משה מאשקאוויטש, מיין פערספעקטיוו איבער די לעצטיגע רעזואלוציע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

משה מאשקאוויטש, מיין פערספעקטיוו איבער די לעצטיגע רעזואלוציע

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » זונטאג ינואר 01, 2017 6:51 pm

דער אמת איז אז די נושא קריכט מיר שוין ארויס פון מיינע נאז לעכער, איך האב עס שוין אדורכגעקייעט טויזענטער מאלן, צומאל מיט רעכטע אידיאלאגיסטן, און אין אנדערע פעלער מיט לינקע אנהענגער, א יעדער איינער האט זיך זיין פרעזענליכע מיינונג און אגענדע, דער שרייט אזוי וויבאלד ער איז דאך א לינקער און אבאמא האלט אזוי, דערפאר מיז ער אויך האלטן אז דאס איז די ריינע ווארהייט, און ווידער די פונעם רעכטן לאגער מוזן האלטן גענוי דאס פארקערטע, וויבאלד אויב ער וועט האלטן אנדערש וועט ער פארזיגלט ווערן אלס א לינקער... ווארום ביידע פארמאגן שטארקע טענות און סיבות צו זיין גערעכט, און קיינער איז נישט אפגעפרעגט.

אבער אין רעאקציע צו איש החסד'ס לעצטיגע אנאליז ווי ער טוט שארף אראפרייסן די אלע וואס הענגן זיך אן אין די רעכטע איזראעלישע אידעאלאגיע, שפיר איך אז איך מיז נעמען די פעדער אין האנט אריין, און אים איבערצייגן אז אט אין דעם ספעציפישן סומאטאכע וואס קומט יעצט פאר, קען ער אריינגיין אין די קאטאגאריע פון די וואס גיין מיטן קאפ אין וואנט אריין, ווייל... אבאמא, דער לינקער, האלט אזוי...

(קלארשטעלונג: סיי וואס עסו ועט ווערן געשריבן דא אינעם אנאליז, איז נישט פון א תורה'דיגע בליק, ווייל מצד השקפה איז די ענין אינגאנצען אנדערש און פארקערט גאר, מיר באציען זיך דא, ווי פארשטענדליך, פון א פאליטישע קוק ווינקל).

אלזא, איידער דו גייסט ליינען מיין ארטיקל, טו ביטע א טובה און ליין ביטע דורוך דאס וואס איש החסד האט ארויסגעלייגט ווי ער טוט שארף אראפרייסן די רעכטע אידאלאגיע 'און איר פונסטערע היסטאריע מיט אירע ריכטיגע פארבן...'.

איידער איך הייב אן, וואלט איך געוואלט זיך באדאנקען פאר איש החסד פארן זיך באנוצען דורכאויס זיין שעפערישע ארטיקל מיט אזעלעכע שארפע רעטאריק אקעגן די רעכטע'וויסטן, מיר געבענדיג די רשות עס צו נוצן אויך אויף צוריק... שכ'ח איש החסד. נאך א זאך וויל איך קלאר מאכן אז עטליכע פונקטן וואס מיר גיין דא שרייבן, האב איך שוין געשריבן אין די פארגאנגענהייט אויפן וועלטל, און איך וועל נישט מאריך זיין צופיל אין די נקודות וויבאלד עס איז שוין אויסגעשמועסט געווארן פריער.

איז קודם כל לאמיר נעמען אויפן שפיץ גאפל די טענות און פונקטן וואס איש החסד האט ארויסגעלייגט אין קורצן, זאגענדיג מיט א קלארקייט אז זיי זענען קלארע פאקטן, און לאמיר זיי ענטפערן דבר דבר על אופניו, זעהן צו די אזוי-גערופענע פאקטן זענען ווירקליך א מציאות. הגם ער גייט דארט איבער א יעדע פאקט בערך צוויי מאל, מיט א צווייטע אויסלאגע פונעם ווערטער לעקסיקאן, אבער מיר וועלן דאך פרובירן אלעס צו שטעלן אין פלאץ, און לאמיר זיך איבערצייגן וואס די רעזולטאטן פון די זאגארע פאקטן וועלן זיין.

הייבט ער אן אזוי:

ס'נישטא קיין אנדערע לעזונג צום קאנפליקט סיידן א צוויי שטאטן לעזונג.
- אט דאס איז וואס מיר קריגן זיך יעצט, און אודאי אז דו, אלס לינקער, האלסט אזוי, אבער איך אלס רעכטער האלט 'אביסל' אנדערש. איך בין מודה אז דא דארף גענומען ווערן פאלגרייכע שריטן, אבער איך האלט אז א צוויי שטאטן פארהאנדלונג וועט זיין אין די נאענטע צוקונפט א טאטאלע דורכפאל, ווי ערקלערט ווייטער.

אבאמא וואלט זיך גענצליך געקענט ארויסלאזן פון די גאנצע סומאטאכע און שפילן אין די צייט גאלף.
- זייער גוט ארויסגעברענג דאס וואס די מער רעכט געשטימטע אנאליזער הערן נישט אויף צו שרייען, וואס האט דאס אויסגעפעהלט פאר אבאמא, ער האלט שוין יעצט ביי די ענדע פון זיין צווייטע רונדע, ער גייט זיך שוין אין געציילטע טעג ארום געזעגענען פונעם אוועל אפיס, נו, וואס האט אים דאס אויסגעפעהלט, פלאנט ער דען יעצט עפעס אויפצוטוען אין די איינציגע טעג, אויב יא, פארוואס האט ער עס נישט געשריגן פאר פיר יאר צוריק. אלא מאי, עס איז בלויז א פארזוך פאר א געלונגענע נקמה טאהט אין נתניהו, וועלכע האט זיך אין די לעצטערע אפשניט פון צייט ארומגעאמפערט מיט אבאמא, און זיך גע'חוצפה'ט מיט וואלגארישע אויסדורוקונגען אנטקעגן דעם ירים הודו'ניק פון אמעריקע. בקיצור, א באליידיגטע פערזאן וואס וויל אפטוען זיין קעגנער. נישט אפגעפרעגט.

