בלאט 1 פון 1

!!!TOYS R US אין די צייטן פון די חשמונאים...

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 3:32 pm
דורך רביש
איך קום מיר אריין אינעם ריזיגן געשעפט מיט מיינע טייערע קינדערליך צו קויפן מתנות מיט זייער געשוויצטע חנוכה געלט וואס זיי האבן אליינס אליינס צאמגענומען פון יעדער עובר דרך לעבן די ביהמ"ד, און פון די זיידע און באבע (פארשטייט זיך...), און אחרון אחרון חביב אני הקטן האב אויך בלית ברירה געדארפט צולייגן צו די מנהג ישראל תורה און עס האט מיר אפגעקאסט גאנצע דריי דאללער פאר מיינע דריי טייערע קינדערליך... (ס'גאנץ אסאך... ניין?), אע"פ אז די געז צו "טאויס אר אס" האט געקאסט מער... תכלית לאמיר צוגיין צום נושא קום איך אריין און איך זעה שטאקן פון שפילערייען וואס איז נישט געווען נישט און די צייטן פון די ראשונים און אויך נישט און די צייטן פון די אחרונים און אפי נישט און די צייטן פון די תחתונים... פארשטייט זיך אז אונזערע קינדער ווייסן נישט פון עפעס אנדערשט... אפילו קינדער שפיל איז שוין נישט עפעס מורא'דיג.

מיינע קינדער זענען אריינגעלאפן אין דעם ריזיגן געשעפט און עס האט זיך אנגעהויבן די זיסע געשרייען פון "טאטי קויף מיר דאס..." "מושי האט עס אויך..." "יענקי פון מיין קלאס'עס טאטע האט עס אויך געקויפט פאר אים..." "ס'איז נישט פעיר.." טאטי איך האב נאר פינף דאללער וועסט מיר קענען געבן נאך א דאללער ווייל ס'קאסט פייוו ניינדי ניין..." נו וואס זאל איך זאגן אויב יענקי מיט מושי האבן עס שוין און מ'דארף נאר צולייגן ניין און ניינציג סענט, אזוי אריינטראכטענדיג אין די אלע שפילאכצן בין איך ארויף געפלויגן מיט א ריזיגן וואלקן אין עולם הדמיון... מיינע קינדער האבן געזען אז איך בין פארחלועמט האבן זיי מיר אנגעהויבן שלעפן "טאטי טאטי" און אין קול ואין עונה... זענען זיי צוגעלאפען צו מיין טייערער אשת חיל רעדן איבער די וויכטיגע נושא פון ספענדן די הייליגע דמי חנוכה... ואותי עזבו למנוחות...

די קאפ איז קלאר און איך פאנג אן טראכטן און אריינפארן אין די שמועס וואס איך האב געהערט און געזען פון הרב ר' אברהם מרדכי מלאך שליט"א וואס איז געגעבן געווארן בטוב טעם ודעת און אראפגעלייגט געווארן מיט אזופיל הומאר אז עס איז אריין אין מיינע גלידער און צונומען יעדען קליינע געדערן... וזה לשון קדשו: "דא פאנגטס זיך אן די טעות פון די עלטערן וואס ווילן ארויס ווייזן די אהבה צו די קינדער נעמען זיי די קינדער צו טאויס אר אס און זאגן פאר די קינדער טאויס איז אן אס און מיט דעם ווילן זיי ווייזן די ליבשאפט צו זייערע קינדער... ניין טייערע טאטע די קינדער דארפן דיר!!! נישט דיין טאויס!!!" ס'כאפט א פחד איך האב געוואלט מיר אויסדרייען און זיך ארויסלאזן צום דערנעביגן וואסער און זיך אוועקזעצן מיט די קינדער און אנהייבן פארברענגען מיט געשמאק זיי צו מודיע זיין אז זיי האבן א טאטע וואס האט זיי ליב...

