מיין חול המועד עקספיריענס — מי כעמך ישראל!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

מיין חול המועד עקספיריענס — מי כעמך ישראל!

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 7:12 am

"יעדער איינער אריין אין די קאר!"

"מאטי, געב איין דרעמעמיין פאר די קליינע."

"שיינדי יאכעט! נעם א גרויסע זאטשקא און פאק אריין 1 פעקל פרעש ווייפס, 2 צומיס, 3 דייפערס, 4 אנגעפולטע מיץ תפוחים באטיס, און 11 פעמפערס."

"יענקי, האסט ‏איינגעפאקט קוקיס און סנעקס? וואס הייסט ניין?!! מאמי, אונז בלייב מיר דא!! זיי טוען מיר א גאנצע טובה! ‏נעקסט טיים בלייב איך אין שוהל ביי הרב האלבערשטאם'ס חול המועד דרשה, און פערטיג! פעפערקארן אקעגן איבער גייט אמאל חול המועד האלטן?! א רעטעך!"

"א באנדע ספוילט ברעעטס!"

"מענדי, כא'דיך נישט געזעהן גיין אין טוילעט."

"צופרי הייסט נישט געווען! לויף שוין צוריק ארויף! אבער מאך עס שנעל, די פריעדמאנס און די ראזענפעלדס זענען שוין ארויס א האלבע שעה צוריק!"

*

"כאלאמוי דאלטן", א פארגרייזטע קאמבינאציע פון צוויי פונאדערגעשיידטע טערמינען, "חול המועד" און "האלטן"‏. די ריכטיגע פארבינדונג צווישן די צוויי באזונדערע מושגים איז גענצליך פארבארגן — אן ענין עמוק וואס איז יהא מונח עד דלא ידע, ועד בכלל. אבער לולא דמסתפינא קען מען זאגן בדרך אפשר, אז די קליינע ווילן זיך אונטערהאלטן און דער פאטער האט צוויי ברירות: אדער קען ער שפילן באהאלטן און אין שוהל זיך אויפהאלטן ביז עס טוט די שקיעה האלטן, אדער קען מען זיך איינהאלטן,‏ און פון זיי אביסל אויסהאלטן, ביז עס וועלן קומען די געלע אטאובוסן ... און צוריק צום אלטן.

אלפאנס, זיצט אן אנגעשטאפטע 2011 סיענע און שלענגלט זיך אויף די פארקניפטע שאסייען אין די ברידזשגעיט סטעיט. דעסטינאציע: "עיר טרעמפאלין". "שרה יענטי זאגט אז איר שוועגערן פריידא מלכה איז געווען דארט מיט די קינדער פאראיאר חנוכה/ווינטער וואקאציע, 'ענד דע קידז העד ע בלעעעעסט'."

"טאטי, חי'לע און יוסי שלאפן!"‏

"אקעי, וועק זיי נישט אויף."

"אבער איך מיין אז יוסי איז שוין אויף!"

"אין פאר פוינט סיקס מיילס, טוירן לעפט, דען טוירן רייט. דעסטינעישן וויל בי אן יאר לעפט."

*

עיר טרעמפאלין (ארויסגעזאגט: ער טרעמפ-עא-ליען): א חול המועד פארוויילונג פעסיליטי פאר קינדער פון אלע יארגענג. לאקאציע: צענטראל-מזרח ניו דזשערסי, נישט ווייט פון די "אוטערבריק קראסינג" פון סטעטען איילענד. דער מקום וואוינט אין א הויכע, ברייטע איין-שטאקיג בנין, ענדליך צו דעם בויאינג עראפלאן פלענט אין סיעטאל וואשינגטאן, נאר פיל קלענער.

מיר פארן אריין אין דעם פארקינג לאט, און עס ווארט אונז אפ א קבלת פנים פון א 40-50 מיני ווענס, 4 גרויסע ווענס, איין היימישע סקול באס, און 3 קארס וואס באלאנגען ווארשיינליך צו די סטעף און צו דעם זאב אחד וואס האט נעבעך אריינגעוואנדערט בין שבעים כבשים אין די ראנג דעי/טיים. אומאקיופירטע דיסעיבלד-פארקינג פלעצער, נעקסט טיים קום אן פריער.

