UFO'ס

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6078
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג יולי 16, 2019 5:48 pm

כ׳האב נאכגעהערט א ווארט פון א גוטע איד, מ׳האט אים אנגעפרעגט אויב ס׳איז דא א חיוב צו גלייבן אלע מעשות וואס די וועלט דערציילט נאך פון פריעדיגע צדיקים. [כ׳רעד פון סיפורים וואס קומען נישט פון קיין קראנטע מקורות]. אויף וואס ער האט געענפערט אז ״ווער עס גלייבט איז א נער, און ווער עס לייקענט איז א כופר״.

דאס איז בנוגע שיינע סיפורים נפלאים, צומאל באגלייט מיט מיט מוסר השכל. וואס טוצעך אבער מיט א קליפ? איך לייקן עס שטיין אין ביין!

יעצט איז אזוי. איר זאגט אז ס׳קען ווען זיין אמת, ווייל באמת איז דאך טאקע פארהאן שדים ורוחות. ס׳איז דאך לכאורה א פשוטע 1 + 1 חשבון. אויב איז פארהאן שדים ורוחות, און דא זעה׳ך א קליפ ווי א שווארצע זאך שאקלט זיך.. נו וואס דען איז עס געווען אויב נישט א בער?.. כ׳מיין צו זאגן א ש-ד.

עקספערטן. וועכע עקספערטן? אה, איך ווייס שוין פון וועכע עקספערטן איר רעדט. אויף אסאך פון די דאזיגע קליפס הער מען טאקע ווי יענער וואס רעדט דארט אינטער די נאז, שטייט און שטיל בעת וואס נעבעכדיגע מוזיק שפילט אינעם הינטערגרינד.. ער זאגט דאך קלאר אז עקספערטן האבן עס געזעהן און ״פעסטגעשטעלט״. אנטשולדיגט, זיך שפילן מיט א קליפ און עס מאכן אויסזעהן 100% אמת איז פון די קלענסטע קינצן אינעם היינטיגע עפאכע פון טעכנעלאגיע. יעדע 15 יעריגע שמויגער קען אזאנס צוזאמשטעלן, און ס׳איז מער ווי גענוג פון די שמויגרים וואס זענען פארנומען מיט אזאנע זאכן.

טוב טייערע, הער אויף מורא צו האבן. היינט נאכט ברעך עס אדורך, ווען איר לייגט זיך שלאפן מאך זיכער אויסצולעשן אלע לעקטער׳ס! איך האב געמאכט א געשעפט מיטן ש-ד אז ער זאל נישט ארויסקומען. נישטא וואס צו זיין באזארגט.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג יולי 16, 2019 5:55 pm

איך הער וואס די זאגסט, איך קריג מיך נישט מיט דיר, אבער איך זעה נאכנישט פארוואס עס קען נישט זיין.
ועי' בההערה הב' שכתבתי לך.

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1870
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » דינסטאג יולי 16, 2019 8:12 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:לגבי די קליפס, ווייס איך נישט פארוואס די מאכסט עס אזוי שנעל אוועק. גארנישט מוז נישט זיין, אבער אלעס קען זיין!

איך בין א איד און איך גלייב אין רוחות און אין שדים, איז פארוואס קען עס נישט זיין אמת? איך זאג נישט עס איז אמת, אבער פון ווייסטו אזוי זיכער אז נישט?

מען קען היינט בודק זיין צו עס איז אמת צו נישט, אויף אסאך זאגן זיי אז מען האט עס בודק געווען און עס איז נישט געפעלטשט. עס איז אסאך היינטיגע צייטן זייער שווער צו גלייבן אין אפענע זאכן, וועגן דעם מאכט מען אוועק יעדע חלום און מופת, אבער איך אלץ א איד א מאמין, און די גמרא איז פיל מיט די סארט ענינים, זעה איך נישט פארוואס עס קען נישט זיין.

אסאך קליפס מאכט אפילו נישט קיין סענס אז איינער זאל עס דוקא מאכן. אזוי מיין איך. מען דארף נישט זיין א כסיל און גלייבן יעדע זאך, אבער אוועק מאכן יעדע אפענע זאך
איז אויך נישט אמת, מיין איך בעניות דעתי.
אדרבה, שמועס אויס דיין צד, אפשר האסטו הוכחות אויף פארקערט, ואם אמת הוא נקבל דעתך.

