בלאט 8 פון 17

געשריבן: דאנערשטאג יולי 26, 2018 2:00 pm
דורך ישובניק
יש ברירה האט געשריבן:גראדע פאריגע וואך געזען די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע אריבעררייזן. געווען א גאר אינטערעסאנטע בילד.

שוין געזען עטליכע מאל די ספעיס סטאנציע פארביי פליען, געווענליך קען מען עס זען פאר צוויי-דריי מינוט אויפן הימל, טאקע גאר אינטערעסאנט.
דא איז א לינק, מען קען דאס דארט טרעקן לייוו גענוי די לאקאציע העכער וואו עס געפונט זיך מאמענטאל.
http://www.isstracker.com

געשריבן: פרייטאג יולי 27, 2018 11:32 am
דורך פאטאקי08
כאפסט אריין צו זעהן דעם מאדים (מארס) היינט באנייכט נעבן די לבנה עס איז יעצט די בעסטע נאכט זינט תשס"ג עס צו זעהן אזוי גוט

געשריבן: פרייטאג יולי 27, 2018 12:06 pm
דורך שאהן הענניטי
פאטאקי08 האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:יישר כח פאר די באריכט.

וואס באדייט דאס וואס מען זעהט טיילמאל שטערנס קוירסירן איבער די הימלען? איך האב פאריגע וואך געזעהן 4 אזאנע שטערנס אין א צירקע פון 15 מינוט.

עראפלאנען?

עראפלאנען פלעשען לייטס, די זענען געווען א בלויזע בלאסע שיין אהן פלעשן, אזויווי סעטעלייטס.

געשריבן: פרייטאג יולי 27, 2018 12:14 pm
דורך פאטאקי08
קען אויך זיין עראפלאנען, נישט אלעמאל וועלן זיי פלעשן לייטס

געשריבן: פרייטאג יולי 27, 2018 3:07 pm
דורך ישובניק
די טאטאלער ליקוי לבנה איז מאמענטאל אין פראגרעס, מען קען עס זען לייוו אויף רוב נייעס סייטס

געשריבן: פרייטאג יולי 27, 2018 3:47 pm
דורך טשיפקא
עס גייט יעצט אן?

געשריבן: פרייטאג יולי 27, 2018 3:55 pm
דורך ישובניק
טשיפקא האט געשריבן:עס גייט יעצט אן?

יעצט איז אינמיטן טאטאליטעט, מאקסימום טונקלסטע טייל פון די ליקוי וועט זיין אין 20-40 מינוט

געשריבן: פרייטאג יולי 27, 2018 3:58 pm
דורך אויפגעפרישט
וואס קענען זיי ווייזן אז עס איז צוגעדעקט?

געשריבן: פרייטאג יולי 27, 2018 4:13 pm
דורך ישובניק
אויפגעפרישט האט געשריבן:וואס קענען זיי ווייזן אז עס איז צוגעדעקט?

איר קענט טרעפן לייוו ביי רוב נייעס סייטס, וועט איר זען וואס זיי ווייזן

געשריבן: פרייטאג יולי 27, 2018 4:15 pm
דורך ישובניק
די מאקסימום טונקלסטע איז יעצט אין די מינוטן

געשריבן: פרייטאג יולי 27, 2018 4:40 pm
דורך אויפגעפרישט
Screenshot 2018-07-27 at 4.38.23 PM.png
Screenshot 2018-07-27 at 4.38.23 PM.png (163.17 KiB) געזען 5966 מאל

ישובניק האט געשריבן:די מאקסימום טונקלסטע איז יעצט אין די מינוטן

איך האב דיר געזאגט אז מ'זעט גארנישט

געשריבן: פרייטאג יולי 27, 2018 4:51 pm
דורך נא_שכל
די פארטאג, בערך 5, איז געווען זייער א רויטע און גרויסע לבנה, ס'האט ממש געברענט.

געשריבן: פרייטאג יולי 27, 2018 5:42 pm
דורך ישובניק
אויפגעפרישט האט געשריבן:איך האב דיר געזאגט אז מ'זעט גארנישט

ווענדט זיך וויאזוי מען שטעלט אן דעם טעלעסקאפ /קעמערע לענס.

געשריבן: מאנטאג יולי 30, 2018 12:50 pm
דורך פאטאקי08
מארס מארס מארס

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2018 10:17 pm
דורך פאטאקי08
בערך פון July ביז אנהייב September איז מארס געווען די ליכטיגסטע אביעקט אויפן הימל נאכן נוגה און די לבנה שיינענדיג נאך שענער ווי דער צדק וואס איז געווענליך נומער 3
יעצט אבער איז דער צדק שוין צוריק אויפן איר ארט אלס דער דריט ליכטיגסטער אביעקט אויפן הימל נאך די לבנה און נוגה
די נעקסטע פאר נעכט וועלן זיי זיך אלע דריי צוזאם טרעפן

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 12:58 pm
דורך פאטאקי08
מארגן וועט מען קענען זעהן 2 זאכן
1. די לבנה וועט זיין אינעם מזל כסיל
2. די מערקוירי (כוכב) וועט זיין הארט הארט נעבן די דזשופיטער (צדק) פארטאגס איין שעה פארן עלות

געשריבן: פרייטאג יאנואר 04, 2019 1:52 pm
דורך פאטאקי08
חמשה עשר בשבט קומט א פולע ליקוי לבנה וועט געזעהן ווערן פון גאנץ אמעריקע און יוראפ

געשריבן: זונטאג יאנואר 06, 2019 1:29 am
דורך נו גוט נו שוין
מ'ווייסט שוין ווען פונקטליך? שעה. געגנט.

געשריבן: זונטאג יאנואר 06, 2019 3:32 am
דורך וויי-פיי
עפעס איז דא יעצט א אינטערוויא ק''מ

געשריבן: זונטאג יאנואר 06, 2019 9:37 am
דורך ישובניק
נו גוט נו שוין האט געשריבן:מ'ווייסט שוין ווען פונקטליך? שעה. געגנט.

איבער די גאנצע East Coast פון מיאמי ביז מאנטרעאל, זענען די צייטן גענוי די זעלבע, די צייטן זענען בלויז געוואנדן אין די Time zones .
דער ליקוי וועט פארקומען זונטאג נאכט, ליל חמשה עשר בשבט.
10:33 טיילווייזער ליקוי הייבט זיך אן,
11:41 טאטאלער ליקוי הייבט זיך אן,
12:12 מאקסימום / מיטל פונקט פון טאטאליטעט,
12:43 טאטאלער ליקוי ענדיגט זיך,
1:50 טיילווייזער ליקוי ענדיגט זיך.

געשריבן: פרייטאג יאנואר 18, 2019 1:42 pm
דורך פאטאקי08
וויאזוי וועט זיין די וועטער זונטאג נאכט?

געשריבן: מוצ"ש יאנואר 19, 2019 9:55 pm
דורך פאטאקי08
אודה לאל.. ברן יחד כוכבי בוקר

געשריבן: זונטאג יאנואר 20, 2019 4:14 pm
דורך זאכליך
היינט נאכט פונקט אינמיטן חודש גייט פארקומען א גאנצע ליקוי לבנה, נעמליך די לבנה גייט אריין אין די שאטן פון די ערד און די ערד פארשטעלט די גאנצע ליכטיקייט וואס די זון גיבט איר.

פאר אונז אין ניו יארק געגנט גייט עס פארקומען פונקט אינמיטן די נאכט ווען די הויכפונקט גייט זיי אום 12:12

----

וויבאלד די זון איז גרעסער ווי די ערד האט די ערד צוויי מיני שאטנס, איינס ווען א חלק פון די זון ווערט פארשטעלט, און די צווייטע ווען די גאנצע זון ווערט פארשטעלט.

די ערשטע מיני שאטן ווערט אלס גרעסער און גרעסער ווי ווייטער ס'איז פון די ערד, אבער די צווייטע מיני שאטן ווערט אלס קלענער און קלענער ווי ווייטער מ'איז פון די ערד.

ס'ווערט אנגערופן פענאמברע און אמברע.

Screenshot_20190120-132035.png
Screenshot_20190120-132035.png (50.02 KiB) געזען 5035 מאל


די לבנה איז גענוג נאנט צו קענען אריינגיין אין אמברע, און ווען ס'גייט אריין אין אמברע ווערט א 'גאנצע' ליקוי.

דא האט איר די צייטן.
MTU0NzY3ODIzOA==.jpeg
MTU0NzY3ODIzOA==.jpeg (20.51 KiB) געזען 5035 מאל


די קומענדיגע מאל ס'וועט זיין א גאנצע ליקוי לבנה אין צפון אמעריקע איז אין 3 יאר ארום.

דא האט איר די מאפע וואו אין די וועלט מ'וועט קענען זעהן די ליקוי, און וויפל...

aHR0cDovL3d3dy5zcGFjZS5jb20vaW1hZ2VzL2kvMDAwLzA4Mi8yMzgvb3JpZ2luYWwvamFudWFyeS0yMDE5LWJsb29kLW1vb24tdmlzaWJpbGl0eS1tYXAuanBnPzE1NDc2Nzg2MTY=.jpeg
aHR0cDovL3d3dy5zcGFjZS5jb20vaW1hZ2VzL2kvMDAwLzA4Mi8yMzgvb3JpZ2luYWwvamFudWFyeS0yMDE5LWJsb29kLW1vb24tdmlzaWJpbGl0eS1tYXAuanBnPzE1NDc2Nzg2MTY=.jpeg (49.78 KiB) געזען 5035 מאל

געשריבן: זונטאג יאנואר 20, 2019 7:09 pm
דורך נא_שכל
יישר כח ר' זאכליך.

געשריבן: זונטאג יאנואר 20, 2019 8:38 pm
דורך נו גוט נו שוין
דערווייל איז די לבנה שרעקליך קלאר ווי א פארברייטונג צום באלדיגן פינסטערניש ...... די גלאזענע ביימער שפיגלען צוריק דעם שיין, ס'איז א נחת צו קוקן.