ליידן פון נישט שאפן קיין לעזונג גייען בעיקר מדנ"י בירגער בפרט, און אידן איבער דער וועלט בכלל.
- הונדערט פראצענט גערעכט, אבער עס איז דא א פארקערטע ריכטונג פון טראכן, אז זאגאר ווען עס וועט יא פארקומען א צוויי שטאטן לעזונג, וועלן די אידן אין מדנ"י און לענגאויס די גענצע וועלט ליידן פילפאכיג מער. אזוי ווי די אסלאו אפמאך האט שוין אויפגעוויזן.

די אראבער אויפן מערב ברעג ווערן טעגליך דיסקרימאנירט דורכאויס זייערע שטעטלעך און דערפלעך אינעם מערב ברעג.
- זיי זיך מסביר ביטע. וועלכע אראבערס, סתם איינער וואס זיצט זיך רואיג ביי אין דארף און דריידט נישט אן קיין שום איבערקערענישן און שטעכערייען? הוילע ליגענט, מדנ"י האט נישט קיין שום אינטערעסע איבערצודרייען און אוועקנעמען די מענטשן רעכט פון רעכט-דענקיגע מענטשן. נאר וואס דען, די וואס פאראורזאכן שטעכערייען און אטאקעס איבערן לאנד, זיי ווערן ווירקליך דיסקרימאנירט, און מיט רעכט!

ביי דעם שטאפל וועל איך יא מוזן טיילווייז מודה זיין צו דיינע ווערטער, אז די אראבערס ווערן דיסקרימאנירט, אבער, אבער... נישט דורך מדנ"י, נאר דורך די פאלאסטינע אויטאריטעט זעלבסט, דו האסט א אהנונג וואס עס קומט דארט פאר אין זייער שטעט און דערפער? די פאליסטינע באהערדע אינטערעסירט גארנישט איבערן שטאנד פון אירע בירגער, מענטשן הונגערן און זענען היימלאז, פילע זוכן מיט לעכט סיי וואספארא סארט ארבייט, אבער זענען נישט ערפאלגרייך און קענען נישט טרעפן גארנישט אין די קאראפטירטע הערשאפט... דאן וואס איז זייער קומענדיגע שריט? מען גייט צום ביורא פון מדנ"י, מען ווייזט אויף אז מען פארמאגט א ריינע רעקארד פון שטעכערייען און היצערייען, מען קריגט א וויזא צו קענען אריבערטרעטן די שוועל צו מדנ"י טרעטאריע, און מען טרעפט א פיינע ארבייט ביי וועם? ביים איד.

די מינימאלע לעבן סטאנדארט פאר די אראבער איז שווער אונטער די יוזרעלישע מיליטערישע אקופאציע.
- ווידער שרייבסטו נישט קלאר פון וועמען דו רעדסט, אויב רעדסטו פון אראבערס וואס טוען אנדרייען כאאס איבערן לאנד, דאן איז די צבא נישט מער ווי גערעכט (פארשטייט זיך אז איך רעדט נישט דא פון א תורה'דיגע שטאנדפונקט), ווידער אויב רעדסטו פון סתם אראבערס, דאן פון וועלכע? די אין די מערב ברעג, ליידן נישט קיין שום סימפטאמען פון מדנ"י, אזוי ווי שוין פריער ערווענט. ווידער אויב רעדסטו פון די וואס וואוינען אין מדנ"י טרעטאריע, דאן בוסטו אינגעצען אפגעפרעגט און ווייט פונעם מציאות, ווייל די אראבערס לעבן אויף א גאלדענע טאץ ממש, די אראבערס וואס שטעלן זיך צו טיילווייז צו מדנ"י, ווי למשל אינעם טרייענגע"ל (כ'ווייס נישט וויאזוי מען זאגט עס אויף אידיש, אפשר די 'דריי קאנטיגע שטחים'...) – דאס זענען די שטחים וואס זענען שוין נישט אין פאלעסטינע טרעטאריע, און זיי געפינען זיך עטליכע קילאמעטער העכער ג'נין, די אראבערס דארט וואוינען אין די שענסטע פאלאצן וואס זענען נאר פארהאן איבערן לאנד, צאלן נישט קיין שטייערן, גיין נישט אין צבא, געניסן פון אומזיסטע וואסער און עלעקעריציטעט... און וואס נאך דארפן זיי.

און דא, ביי דעם פונקט, וואלט איך געוואלט ארויסברענגען נאך א נקודה וואס איז גאר וויכטיג צו נעמען אין באטראכט דורכאויס די גאנצע קאנפליקט און מיינונגען אויסטויש וואס קומט דא פאר:

פאר עטליכע יאר צוריק איז פארגעקומען א רעדע אין כנסת (הטמאה – פאר די וואס קענען נישט דילדן די ווארט כנסת אן די קומענדיגע ווארט טמאה...) איבער צולייגן די שטחים פונעם טריינעגע"ל צום פאלאסטינע אוטיאריטעט, און עס זאל קאטאגאריזירט ווערן אלס שטח A אזוי ווי די ביז יעצטיגע פאלעסטינע. די אראבערס דארט ציילן זיך אין די מאסן און דערגרייכן צו גאר הויכע ציפערן, און מדינת ישראל האט גע'טענה'עט צו אבו מאזן אז זיי האבן נישט קיין שום ניצן פון די דארטיגע איינוואינער און עס ברענגט זיי בלויז קאפוויי, געלט שווענדערייען, אן קיין שום זאכליכע בענעפיטן... אין קורצן, מדנ"י האט גערן מסכים געווען עס אריינצולייגן אין א שטאנד פון שטח A... אין רעאקציע צו דעם, האט זיך אנגעהויבן מאסן דעמענסטראציעס בלויז פארן ארויפברענגען דעם געדאנק, דער עולם האט פארפירט און געבוזשעוועט אז זיי וועלן אזא זאך קיינמאל נישט דורך לאזן.
איר זענט אודאי זיכער אז די רעכטע אקטיוויסטן האבן גערודערט, אבער ניין, די פאקט וואס איז ווירקליך פארגעקומען איז שטוינענד אינטערעסאנט, ווארום די 'אראבערס' זעלבסט וועלכע וואוינען דארט אין די שטעט ווי צום ביישפיל כאבול, כפר כנא, משהד, טועראן, סכנין, עילבון וכו', זיי האבן געשטורעמט און פארפירט אקעגן די געדאנק פון זיי שענקן פאר פאליסטינע, זיי ווייסן גאנץ גוט אז אין זייער יעצטיגע מצב – זייענדיג פולשטאנד אונטער די הערשאפט פון מדינת ישראל, לעבן זיי א געלונגענע און סוקסעפול לעבן וואס ווייניג אראבערס איבערן גלאבאל, און איבערהויפט אינעם מיטל מזרח, קענען בלויז טראכטן פון לעבן אזא לוקסוזירטע לעבן. ווי נאך אויפן וועלט איז געהערט געווארן אזא זאך אז וויבאלד ער איז א אראבער קען ער זיך ארויסדרייען פון באצאלן די נויטיגע שטייערן פארן לאנד... אין קורצן גערעדט, זיי זעלבסט, די אראבערס אויף וועלכע די אלגעמיינע פאליטישע וועלט פירערס האבן אזאנע מיטגעפיהל איבער זייער שטאנד און פארפירן פאר זייערט-וועגן טאג נאך טאג, זאגן מוחל טובות, עס איז מיר פיל בעסער און געשמאקער אין מיין יעצטיגע שטאנד, איך ווייס גאנץ גוט אז אונטער די פאלעסטינע קארופציע וועל איך נישט לעקן קיין האניג...

איר קענט זיך דאס גאר גרינג איבערצייגן און זעהן וואס די ריינע ווארהייט איז, ווער זענען די וואס פארפירן? אבו מאזן זעלבסט פאפירט נישט אזויפיל דערוועגן, ער איז נישט דער וואס שטייט אונטער די אלע פארדאמונגען, און אונטער די יעצטיגע רעזאולאציע, די וואס פארפירן זענען די וועלט פירערס וועלכע ווילן זיין גוט צו מענטשן וואס שרייען אז פאר זיי איז יעצט די בעסטע וואס קען נאר זיין.

די וואס פארפירן און רעדן זיך אפ, זענען אממערסטענס די ארבייטסלאזע פערזאנען איבער די אקופירטע שטחים, און די גרעסערע טייל דערפון זענען די כאמאס מיטגלידער וואס וואוינען אינעם מערב ברעג, און ווייסן גוט אז ווי נאר עס ווערט אומגעקערט די שטחים צו פאלעסטינע, וועלן זיי גלייך איבערנעמען די מאכט און אראפווארפען דעם ביז-יעצטיגן אבו מאזן וואס איז נאך גאנץ נערמאל און איינגעהאלטן.

ווי שוין ערווענט אין פריעדיגע תגובות, איז אין די לעצטיגע חדשים צוריקגעצויגן און אפגעשטיפט געווארן די לאקאלע וואלן וואס האבן געזאלט פארקומען איבער די פאלעסטינע שטעט, זעהענדיג ווי די כאמאס מיטגלידער טוען זיך שטארקן און נעמען איין פילע פון די אפענע פאזיציעס. אט דאס איז די גרעסטע פחד פון אבו מאזן, און אט דאס איז די גרעסטע צוריקהאלט פון אומקערן שטחים צו פאלעסטינע!

פון איין זייט איז די מערב ברעג נישט ווי מדנ"י לגבי בירגערשאפט וכדמה, ווען פון די אנדערע זייט ווערן די דארטיגע אייוואוינער באהערשט דורך די איזראעלישע מיליטער פאר נאו גאאד ריזען.
פאר נאו גאאד ריזען? דאס איז די מערסט לעכעריגע ווערטער וואס זענען נאר פארהאן אין די יעצטיגע סומאטאכע, א יעדע רעכטדענקיגער מענטש פארשטייט אליינס אז מען קען זיי נישט לאזן טוען וואס מען וויל, און אלס איבערווייז דערפאר איז פארהאן א קליינער שטח אין ארץ ישראל, ושמו עזה, וואס האט שוין אויפגעוויזן אז ארויסנעמען די מיליטער'ס הערשאפט איז נישט קיין אפציע, נאר א דורוכפאל און א פארזיכערטע כאאס צושטאנד.

אין שפעטערדיגע שורות פרובירט דער שרייבער פונעם לינקע אנאליז צו פארטיידיגן זיינע מיינונגען און אויפווייזן וואס איז די פראבלעם וואס האט פאראורזאכט אז עזה האט געברענגט אזויפיל פראבלעם עווענטואל, איז לאמיר אביסל צורירן דעם נקודה איידער מיר גיין ווייטער, מיר וועלן נאר בארירן די ראשי פרקים פון די ענינים, און אפשר אין א צווייטע אנאליז וועלן מיר צענעמען דעם גאנצען אוסלאו אפמאך מיט אלע דעטאלן און איינצעלהייטן.

פאר לאנגע יארן האט זיך די גאנצע געשפרעך ארום א אפמאך געצויגן, גארנישט איז נישט געווארן דערפון. און יאר 1987 איז פארגעקומען די ערשטעט אנטיפיאדע, און עס האט טיילווייז אויפגעשאקלט דאס לאנד, אבער אין די ענדע האט דאס ווידער נישט געבערנגט קיין געווינטשענע רעזולטאטן און אלעס איז צוריק צום רוטין און נארמע.

אין יארע 91' איז ווידער פארגעקומען זיצונגען אין מדריד, דורך אליקים רובינשטיין און מען האט באשלאסן אריבערצופירן די זיצונגען קיין וואשינגטאן. אין יענע יארן איז נאך יצחק רבין געווען דער שר הביטחון, און ער האט נישט פארמאגט גענוג א שטארקע פאזיציע צו קענען איבערדרייען די געמוטהער אויף זיין זייט, און דערפאר האט זיך גארנישט גערירט.