אויב דו ווילסט דוקא קען איך דיר אנצייגן אויף יעדן איינציגן פון דיינע קליפס פראאף (אם יש מח בקדקדך) אז ס׳איז נישט אמת

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג יולי 16, 2019 8:16 pm

עס זענען פארהאן הונדערטע, וויאזוי קען זיין? דו האסט דורכגעטון יעדע איינס, אדער דו ביסט פשוט אזוי זיכער ממילא זאגסט עס.

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג יולי 16, 2019 8:19 pm

אויב דו ווילסט דוקא קען איך דיר אנצייגן אויף יעדן איינציגן פון דיינע קליפס פראאף (אם יש מח בקדקדך) אז ס׳איז נישט אמת[/quote]
די פאריגע איז צו דיך

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג יולי 16, 2019 8:25 pm

נאך אמאל: אלע יארן האבן אונזערע זיידעס געגלייבט אין די זאכן. ווער עס ליינט סיפורי צדיקים, קראנטע, זעט קלאר אז אלע יארן האט מען געהאט צוטון מיט רוחות, און ליידיגע הייזער האבן געמאכט פראבלעמען ועוד ועוד.
יעצט, פארוואס זאל איך האבן א פראבלעם אויב מען זעט עס אויך אויף א קליפ? אלעס שטימט, עס איז דא אזא זאך, און דער אייבערשטער האט געמאכט אז מען קען עס זען, עפעס שטימט נישט??

איך האב נישט מורא, ווייל דער אייבערשטער היט מיך, און קיינער קען מיך נישט מזיק זיין אויב דער אייבערשטער וויל נישט, און אויב יא ח''ו, וועט מיך גארנישט העלפן אז איך וועל נישט גלייבן. פארדעם זאגט מען ויהי נועם ביים גיין שלאפן, נישט אזוי?

גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 9:34 pm

תגובהדורך גיט » דינסטאג יולי 16, 2019 10:05 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:טוב טייערע, הער אויף מורא צו האבן. היינט נאכט ברעך עס אדורך, ווען איר לייגט זיך שלאפן מאך זיכער אויסצולעשן אלע לעקטער׳ס! איך האב געמאכט א געשעפט מיטן ש-ד אז ער זאל נישט ארויסקומען. נישטא וואס צו זיין באזארגט.

עס איז נישט אזוי פשוט אויסצולעשן אלע לעקטערס, עפעס געדענק איך א גמרא אז 3 מענטשען אין שיל קומען זיי נישט, צוויי מענטשען באווייזט ער זיך אבער ער שעדיגט נישט, אין ביי איין מענטש קען ער שעדיגן, אויב אבער איז דא א פלאם וואס ברענט האט ער מורא, ווער עס קען זאל נאכזאגן מער פינקטלעך, אבער עס איז דא עפעס אזא זאך, איי איז שווער אז וויאזוי קען זיין אז מען הערט נישט היינט די אלע מעשיות, איז דאך באקאנט אז צדיקים האבן שווער געארבעט זיי צו פאטרייבן, אבער עס מיינט נאך נישט אז עס איז שוין נישט דא, אין פארדעם טאקע זאגט מען ויהי נועם אין נאך שמירה ענינים ביי קרי"ש.

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג יולי 16, 2019 10:14 pm

חברה כ'ציטער ס'שוין ביינאכט און זיי הייבן אן ארויסצוקריכן פון לעכער, הערטס אויף צו רעדן פון די spooky זאכן.

ביי דע וועי,
כ'האב מורא אז כ'רעד דא אויך צו שדים, ווייל ביינאכט איז דאך חיישינן אויף יעדן שמא שד הוא.
ר' טוב, איים סארי, ביסטו א שד? (הוא פורש ובוכה על שחשדוהו וכו')
אפשר וויבאלד דו דערמאנסט דעם שם ה', דארף מען טאקע נישט חושש זיין
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6078
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג יולי 16, 2019 10:18 pm

כ׳האב אלץ בחור געזעהן ערגעץ, אפשר וועט איינער דא וויסן צוציווייזן. אז נשמות פון יענע וועלט קומען יענע נאכט לערנען אין ביהמ״ד. אינדערפרי, ווען דער ערשטער קומט אריין אין ביהמ״ד גייען זיי ארויס.

