לימודי חול. השומרים. סמארטפון. ועוד...

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיבען און אייכציג »

נעכטיגן טאג האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:

האט איין רב געזאגט אז א סמארטפאון איז 'מותר'?
זיי האבן נאר געזאגט אז מיט א פילטער איז עס נישט (אזוי שטארק) אסור.

האט דען איין רב געזאגט אז מען מעג דרייווען א קאר? אז דו האלטסט איין די געזעצן דאן ביזטו אקעי.
צו מעג יעדער דרייווען א קאר? ניין
אויב האסטו לייסענס און דו האלטסט איין די געזעצן און דו האסט געפרעגט דיין דיין/רב פאר דו האסט געמאכט דיין ראוד טעסט און פערמיט, דאן פארוועם מוזטו זיך פערענטפערן?


וואס א פארגלייך דרייוון א קאר מיט א סמארטפאון??
עס זענען דא אסאך מענטשן וואס מעגן דרייוון א קאר, אבער א סמארטפאון מעג "קיינער" נישט האבן, מען קען עס אבער נישט אסר'ן אינגאנצן צוליב וואס
נעכטיגן טאג האט געשריבן:זיי פארשטייען אז עס איז א גזירה שאין רוב הציבור יכולין לעמוד,
(בפרט ווען זיי פארשטייען צום היינטיגן ציבור, אז ווען א רב זאגט עפעס וואס איך וויל נישט הערן איז ער שוין אינגאנצן אפגעפערעגט, וועט ער נישט זאגן עפעס וואס אסאך מענטשן ווילן נישט הערן)


האב מיר הנאה צו מיט האלטען וואו מענטשען קומען אויפ'ן ''אינטערנעט" שלא לצורך פרנסה מסביר זיין אז סמארטפאון'ס מעג באמת קיינער נישט האבען. אהא, דארט ליגט די פראבלעם? איז דא זאכען וואס מ'קען נישט זעהן אויף א קאמפיוטער און נאר אויף א סמארטפאון?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אויב איינעם'ס קהילה האט גע'אסערט א סמארט פאון שלא לצורך פרנסה, און נישט גע'אסערט אינטערנעט ביים ארבעט לצורך פרנסה פאר שלא לצורך פרנסה אויך (פארשטייט זיך נאר אויף א כשר'ע סייט); שטייט ער לכאורה מיט דער ועשית ככל אשר יורוך און איז נישט א היפיקריט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

SPUSMN האט געשריבן:אויב איינעם'ס קהילה האט גע'אסערט א סמארט פאון שלא לצורך פרנסה, און נישט גע'אסערט אינטערנעט ביים ארבעט לצורך פרנסה פאר שלא לצורך פרנסה אויך (פארשטייט זיך נאר אויף א כשר'ע סייט); שטייט ער לכאורה מיט דער ועשית ככל אשר יורוך און איז נישט א היפיקריט.

מיט דעם האט כא כא כא אנגעהויבן דעם אשכול אז מדארף פאלגן אפילו ווען מפארשטייט נישט פונקטליך
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
פאנדרעיזער
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 2:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנדרעיזער »

נעכטיגן טאג האט געשריבן:
סעמס האט געשריבן:וואס זאל איך טון אז איך טייטש אויס די אזוי גערופענע שתיקה פון די רבנים אויף אן אנדערן אויפן? זייט ווען האבן רבנים א פראבלעם צו שרייבן זייער מיינונג? יעדע רב וואס האט נישט אינטערגעשריבן א קו״ק אז א סמארט פאון איז אסור אין יעדן אופן (אפילו מיט א פילטער) און האט יא אינטערגעשריבן אז איינער וואס דארף עס האבן זאל לייגן א גוטע פילטער, איז פשוט פשט אז ער האלט נישט אז מיט א גוטן פילטער איז אסור, פארקערט פון די טעראריסטן פון די השומרים, וואס פאר א קראנקע פארדרייט קאפ דארף א מענטשן האבן צו אויסטייטשן די שתיקה אז עס מיינט אז די רבנים האלטן אז די קארטלעך זענען גוט? די יודן וואס זענען חסידים פון טויבער און וואוזנער זאלן האבן גרויס הצלחה, איך האב מיט זיי גארנישט, אונזערע רבנים האבן אן אנדערע צוגאנג, נידער מיט די טעראר!


האט איין רב געזאגט אז א סמארטפאון איז 'מותר'?

יא, מיין דיין. מיט משומר ווי פארשטענדליך.