נאך א יאר, אין אוגוסט 92' איז רבין ערוועלט געווארן אלס פרעימער מיניסטער איבער מדנ"י, אבער דאן האט ער געהאט א פרישע שטער צו זיינע פלענער אין מיינונגען, זאגאר שמעון פרס, דער שר החוץ, האט אים נישט געשטיצט מיט זיינע צוקונפטיגע פלענער...

אין קורצן, עס איז אריבער נאך יאר, און פרס האט טיילווייז געטוישט זיין אייגענע מיינונג, און אין אוגוסט 93' איז פארגעקומען העפטיגע זיצונגען ווי עס איז אין די ענדע אונטערגעשריבן געווארן די ערשטע אוסלאו אפמאך צעווישן פרס און מאחאמוד עבאס, מיר וועלן יעצט נישט אויסשמועסן די גענויע אפמאך, אבער אין קורצן האט עס געמיינט אז מען קערט אום עזה און יריחו צו די אראבערס פאר א פראבע צו זעהן וואס די רעזלטאטען און נאכווייען וועלן זיין. אין סעפטעמבער איז שוין פארגעקומען פרידליכע האנט-שאקעלערייען צעווישן רבין און ערפאת, און דער לאנד האט אנגעהויבן פארן אויף רעדער... דער האט געהאלטן אזאוי און דער צווייטער אזוי...

רבין, דער לינקער, איז עווענטואל אומגעברענגט געווארן אין א אנטענעט, ווארשיינליך דורך א צעיושטער רעכטער וואס האט געשטורעמט אקעגן אים, און איז געווען אויפגעברויזט איבער זיינע שריט.

אין אנהויב האבן אלע געהאלטן אז רבין איז געווען א לינקער און דערפאר האט ער עס אומגעקערט. מיט די צייט איז ארויסגעקומען די אינערליכע סיבה וואס האט אים געבערנגט פאראויסצושטופן זיינע געשפרעכן, און היינט צו טאגס זענען די מערהייט פון די פאליטיקאנטען איבערווייזט דערין אז די סיבה וואס ער האט עס צוריק געגעבן, איז גענוי די זעלבע סיבה פארוואס מדנ"י האט געוואלט אומקערן די טרייענגע"ל, ווארום מדנ"י האט נישט ארויסגענומען קיין שום בענעפיטן דערפון, און עס האט בלויז געברענט פראבלעמען און אטאקעס, נו וואס טוט מען? מען וועט עס מכלומרשט אומקערן, און אין די ענדע וועלן זיי בלייבן הילפלאז און מער נישט קענען אטאקירן...

עס איז היינט ביי קיינעם נישט קיין פראגע אז דאס האט בלויז געברענט אומגעווינטשענע און אומגינסטיגע רעזולטאטן, עס איז נישט קיין לעזונג נאכצוגעבן, דו ווייזט דערמיט פארן אראבער אז אויב ער וועט פארפירן און אטאקירן, וועט ער זיין די געווינער. מדנ"י האט שוין גענוג געליטן דערפון, און עס פעהלט זיי נישט אויס מער דערפון.

ווייטער באטאענט דער שרייבער אז דאס וואס עזה איז געווען א דורכפאל איז געקומען אין רעזולטאט פון דעם וואס מען האט נישט אומגעקערט די איבעריגע שטחים. איז אזוי, קודם כל עס איז געווען א טייל פונעם אפאמאך אז עזה וועט זיין א פראבע צו עס געלונגט. עס איז געלונגען? א מכה...

שנית, איך האב שוין די טענה אנגעפרעגט ביי פילע לינקע און קיינער האט מיר נאכנישט געענפערט קיין ענטפער, אולי וועסטו מיר קענען ענטפערן דערויף –

מדנ"י שטייט יעצט אין א פארגעלעגנהייט, וואס טוט מען דא ווייטער? די רעכטע טענע'ן צו די לינקע אז ס'קען טאקע זיין אז די יעצטיגע מצב דארף א דרינגענד וויכטיגע לעזונג, אבער האסטו דען א לעזונג דערפאר, דו, באראק חוסעין אבאמא, הערסט נישט אויף צו בונטעווען אקעגן נתניהו, נו, וואס איז דיין לעזונג?

אה, דו טענה'סט מען זאל אומקערן די אלע אקופירטע שטחים? איך בין גערן מסכים מיט דיר, אבער איך פארלאנג עפעס דערפאר, די אסלאו אפמאך האט זיך פאקטיש ארויסגעוויזן אלס א דורוכפאל, אלע זענען דאס ווירקליך מודה... (איך האף עכ"פ אזוי...) אויב ברענגסטו מיך יעצט סיי וועמען וואס זאל מיך פארזיכערן אז דאסמאל גייט עס זיין א סוקסעס, עס וועט נישט ברענגען קיין אומגעווינטשענע רעזולטאטן, דאן קען מען זיך זעצן צום טיש, אבער ווי לאנג די אלע לענדער, אריינגערעכענט די פאראייניגטע שטאטן, טוען בלויז רעדן און פלאפלן, קיינער וויל דאס נישט פארזיכערן, איז נישטא קיין רעדע פון גיין צום טיש.

אין קלארערע ווערטער, גערעכט אז די יעצטיגע מצב פארלאנגט א לעזונג, אבער דאס וואס די לינקע פארטייען טראגן אן איז אויף דערווייל נישט קיין פולקאמע לעזונג, עס איז א סארט לעזונג וואס ברענגט כאאס, עס ברענגט אומגעהויערע פראבלעמען פארן לאנד. דאס וואס די רעכטע טוען וועט קען זיין ברענגען עוועטואל, אין פופצן-צוואנציג יאר ארום פראבלעמען, אבער די לעזונג פון די לינקע ברענגט 'שוין' פראבלעמען, די אזוי-גערופענע לעזונג איז שוין איבערצייגט געווארן אלס א טאטלע דורוכפאל, גיב עס א יאר צייט און דו וועסט באקומען איבערן קאפ מיסעלס און דראענס.