כשמו כן הוא; "עיר טרעמפאלין" איז אויסגעלייגט מן הקצה אל הקצה מיט לופט-הענגענדע טרעמפאלינען ממינים מינים שונים, גרויסע און נאך גרעסערע. ב"ה די ליניע איז נישט געווען צו לאנג. געסווייפט $17 פער קינד פער שעה (כאילו מען וואלט ווען געהאנדלט ווען זיי בעטן ווען $23; גוי'שע קעפ!)‏, און מען קריגט א גרויסע גרינע סטיקער וואס ווערט ארויפגעקלעבט אויפן העמד. דער סטיקער האט א גרויסע 3:30PM שטעמפל אין צענטער; דאס הייסט אז מען האט איין שטונדע צו מאכן א לעבן. באהאפטן די סטיקערס, אראפ מיט די שיך, אריין אין די לאקערס, ארויף מיט די ספעציעלע גומינע שטרימפעלעך, און די קינדער זענען שוין לאנג נישט צום געפונען. די נשים צדקניות באגלייטן די קליינטשיגע צו די טרעמפאלינען, בשעת דער מאן ברויך פונקט איצט מאכן אפאר לעבנס-וויכטיגע פאון קאלס צו קליענטן.

ביי די וואנט שטייען אויסגעשורה'ט א רייע קוואדער-פרעסער מאשינען. 4 קוואדערס פאר א 3 מינוט דרייוו אויף א פאנטאזירישע ראקעט-געטריבענע רעיסינג אוטא וואס קען פארן, פליען, רייסן, שיסן קוילן, מאכן טאמבלסאוסעס‏, האקן, זעצן, שווימען, ברעכן ווענט, וכו'. 4 קוואדערס שפעטער, חוזר חלילה.

דער שוואגער מיכאל יצחק איז אויך אין די כלים, ער איז היינט א פראפיסיאנאלע רעקארד ברעכער. פאר א נישטיגע 20 קוואדערס, געשליידערט פינף רונדעס "בעסקעט באלל" אנדעם וואס אפילו איין כדור זאל לאנדן אין דעם גראדע-נידריגן בעסקעט. צו דעם דארף מען טויגן! אויפן מוח שפראצט ארויף הרב אילאוויטש מיט זיין "דו האסט, דו האסט א טאלאנט; מאך עס נישט אוועק מיט דיין האנט!". דער ניגון, אגב, איז דער שליח וואס האט אינספייערט אני הקטן צו לייגן דאס קיבארדישן פעדערל אונטער די פינגער. ביי א חתונה א שטיק צייט צוריק האבן מיר אים פערזענליך באדאנקט פאר דעם שיינעם "מחשבות" אלבום בכלל, און די לעבעדיגע, שפראכלאזע "לא איש דברים אנכי" טרעק בפרט. שטייטסעך מ'האט קאמפלימענטירט ברמז נפלא מאוד, מ'האט חלילה נישט עובר געווען אויף לא תעשה נומער 366, "גילוי". (יאך האב אויך נישט מורא אז מיין אויבן-דערמאנטער שוואגער וועט צוזאמשטעלן איינס מיט צוויי. גלייבט מיר, ער איז נישט געווען דער איינציגער וואס האט טאלאנטירט דארטן מיט די בעסטקעט באליס... אז מען רעכנט צוזאם אלע שפילער מיט זייערע שוואגערס, שיילט זיך ארויס א חשבון פון אומגעפער 30-35 שוואגערס... משה זיך מיך.)

אלפאנס, איך שפאציר געמיטלעך אין דעם גיגנאטישן זאל, און די מחשבות נעמען זיך שפילן אויף הייוון. קוק אהער. זיצן דא א 50-80 משפחות, יעדע מיט א 2-6 קינדער, בלי עין הרע. יא, מ'הערט זיסע קולות, מ'טרעפט פאטעיטע טשיפ שטיקלעך דא דארט‏. אבער ווייסט איר וויאזוי דער מקום וואלט אויסגעקוקט‏ ווען גוים זיינען די אקיופירער?