די אלע זאכן האבן אבער קיין פיצי שייכות נישט מיט די אלע ווידיאוס פון וואס מיר רעדן דא.

אקעי, דער האקט.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג יולי 16, 2019 10:21 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:כ׳האב אלץ בחור געזעהן ערגעץ, אפשר וועט איינער דא וויסן צוציווייזן. אז נשמות פון יענע וועלט קומען יענע נאכט לערנען אין ביהמ״ד. אינדערפרי, ווען דער ערשטער קומט אריין אין ביהמ״ד גייען זיי ארויס.

די אלע זאכן האבן אבער קיין פיצי שייכות נישט מיט די אלע ווידיאוס פון וואס מיר רעדן דא.

אקעי, דער האקט.

כ'מיין אז דער ר' ? דאנדעראוויץ האט אמאל געשריבן א מאמר אויף דעם.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3302
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » דינסטאג יולי 16, 2019 10:29 pm

גיט האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:טוב טייערע, הער אויף מורא צו האבן. היינט נאכט ברעך עס אדורך, ווען איר לייגט זיך שלאפן מאך זיכער אויסצולעשן אלע לעקטער׳ס! איך האב געמאכט א געשעפט מיטן ש-ד אז ער זאל נישט ארויסקומען. נישטא וואס צו זיין באזארגט.

עס איז נישט אזוי פשוט אויסצולעשן אלע לעקטערס, עפעס געדענק איך א גמרא אז 3 מענטשען אין שיל קומען זיי נישט, צוויי מענטשען באווייזט ער זיך אבער ער שעדיגט נישט, אין ביי איין מענטש קען ער שעדיגן, אויב אבער איז דא א פלאם וואס ברענט האט ער מורא, ווער עס קען זאל נאכזאגן מער פינקטלעך, אבער עס איז דא עפעס אזא זאך, איי איז שווער אז וויאזוי קען זיין אז מען הערט נישט היינט די אלע מעשיות, איז דאך באקאנט אז צדיקים האבן שווער געארבעט זיי צו פאטרייבן, אבער עס מיינט נאך נישט אז עס איז שוין נישט דא, אין פארדעם טאקע זאגט מען ויהי נועם אין נאך שמירה ענינים ביי קרי"ש.

אז טשאדעלע האט געמאכט מיט זיי א געשעפט קומען זיי נישט. בעליוו מי...

די גמרא איז סוף ברכות
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך יולי 17, 2019 12:03 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:שוין עטליכע יאר צוריק איז אינעם אינטערסאנטע קליפס אשכול געווען א רייע קליפים מכלוירמישע פוטעדזש פון שדים ורוחות.

ס׳איז דא אויף די אינטערנעט טויזענטער אזאנע סחורה, הגם ס׳איז אלעס הוילע שטותים, פארט איז עס נישט כדי צו קוקן בייינאכט. ס׳קוקט אויס גוט און שרעקעדיג.



נאך א הוספה: אין די 'המהפך' פון זמיר כהן ברענגט ער אראפ עטליכע בילדער נאך פון בעפאר די צייטן ווען מען האט געקענט פעלטשן, און די חוקרים האבן עס טאקע באשטעטיגט אלס אמת, און מען זעט דארט קלארע שרעקעדיגע בילדער וכו'.
עפעס קוקט אויס אז קאמערעס קענען אויפכאפן וואס אינזערע פליישיגע אויגן קענען נישט.

:wink: :roll: :lol:
ווייל ער איז א דרשו איד!

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך יולי 17, 2019 1:18 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:נאך אמאל: אלע יארן האבן אונזערע זיידעס געגלייבט אין די זאכן. ווער עס ליינט סיפורי צדיקים, קראנטע, זעט קלאר אז אלע יארן האט מען געהאט צוטון מיט רוחות, און ליידיגע הייזער האבן געמאכט פראבלעמען ועוד ועוד.
יעצט, פארוואס זאל איך האבן א פראבלעם אויב מען זעט עס אויך אויף א קליפ? אלעס שטימט, עס איז דא אזא זאך, און דער אייבערשטער האט געמאכט אז מען קען עס זען, עפעס שטימט נישט??

איך האב נישט מורא, ווייל דער אייבערשטער היט מיך, און קיינער קען מיך נישט מזיק זיין אויב דער אייבערשטער וויל נישט, און אויב יא ח''ו, וועט מיך גארנישט העלפן אז איך וועל נישט גלייבן. פארדעם זאגט מען ויהי נועם ביים גיין שלאפן, נישט אזוי?