אבער א אנדערע חנוכה מחשבה'לע האט מיר גלייך באגעגענט וואס האט מיר אפגעהאלטן פון אנכאפן מיינעט טייערע קינדערליך און שיינערהייט ווארעמליך ארויסשפאנצירן פונעם גרויסן געשעפט, און ווי א בליץ אין מוח פאנג איך אן טראכטן ווי אזוי קען זיין אז די פשוט'ע שפיל "דריידל" (וואס קאסט מערסטענס א דאללער מיט נאך א פעקיל פעניס וואס קאסט נאך א דאללער פאר שלימות פון די געים...) האט בארואיגט אזויפיל יודישע קינדערליך אונזערע אור אור אור עלטער זיידעס און די צייטן פון חשמונאים און די יוונים?... ווי לאנג קען מען בכלל שפילן אזא פשוט'ע געים???? מיינע קינדער ווערן משיגע א טאג נאך וואס מ'האט געקויפט א געים אז מ'דארף נאכאמאל זיך שלעפן קויפן נאך א נייערע געים...

"די קינדער געבן זיך נישט א עצה וואס צו קויפן..." הער איך די קענטליכער קול פון מיין אשת חיל אריינגעמומלט אין מיין אויער, און איך טראכט צו מיר "האב איך נישט געטראכט ארויסצוגיין צו די וואסער צוויי מינוט צוריק? נו איז אז די רבוש"ע האט פונקט באשערט אז די קינדער טרעפן נישט וואס זיי ווילן קויפן איז לאמיר גיין!!", "ברוך'ל, שיעלע, חוה'לע, אונז גייען ארויס צו די וואסער...", "אבער איך האב נאכניש געקויפט גארנישט!!!" הערט זיך ווי א קווייער פון דריי זיסע קינדערליך, "אקעי מיר גייען און מיר קומען באלד צוריק..."

פפפפפפפפ.... ס'בלאזט א קילעכיגן ווינטל ביים ברעג פון די וואסער, מיין פיאות טאנצט הקפות צו אלע זייטן, און מיינע קינדער האבן זיך ארויסגעלאזט אויף א ערענסטע זיכעניש צו טרעפן א באנק זיך צו זעצן, און צום מזל און צום ברכה האט מען ענדליך געטראפן צוויי בענק איינער נעבן אנדערען גענוג פאר פינעף נפשות, און א ווארימע שמועס פאנגטס זיך אן צווישען מיינע קינדערליך און "איך" אריינגעמישט! און מיר שמועסן העפליך וואס איז היינט געווען אין חדר און וואס האט די רבי געזאגט...

טוטוטו... מיין פאון האט א טוויט באקומען... איך נעם ארויס מיין גרויסן פאון און די שמועס האט זיך בעסיקלי געענדיגט ווייל "איך" בין נישט מיט מיינע קינדער!! איך בין מיט מיין פאון אריינגעטון און כל דבר הבל און אין אייוועלט וכו. נאך צען מינוט וועק איך מיר אויף פון מיין אומוועלענדיגע שלאף און איך זעה מיינע קינדער זענען שוין נישטא!! זיי לויפען ארום!!! נאר מיין רעבעצין איז געבליבען זיצען... צוזאמען מיט מיר... ווייסט פארוואס? ווייל זי האט אויך א קלוגע-פאון... און אזוי זענען די קינדער געבליבען מיט די פסוק "כי אבי ואמי עזבוני"...

שטעלט זיך מיר צוזאם די צוויי בילדער קנאקעדיג!!! געפלאכטן א קושיא און א תירוץ... היינט אז א טאטע שפילט דריידל מיט די קינדער ווערט ער פלוצלינג פארפלאנטערט אין זיין "קלוגע-פאון" האט עס פארלוירען די גאנצע חן...

די בני דורו פון די חשמונאים האבן געקענט זיצען שפילען אפילו דריידעל!!! און די קינדער זענען געווען העכסטס צופרידען פון די ביליגע געשמאקע געים און מ'איז נישט נמאס געווארן ווייל זיי האבן געהאט זייער טאטע!!!