איך דריי מיך ארויף און אראפ. צו מיינע אויערן דערגרייכן נישט קיין מכשפה-קללות אויפן חשבון פון די מענעדזשערס; קיין רייבערייען מיט אנדערע קאסטומערס; קיין טעלעפאון שעלטונגען אויפן פאריגן, איצטיגן און צוקונפטיגן מאן... דברי הבל והרחק מן הכיעור, מאן דכר שמיה.

הונדערטער קינדער פון באזונדערע משפחות שפרינגען און שפילן צוזאמענגעשטופט, און קיינער שטויסט נישט, קיינער זעצט נישט. אלעס איז איידל און געלאסן, דער עולם איז פרייליך און צופרידן.

מי כעמך ישראל!

*

דער פלאץ איז באזיצט מיט א געשאצטע 70-90 עם הנבחר'ניקעס; בחורים (ווייניג), אינגעלייט און בעל הבתים. די לעצטע מאל וואס דער עולם האט פארזיכט עפעס איז געווען מיט א שיינע 3-4 שעה צוריק. אין די קינדער זעקעלעך איז דא עסן לרוב, אבער איך קוק זיך אום, קיינער עסט נישט. זאג מיר נישט אז דער עולם איז נישט הונגעריג. וואס איז דאס, א רעוועלוציע? א הונגער סטרייק?!

ניין ניין, לא רעב ללחם ולא צמא למים, כי אם לשמוע את דבר ה'! אין די איצטיגע 'שבעת ימים' שטילן מיר אונזער הונגער מיט 'בסוכת תשבו', און אז עס איז נישט דא קיין סוכה איז מען נישט הונגעריג. פינטל!

והבדילנו מן התועים. האט איר שוין אמאל אריינגעבלאנדזשעט אין די ד' אמות פון א מחנה אויסגעהונגעטע TATTOOS? איך נישט. ווען יא וואלט איר לכאורה איצטעט געלעזט א ווייסע, ווערטער-לאזע מאמר. אבער ווער ברויך צענדליגע?! איין אומגעזעטיגטער ערל איז בכח אנצודרייען כאאס ווי א חי' טורף!

וחיי עולם נטע בתוכינו. א מחנה שמייכלנדע הונגעריגע אידן און ‏יעדער לויפט! ווי לויפט מען? מ'האט געברענגט עסן? אך!! וואו, וואס, ווען?

א חצי-מאה שטריימלעך כאיש אחד בלב אחד, צוזאמען ווי אין א כאר: אשרי יושבי ביתך! אביסל אהינציר - נוסח בית המדרש הגדול - א צווייטע מנין דורך די יעניגע וואס האבן פארפאסט חצי קדיש פון די ערשטע מנין. "קוה אל ה' חזק ויאמץ לבך וקוה אל ה'!!" איך כאפ א בליק אויף די פנימ'ער פון די צענדליגע באטייליגטע; יעדער שמייכלט.‏ פרייסלעס!

*

יענקי! יענקי, דא! דא איז ליידיג! ברענג עס אהער; לייג עס אראפ דא!

וועלכע יענקי? מיין קליינער יענקי? לייגן וואס, וואו? זאג מיר נישט אז ער בורדערט ארום דארט אינעם פארקינג לאט. יענקי, וואו ביסטו? קום שוין אהער!!

ניין, ס'נישט מיין יענקי; מיין יענקי שטייט דאך דא גלייך נעבן מיר. א באזונדערע יענקי. יענקי איז א טיכטיגער אינגערמאן, קוקט אויס צו זיין ערגעץ אין די הויכע שלושים'ער יארן. דאכצעך אז איך קען אים אויפן פנים, אבער קיינמאל נישט געוואוסט אז ער הייסט יענקי. עפעס שלעפט ער דארט אויפן פלייצע‏; עפעס א שמאלע לאנגע באקס וואס ער האט ארויסגעשלעפט פונעם טראנק פון זיין מיני ווען. וואס ליגט דארט אין דעם מאדנעם קאסטן? נוקלעארע סענטריפיודזשעס?