איך האב מורא דו ביסט געווארן פארגלויבט אין די זאכן וויבאלד דו דרייסט דיר לעצטנס אין די צירוק געשטאנענע דרום אפריקאנע לענדער

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2733
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך יולי 17, 2019 1:32 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:כ׳האב אלץ בחור געזעהן ערגעץ, אפשר וועט איינער דא וויסן צוציווייזן. אז נשמות פון יענע וועלט קומען יענע נאכט לערנען אין ביהמ״ד. אינדערפרי, ווען דער ערשטער קומט אריין אין ביהמ״ד גייען זיי ארויס.

די אלע זאכן האבן אבער קיין פיצי שייכות נישט מיט די אלע ווידיאוס פון וואס מיר רעדן דא.

אקעי, דער האקט.

אין די אינטערעסאנט אויסגאבע איז געווען א שיינע ארטיקל איבער דעם מיט מקורות.

איצי פיצי
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 5:20 pm

תגובהדורך איצי פיצי » מיטוואך יולי 17, 2019 1:51 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
טוב ה' לכל האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:שוין עטליכע יאר צוריק איז אינעם אינטערסאנטע קליפס אשכול געווען א רייע קליפים מכלוירמישע פוטעדזש פון שדים ורוחות.

ס׳איז דא אויף די אינטערנעט טויזענטער אזאנע סחורה, הגם ס׳איז אלעס הוילע שטותים, פארט איז עס נישט כדי צו קוקן בייינאכט. ס׳קוקט אויס גוט און שרעקעדיג.



נאך א הוספה: אין די 'המהפך' פון זמיר כהן ברענגט ער אראפ עטליכע בילדער נאך פון בעפאר די צייטן ווען מען האט געקענט פעלטשן, און די חוקרים האבן עס טאקע באשטעטיגט אלס אמת, און מען זעט דארט קלארע שרעקעדיגע בילדער וכו'.
עפעס קוקט אויס אז קאמערעס קענען אויפכאפן וואס אינזערע פליישיגע אויגן קענען נישט.

:wink: :roll: :lol:



איך פערזענליך האב היבש דורכגעטון די נושא פון שדים, ורוחות, כישוף, וויאזוי די ווילסט עס אנרופן און ס'איז זיכער אז ס'איז יש דברים בו,
דער מציאות איז, אז ס'איז היינט א וועלט ווי ס'איז איבעראל דא קעמערעס ס'האט זיך שוין אסאך מאל געמאכט אז ווען אויספארשער קוקן דורך די געשעענישן אינצידענטן אויף די סורוועליענס קעמרעס צו זען ווי אזוי דאס איז געשען, און מען וויל פארשטיין ווי אזוי דאס האט פאסירט האט עס נישט קיין שום הסבר אז דאס זאל קענען געשען בדרך הטבע, נאר אז ס'איז געשען דורך העכערע מיסטישע כוחות, און דאס זאגן גרויסע עקספערטן,

אוודאי איז דא געניג און נאך פעלטשער וואס מאכן פאלטשע ווידיא, אבער דאס איז נאכנישט קיין תירוץ
אפצולאכן פון די וואס גלייבן דערין, בפרט אז די אידישע היסטאריע איז פיל מיט אזאלעכע סארט מעשוית און ס'דא פיל מאמרי חז"ל איבער דע נושא

און איין ווארט ס'איז נישט קיין חכמה אפצולאכן, ווייל אפלאכן קען יעדע נער,
אדרבה אז די האלסט אנדערשט לייג דיך אריין און די נושא טו עס דורך צו ס'איז יש דברים בגוי.
נאר וואס דען א מענטש בטבע וויל זיין רואיג מיט זיך לאכט ער אפ.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך יולי 17, 2019 3:32 pm

@איצי פיצי
איז אזוי: קודם כל איך בין רואיג אפי' ווען עס זענען יא דא אזעלכע זאכן... מען דארף נישט אפלאכן צו זיין רואיג. מען קען גיין שלאפן מיט א רואיגקייט אז הנה לא ינים ולא ישן!
און צווייטנס: איך האף אז דו גלייבסט נישט אז די קעמרעס פלאסטישע אויגן קענען זען עפעס וואס אונזער פליישיגע אויגן קענען זען!!!
איך קען בלויז איבערלייגן מיינע צוויי צענט :wink: :roll: :lol:
ווייל ער איז א דרשו איד!