די מדינה איז אין א שרעקליכע פארגלעגענהייט, די צוק איתן קריג האט אויפגעוויזן אז די מיסעלס וואס די כאמאס טעראר גרופע פארמאגט קענען גרייכן אזעלעכע ווייטע שטרעקעס ווי פון עזה ביז תל אביב, שטעלט אייך נאר פאר אז די כאמאס גרופע וועט זיך געפינען אפגעריקט בלויז געציילטע קילאמעטער פונעם בן גוריון לופטפעלד, איבער נאכט וועלן זיי באשליסן אז זיי דארפן זיך אפרעכענען מיט מדנ"י, און צענדליגע ראקעטן וועלן אנהייבן שטורעמען אינעם ריכטונג פונעם עירפארט און תל אביב, די מדינה וועט זיין אויף רעדער, די פארקער פונעם לאנד וועט ווערן גענצליך אפגעשטעלט... איך קען נישט טראכטן וואס ס'וועט אלס פארקומען אין אזא סיטואציע... און דאס רופט איר אן א לעזונג? אדרבה, ברענגט א פארזיכערונג דערפאר וועט מען קענען רעדן.

און איך וויל נאכאמאל קלאר שטעלן, מיר זאגן נישט אז עס איז א 'זיכערע' פאקט אז דאס גייט געשעהן, אבער מיר זאגן יא עס איז א 'זיכערע' זאך וואס 'קען' געשעהן אין די נאענטע צוקונפט, און ווער וועט נעמען אחריות דערפאר? קיינער. קיינער. אחוץ פון אבאמא'ס סטראשענונגען, און קערי'ס געשליפענעם דרשה, האלטן זיי נישט ביי גארנישט.

און יעצט צום פינטל אליינס, וואס איז די ציל געווען פון אבאמא? וואס? איינער קען מיר עס ביטע ערקלערן מיט שכל'דיגע פאקטן נאך די לאנגע מגילה וואס איך האב דא געשריבן? ער שלאגט דען עפעס פאר? אויך מיר א לעזונג, האלסט אפשר ביים נעמען פאראנטווארטליכקייט דערפאר, ניין, דו ווילסט בלויז... נקמה! ווייזן אז דו בוסט דער העכסטער פאזיציע איבערן וועלט און דו קענסט אלעס... אקעי, קיין פראבלעם, מיר האבן געזעהן...

(און די איבעריגע צוויי טענות פון איש החסד חזר'ט ער בלויז נאכאמאל איבער דאס וואס ער האט שוין געשריבן, און עס איז שוין פארענטפערט געווארן דורכאויס מיינע ווערטער).

און יעצט, הייבט אן זיך לאזן ערן אייער מיינונג.

איך וואלט געוואלט הערן דעם מיינונג פונעם עולם איבער דעם, און אויב דער עולם וועט בעטן, וועל איך בעז"ה קומען מיט אפטערע אנאליזן איבער פאליטישע אנגעלעגענהייטן.
לעצט פאראכטן דורך משה מאשקאוויטש אום זונטאג ינואר 01, 2017 7:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3371
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » זונטאג ינואר 01, 2017 7:00 pm

זייער געשמאק צו ליינען דיין שרייבעריי.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » זונטאג ינואר 01, 2017 7:23 pm

א לינק צו איש החסד'ס ארטיקל
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » זונטאג ינואר 01, 2017 8:02 pm

זייער שיין צולייגט אויף טעלערלעך.

איך האב גראדע א לאנגס און א ברייטס איבער דעם נושא וואס איך האף אי"ה ארויסצולייגן שפעטער אין וואך, אבער עס איז דא א וועג אויסצוארבעטן אז ביידע זאלן זיין גערעכט אין געוויסע נקודות.
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » זונטאג ינואר 01, 2017 8:17 pm

אדרבה, לאמיר הערן דיין מיינונג. מיר ווארטן ארויס דערויף.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » זונטאג ינואר 01, 2017 8:34 pm

הערליך, קלאר, צום פינטל, מיט שרייבערישע טאלאנט!

א חידוש
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2017 12:12 am

תגובהדורך א חידוש » זונטאג ינואר 01, 2017 9:54 pm

א הערליכן ארבעט סיי די שרייבעריי און סיי די גרעפיקס תודה רבה

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג ינואר 01, 2017 10:25 pm

זייער קלאר און ריכטיג אראפגעלייגט די נושא (פון א פאליטישע שטאנדפונקט).
און אויך זייער א געשמאקע שריפט!
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אשלג
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2016 10:04 pm

תגובהדורך אשלג » זונטאג ינואר 01, 2017 11:15 pm

משה, אין כמוך! א פעדער פון גינגאלד א שפראך פון פערל. וואהר און קראנט. איר האט מיר פארשפארט אסאך ארבעט און צייט. תמשיך!

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מאנטאג ינואר 02, 2017 12:11 am

איז אזוי. עהעעם.

(וואאאס? ווער ביסט??? אהה, הער, כ'הייס תהלים איד, איך ארבעט שווער על הכחי' ועל המחי', אבער אין די מינוט'ן בין איך אויף א פליגער, און... איך ליין אייוועלט! עקטשועלי, איך שרייב שוין יעצט. עניוועי, צוריק צום נושא)

ערשטנס, שכוח משה הדרשן, כהאב נישט געליידט דעם צו וועמען דן באציהסט זיך, כהאב ערשט אנגעטראפן דיך. לאמיר אריינווארפן מיינע 2 צענט.

עס באדערט מיר אלס ווען אינגעלייט טענה'ן זיך, איינער איז קאטאגאריש רעכט און איינער קאטאגאריש לינק, מיט אלע מיינונגען, אזש כמעט וויל איינער האלטן אז געוונטאנאמע בעי איז א שעים פאר אמעריקא... און דער צווייטער אז אבאמא איז א נאאיווער כיתה ג' אינגל.

אויב קען מען נעמען יעדע פאקט פאר זיך און באהאנדלען, מעג מען טראכטן אפן און אנקומען צו בעסערע מסקנות.

- די סיבה פון אבאמא'ס דורכלאזן/אונטעררוקן די יו.ען. רעזאלוציע? יא, ס'איז נקמה. איך דארף זיך נישט איינרעדן אז אבאמא האט דא געזוכט תכלית... ניין, ער האט ערקלערט "פעיבעק טיים", און ווי זאגן זיי נאר? "ובגדול!".

- אבאמא'ס איינרעדעניש אז ער גייט קענען נענטער ברענגען א שלום איז געווען א דורכפאל. ער האט נישט ארויסגעהאט גענוג קיין איינע פון די צוויי צדדים. אויב האט ער געמיינט אז דאס גאנצע וואס פעהלט אים איז אפאר חניפה ווערטער פאר די פאלעסטינער, און אויב האט ער געמיינט אז מיט'ן "רעדן צום פאלק" אין איזראעל וועט ער עפעס טוישן אויף נתניהו, האט ער געגרייזט X2.

(מ'קען באזונדער באהאנדלען ביבי נתניהו, זיין אויסטערלישע פאליטישע חכמה, אויסטערליש איז נישט דאס ווארט, אבער ס'איז נישט יעצט די צייט, נאר אויפ'ן שפיץ גאפל: ווער עס קען דעם דארטיגן פאלק ווייסט אז יעדע ריר זיינע איז אך ורק צו געווינען דעם דעת הקהל, דארט שטעקט זייך הצלחה, און די גאנצע אויסערן פאליטיק ווערט געפירט לטובת די אינערן פאליטיק, ואכמ"ל)

- די צוויי שטאטן שלום פלאן איז א לעזונג? קיינער ווייסט נישט! אבער איין זאך איז קלאר: ס'איז די איינציגטע לעזונג אויפ'ן מארק.

צו אלעמען ערשט, עס איז ביז היינט קיינמאל נישט געווען אויסגעפירט אזא סארט איידיע ביז היינט, די אלע משלים זענן נישט דומה לנמשל כלל וכלל. די צוויי-שטאטן פלאן דארף צו געבן פאר די פאלעסטינער א געהעריגע לאנד, אויפלעזן די אומגעזעצלכיע זידלונג-סומעטאכע אחת ולתמיד, און שענקען די פאלעסטינער עפעס מיט וואס צו וועלן זיין נארמאל, גענוי ווי יעדע לאנד. ס'איז פארהאן אסאך סברא צו זאגן אז ווען מען ווערט א לאנד הייבט מען אן האבן נארמאלע אינטערעסן זיך אויפצובויען, גענוי ווי אלע אנדערע אראבישע לענדער.

צו עס איז איינגעשטעלט? ביג טיים! ווייסט דען איינער וואס דער סוף וועט דארט זיין? צו וועט נישט אויפקומען א טעראר-רעגירונג וואס וועט זוכן בלויז אנצוהאלטן טעראר? מ'קען דאס נישט וויסן.

אבער, דא קומט דער אבער: וואס דען??? די שאלה איז עפעס וואס קיינער האט קיין תשובה נישט. ממילא, איז זעלבספארשטענדליך אז אלע לענדער קוקן ארויס אויף די דאזיגע פלאן, און אטע דערפאר האבן אלע העכסט-רעכט צו זיין ביטער-בייז אויף מדינת ישראל פארן אנהאלטן דאס בויען אין די זידלונגען.

ילמדינו נתניהו. ער האט ערקלערט אז די רעזאלוציע איז א שטער פאר די מעגליכקייט פון ווייטערדיגע געשפרעכן. אהא. איך הער. און וויאזוי באטיטלסטו דאס בויען אין די שטחים? א חיזוק פאר די געשפרעכן? ס'ליצנות איז אין לשער... בויען אין שטחים וועלכע דארפן צו זיין 'אפן פאר געשפרעכן', און דערנאך שרייען "העי, געשפרעכן". היש לך ליצנות גדולה מזו?

און לעצם ענין הזידלונגען. ווייסט דער עולם אז דאס איז אסאך מער אומלעגאל ווי רוסלאנדס אקופאציע פון קרימיע? אין מיינע צייטן(...) איז דאס מערערע מאל אויסגעשמועסט געווארן: מדינת ישראל האט נישט געוואלט אפיציעל ארייננעמען די שטחים אין אירע גרעניצן, וויבאלד זי וואלט דאן געדארפט ארייננעמען אלע אראבער אלס אירע בירגער. אלזא, וויבאלד זיי האבן דאס נישט געוואלט/געקענט, איז דאס געבליבן א "אקופאציע". און... אומלעגאל.

און שוין. צום ווידערזעהן? אולי...

זייט געבענטשט ידידים נעימים.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

מטעמים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג ינואר 02, 2017 12:39 am

זוי באנטש תילעם געזאגט אז דער יוד זאל זיך צוריק-קערן.

נייס טו סי יו
שרייב שוין עפעס

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג ינואר 02, 2017 1:30 am

אלעס האט זיך געלוינט, אז תהילים איד זאל צוריק קומען!!!

ברוך מחי' מתים... צוויי און א פערטל יאר! Wow!
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מאנטאג ינואר 02, 2017 5:04 am

ר משה ווינדערבאר צולייגט די זאך.

גיימער ליינען וואס איש החסד זאגט

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מאנטאג ינואר 02, 2017 5:30 am

דער תהילים איד האט געשריבן:- די צוויי שטאטן שלום פלאן איז א לעזונג? קיינער ווייסט נישט! אבער איין זאך איז קלאר: ס'איז די איינציגטע לעזונג אויפ'ן מארק.

