מיינע געפילן, איבער די 'רב להושיע - קערעסטיר' מלוה מלכה, אין ירושלים

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מטרנה
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 05, 2016 4:09 pm
לאקאציע: ירושלים עיר הקודש

מיינע געפילן, איבער די 'רב להושיע - קערעסטיר' מלוה מלכה, אין ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטרנה »

זייענדיג איבערגענומען, האב איך זיך געזעצן אפשרייבן דעם ארטיקל:

נאכדעם וואס אין די לעצטע 10 חדשים, וואס איך געניס (ליידער צוליב מיין דחקות ועניות) פון די חודש'ליכע חלוקה פון דעם ברייט'בארימטן צדקה ארגעניזאציע 'רב להושיע - קערעסטיר' (וואס איז על שמו פון דעם צדיק וקדוש רבי ישעי'לע קערעסטירער זיע"א, און איז ממשיך אין זיינע מעשי הצדקה וחסד), באקומענ'דיג מטרנה, און דערצו מפעם לפעם נאך צוגעהערן, האב איך געמיינט אז איך ווייס שוין אלעס ארום דעם ארגעניזאציע, אבער איך בין געוואר געווארן, אז איך ווייס גאר ווייניג איבער זיי.

אין די פארגאנגענע ערש"ק ויגש, האב איך געזעהן א באשיידענע צעטל אויף די גאסן פון ירושלים, נישט די גרויסע באקאנטע רוישיגע פלאקאטן, נאר א קליין A4 צעטל וואס האט געצויגן מיין אויג, נאכדעם וואס ס'איז געווען אויף דעם דער לאגא פון 'רב להושיע', בין איך צוגעגאנגען נענטער און אפגעליינט וואס ס'שטייט דארט, און איך זעה אז דארט שטייט אז די וואך ביי די וועכטנ'ליכע מלוה מלכה, וואס איז צוגעשטעלט דורך 'רב להושיע' וועט זיין א אורח הכבוד איינער ר' אברהם ברוך ראטטענבערג שליט"א פון אמעריקא עפעס א ראש ישיבה ערגעץ, ס'מיר געווען עכסט אינטרעסאנט, איך האב גארנישט געוויסט אז די ארגעניזאציע מאכט אויך מלוה מלכה'ס, בין איך אריבער צום אדרעס פון די מלוה מלכה, וואס איז אויף די חגי גאס אין ירושלים (אין א זאל, קעגן איבער דעם מקום החסד שמשם יוצא חסד בכל הארץ, 'רב להושיע - קערעסטיר' וואס איז אויף חגי 8).

אריין קומענדיג אינעם זאל, טרעף איך דארט אריבער 200 פארזאמלטע, און איך טרעף א מלוה מלכה צוגעשטעלט כסעודת שלמה בשעתו, ממש נישט קיין גוזמא, ווען איך בין אריין געקומען האב איך דורך געוואקט דעם 'קאך' ווי איך האב געטראפן מיין באקאנטע, הרה"צ ר' מאיר יוסף ראטענבערג שליט"א פון די מנהלי הקופה, וואס שטייט אין קאך און מאכט זיכער אז מ'סערווירט פאר יעדן איינעם, און אז ס'איז דא גענוג, ס'וועט אפשר זיך הערן פיקטיוו, אבער שטייענדיג דארט זעה איך ווי ער שיקט א בחור'ל זאל שנעל אריבער לויפן אין א דערנעבנ'דיגע בעקעריי קויפן נאך חלות, ווייל ס'איז אנגעקומען נאך פולע מענטשן, און די בילקעס זעען אויסגעגאנגען, דערצו הייסט ער אים צוקויפן נאך אביסל דיפ'ס, ווען דערביי שטעלט מען זיך אוועק קאכן נאך פרישע זופ און אייער-שפייז.