(א סאטמארע דיין בדרך אגב)
נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטיגן טאג »

האט ער געזאגט אז עס איז 'מותר' אדער ער האט געזאגט אז מען קען נישט אסר'ן?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

סיז מסודר האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:אויב איינעם'ס קהילה האט גע'אסערט א סמארט פאון שלא לצורך פרנסה, און נישט גע'אסערט אינטערנעט ביים ארבעט לצורך פרנסה פאר שלא לצורך פרנסה אויך (פארשטייט זיך נאר אויף א כשר'ע סייט); שטייט ער לכאורה מיט דער ועשית ככל אשר יורוך און איז נישט א היפיקריט.

מיט דעם האט כא כא כא אנגעהויבן דעם אשכול אז מדארף פאלגן אפילו ווען מפארשטייט נישט פונקטליך

און פארשטייט זיך אז איך בין מסכים מיט אים אז מ'דארף פאלגן אפילו ווען מ'פארשטייט נישט. ער האט אבער צוזאמען געשטעלט עטליכע זאכען וואס יעדער איינס פאר זיך דארף מען עקסטער אויס שמועסען; איז דערפאר איז מיר נישט געווען מעגליך צו רעאגירען אויף די גאנצע, נאר אויף פרטים.

אין אזעליכע ענינים ווי עס איז דא א מקום (א גרויסע מקום) אז יענער וועט מיר נישט פארשטיין, גלייך איך נישט זיך אן צו רופען. דער וואס ליינט מיינע תגיבות קען צוזאמען שטעלען וואס כ'האלט אויב עס איז אים וויכטיג.

כ'רוף זיך אן די מערסטע איך קען אין די ענינים, אבער נאר אויב עס איז קלארע דיבורים, קלאר פאר מיר און קלאר פאר יעדער.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום דאנערשטאג מארטש 16, 2017 4:33 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

נעכטיגן טאג האט געשריבן:האט ער געזאגט אז עס איז 'מותר' אדער ער האט געזאגט אז מען קען נישט אסר'ן?

ביי אונז אין קהילה האט מען געזאגט אז עס איז אסור, נאר בקושי האט מען עס מתיר געווען בדיעבד "נאר" פאר פרנסה, און מען זאל זיך נישט באניצען דערמיט פאר גארנישט חוץ לצורך פרנסה ממש.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
ווי האלט איך דא
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 26, 2017 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווי האלט איך דא »

פארוואס דארף זיין רבנים וואס ווייסען זאכען וואס זיי ווילען נישט זאגען איך מיין אז יעדער ווייסט דו אלע זאכן אלא עשה עצמו כאילו לא ידע
ווער ווייסט דען נישט אז א גרויסע פראצענט סמארטפאון באנוצער האבן בכלל נישט קיין פילטער ?
ווער ווייסט דען נישט וואסערע מעסידזשעס עס גייען ארם אויף וואטס עפ טעלעגראם וואס מען קען נישט פילטערען ?
ווער זעהט דען נישט מענטשען מיט געפילטערטע סמארטפאון לייגן עס נישט אראפ פון די הענט מנץ החמה עד צאת הנשמה?
ווער ווייסט דען נישט אז עס איז נישטא ווער עס זאל אפשטעלען א סמארטפאון באנוצער ? ווער עס האט נישט קיין קינדער אין מוסד אדער האט שוין נישט

על כן כולי האי ואולי וועט עפעס אויפטון די קארטלעך ועוד
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

ווי האלט איך דא האט געשריבן:ווער ווייסט דען נישט אז א גרויסע פראצענט סמארטפאון באנוצער האבן בכלל נישט קיין פילטער ?
ביסט זיכער מיט דעם ? שרעקעדיג
ווער ווייסט דען נישט וואסערע מעסידזשעס עס גייען ארם אויף וואטס עפ טעלעגראם וואס מען קען נישט פילטערען ?
איך ווייס נישט איך האב עס נישט
ווער זעהט דען נישט מענטשען מיט געפילטערטע סמארטפאון לייגן עס נישט אראפ פון די הענט מנץ החמה עד צאת הנשמה?
גערעכט

על כן כולי האי ואולי וועט עפעס אויפטון די קארטלעך
יא יעזור ד'
ועוד
זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיבען און אייכציג »

רצון טוב האט געשריבן:
ווי האלט איך דא האט געשריבן:ווער ווייסט דען נישט אז א גרויסע פראצענט סמארטפאון באנוצער האבן בכלל נישט קיין פילטער ?
ביסט זיכער מיט דעם ? שרעקעדיג
ווער ווייסט דען נישט וואסערע מעסידזשעס עס גייען ארם אויף וואטס עפ טעלעגראם וואס מען קען נישט פילטערען ?
איך ווייס נישט איך האב עס נישט
ווער זעהט דען נישט מענטשען מיט געפילטערטע סמארטפאון לייגן עס נישט אראפ פון די הענט מנץ החמה עד צאת הנשמה?
גערעכט