א לעזונג וואס מאכט גרעסער די פראבלעם איז נישט קיין לעזונג, איז בעסער אז מען טוט גארנישט, נישט יעדער זאך מיז האבען א לעזונג.
אלא מאי די וואס האלטען אז דאס איז א לעזונג איז ווייל זיי האלטען אז די פראבלעם ווערט נישט גרעסער ווייל אידישע לעבענס איז ביי זיי נישט קיין פראבלעם!

אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 11, 2016 5:15 am

תגובהדורך פטיש » מאנטאג ינואר 02, 2017 5:58 am

משה, קנאקעדיג!
גיט צונימען די זאך
אפגעגעבן מנה אחת אפיים פאר אישי
זאלסטו מיר זיין געבענטש פארן אפשפאהרן די ארבעט פין נעמען די קיבאורד אין האנט

ר' תילעם איך זעה די עולם פריידט זיך אז אט אט גייסטו אראפ פין פליגער און קומסט צוריק אריין דא אין קרעטשמע וועל איך זיך מצרף זיין צו ברכת קדשם יהא בואכם לברכה.
נאר איין הערה'לע, ס'הונדערט פראצענט זיכער אז דער אבו מאזן קען קיין מדינה נישט פירן, והא ראי' אז אלע אראבישע מדינות שטאפן איהם אהן מיט געלט שוין יאהרן לאנג, און אנשטאט עס צוניצען פאר זיינע אינטערטעניגער גיסט ער עס אויס צו צאלן די משפחות פון די טעראריסטן וואס שמאכטן אין די מדנ"י תפיסות, און דאס אז כאמאס וואס גייט עס זיכער איבער נעמען קען קיין מדינה נישט פירן, געשעהט שוין אויכט היינט צוטאגס אין עזה
בלייבט איבער צו זאגן א קאפיטל תהילים.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מאנטאג ינואר 02, 2017 8:10 am

שלום עליכם רב תהלים איד, ביטע לאז אונז נישט איבער,מיר בענקן זיך צו די אמאליגע צייטן.

יישר כח משה, שיינע ארבעט אראפגעלייגט.

שעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 505
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 12:40 pm

תגובהדורך שעמעדיגער » מאנטאג ינואר 02, 2017 9:25 am

משה װי אייביג האסט געשריבן הערליך צי דער זאך ..
גלייב מיר אז ווען איך זעה דיין נאמען שפרינגט מיר אין די אויגן אז דאס דארף איך ליינען...
לעב און לאך א גוטס

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מאנטאג ינואר 02, 2017 10:53 am

צוערשט: עליכם השלום! איך בענק זיך אויך... אבל מה אעשה שאין עתי בידי. אפשר היינט-און-מארגן העמיר זיך דא דרייען אביסעלע.

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
דער תהילים איד האט געשריבן:- די צוויי שטאטן שלום פלאן איז א לעזונג? קיינער ווייסט נישט! אבער איין זאך איז קלאר: ס'איז די איינציגטע לעזונג אויפ'ן מארק.

א לעזונג וואס מאכט גרעסער די פראבלעם איז נישט קיין לעזונג, איז בעסער אז מען טוט גארנישט, נישט יעדער זאך מיז האבען א לעזונג.
אלא מאי די וואס האלטען אז דאס איז א לעזונג איז ווייל זיי האלטען אז די פראבלעם ווערט נישט גרעסער ווייל אידישע לעבענס איז ביי זיי נישט קיין פראבלעם!

ווי געשמועסט איז אויך דא סיבות צו טראכטן אויף די פאזיטיווע זייט איבער דעם לעזונג, און אמעריקא/די יו.ען. האט רעכט צו קוקן יענע זייט, ובפרט ווען קיין אנדערע לעזונג איז נישטא.

פטיש האט געשריבן:נאר איין הערה'לע, ס'הונדערט פראצענט זיכער אז דער אבו מאזן קען קיין מדינה נישט פירן, והא ראי' אז אלע אראבישע מדינות שטאפן איהם אהן מיט געלט שוין יאהרן לאנג, און אנשטאט עס צוניצען פאר זיינע אינטערטעניגער גיסט ער עס אויס צו צאלן די משפחות פון די טעראריסטן וואס שמאכטן אין די מדנ"י תפיסות, און דאס אז כאמאס וואס גייט עס זיכער איבער נעמען קען קיין מדינה נישט פירן, געשעהט שוין אויכט היינט צוטאגס אין עזה
בלייבט איבער צו זאגן א קאפיטל תהילים.

באשאר אסאד האט געקענט פירן א לאנד (ביז ביז..)? צודרייטער כוסעין האט געקענט? אבו מאזען קען אויך, און: חאמאס קען אויך... צו חאמאס וועט ווייטער שטיצן טעראר? איך גלייב אז יא. אבער דאס וועט זיין זייער ציהל אין לעבן אזוי ווי יעצט? קען שטארק זיין אז נישט. די מינוט וואס ס'איז דא א פאלעסטינער לאנד, האבן זיי פארפליכוטונגען מיט וואס פארנומען צו זיין, און אויך האבן זיי פארלוירן מערסט-טייל טענות קעגן די עקזיסטענץ פון מדינת ישראל.

ועוד הפעם: איך גלייב נישט אזוי תמימות'דיג אין דעם לעזונג, אבער קיין אנדערע לעזונג איז נישטא.

(דאס איז פאליטיש גערעדט. תורה'דיג גערעדט איז מדינת ישראל א כפירה בגזירת הגלות און א מרידה בכל התורה [עיין בדרשת האקאבי פארוואס מדינת ישראל איז די איינציגע דעמאקראטיע אין מיטל מזרח ואכמ"ל}, און דערפאר האט זי טאקע נישט קיין לעזונג).
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 11, 2016 5:15 am

תגובהדורך פטיש » מאנטאג ינואר 02, 2017 11:03 am

דער תהילים איד האט געשריבן:באשאר אסאד האט געקענט פירן א לאנד (ביז ביז..)? צודרייטער כוסעין האט געקענט? אבו מאזען קען אויך, און: חאמאס קען אויך... צו חאמאס וועט ווייטער שטיצן טעראר? איך גלייב אז יא. אבער דאס וועט זיין זייער ציהל אין לעבן אזוי ווי יעצט? קען שטארק זיין אז נישט. די מינוט וואס ס'איז דא א פאלעסטינער לאנד, האבן זיי פארפליכוטונגען מיט וואס פארנומען צו זיין, און אויך האבן זיי פארלוירן מערסט-טייל טענות קעגן די עקזיסטענץ פון מדינת ישראל.

איך וואלט (נישט) געקענט באשטיין אבו מאזן זאל קענען פירן א לאנד, אבער בפועל האט ער א אטאנאמיע ווי ער וואלט געברויכט צו פירן אליינס א מיני לענד, און ער געבט זיך נישט קיין עצה, יעדע פאר חדשים הערט מען אז ער האט נישט אפגעצאלט זיינע איינגעשטעלט, און די זעלבע מיט כאמאס וואס און זייערע מדינה זענען רוב מענטשן אהן קיינע פרנסות אדער ארבעט(וואס ברענגן נישט קין פרנסה).
און שטיצן טעראר, שטיצן ביידע סיי אשף און סיי כאמאס

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מאנטאג ינואר 02, 2017 11:19 am

דער תהילים איד האט געשריבן:צוערשט: עליכם השלום! איך בענק זיך אויך... אבל מה אעשה שאין עתי בידי. אפשר היינט-און-מארגן העמיר זיך דא דרייען אביסעלע.


באשאר אסאד האט געקענט פירן א לאנד (ביז ביז..)? צודרייטער כוסעין האט געקענט? אבו מאזען קען אויך, און: חאמאס קען אויך... צו חאמאס וועט ווייטער שטיצן טעראר? איך גלייב אז יא. אבער דאס וועט זיין זייער ציהל אין לעבן אזוי ווי יעצט? קען שטארק זיין אז נישט. די מינוט וואס ס'איז דא א פאלעסטינער לאנד, האבן זיי פארפליכוטונגען מיט וואס פארנומען צו זיין, און אויך האבן זיי פארלוירן מערסט-טייל טענות קעגן די עקזיסטענץ פון מדינת ישראל.


אויף דעי צד גייט עס דאך קאסטען מער אידישע לעבענס ווי ביז יעצט
איז פאר וועם עס גייט אן אידישע לעבענס איז דאך שוין בעסער אזוי ווי עס איז יעצט

אוועטאר
הער צו
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2016 11:23 am
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך הער צו » מאנטאג ינואר 02, 2017 11:41 am

הערליך געשריבן, איך האב שטארק הנאה געהאט. (אגב, דיין שריפט איז עפעס...וואונדערבאר!)

זייער גוט אפ געווארפען די לינקע אידילאגיע, כאטשיג וואס דו האסט אויסגעלאזט איין (גאר) וויכטיגע פאקטאר, ''אז מדנ''י האט פשוט אוועק גערויבט די שטחים'' און דערפאר פאנגען די אראבער אן,
די 'שלום געשפרעכן' 'ידם על העליונה', און מדנ''י איז דער וואס דארף אויף קומען מיט א גוטע אורזאך צו האלטן די שטחים, אפי' אויף ביז דערווייל...
דו הערסט מיך?? יא יא, איך 'הער צו'.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג ינואר 02, 2017 11:46 am

איך מיין אז די ציונים זעהן די בעסטע אפציע צו לאזן די מערב ברעג אזוי ווי ס'איז יעצט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » מאנטאג ינואר 02, 2017 9:14 pm

הער צו האט געשריבן:הערליך געשריבן, איך האב שטארק הנאה געהאט. (אגב, דיין שריפט איז עפעס...וואונדערבאר!)

זייער גוט אפ געווארפען די לינקע אידילאגיע, כאטשיג וואס דו האסט אויסגעלאזט איין (גאר) וויכטיגע פאקטאר, ''אז מדנ''י האט פשוט אוועק גערויבט די שטחים'' און דערפאר פאנגען די

איך האב נישט קיין סאך צייט יעצט, אבער אין קורצן בוסטו נישט גערעכט היסטאריש, עס איז נישט 'אוועקגענומען' געווארן, ווער האט עס געהאט? ליין דורך די לעצטיגע באשרייבונג פון למדן וצדיק, וועסטו ווערן אויסגעקלארט דערין.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מאנטאג ינואר 02, 2017 11:29 pm

רבי משה, ס'איז אמת און וואהר אז די פאלעסטינער האבן קיינמאל קיין לאנד נישט געהאט, אבער לאמיר קלאר מאכן א נקודה ווייל איך הער עס פון אינגעלייט כסדר איבער'חזר'ן:

נעמט אין באטראכט, אז מיט סיי וועלכע אנדערע ווירטשאפט ביז דאן זענען די פאלעסטינע-אראבער געווען דארט באקוועם און וועלקאם און אפילו כמו-ביים-רודער, ביז מדינת ישראל איז געקומען און אטאמאטיש אויסגעריסן זייער עקזיסטענץ. אלזא, ס'איז קלאר אז מדינת ישראל האט זיי אוועקגענומען זייערס און דערמיט זענען זיי געווארן די שונאי ישראל פונעם יאר-הונדערט.

(און דא קומט אוודאי אריין די טענה אז די פאלעסטינער זענען אליינס שולדיג ווייל זיי האבן געהאט די ברירה אנצונעמען די דעמאסלדיגע טיילונג-פלאן, אבער דאס נעמט נישט אוועק פונעם אויבנדערמאנטן מציאות, אפגעזעהן ווער ס'איז שולדיג, מדינת ישראל האט זיך אין פאקט אריינגעזעצט אין די וויינגארטן פון די פאלעסטינער)
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11998
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג ינואר 02, 2017 11:57 pm

וואס איז נייעס?
אידישע לוח
גמטריא קאלקולעיטאר
send any zip code to 845-209-2361 and get the ZMANIM for today


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot, tesla, YandexBot און 18 געסט