זעהענדיג אזא ריבוי עם, שטעל איך אפ עפעס א בחור'ל דארט און איך פרעג אים, יעדע וואך איז דא אזא עולם? זאגט ער מיר אז ניין, יעדע וואך איז נאר דא בערך 150 ביז 180 פארזאמלטע, נאר דאס מאל איז אויך דא א שבע ברכות פאר הרה"צ ר' משה שמואל ראטענבערג שליט"א ממנהלי הקופה און דעריבער האבן זיך פארזאמלט א גרעסערע ציבור.

ס'מיר געווען אינטרעסאנט צו הערן מער איבער די מלוה מלכה, האב איך אפיר געזוכט צווישן די בחורים א באקאנטע צורה, ביז איך האב געטראפן דארט מיין אמעריקאנער נעפיו, האב איך זיך צוגעזעצט נעבן אים, און איך האב אים אויסגעפרעגט אביסל וועגן די מלוה מלכה'ס, פון אים בין איך געוואר געווארן, אז דאס גייט שוין אן כמעט א יאר צייט, נאכדעם וואס אסאך בחורים פלעגן זיך דרייען אין די מוצאי שבת קודש'ן נישט האבנ'דיג א ווינקל ווי זיך צו זעצן עסן מלוה מלכה, און דעריבער האבן די מנהלי הקופה בהכוונת הרהגה"צ שליט"א רבני הקופה, זיך גענומען צושטעלן די מלוה מלכה'ס, ווען יעדע וואך זיצן דא קרוב צו צוויי הונדערט בחורים, ווען צו דעם קומט צו סתם אזוי ארחי פרחי'ניקעס וואס זעצן זיך צום טיש, ס'דארמאנט די 'אורחים דורכים בורחים' וואס פלעגן זיך צאמקומען ביי רבי ישעי'לע אליינ'ס אויף מלוה מלכה. דערצו ווערט יעדע וואך פארציילט סיפורי צדיקים, יעדע'ס מאל דורך א צווייטן, ווען די וואך גייט רעדן א פעטער פון די מנהלי הקופה (דער אויבנדערמאנטער ראש ישיבה), וואס איז דא צוגאסט אין א"י לרגל אפאר משפחה שמחות, און דער אטמאספער איז ממש געוואלדיג, אסאך בחורים זעהען א גרויסע ישועה מיט די מלוה מלכה'ס, האבנ'דיג ווי צו פארברענגען אין די מוצאי שבת קודש'ן אין א היימישע אטמאספער, בפרט אין די ווינטער וואכן ווען דער מוצאי שבת קודש איז ספעשל לאנג, איז דאס ממש ווי געוואונטשן.

ארום קוקנ'דיג זעה איך דארט זייער אסאך אויסלענדישע בחורים, פרעג איך אים, צו דאס איז נאר פאר אמעריקאנער בחורים, ענטפערט מיר מיין נעפיו, אז בכלל נישט, נאר וואס דען, די ארץ ישראל'דיגע האבן נארמאל ווי צו גיין, נאר די אויסלענדישע האבן נישט ווי צו גיין, און דעריבער פרייען זיי זיך דא צו קומען, נאכדעם וואס מ'שטעלט דא צו זייער ברייט, און זייער באקוועם, דערצו פארזיכערט ער מיר, אז קיינער ווערט פאר קיינעם גארנישט שולדיג, מ'קען אריין קומען אפ'עסן און ארויסגיין, ממש הכנסת אורחים אויפן העכסטן גראד.

איך האב זיך אויפגעשטעלט דערנאך, אביסל זיך אומ'קוקן, זעה איך א זייטיגע ווינקל ווי ס'זיצן דארט אפאר מנינים בחורים און בענטשן דארט אפ, ווען דערביי איז דא פרישע וואס האבן זיך נארוואס געוואשן צו דעם סעודת דוד מלכא משיחא, איך האב באמערקט, אז דער זאל איז אויסגעשטעלט מורא'דיג גוט, אז ס'פארמאגט א זייטיגע ווינקל אויך, פאר דיע וואס ווילן נישט זיין א חלק פון דעם גרויסן טומל, נאר ווילן זיצן פאר זיך רוהיג.

נאך א אינטרעסאנטע זאך האב איך דארט געזעהן, א חידוש אין 'חסד', איך זעה א בחור'ל קומט אריין מיט נאך צוויי חברים, און גייט צו צי א זייטיגע טיש, ווי איך מערק אז ס'ליגט דארט אנגעגרייט מיץ ענבים (גרעי"פ דזו"ס), בשמים און הבדלה, און שטעלט זיך מאכן הבדלה, ס'האט מיר אויסגעקוקט אביסל מאדנע, שוין 3 שעה נאכן זמן, און יעצט מאכט מען הבדלה, אבער נאכ'ן זיך אביסל נאכפרעגן דערויף, האב איך געהערט אז ס'איז ספעציעל צוגעשטעלט דא א 'הבדלה ווינקל' ווי מ'קען קומען מאכן הבדלה, און ס'צוגעגערייט אלעס וואס מ'דארף, מ'זאל זיך נישט דארפן שעמען, אדער פאר'ענטפערן פארוואס מ'האט נאכנישט געמאכט הבדלה ביז יעצט.

זיצנ'דיג דארט, האב איך פראבירט נאשן וואס נאך דער 'רב להושיע - קערעסטיר' ארגעניזאציע שטעלט צו, בין איך דארט געוואר געווארן, אז כמעשהו במוצאי שב"ק כך מעשהו בערב שבת קודש, ווען יעדע ערב שבת קודש ווערט סערווירט א טועמיה אזאנ'ס און אזעלעכ'ס אזוי אז די בחורים דערקוויקן זיך ווי ס'דארף צו זיין, און טרעטן אריין אינעם שבת קודש מיט א זאטן זעהל, דער טועמי' ווערט סערווירט יעדן ערב שבת קודש במשך צוויי שעה יעדע וואך, ווען יעדע פאר מינוט קומען אן פרישע בחורים [און צומאל אויך יונגעלייט פון אויסערן שטאט וואס זענען אויף שב"ק ביי זייערע רבי'ס אין ירושלים] און פילן זיך אן זייערע טעלערס מכל טוב וטב, אין קאך שטייען די איבערגעגעבענע 'רב להושיע' עסקנים און סערווירן דעם עולם אויף גאר א ברייטן פארנעם, ממש מ'קען זיך פארשטעלן ווי מ'איז ביים צדיק וקדוש רבי ישעי'לע קערעסטירער אינדערהיים, והוא עומד ומשמש, און ער סערווירט אליינ'ס, ווייל מה זרעו בחיים אף הוא בחיים, און דא שטייען זיינע אייניקלעך און סערווירן און באדינען דעם ציבור אויף זייער א ברייטע און געשמאקע פארנעם, אז ס'איז א פארגעניגן צו צוקוקן.

נאכ'ן מיטהאלטן אזא באריכט, האב איך געפילט פאר וויכטיג דאס צו באריכטן דא פאר מיינע ידידים דא אויף דעם וועלט'ל, איך בין אביסל שפעט, אבער בעסער שפעטער ווי קיינמאל.

און דער רבוש"ע זאל זיי הלעפן זיי זאלן קענען אנגיין אין די מעשי הצדקה וחסד, און די אלע וואס העלפן זיי און שטיצן זיי, שיק איך מיין ברכת הדיוט, זיי זאלן געבענטשט ווערן מיט כל טוב וטב.
מטרנ"ה ר"ת מ'ציל ט'ויזנער ר'בבות נ'פשות ה'נצרכות
מטרנה
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 05, 2016 4:09 pm
לאקאציע: ירושלים עיר הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטרנה »

בייגעלייגט אפאר בילדער וואס כ'האב אליינ'ס גענומען
אטעטשמענטס
מוצש''ק ויגש.JPG
מוצש''ק ויגש 01.JPG
דער אויבן אן, דער צווייטער נעבן די סיין, איז דער ראש ישיבה וואס האט גערעט.JPG
מטרנ"ה ר"ת מ'ציל ט'ויזנער ר'בבות נ'פשות ה'נצרכות
מטרנה
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 05, 2016 4:09 pm
לאקאציע: ירושלים עיר הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטרנה »

דעם צעטל האב איך געזעהן, און פון דעם געוואר געווארן אז עפעס קומט פאר
אטעטשמענטס
דער צעטל וואס האט מיר אהין געטראגן.JPG
מטרנ"ה ר"ת מ'ציל ט'ויזנער ר'בבות נ'פשות ה'נצרכות
מטרנה
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 05, 2016 4:09 pm
לאקאציע: ירושלים עיר הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטרנה »

נאך אפאר בילדער
אטעטשמענטס
מוצש''ק ויגש.JPG
דער ווינקל פאר די קאווע.JPG
מטרנ"ה ר"ת מ'ציל ט'ויזנער ר'בבות נ'פשות ה'נצרכות
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

יויש א שאד דאס איז נאכנישט געווען אין מיינע צייטן
מטרנה
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 05, 2016 4:09 pm
לאקאציע: ירושלים עיר הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטרנה »

דעם בילד האב איך פארגעסן צו לייגן

די הבדלה ווינקל
אטעטשמענטס
פינת ההבדלה.JPG
מטרנ"ה ר"ת מ'ציל ט'ויזנער ר'בבות נ'פשות ה'נצרכות
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

זייער שיין געשריבן.

אבער האלאו, א אדווערטייזמענט אין אייוועלט קאסט געלט... כ'ווייס נישט, דו רופסט זיך מטרנה, שרייבסט כמעט בלויז דא... ארבייטסטו פאר רב להושיע?
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

משה פארוואס זיך זארגן פאר די פינאנץ פון אייוועלט? אודאי איז עס א באצאלטער אנאנס אבער הו קערס ? ווען דו ביזט דער בעל הבית פונעם סייט הער איך אבער סתם פארוואס זאל אונז דאס אנגיין .
חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרוזים »

ווער נעמט צו מיין פאזיציע?

איך קען נישט דעם 'מטרנה' כנראה איז ער איינער פון אונזערע מקבלים און האט א גוטע פעידער

די אנדער ארטיקל האט ער אונז אריין געשיקט, אבער דיע נאכנישט, גיי מיר אים בעטן רשות צו מ'מעג דאס נוצן פאר אונזער עדווערטייזמענט אויך

עניוועי ייש"כ הרב 'מטרנה' פאר די שיינע ערליכע באשרייבונג.
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

להודיע האט געשריבן:משה פארוואס זיך זארגן פאר די פינאנץ פון אייוועלט? אודאי איז עס א באצאלטער אנאנס אבער הו קערס ? ווען דו ביזט דער בעל הבית פונעם סייט הער איך אבער סתם פארוואס זאל אונז דאס אנגיין .

איך האב בלויז געוואלט פארשטיין געבן פארן פותח האשכול פארוואס די עולם קאפערירט נישט און קאמענט נישט דערויף, טראץ וואס עס איז זייער שיין געשריבן געווארן.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

חרוזים האט געשריבן:ווער נעמט צו מיין פאזיציע?

איך קען נישט דעם 'מטרנה' כנראה איז ער איינער פון אונזערע מקבלים און האט א גוטע פעידער

די אנדער ארטיקל האט ער אונז אריין געשיקט, אבער דיע נאכנישט, גיי מיר אים בעטן רשות צו מ'מעג דאס נוצן פאר אונזער עדווערטייזמענט אויך

עניוועי ייש"כ הרב 'מטרנה' פאר די שיינע ערליכע באשרייבונג.


זייער ראפינירט קעיה"ר.
מטרנה
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 05, 2016 4:09 pm
לאקאציע: ירושלים עיר הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטרנה »

משה מאשקאוויטש האט געשריבן:איך האב בלויז געוואלט פארשטיין געבן פארן פותח האשכול פארוואס די עולם קאפערירט נישט און קאמענט נישט דערויף, טראץ וואס עס איז זייער שיין געשריבן געווארן.


ר' משה, ווי כ'האב שוין געשריבן אמאל, איך בין פון די אלטע שרייבר'ס דא אויפן וועלטל (איך בין געווען אינעם פארמעסט אויך)
און איך האב ליעב צו שרייבן אסאך איז צומאל נוץ איך דאס פאר מיינע געפילן (ביי מיר אין ארכיוון האב איך אסאך באשרייבונגען אויף מאורעות שונות, וואס רוב זענען פריוואטע געפילן און הרגשים), ווען איך האלט אז ס'קען גיין פאבליק לייג איך דאס דא ארויף,
און היות ס'רעדט פון א ארגעניזאציע וואס איך בין זייער איבערגענומען פון זיי, האב איך דאס געלייגט אונטער דעם ניק מיינעם 'מטרנה' כדי שלא אתבייש מן המכירים אותי

עניוויע ייש"כ פארן הערה אז ס'איז שיין געשריבן
מטרנ"ה ר"ת מ'ציל ט'ויזנער ר'בבות נ'פשות ה'נצרכות
מטרנה
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 05, 2016 4:09 pm
לאקאציע: ירושלים עיר הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטרנה »

הרב חרוזים קענסט ניצן דעם ארטיקל ווי די ווילסט און ווען די ווילסט
מטרנ"ה ר"ת מ'ציל ט'ויזנער ר'בבות נ'פשות ה'נצרכות
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

וממכה עצמה מתקן רטיה.

אנגעהויבן אלץ -אויף קיין שום איד נישט געוואונטשען- קאסטומער ביי רב להושיע, און האט נאכדעם באקומען א דזשאב דארט....
מטרנה
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 05, 2016 4:09 pm
לאקאציע: ירושלים עיר הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטרנה »

El Rushbo האט געשריבן:וממכה עצמה מתקן רטיה.

אנגעהויבן אלץ -אויף קיין שום איד נישט געוואונטשען- קאסטומער ביי רב להושיע, און האט נאכדעם באקומען א דזשאב דארט....

הלוואי זיי געבן מיר א דזשאב, איך קען ניצן נאך געלט, (איך האב דערווייל נאך אביסל איבעריגע צייט)
מטרנ"ה ר"ת מ'ציל ט'ויזנער ר'בבות נ'פשות ה'נצרכות
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

מטרנה ביסט א גוטער שרייבער זיי אונז מהנה מיט נאך (לאו דוקא פון רב להושיע, ס'קען זיין פון אנדערע זאכן אויך).
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

שמו האט געשריבן:מטרנה ביסט א גוטער שרייבער זיי אונז מהנה מיט נאך (לאו דוקא פון רב להושיע, ס'קען זיין פון אנדערע זאכן אויך).

מטרנה האט געשריבן:ר' משה, ווי כ'האב שוין געשריבן אמאל, איך בין פון די אלטע שרייבר'ס דא אויפן וועלטל (איך בין געווען אינעם פארמעסט אויך)
און איך האב ליעב צו שרייבן אסאך איז צומאל נוץ איך דאס פאר מיינע געפילן (ביי מיר אין ארכיוון האב איך אסאך באשרייבונגען אויף מאורעות שונות, וואס רוב זענען פריוואטע געפילן און הרגשים), ווען איך האלט אז ס'קען גיין פאבליק לייג איך דאס דא ארויף,
און היות ס'רעדט פון א ארגעניזאציע וואס איך בין זייער איבערגענומען פון זיי, האב איך דאס געלייגט אונטער דעם ניק מיינעם 'מטרנה' כדי שלא אתבייש מן המכירים אותי

עניוויע ייש"כ פארן הערה אז ס'איז שיין געשריבן
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

עטס זענטס היינט געבוירן?

דער מטרנה האט שוין א לאנגע היסטאריע (היסטעריע) דא
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”