, און דער רב קען די תורה

עיין בדבר"י פר' יתרו (כ'דענק נישט פונקט וועלעכ תורה, אבער די (סאטמארע) רבי זצ"ל זאגט אז יתרו האט מען גענוצט ווען מ'האט געוואלט מבאר זיין א גוי'ישער ענין און די רבנים האבן זיך נישט געוואלט מטפל זיין מיט די ענינים) אבער (סאטמארע) רבי זצ"ל ענדיגט אז א רב האט סייעתא דשמיא, דאכט זיך אז ער ברענגט די טענות פין מאנכע וואס פרעגן וויאזוי קענען ערליכע אידן פסק'נען אויף עניני צניעות ווען אויב ווייסן זיי זענען זיי שוין נישט ערליך.. כ'וועל נאכקוקן אין פארצייכענען אי"ה)


סוף דף בדרך צחות עיי"ש וק"ל
טראכט אריין אין יענעמ'ס געדאנק, אפשר פארשטייט ער בעסער פין דיר!

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » פרייטאג מארטש 17, 2017 1:59 pm

האסט נייעס האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:און, מעג מען??

זייער א גוטער משל.

כ'האב נאך א בעסערע משל. איך דארף עפעס ערלעדיגן אין ניו יארק סיטי. אדער בעסער געזאגט, אין די מערב וועלט. מעג איך אהין פארן עס ערלעדיגן?

אויב דארפסטו. דארפסטו דאך עס טהון האסט נישט קיין אנדערע מהלך, און ווען מען גייט שוין יא אויף די פלעצער איז דא אוועק וויאזוי מען זאל גיין אויף די אלע פלעצער

באט דא רעד מען נישט אז סאיז נישט דא קיין אנדערע וועג.


דו וואוינסט אין די פארדארבענע, מלא נסיונות'דיגע מערב וועלט? נישט קיין וואונדער דו רעדסט אזוי. ערליכע אידן ווייסן אז אז מען טאר גארנישט, קיינמאל. צורך - פרנסה אדער עפעס אנדערש - איז נישט מתיר קיין מעקדאנעלדס.

און דאונט געט מי סטארטעד וויפיל אידן זענען אפגעפארן צוליב די מערב וועלט.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4999
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג מארטש 17, 2017 2:09 pm

נו שוין האט געשריבן:
א_געדאנק האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:נניח איך בין א אינגערמאן ביים ארבעט פון 9-5 , איין זייטל קען איך עקסעסן, די ביזנעס זייטל, די איבריגע איז געשלאסן, די פאלגנדע דארף געטוען ווערן שלא לצורך פרנסה.

1. קויפן שיך פאר ביליג פאר די קינדער.
2. קויפן א קליידל פאר ביליג פאר די קליינע מיידל.
3. באצאלן טשעיס, סיטי, וכו, וכו קרעדיט קארדס.
4. האלטן מיין פערסאנאל באנק חשבונות.
5. באצאלן עלעקטאריק , געז און טעלעפאון ביל
6. אויפסיינן פאר העלטה אינשורענס
7. טרעקן א פעקל געשיקט דורך יו פי עס
8. טשעקן טרעפיק, וועיז.
9. דעוועלאפן בילדער פאר ביליג.
10. זוכן אינפארמאציע איבער געזונטהייט ענינים.
11. אינפארמאציע איבער א הויז צו קויפן (צו וואוינן, נישט אינוועסמענט).
12. טשעקן מיין טעקס רעטורן סטאטוס.

די ליסטע גייט ווייטער און ווייטער, נאר אנגעכאפט וואס סאיז בייגעפאלן אויפן מינוט, איז, מעג איך האבן א סמארט פאון אדער אינטערנעט שלא לצורך פרנסה? אדער די אלע פריוויליגיעס זענען נאר פאר די וואס קענען נוצן די אינטערנעט אין די צייט פון ארבעט, דהיינו 9-5, און די אלע וואס קענען נישט טוען די אלע אויבערדערמאנטע זאכן בשעתן ארבעט טארן נישט.


פאר די פרעגסט די שאלה פין אן הלכה'דיגן שטאנדפונקט, דארפסטו פרעגן דיין בעה"ב אויב ער איז מסכים זאלסט ניצן זיינע כלים פאר דיין פערזענליכע ענינים. נאכדעם לאז וויסן פאר'ן עולם וואס די תשובה איז אויף דעם שאלה, פאר מיר פערזענליך איז עס נוגע פאר א ענליכער ענין, כ'פלאן א וואקאציע, און כ'ברויך מיט שלעפן פעק און זעק נאר פאר עסן אליין, אויב קען מען מתיר זיין איסורים פשוט זיך צו באקוועם מאכן, אפשר קען איך אויך באקומען אן היתר צו עסן אין מעקדאנאלדס, כ'מיין ס'סאך גרינגער, כ'שפאר זיך אסאך געלט קודם ווייל די עקסטרע רענצל קאסט געלט ארויף צו טראגן אויפן פליגער און נאכדעם בכלל איז מעקדאנאלדס ביליגער ווי גרילל אן לי אדער גאטליבס רעדי פוד...


ניין, מען טאר נישט.

נאר לצורך פרנסה מעג מען עסן אין מעקדאנעלדס, און נאר לצורך פרנסה מעג מען קויפן שמוציגע צייטונגן, און נאר לצורך פרנסה מעג מען שרייבן א גאנצע "נאכט" אויף אייוועלט.

ר' נו שוין, דו ווייסט וויפיל היימישע, חסידישע אידן און אידענעס ארבעט פונדערהיים? יאך וואלט קיין אינטערנעט נישט געהאט ווען נישט וואס איך האב אזא סיטואציע (איך האב נישט קיין סמארטפאון ב"ה).

גייט עס אריין אינעם נעקסטן לעוול, ווי כ'האב שוין געשריבן פריער:
משהזוךמיר האט געשריבן:לאמיר גיין א סטעפ ווייטער. לאמיר זאגן אז דער ענטפער איז ניין. וואס איז מיט איינער וואס דארף עס יא לצורך פרנסה (צב"ש ער/זי ארבעט פונדערהיים), מעג ער עס נוצן אויף אנדערע זאכן אויך, אדער מעג ער נאר טאקע פאר די ארבעט (און אייוועלט דארף זיך פארמאכן....)?


ואגב וועל איך ברענגען וואס איך האב געהערט, אז איינער פון די גדולי הרבנים, גראדע פון די וואס חתמ'ענען 'יא' אויף כמעט אלע קו"ק, האט נאכ'ן באטראכטן אייוועלט (ווי איך פארשטיי די מעשה איז עס געווען ארויסגעפרינטע ארטיקלען, תורה'דיגע ענינים וכו') האט ער געגעבן זיין הסכמה אז אזא פלאץ מעג זיין און אנגיין.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » פרייטאג מארטש 17, 2017 2:30 pm

משה,

מיין פוינט איז, איך (דער שרייבער פונעם אויבישטע תגובה) וואס איך דארף עס לצורך פרנסה, מעג גיין צו מעקדאנעלדס, מעג קוקן שמוציגע צייטונגן, א גאנצע טאג און א גאנצע נאכט, אבער דו (אני הקטן) טאר נישט, איי פוט טינקס אין פערספעקטיוו.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: דברים אלו, שפע רב און 13 געסט