דריידעל איז די געשמאקסטע געים!!! TRY IT OUT!!!

איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען מיינע געפילן ברבים...
איך דארף גיין... מיינע קינדער ווארטן אויף מיר...

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 3:45 pm
דורך שמואל שמעלקא
באמת שטארק הנאה געהאט זייער שטארק צים פוינט

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 3:50 pm
דורך וואוילע שעפעלע
געוואלדיג!!

די נושא און די שריפט

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 4:24 pm
דורך רביש
שכח שכח

(והייתם נקיים מה' ומישראל איך האב נישט א כלי-חכם און איך פלאן נישט צו האבן נאר מפני להגדיל הגעדאנק ולהאדירה האב איך עס אזוי געשריבן..)

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 4:47 pm
דורך הלשון
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:געוואלדיג!!

די נושא און די שריפט

;l;p- ;l;p-

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 4:50 pm
דורך שמעלקא זאפטיגער
געליינט אין איין אטעם, עפעס אויסערגעווענליך אויפריכטיג און צום זאך.

דער רבי'ש איז געוואלדיג שבגעוואלדיג!!!

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 2:03 am
דורך מה פתאום???
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:געוואלדיג!!

די נושא און די שריפט

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 8:19 am
דורך יאנקעלע קליגער
פיין געשריבען רביש!

דברים קולע אל השערה!

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 10:17 am
דורך טריסקער
שפעט אנגעקומען... אבער גיימיר פראבירן שפילן דריידל מיט די קינדערליך... מ'קען נאך...?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 10:18 am
דורך רביש
די געדאנק שבו קען מען נאך...

(און ד.א. ס'פאסט נישט פאר דיר אנצוקומען אזוי שפעט...)

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 10:21 am
דורך טריסקער
די געדאנק שבו איז מורא'דיג און וואלט יעדער דאס געדארפט ליינען. איך לכשעצמי האב א פאליסי אז אינדערהיים נוץ איך כמעט נישט מיין פאון נאר ווען כ'האב א פרייע מינוט, מיין ווייב און קינדער זענען #1 ביי מיר.

נ.ב. רבי'ס קומען אלס אן שפעט...

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 10:25 am
דורך רביש
טריסקער האט געשריבן:די געדאנק שבו איז מורא'דיג און וואלט יעדער דאס געדארפט ליינען. איך לכשעצמי האב א פאליסי אז אינדערהיים נוץ איך כמעט נישט מיין פאון נאר ווען כ'האב א פרייע מינוט, מיין ווייב און קינדער זענען #1 ביי מיר.

נ.ב. רבי'ס קומען אלס אן שפעט...


ממך ילמדו וכן יעשו...

(וואס איז פשט א רביש קינד האט א כלי.... סתם חושד געווען...

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 12:20 pm
דורך טריסקער
רביש האט געשריבן:(וואס איז פשט א רביש קינד האט א כלי.... סתם חושד געווען...

דו אלס 'רביש' וואלסט הערשט געדארפט וויסן אז אויף קיין רעבישע אייניקלעך פרעגט מען נישט קיין שאלות... :twisted:

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 12:45 pm
דורך חאכאם
צום .

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 4:20 pm
דורך יענקעלע
טריסקער האט געשריבן:איך לכשעצמי האב א פאליסי אז אינדערהיים נוץ איך כמעט נישט מיין פאון נאר ווען כ'האב א פרייע מינוט

אה, איך אויך...

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 6:59 pm
דורך רביש
טריסקער האט געשריבן:
רביש האט געשריבן:(וואס איז פשט א רביש קינד האט א כלי.... סתם חושד געווען...

דו אלס 'רביש' וואלסט הערשט געדארפט וויסן אז אויף קיין רעבישע אייניקלעך פרעגט מען נישט קיין שאלות... :twisted:


לשון הרע אויף רבישע אלערט...