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

תגובהדורך גיב א שמייכל » מיטוואך יולי 17, 2019 3:46 pm

קען שוין איינער ברענגען א קליפ פון א UFO פאר א גוט יאר
פון א ש-ד איז אויך גוט, כאטש עפעס
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך יולי 17, 2019 4:03 pm

גיב א שמייכל האט געשריבן:קען שוין איינער ברענגען א קליפ פון א UFO פאר א גוט יאר
פון א ש-ד איז אויך גוט, כאטש עפעס

viewtopic.php?p=1593049#p1593049
לעצט פאראכטן דורך צייט שטיפער אום מיטוואך יולי 17, 2019 4:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך יולי 17, 2019 4:05 pm

גיב א שמייכל האט געשריבן:קען שוין איינער ברענגען א קליפ פון א UFO פאר א גוט יאר
פון א ש-ד איז אויך גוט, כאטש עפעס

https://www.dropbox.com/s/gvrrx0t4xxf7u ... racies.mp4

איצי פיצי
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 5:20 pm

תגובהדורך איצי פיצי » מיטוואך יולי 17, 2019 4:39 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:@איצי פיצי
איז אזוי: קודם כל איך בין רואיג אפי' ווען עס זענען יא דא אזעלכע זאכן... מען דארף נישט אפלאכן צו זיין רואיג. מען קען גיין שלאפן מיט א רואיגקייט אז הנה לא ינים ולא ישן!
און צווייטנס: איך האף אז דו גלייבסט נישט אז די קעמרעס פלאסטישע אויגן קענען זען עפעס וואס אונזער פליישיגע אויגן קענען זען!!!
איך קען בלויז איבערלייגן מיינע צוויי צענט :wink: :roll: :lol:



איך ווייס נישט צו די ווייסט, אבער און די היינטיגע פארגעשריטענע וועלט קענען "פלאסטישע אויגן קעמרעס" זעהן אסאך זאכן וואס די מענטשליכע אויגן קענען נישט זעהן
אנגעהויבן פון עקסערעי וואס קען דורכזעהן א גוף און געענדיגט ביי גאר פארגעשריטענע קעמראס וואס קענען אפי' דורכזעהן ווענט. ס,דא קעמרעס וואס קענען זעהן פארשידענע היליאם קאלירן ארום א מענטשליכע קערפער וואס א אויג קען נישט זעהן וכי' וכי'
די סיבה פארוואס מענטשליכע אויגן קענען נישט זעהן מזיקים, זאגט שוין די גמרא און ברכות ווייל א מענטש וואלט נישט געקענט אנגיין פאר פחד ( איך געדענק נישט פונקטליך די לשון הגמרא, די גמרא פארציילט אסאך מאמרים איבער דעם)

דאס וואס איך האב געשריבן איבער אומפארשטענדליכע מעשיות היינטיגע טעג מיין איך נישט דווקא קליפס וואס מען זעהט שדים צו וואס, ס'איז דא אסאך מעשיות וואס געשעט איבער די וועלט וואס האט נישט קיין הסבר בדרך הטבע
נאר אז נישט מענטשליכע כוחות האבן געהאט א יד דערין.

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1870
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מיטוואך יולי 17, 2019 4:47 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:
גיב א שמייכל האט געשריבן:קען שוין איינער ברענגען א קליפ פון א UFO פאר א גוט יאר
פון א ש-ד איז אויך גוט, כאטש עפעס

https://www.dropbox.com/s/gvrrx0t4xxf7u ... racies.mp4

נעבעך

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך יולי 17, 2019 5:31 pm

איצי פיצי האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:@איצי פיצי
איז אזוי: קודם כל איך בין רואיג אפי' ווען עס זענען יא דא אזעלכע זאכן... מען דארף נישט אפלאכן צו זיין רואיג. מען קען גיין שלאפן מיט א רואיגקייט אז הנה לא ינים ולא ישן!
און צווייטנס: איך האף אז דו גלייבסט נישט אז די קעמרעס פלאסטישע אויגן קענען זען עפעס וואס אונזער פליישיגע אויגן קענען זען!!!
איך קען בלויז איבערלייגן מיינע צוויי צענט :wink: :roll: :lol:



איך ווייס נישט צו די ווייסט, אבער און די היינטיגע פארגעשריטענע וועלט קענען "פלאסטישע אויגן קעמרעס" זעהן אסאך זאכן וואס די מענטשליכע אויגן קענען נישט זעהן
אנגעהויבן פון עקסערעי וואס קען דורכזעהן א גוף און געענדיגט ביי גאר פארגעשריטענע קעמראס וואס קענען אפי' דורכזעהן ווענט. ס,דא קעמרעס וואס קענען זעהן פארשידענע היליאם קאלירן ארום א מענטשליכע קערפער וואס א אויג קען נישט זעהן וכי' וכי'
די סיבה פארוואס מענטשליכע אויגן קענען נישט זעהן מזיקים, זאגט שוין די גמרא און ברכות ווייל א מענטש וואלט נישט געקענט אנגיין פאר פחד ( איך געדענק נישט פונקטליך די לשון הגמרא, די גמרא פארציילט אסאך מאמרים איבער דעם)

דאס וואס איך האב געשריבן איבער אומפארשטענדליכע מעשיות היינטיגע טעג מיין איך נישט דווקא קליפס וואס מען זעהט שדים צו וואס, ס'איז דא אסאך מעשיות וואס געשעט איבער די וועלט וואס האט נישט קיין הסבר בדרך הטבע
נאר אז נישט מענטשליכע כוחות האבן געהאט א יד דערין.

כ'האב נישט געמיינט צו זאגן אז עלעקטאראנישע אויגן קענען נישט זען מער זאכן ווי אונזער אויגן. באט "די זאכן" [אויב ס'דא] זען נישט קיין עלעקטעראנישע אויגן מער ווי אונז!
[אויב צוליב די גמ' אז מיר זען דאס נישט משום פחד, דאן וואס איז די אויפטוה אז מיר קענען עס זען אויף א קעמרע?!...]
ווייל ער איז א דרשו איד!

פויליש אמבאסאדאר
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 08, 2019 6:07 pm

תגובהדורך פויליש אמבאסאדאר » מיטוואך יולי 17, 2019 5:37 pm

וועלטניק האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:
גיב א שמייכל האט געשריבן:קען שוין איינער ברענגען א קליפ פון א UFO פאר א גוט יאר
פון א ש-ד איז אויך גוט, כאטש עפעס

https://www.dropbox.com/s/gvrrx0t4xxf7u ... racies.mp4

נעבעך

:?: :?: :?:
I have a great relationship with the mexican people"- Donald Trump"

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1870
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מיטוואך יולי 17, 2019 6:01 pm

פויליש אמבאסאדאר האט געשריבן:
וועלטניק האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:
גיב א שמייכל האט געשריבן:קען שוין איינער ברענגען א קליפ פון א UFO פאר א גוט יאר
פון א ש-ד איז אויך גוט, כאטש עפעס

https://www.dropbox.com/s/gvrrx0t4xxf7u ... racies.mp4

נעבעך

:?: :?: :?:

נעבעך אז ס'פארהאן מענטשן וואס זענען געצווינגען דאס צו גלייבן, נישט האבנדיג עפעס אנדערש מיט וואס אנצופילן דעם דזשעל"י

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך יולי 17, 2019 6:22 pm

וועלטניק האט געשריבן:
פויליש אמבאסאדאר האט געשריבן:
וועלטניק האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:
גיב א שמייכל האט געשריבן:קען שוין איינער ברענגען א קליפ פון א UFO פאר א גוט יאר
פון א ש-ד איז אויך גוט, כאטש עפעס

https://www.dropbox.com/s/gvrrx0t4xxf7u ... racies.mp4

נעבעך

:?: :?: :?:

נעבעך אז ס'פארהאן מענטשן וואס זענען געצווינגען דאס צו גלייבן, נישט האבנדיג עפעס אנדערש מיט וואס אנצופילן דעם דזשעל"י

אגרי, איבער געברענגט דאס, פשוט צו קענען דאנקן און לויבן דער פון אויבן ביים מאכן די ברכה שלא עשני גוי, און אז מיר גלייבן און אסאך העכערערע זאכן ווי דעם, און מיר דארפן נישט צו קומען צו קיין שדים און רוחות.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט