שיעור עיון אין מקוה

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

שיעור עיון אין מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

א גוטן אייך מיינע ליבע פריינד, לכבוד מיין 1000'סטע תגובה לאמיר לערנען אביסל שיעור עיון...

איך וואלט געוואלט אויסשמועסן אן אקטועלער טעמע וואס ליגט מיר שוין זייער לאנג אין די קושקעס, און עס וואלט געווען א געוואלדיגער קידוש ה' אויב דער עולם וועט מיר אביסעלע ארויסהעלפן אויסקלארן דעם טעמע און געבן סברא'דיגע טעם'פולע ענטפערס וויאזוי דאס צו באהנדלען.

דאס איז דער ברייטפארצווייגטער נושא וואס הייסט "מקוה", וואס ווי באקאנט א יעדן בר מצוה בחור'ל ביים ווערן א דרייצענער אויסער אנהייבן גיין מיט א הוט און רעקל און לייגן תפילין יעדן טאג, הייבט ער אויך אן צו גיין אין מקוה יעדן טאג כנהוג ביי חסידישע אידן מקדמת דנא.

יעצט די מקוה איז א היבש קאמפליצירטע ווילד פרעמדע זאך פארן בר מצוה בחור'ל וואס אנהייבן הייבט זיך עס אן מיט די מקוה-קארטל, אנקומענדיג צום מקוה ניטאמאל וויסענדיג וויאזוי עס ארבעט, ווארט אים שוין איינער אפ "איך קען מיר אפשר מיטכאפן?"...

שוין, ב''ה די מקוה-קארטל האט געארבעט מאיז שוין אנגעקומען אינווייניג, יעצט ווי איז די האנטוכער? ווי איז די שויערס? די מקוה? ענדליך נאכן רויט ווערן איטליכע מאל שטייט ער שוין אינדערויסן, ער גיסט זיך שוין אפ, אבער הערשט יעצט הייבט זיך עס אן. וכאן הבן שואל: האב איך טאקע געמעגט מיטנעמען א צווייטן? וואס איז די פשט פון די טעוועלע אז מטאר נישט נעמען צוויי האנטוכער? פארוואס לאזט די מנהל נישט ברענגן אייגענע זייף? גייט מען קודם אין שויער צו אין מקוה? וכו' וכו'.

איז לאמיר נישט כאפן קיין הייסע לאקשן, לאמיר אנהייבן מיט א סדר, די "מקוה-קארטל", שטייט דערויף אזוי "עס איז נישט ערלויבט איבערצוגעבן דאס קארטל פאר א צווייטן", שטעלט זיך די שאלה מעג איך דאס אוועקבארגן אדער נישט?

די צדדי האיבעיא זענען אזוי:
1 אפשר וויבאלד איך האב מיין פערזענליכע איידי-נאמבער אויב וועל איך עס פארבארגן וועט ווערן א צומישעניש און מוועט נישט קענען שפעטער מאכן א ריכטיגע דין וחשבון פון אלע מיינע מקוואות,
2 וויבאלד דער "לעפקאוויטש לאקסמיט" (קוקט דעם קארטל) מאכט דעם קארטל פאר אלע חרדישע מקוואות, אפשר איז
דאס בלויז א חלק פונעם רוטינעם לעדערהעט און סמיינט נישט עפעס ערנסט, והא ראי' ווייל אויף די מקוהשליסל האלטער (קיטשעין בלע''ז) ווי עס קען נישט אריינגעשריבן ווערן אזא לאנגע וואראנונג שטייט טאקע גארנישט. )
3 אפשר דוקא "אוועקגעבן" טאר מער נישט כלשון אזהרה, אבער אוועקבארגן מעג מען.
4 ווען איך נוץ עס נישט געב איך נישט איבער דעם קארטל פאר א "צווייטן" ווייל ער איז דער ערשטער דאס צו ניצן.
5 און וואס טוט זיך ווען די שטרענגע אזהרה אויפן קארטל מעקט זיך אויס, הותרה הרצועה חלילה? )
6 אדער ניין מטאר נישט ווייל ווי נישט ווי יענער באצאלט נישט איז עס גזילת רבים.
7 פארוואס זאל איך נישט מעגן דאס בארגן, איך האב דאס אפגעקויפט און סאיז מיינס, אפשר מעג איך נישט בארגן מיין הוט אדער רעקל?!

טאמער מיר וועלן אננעמען אז מטאר נישט בארגן קיין מקוה-קארטל, אדער אז מהאט נישט קיין קארטל, שטעלט זיך די שאלה, מעג מען כאפן א היטש מיט א צווייטן אדער נישט?

לאמיר אויסשמועסן די איבעיא:
1 איך געדענק נישט פון אזא צעטל וואס זאל שרייבן "עס איז נישט ערלויבט זיך מיטצוכאפן און עס איז נישט ערלויבט מיטצונעמען אורחים מיט זיך אין מקוה" און מדשתקי רבנן ש''מ דניחא להו.
2 נאכמער פון דעם, אין דעם געיט קענען אריינגיין צוויי בעל-בתישע אידן בהרחבה גדולה, ובשעת הדחק אפי' דריי כחושים אויב ווילן זיי מזאל זיך נישט מיטכאפן וואלט דאס געדארפט זיין שמעלער.
3 ווען איך בעט דעם מקוה-איד צו עפענען, עפענט ער גערן, אויב אזוי ווען ער איז נישט דארט פארוואס זאל ער ברוגז זיין אז איך לאז אריין א גאסט?
4 בכלל א חסד פארן דאווענען איז דאך א געוואלדיגע זאך.
5 אדער פארקערט סאיז גראדע יא דא א צעטל אז מזאל נישט געבן היטשעס, ווייל סשטייט א טעוועלע "עס איז נישט אינקלאדעט אינעם מקוה-קארטל צוויי האנטוכער" איז טאמער נעם איך מיט איינעם נוץ איך דאך צוויי האנטוכער.
6 אבער מצד שני, שנים אוחזין בהאנטוך זה אומר כולה שלי וזה אומר כולה שלי, וואס וועט דעמאלס זיין? יחלוקו?!
7 נאכמער, די גרעסטע ראי' אז מטאר נישטגעבן היטשעס איז, פאר עפעס א סיבה איז דא דארט א געיט, ניין?!
8 צו אפשר ניין, כהאב א ראי' נוראה אז ממעג געבן היטשעס, ווייל וואס איז די גרויסע ווארט-זאל צווישן די דרויסענדיגע טיר און דרייענדיגע טיר, נאר צו קענען אקאמאדירן די פילקעפיגן ציבור וואס שטייט און ווארט אויף א היטש, ניין?!

איינמאל מאיז שוין בשעטו''מ אנגעקומען אין מקוה, הייבט זיך אן דער פראצעדור פון נעמען א האנטוך, גרויסע שטרענגע טעוועלעך ווארענען אז עס איז בשו''א נישט ערלויבט צו נעמען צוויי, אבער לאמיר זיך אפשטעלן טראכטן מעג מען טאקע נישט?

אט זענען די צדדי האיבעיא:
1 סאיז דא א צעטל אויף יעדן צווייטן באנק אין שטאטישן ביהמ''ד מקוה, אז מטאר נישט נעמען צוויי האנטוכער, איז וואס איז דא זיך צו טענה'ען אפי'?
2 אבער סאיז גראדע יא דא זיך צו טענה'ען ווייל זעסט דאך אז אין אנדערע קהל'ישע מקוואות עקזיסטירט נישט אזא תקנה.
3 זאת ועוד די צעטל איז געשריבן מיט די סענדז-סטריט סטייל אותיות, וואס מיינט אז דאס איז א אלט-פארצייטישע תקנה וואס איז שוין נישט נוגע היינט בכלל...
4 און אפי' נניח אז דער אלטער תקנה איז נאך אין קראפט, הני מילי בימים ההם ווען דער האנטוך פלעגט זיין אזוי גרויס ווי א טלית קטן (מיט א לאך...) אבער בזמן הזה ווען סאיז איינגעשרימפן איז אפשר די שיעור פון צוויי האנטוכער מצרף פון איינס פון אמאל?
5 לויט דעם צד אז ממעג נישט נעמען צוויי, וואס טוט זיך ווען מקומט ארויס פון בור אדער שויער און מזעט ההאנטוך איננו, צו מעג מען נעמען א צווייטע אדער האט מען פארלוירן די רעכטן פון נאכאיינס אזוי אז מוועט זיין געצווינגען אראפצוגליטשן די וואסער פון זיך מיט אזא פלינקע ריק פון די הענט און אנשפריצן אלע ארומיגע.
6 און בכלל דארף מען דן זיין עס איז דא נעבן די טריקענע "כשר זייף" א קאנע מיט קליינע ווייסע האנטוכער שטעלט זיך די שאלה צו מעג מען נעמען אזא האנטוך נאכדעם וואס מהאט שוין גענומען א גרויסע אדער תקנה איז תקנה און דאס איז עס.

באוואפענט מיט איינס אדער צוויי האנטוכער, לאזט מען זיך ארויס אויפן וועג, אבער ווי גייט מען קודם אין מקוה אדער אין שויער?

צדדי האיבעיא:
1 די גמ' זאגט אז איינס פון די י''ח דבר איז אז מטאר זיך נישט אנגיסן מיט מים שאובין נאך די מקוה און כידוע האט דער ריבנוצער רבי זי''ע נישט געגעבן די הענט פאר איינער וואס האט זיך גע'מרחצ'ט נאכן מקוה.
2 בכלל ונישט ווייל מ'ווערט במילא געוואויר יעדע צוויי יאר בערך אז די מקוה איז פסול, א''כ מה הועילו חכמים בתקנתם?
3 אסאך מאל האבן אידן מחלות ל''ע, און ווען זיי שווענקן זיך אומ'אחריות'דיג אפ אין בור און זענען מזכה אנדערע אויך דערמיט און די תוה''ק זאגט "ונשמרתם מאד לנפשותיכם".
4 ממוז פשוט נעמען א שויער אז די פרעמדע האר וואס קלעבט זיך אן זאלן נישט זיין א חציצה ווען מלייגט תפילין, און א ראי' האסטו ווייל שבת וואס מלייגט נישט תפילין גייט מען טאקע נישט אין שויער...
5 מיר ווייסן א כלל "תדיר ושאינו תדיר 6 תדיר קודם", און שויער גייט מען שוין פון אלס קליין קינד משא''כ אין מקוה הייבט מען הערשט אן ביי די דרייצן יאר, (מהאי טעמא יל''ע ווען א קליין בחור'ל וויל אריינגיין אין מקוה און עס שטייט דארט אן עלטערע מענטש, ווער איז קודם?. וויאזוי גייט דאס ווארט? 'טאטער' ושאינו טאטער טאטער קודם...
6 מאידך גיסא האבן מיר א צווייטע כלל "מעלין בקודש ולא מורידין", איז וואס טוט מען קודם וויאזוי געט מען זיך אן עצה?

אפגעזען ווען מגייט אין שויער דארף מען דאך נעמען זייף, ב''ה אז די מקוואות שטעלן צו זייף בהרחבה גדולה, געוויסע ברענגן אבער יא מיט אייגענע זייף, וויאזוי איז ריכטיג זיך צו פירן?

לאמיר זען די צדדי האיבעיא:
1 וואס?! די מקוה טוט צושטעלן זייף? דאס איז דען זייף? גאלאנען פון א קלעבעדיגע ליקוואד וקרא שמו בישראל ''כשר זייף'', וואס חוץ מאכן נארישע באבלעך, קראצן דעם לייב, צוקלעבן די האר צו די הענט, און פאר א נויט גליטשיג מאכן דעם פאדלאגע, ברענגט עס נישט קיין שום ערנסטער ניצן אויב עפעס נאר ערענסטע קאנסקווענסן.
2 מצד שני וויינען שוין די מנהלים און מחנכים מיום שעמדו על דעתם... מיט קראקידאל טרערן אז טאטע אין הימל די אנדערע זייפן זענען רח''ל ווייס איך וואס.
3 און עפעס א טענה האבן זיי ווייל למעשה די מקוה זייף איז פארזיכערט אלס כשר אבער די אנדערע ווייס איך נישט.
4 נאך א סיבה צו ניצן די זייף, ווייל פאר עפעס א סיבה צאלט מען מקוה געלט מוז מען אויסנוצן די זייף מיט די מאקסימום וואס ממעג (אינטערסאנט צו אויפמערקן אז ווען מהאט אנגעהויבן צושטעלן אין די מקוואות די גרויליגע ליקוואד, איז נישט ארויף די מקוה קאסטן, א פלא פון א זאך...) ולפ''ז מעג מען אפשר אפי' מיט אייגענע זייף קוועטשן די זייף-האלטער וויפיל מקען נאר כדי זיי זאלן נישט זיין עשירים אויף אונזער חשבון.
5 אדער ניין די מקוה שטעלט דאך צו זייף, איז אויב ברענג איך אויך זייף איז עס ריין בל תשחית.

צום שלוס וויל איך פרעגן א שאלה וואס באדערט מיר שוין לאנג: וואס איז דער געדאנק פון רופן דעם בעדער "מקוה-איד"? און מיין שאלה איז פארקערפערט מיט איטליכע פליאות נשגבות:
1 פארוואס רופט מען נישט א קעכער 1 "טשאלענט-איד", אדער א דזשולערי סוחר ''דיאמאנטן-איד'' וכדו', פארוואס פונקט א מקוה-איד האט זוכה געווען צו דעם טיטל?
2 פארוואס דער הצלה-מאן רופט מען 'מאן' 2 און דער מקוה-איד 'איד'?
3 איז עס נישט המכנה שם לחבירו?
אתמהה!

און מיט דעם וועל איך שליסן מיינע ווערטער, איך מיין אז פאר יעצט איז דאס שוין גענוג, מיינע הענט טוען מיר שוין וויי... און איך טוה דא אפעלירן צום ציבור, איך ווארט זייער שטארק צו הערן ענקער מיינונג און דעם קאמליצירטן ענין, און ווער עס האט עפעס מוסיף צו זיין זאל דאס ביטע אריינשיקן צו דעם אשכול, ישר כח למפרע.

נ.ב. אז מרעדט שוין פון גיין אין מקוה איז אינטערסאנט צוצוצייכענען וואס עס ווערט געברענגט (בס' נפלאות התפארת שלמה אות א') בשם הגה''ק רבי יחזקאל מקאזמיר זי''ע, אז א הייסע מקוה איז מסוגל פאר פרנסה און שמחה, און אין ספר צידה לדרך (ערך טהרה) שטייט אז עס איז מסוגל פאר הצלחה בכל ענינים!

קלארשטעלונג: דאס איז אויסדרוקליך נישט להלכה ולמעשה, בלויז צו פיטפוטי אורייתא פאר א שמייכל און געגאנגען ווייטער... פאר הלכה'דיגע און תורה'דיגע פילפולים ווענדט אייך צו אייער דיין...
לעצט פארראכטן דורך שמעלקא זאפטיגער אום מאנטאג יאנואר 02, 2017 8:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

יויש. שייך לענג נישט געלערנט אזוי טיף. איך האלט נאך אינמיטן ס'איז מיר געווארן עפעס אזא יחלוקו. מיינע אויגן שווינדלן דא כמעט אזוי ווי דיינע הענט טוען דיר וויי.
לאמיר אבער גיין צום תכלית.
מ'מעג נעמען צוויי האנטוכער? איך מיין, וויאזוי העל איך גיי אין מקוה מיט איין?

עניוועי, מזל טוב צום טויזנטער כה יתן שמעלקע וכה יוסיף עמו"ש
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

מגי"ש כ'האב פארגעסן מיין קובץ מפרשים ...?
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רביש »

מזל טוב מזל טוב!!!!!!!!
די טויזענסטער תגובה איז אזוי שיין דורך געלערנט געווארן...
אי"ה ביי מיר אויף שימחעס...

איז דאס דיר נתחדש געווארן אין מקווה? :lol: :lol:
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

חושב מחשבות... האט געשריבן:מגי"ש כ'האב פארגעסן מיין קובץ מפרשים ...?


ביסט מסתמא נישט געגאנגען היינט אין מקוה, (דא קוק איך שטרענג) וועגן דעם!!!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

שמעלקא דאס איז צו טיף פאר מיר..

געב מיר א פארמיטאג צוויי, איך בין דא צוריק אין צוויי דריי טאג מיט תשובה (אפשר עפענען א פראדזשעקט אשכול מיט בילדער פון די פיר עקעדיגע האנטוכער אדער רינדעכיגע?)


עניוועי, מזל טוב פאר ידידינו החשוב, 'ה'שרייבער בה"א הידוע, מורה מורינו דער הויכער ר"ר שמעלקא

דער אויבערשטער זאל העלפן ס'זאל זיין לא כהתה עינו ולא נס ליחו פון דיין פעדער, זאלסט ממשיך זיין די טיפזיניגע מאמרים און בליציגע רעיונות ביתר שאת ויתר עז
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

גראדע נאכנישט פארפאסט קיין מקוה פון מיין בר מצוה
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

זייער טיף...
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

דאס איז א מעכטיגע ארטיקעל וואספאסט טאקע לכבוד לכבוד די 1000 !!!
דיין מזל טוב קוק דא
לעצט פארראכטן דורך eller אום מאנטאג יאנואר 02, 2017 10:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

יוי אידאס טיעף..

זאג ווילסט אפשר מאכן א טעגליכע שיעור מיט מיר?
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

תכלית, איינער וויל מיר ארויסהעלפן דא?

האט רחמנות אויף א פארצווייפלטן איד!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
הרב שלמה'ס א תלמיד
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 30, 2016 2:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב שלמה'ס א תלמיד »

לץ! :grin: :grin: :grin: :grin:
די "נשמה שפראך" - די איינציגסטע שפראך וואס יעדער איינער, אן קיין אויסנאם פארשטייט!
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

הרב שלמה'ס א תלמיד האט געשריבן:לץ! :grin: :grin: :grin: :grin:


סתם חושד א אידיש קינד!

עס איז ערנסטע שאלות, דו האסט עס נאך קיינמאל נישט באגעגנט?!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

מיין קאפ שווינדעלט מיר....

מגי"ש, ווי איז די ליין אריין צו שרייבן די ענטפערס?

[align=center]מזל טוב מעומק ליבי לידידי @שמעלקא!!!
טויזנט תגובות מלא חן, געשריבן מיט דיין הערליך פעדער און דיין זיסע שפראך, פיל מיט ידיעות און היסטאריע אדער הומאר!
כה לחי!
[/align]
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

געוואלדיג!!!!
שכח הרב שמעלקא


;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
א פשוטע איד.
אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט »

חושב מחשבות... האט געשריבן:גראדע נאכנישט פארפאסט קיין מקוה פון מיין בר מצוה


אויב מ'מעג פרעגן די "פון מיין בר מצוה" איז ווי לאנג ?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

חושב מחשבות... האט געשריבן:גראדע נאכנישט פארפאסט קיין מקוה פון מיין בר מצוה

WOW, דו מוזט זיין 13 מיט א טאג...
ליידער האב איך שוין געהאט זמנים וואס איך האב נישט געקענט גיין אין מקוה מחמת געזונטהייט (צובראכענע פיס)

און צו ר' שמעלקא זאפטיגער, מזל טוב צו די געוואלדיגע דערגרייכונג פון "שר האלף", האלף לך שמעלקא! לך בכחך זה און שרייב נאך און נאך און נאך.
(עס האט מיר שטארק געפאלן דער געדאנק פון שאוער / חציצה תפילין / שבת...)
אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:תכלית, איינער וויל מיר ארויסהעלפן דא?

האט רחמנות אויף א פארצווייפלטן איד!


מ'דארף אנפאנגען אביסל פארדעם .

ווען האט זיך אנגעפאנגען די דרייעדיגע טיר, זייף און האנטוכער געטיילאכץ ס'פלעגט נישט אמאל אזוי זיין.

לאמיר אנפאנגען מיט די טיר,
א) אויב האט מען געלייגט די טיר קעגן גנבים איז ווילאנג יענער איז נישט קיין גנב קען ער רואיג מיטקומען.
ב) אויב די טיר איז געמאכט צו ברענגען געלט פאר'ן ביהמ״ד איז ווילאנג יענער ש'נדר'ט געלט קען ער אויך מיטקומען.

בקיצור איהר האט עס ממש אנגעכאפט ביים שפיץ האנטוך ס'איז נאך דא אסאך וואס ארומצורעדן, וכדברי וואוילע שעפעלע מ'דארף פארדעם עטליכע פארמיטאג'ס......


פאר איך ענדיג מוז איך איבערלאזן א הערצליכע
מזל טוב

איהר שרייבט זייער זייער פיין ,קים אפ די גרעיט ווארק.
אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 18, 2009 4:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעלנער »

שמעלקא מז"ט פארן דעגרייכען צו טויזענט רייכע תגובות פול מיט זאפט.

לגבי דיינע קושיות, אז מ'גיבט ארויס א שיעור ברויך מען צושטעלן מראה מקומות.
לעצט פארראכטן דורך קעלנער אום דינסטאג יאנואר 03, 2017 4:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

גם אני יבוא בצוותא עם החברים לברך את הרב הגאון מורינו ר' שמעלקא שליט"א בברכות מזל טוב יאריך ימים על ממלכתו בשיעוריו הנעימים ויהי רצון שישפכו נעימת המוהל מפירותיו המתוקים לחיך ויזכה להנות את החברים מתוך נחת והרחוה אושר ועושר עדי נזכה לביאת משיחינו בב"א
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

מעג מען עס לערנען אין מקוה? אויב יא, א PDF ביטע איך זאל דאס קענען אהיננעמען מארגן און דורכטון באותו מקום ובאותו זמן....
[align=center]מזל טוב ידידי עוז שמעלקי זאפטי!![/align]
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

פארוואס נישט האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:גראדע נאכנישט פארפאסט קיין מקוה פון מיין בר מצוה


אויב מ'מעג פרעגן די "פון מיין בר מצוה" איז ווי לאנג ?


איך בין שוין א שיינע טאטע פון קינדער

גראדע איינמאל געהאט אינגראטאנעיל [נישט מער געדאכט,] האביך נישט געקענט גיין פאר דריי טעג, אבער חוץ מזה האב איך נאכקיינמאל נישט פארפאסט ב"ה,
סוף מעשה במחשבה תחילה.
טעיסטערס טשויס
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:18 am
לאקאציע: אויפן צווייטן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיסטערס טשויס »

יווווואאאאאשששש!!! מיינע לעפצן זענען שוין צופליקט....
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

מזל טוב זאפטי מזל טוב!!! עס פרייד זיך מיר צו הערן אז דו האלסט שוין ביי גאנצע טויזענט, גאר פיין געשריבן, און איך האלט טאקע ווי דיר, מען דארף אויפהערן ריפן מקוה איד נאר ענדערש מקוה סוחר, און איין מאל די טיטל טוישט זיך בין איך גרייט צו אריינגיין אין די ליין.
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטיש »

שכוח שמעלקא אויף דער און אלע טויזענט זאפטיגער געשמאקע תגובות וואס ווערט געשריבן מיט אסאך הומאר און א לייכטע שפראך

לגופו של ענין
אויף די ערשטע איבעיא איז לכאורה די תשובה: 2
אויף די צווייטע איבעיא איז לכאורה די תשובה: 3
אויף די דריטע איבעיא איז לכאורה די תשובה: 4, כידוע פין אריז"ל שטייט מען זאל זיך נישט אפווישען
אויף די פערדע איבעיא איז לכאורה די תשובה: 1
אויף די פיפטע איבעיא איז לכאורה די תשובה: 4
אויף די שאלה לגבי כינוי שם איז די תשובה: תיקו
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”