על כן כולי האי ואולי וועט עפעס אויפטון די קארטלעך
יא יעזור ד'
ועוד


די שטערקסטע השפעה אויף קינדער איז זייער עלטערן, נישט מחנכים, מוסדות, קהילה, רבנים, אדער שומרים קארטלעך. רוב ארבעטער פארמאגען סמארטפאון'ס (ווי ווייט איך ווייס) [אגב, אלע אינגעלייט וואס איך קען וואס האבען אויפגעגעבן די סמארטפאון'ס זענען שוין צוריק מיט'ן סמארטפאון] ווילאנג די א געווענליכע ארבעטער האט א סמארטפאון זענען די טשענסעס אז די קארטלעך זאלען האבען א השפעה גאר גאר שמאל.
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

פארוואס טאקע טוישט נישט דער עולם צי טעבלעט'ס ?
וואס די מעלה דערפון איז אז מ'האט עס נישט מיט זיך אגאנצן טאג איז מען נישט אזוי אנגעהאקט
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

כא כא כא האט געשריבן:פארוואס טאקע טוישט נישט דער עולם צי טעבלעט'ס ?
וואס די מעלה דערפון איז אז מ'האט עס נישט מיט זיך אגאנצן טאג איז מען נישט אזוי אנגעהאקט

די סטייל איז אזוי
עס איז עדיקטיוו, מען האט דערווייל נאכנישט אינטערגענימען א מיטל קעגן עדיקשאן
סעמס
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2016 8:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמס »

אדיקטיוו איז ווען מען פארברעגנט דאס גאנצע ליבע טאג אויף אייוועלט האקן אויף סמארט פאויןס, גיי נעם א דשאב העסטו ווייניגער דאגות האבן
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

אמת'ע גדולי ישראל האבן טאקע נישט געהאלטן פון דרייוון קארס אויך נישט, כידוע
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7070
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

מי חכם האט געשריבן:אמת'ע גדולי ישראל האבן טאקע נישט געהאלטן פון דרייוון קארס אויך נישט, כידוע

און ווייטער דזשענערעלייזען!!! סאטמאר רב האט נישט געהאלטן! אפשר גאר וועסטו באלד זאגען אז אין קיין איין הלכה ספר ארויף ביז ר' יוסף קארו ווערט נישט געברענגט אז עס איז מותר!
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

סעמס האט געשריבן:אדיקטיוו איז ווען מען פארברעגנט דאס גאנצע ליבע טאג אויף אייוועלט האקן אויף סמארט פאויןס,

נישט נעמען עס פערסענעל
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

צו געזונט האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:אמת'ע גדולי ישראל האבן טאקע נישט געהאלטן פון דרייוון קארס אויך נישט, כידוע

און ווייטער דזשענערעלייזען!!! סאטמאר רב האט נישט געהאלטן! אפשר גאר וועסטו באלד זאגען אז אין קיין איין הלכה ספר ארויף ביז ר' יוסף קארו ווערט נישט געברענגט אז עס איז מותר!

גראדע ווייס איך פון פרוי (יא, א פרוי) וואס האט באקומען - אומגעבעטן - א בפירוש'ע הסכמה פון רבי'ן זצ"ל צו דרייוון.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9233
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

משהזוךמיר האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:אמת'ע גדולי ישראל האבן טאקע נישט געהאלטן פון דרייוון קארס אויך נישט, כידוע

און ווייטער דזשענערעלייזען!!! סאטמאר רב האט נישט געהאלטן! אפשר גאר וועסטו באלד זאגען אז אין קיין איין הלכה ספר ארויף ביז ר' יוסף קארו ווערט נישט געברענגט אז עס איז מותר!

גראדע ווייס איך פון פרוי (יא, א פרוי) וואס האט באקומען - אומגעבעטן - א בפירוש'ע הסכמה פון רבי'ן זצ"ל צו דרייוון.

איך ווייס גראדע פון צוויי,
אבער ביי ביידע איז עס געווען אויסנאם​ פעלער צוליב וואס זייערע מענער זענען ל"ע נישט געזונט געווען.
---
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

בשבילי נברא האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:אמת'ע גדולי ישראל האבן טאקע נישט געהאלטן פון דרייוון קארס אויך נישט, כידוע

און ווייטער דזשענערעלייזען!!! סאטמאר רב האט נישט געהאלטן! אפשר גאר וועסטו באלד זאגען אז אין קיין איין הלכה ספר ארויף ביז ר' יוסף קארו ווערט נישט געברענגט אז עס איז מותר!

גראדע ווייס איך פון פרוי (יא, א פרוי) וואס האט באקומען - אומגעבעטן - א בפירוש'ע הסכמה פון רבי'ן זצ"ל צו דרייוון.

איך ווייס גראדע פון צוויי,
אבער ביי ביידע איז עס געווען אויסנאם​ פעלער צוליב וואס זייערע מענער זענען ל"ע נישט געזונט געווען.

ווען עס וואלט געווען אסור עפ"י הלכה פאר א מאן (אדער אפי' נאר פאר א פרוי), וואלט אזא סיבה 'נישט' געברענגט א היתר..
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

משהזוךמיר האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:אמת'ע גדולי ישראל האבן טאקע נישט געהאלטן פון דרייוון קארס אויך נישט, כידוע

און ווייטער דזשענערעלייזען!!! סאטמאר רב האט נישט געהאלטן! אפשר גאר וועסטו באלד זאגען אז אין קיין איין הלכה ספר ארויף ביז ר' יוסף קארו ווערט נישט געברענגט אז עס איז מותר!

גראדע ווייס איך פון פרוי (יא, א פרוי) וואס האט באקומען - אומגעבעטן - א בפירוש'ע הסכמה פון רבי'ן זצ"ל צו דרייוון.

איך ווייס גראדע פון צוויי,
אבער ביי ביידע איז עס געווען אויסנאם​ פעלער צוליב וואס זייערע מענער זענען ל"ע נישט געזונט געווען.

ווען עס וואלט געווען אסור עפ"י הלכה פאר א מאן (אדער אפי' נאר פאר א פרוי), וואלט אזא סיבה 'נישט' געברענגט א היתר..

איך ווייס עטליכע אידן וואס האבן שבת אין טאש א סעלפאון - הצלה מעמבערס. אפילו עס איז אסור ע"פ הלכה איז דא אזא זאך ווי א היתר
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

לאמיר זיך נאר פארשטעלן וואלט היינט א רב געגעבן אזא היתר.
#בשיטה נישט
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

הפה שאסר הוא הפה שהתיר

כ'ווייס אפילו נישט צי דער רבי וואלט נאך געמאכט אן איסור היינט צוטאגס. איך בין עס נישט משיג בכלל, סאו כ'קען נישט דן זיין. אבער כ'מיין אז ס'איז פיל מער אויסגעהאלטן פרויען זאלן דרייוון ווי פארן מיט גוי'אישע קאר סערוויסעס.

דער איסור איז א חידוש, ואין לך בו אלא חידושו. מ'דארף קענען דעם מצב בימים ההם. דער עולם האט געוואוינט אין די סיטי, פאר יעדן געברויך איז געווען פובליק טראנספארטאציע, מ'פלעגט קענען שיקן קינדער אליין מיטן סיטי באס און סאבוועי, אפגערעדט פון ערוואקסענע פרויען, דרייוון איז געווען א נייער מושג און דער פראצענט מענער דרייווער'ס איז געווען פיל ווייניגער ווי היינט.

היינט זענען די אלע זאכן נשתנה געווארן, נאר דער כולל געהאלטן און דער איסור צו דרייוון איז נאך געבליבן ווי אמאל.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

די סיבה פון אסר'ן פרויען דרייוון איז לכאורה געווען אז סזאל נישט אויסקוקן ווי ביי די ליטווישע וואס די מאמע איז א טאטע, זי ארבעט אגאנצן טאג, נאך די ארבעט פארט מען ארום איינקויפן, מערלעדיגט אלעס און מברענגט אהיים פאר די קינדער א סאפער פון רעסטוראנט, וואס די מהלך איז נישט אידישליך, כל כבודה בת מלך פנימה זי מוז נישט זיין איינגעשפארט אינדערהיים אבער זי דארף זיי געבעיסט אין דערהיים און פירן די ווערטשאפט.
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

נו שוין האט געשריבן:לאמיר זיך נאר פארשטעלן וואלט היינט א רב געגעבן אזא היתר.

א אינטראסאנטע פוינט ווייל ביי די גרויסע אסיפה פאר אלע הורי תלמידי בית רחל מהר"א אין ראז קעסל עטליכע יאר צוריק האט ר' חיים יעקב רובין געזאגט די משל אז יעדער פארשטייט אז א פרוי וועט נישט בעטן / באקומען קיין היתר צו דרייוון אפ זי דארף עס זייער וויכטיג. אין סאיז אפ' געווען פלאקאטן אין אין די בתי מדרשים מיט א אויסצוג פון די דרשה מיט א פיקטשער פון א שפיטאל. אין דא הער איך גאר אז היא הנותנת אז מקען יא געבן א היתר. נא אויב אזוי מה נשתנה סמארטפאן מדריווען .?
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

ווי מהאט שוין איינמאל אויסגעשמועסט, ביז א 5ֹ-10 יאר גייט די גאנצע איסור נישט זיין מער רעלעוואנט
#בשיטה נישט
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”