זיין זוהן/ברודער/שוואגער/נעפיו, א בחור, לייגט צו א האנט. זיי עפענען אויף דעם באקס און שלעפן ארויס פארדעכטיגע אלומינום שטאנגען וואס זענען ארומגעוויקלט מיט כמו-ווייסע לייוונט. דער בחור'ל כאפט א קליינע סכך מעט און גיבט איר א ראלל ארויף אויפן נארוואס-געבויעטן פלוכענעם סוכה'לע. רגעים שפעטער, כל ישראל ראוים לישב בסוכה אחת וואס איר אורך ורוחב איז א טפח שוחק גרעסער ווי ז' טפחים ומשהו.

די צוויי צדיקים זענען אבער נישט פערטיג. זיי לויפן אריבער צו די עזרת נשים און קומען צוריק געשווינד מיט אפאר שאכטלעך יאכלו ענוים וישבעו. די שמחה וואס האט דארט געהערשט און די גוטע ווערטלעך וואס זענען געפלויגן אויף זייער חשבון האבן געשפאלטן הימלען.

הייליגע באשעפער, דו האסט א זיס, לעכטיג פאלק. ווען איך שעם זיך ווען נישט וואלט איך געכאפט א רויטע פארטעבל הויכהילכער, און אריינגעזינגען מיט א העלפגאטישע שטימע: מי כעמך ישראל!

* * *
 
איי אסרו חג אסרו חג, אוי ווי מיר בענקן זיך נאך דיר! אסרו חג, ווען קומט איר שוין? מיר קענען קוים ווארט אז איר זאלט אייך באווייזן!

ניין, נישט ווייל איך יאג מיך צוריק צו די עבודה; וואלט נישט קשה געווען נאך א פאר טאג וואקאציע. גענוג געהאט פון די ליכטיגע שעפעלעך? חלילה! הודו לה' מיר זענען נישט פון די וואס זענען אנגעשטעקט מיט די דאזיגע מחלה. די סיבה איך קוק אזוי שטארק ארויס אויף אסרו חג, איז ווייל איך מוז אנבאדינגט טרעפן דזשאן, מיין גוי'שער סגן מענעדזשער. גראדע אן אינטעליגענטער און אן ארענטליכער, אבער פארט א גוי.

"סאו, דזשאן. האו אר יו? נייס טו סי יו אגעין. וויאזוי האסטו פארברענגט (ליין: פארברענט) דיין 10 טאג וויקאציע? איך זעה אז די ביסט אזוי שיין אפגעברענט."

"או, מעקסיקא וואס ביוטיפול! די האטעלן, די נייטלייף (נאכט פארברענגונגען), ענד די ביטשעס אר אוט אוו דיס ווארלד. איך האב געשפירט אז איך בין אין פאראדייס (גן עדן)." (נעבעך, השגות...)

"נייס דזשאן, נייס. איך בין גלעעד אז די האסט אינדזשויט."

"איך האב אויך געהאט א גרעיט טיים, דזשאן. פארברענגט די האלידעי מיט פאמיליע. יו נאוי."

"יע, ווערי נייס."

"אן די סעקאנד דעי 'כאלאמאויד' זענען מיר געפארן צו אן אינדאור פארק אין NJ; די קינדער האבן געטאנצן אויף די טרעמפאלינס, געשפיעלט געימס.‏ אבער מיר אדאלטס האבן אויך געמאכט א לעבן. מיר האבן האלבוועגס געפאסט ביז איינער האט זיך מרחם געווען און אויפגעשטעלט א פיצי 'סוקע', דער עולם האט זיך דערכאפט דאס הארץ מיט טריקענע אבערלענדער קוקיס, אבער נישט בעפאר ווי דיד עי 'מינכא פרעיער'. איט וואס אוווווסאם!"

דער ערל גיבט א שטעל אן אויף מיר א פאר קאנטשי אויגן. "מונאוי, דו ביסט אקעי? איך פארשטיי, דו ביסט אן רעלידזשעס דזשו. באט, דאס איז ביי דיר די "היילייט" פון דיין האלידעי?"

גיי לערן מיט א גוי ברטנורא...

בן עזאי אומר הוי רץ למצוה קלה וברח מן העבירה, שמצוה גוררת מצוה ועבירה גוררת עבירה, ששכר מצוה מצוה ושכר עבירה עבירה. (אבות פרק ד')
ששכר מצוה מצוה. שכל מה שאדם משתכר ומתענג בעשיית המצוה נחשב לו למצוה בפני עצמה, ונוטל שכר על המצוה שעשה ועל העונג וההנאה שנהנה בעשייתה.
ושכר עבירה עבירה. והשכר וההנאה שמגעת לו לאדם בעשיית העבירה נחשב לו כעבירה בפני עצמה, ולוקה על העבירה שעשה ועל השכר וההנאה שמקבל בעשייתה.
(רע"ב שם)

*

די תורה הקדושה זאגט אונז אין פרשת נצבים:

ראה נתתי לפניך את החיים ואת הטוב ואת המות ואת הרעה: (ל, טו)

העידתי בכם היום את השמים ואת הארץ, החיים והמות נתתי לפניך הברכה והקללה, ובחרת בחיים למען תחיה אתה וזרעך: (ל, יט)

אנו רצים והם רצים. יעדער לויפט; יעדער פארברענגט; יעדער עסט און טרונקט און שלאפט; און יעדער לאכט. אבער נאר איינער "לעבט". נאר איינער פארמאגט חיים; נאר איינער באזיצט שמחה, ברכה און טוב!

דעם פארגאנגענעם יום טוב סוכות. ארומלויפן קויפן - און דערנאך שאקלען - די ד' מינים, בויען די סוכה, עסן/שלאפן אין די סוכה, נישט עסן חוץ לסוכה, ווארעמע זמירות, תורה, תפלה, שמחה של מצוה, ועוד ועוד. איי האבן מיר געמאכט א "לעבן"!

מי כעמך ישראל!
לעצט פאראכטן דורך מונאוויטש אום מיטוואך נובעמבער 16, 2016 4:09 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1683
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

תגובהדורך קרייסלער » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 8:23 am

מונא! כמותך ירבו בישראל
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

בלי לחץ
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 25, 2012 10:17 am

תגובהדורך בלי לחץ » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 8:48 am

געליינט בנשימה אחת, הערליך הערליך.

קרייסלער האט געשריבן:מונא! כמותך ירבו בישראל

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 8:59 am

וואףף, איר האט א שפראך,

קראתי, נהנתי, לאכטי, ופלצטי, און א דאנק פאר דיין שיינע ערענסטע אויספיר.

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2310
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 9:06 am

וואאאאפפפפפףףףףףף
פאני! שיין! קלאר! אינטערעסאנט!
תודה מעמקי דליבי!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23683
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 9:11 am

איי, ווי ריכטיג
שיין, ליכטיג
זויבער, ציכטיג
פארשריבן דיכטיג

נאט אייך א דאנק
פון העכסטן ראנג
א מייל די לאנג
פון פארשלאפן'ס שאנק
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 9:46 am

כ'קען מיך נישט גענוג אפוואונדערן אויף די געלונגענקייט פון דיין שפראך.

דאס איז דאך ווערטערלאז ווי יעדע שורה איז אזוי געלונגען משולב אידיש מיט ענגליש מיט געדאנקען, רמזים, ווערטלעך, ליצנתא דע"ז וכו' וכו' ארויסצוברענגן דעם מי כעמך ישראל.

א פי די עף וואלט געווען ראטזאם.

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4115
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 10:22 am

זייער שיין און אמת, אה! מי כעמך ישראל!!

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 10:23 am

WOW WOW WOW!!!!!!!!!!!!!

אזא זאפטיגס.......

מיט א געשליפענע שפראך..........

ווי וואנט מאר..........
טשאלענט גמ"ח
ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך...

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2237
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 10:43 am

דו האסט, דו האסט א טאלאנט; מאך עס נישט אוועק מיט דיין האנט!

א זעלטנהייט פון א רייכע פעדער באשפריצט מיט הומאר און טאלאנט...

באמת הנאה געהאט...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6854
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 11:02 am

this is amazing stuff. thank you
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3278
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 11:31 am

שטארק הנאה געהאט. גוטע לשונות און זאפטיגע רעיונות!

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 11:48 am

מונאוויטש, וואס איך וועל שרייבן וועט נישט זיין גענוג. וועל מיר שרייבן איין זאץ: מי כעמך ישראל...

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2530
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 12:07 pm

WOW!!!!!
סיי די אידישע בליק
סיי די שפראך

אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 13, 2013 11:04 am

תגובהדורך אוודאי » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 12:19 pm

צופרי הייסט נישט געווען!

חחח... דעפעניטעלי נישט...

אינגערמאן איר האט שפראך..
יישר כח

אוועטאר
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

תגובהדורך גלייכגילטיג » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 12:24 pm

מר. פאטאשאפ האט געשריבן:שטארק הנאה געהאט. גוטע לשונות און זאפטיגע רעיונות!


א באזונדערן שכח פאר די ברטנורא. קיינמאל אויפגעכאפט די נקודה.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 1:01 pm

אריין אין דזשורנאל... א הערליכע שריפט. זאפטיגע לשונות, אבער דער עיקר איז ציל צו וואס דו קומסט אן.. יאפ מי בעמך ישראל

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1109
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 1:19 pm

מונאוויטש, פיינע נייעס :lol:

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 2:45 pm

הערליך! יישר כח פארן מהנה זיין!

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 3:17 pm

פארוואס אונז געלאזט ווארטן פון חאלעמויד ביז איצט????? אזאנס פאקט מען תיכף ארויס!!

רוח מצויה
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 4:43 pm

תגובהדורך רוח מצויה » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 3:28 pm

wow עפעס הערליך יעדעס ווארט!

די שריפט, די תוכן, די הומאר, יעדעס איינס עקסטער אויסערגעווענליך!

א ריזיגן יישר כח!

מעלות
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 30, 2014 6:17 pm

תגובהדורך מעלות » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 4:31 pm

כמוך ירבו. טוב עין הוא יבורך
א גרויסן ייש"כ שרייב ווייטער דער עולם האט און וועט שטארק הנאה האבן

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 5:06 pm

געוואלדיג געוואלדיג!!!

הערליך שיין פונעם שפראך ביזן רעיון און אלעס אינצווישען!

א ייש"כ.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 11:41 pm

יישר כח

שיינע תוכן
שיינע שריפט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

בשבילי נברא
שר האלפיים
תגובות: 2128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 11:55 pm

כיהודה ועוד לקרא, הערליך שיין!

די תוכן וויאזוי דו ברענגסט אריין די ליינער צו ממש מיטלעבן דעם געשעהניש.
די הומאר ווי ביי יעדן צווייטן שורה גיבט מען זיך א שמייכל אונטער פונדאסניי פון דיינע וואזשנע געדאנקען.
ועל כולם פון דעם מוסר השכל וואס דו ברענגסט ארויס, וואס איז ממש געוואלדיג! מיר זאלן וויסן ווי שטארק צו אפרישיעטן אונזער געשמאקע אידישע לעבן, וואס דער גוי מיט זיינע גרעסטע וואקאציעס האט ער נישט דעם געשמאקן טעם וואס אונז לעבן מיט אפילו ביים פשוט'ן כאלעמויעד האלטן, (ווער רעדט נאך פונעם טעם גן עדן פון א שטיקל גמרא).

אבער דעם שכוח וואלט איך באמת געגעבן פאר מאטי'ן פארן ארויסברענגן דיין באהאלטענעם טאלאנט!
איינער האט אפשר זיין נומבער....


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot], בינוני, חנוך און 6 געסט