מיין נייע ביזנעס - איך זוך שותפים
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר מאה
- תגובות: 221
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 12:58 am
- לאקאציע: 224 shepherded rd
מיין נייע ביזנעס - איך זוך שותפים
אזוי ווי א פרישער שנה ראשונה אינגערמאן האט יעצט אריינגעמופט און מיין שכינת האב איך מיר דערמאנט פון מיין ביזנעס איידיע וואס איך האב געהאט פאר א שיינע פאר יאר צוריק ווען איך בין געווען א שנה ראשונה אינגערמאן, און איך מיין אז ס'איז צייט זיך צו נעמען דערצו.
א יעדע סוקסעספילער ביזנעס איז געבויעט אויף העלפן א פראבלעם וואס מענטשן האבן, נא, דאן לאמיר זען וואס די פראבלעם איז.. וזה החלי
די פראבלעם
די פראבלעם ווערט אנגעריפן "פאסט" (מעי"ל בלע"ז)
האט איר שוין אמאל באטראכט ווי אזוי דער שנה ראשונה אינגערמאן עפענט אויף זיין פאסט קעסטל ווען ער קומט אהיים פון כולל ?
האט איר שוין געזען די אנטוישטער צורה ווען ער איז אראפגעלאפן נאך פאר הבדלה צו צו עפענען די פאסט קעסטל נאר אויסצוגעפינען אז ס'איז ליידיג ?
ווער רעדט נאך ווען ער עפענט עס אויף צופרי (הגם ער וויסט אז מ'דעליווערט נישט קיין פאסט פארטאגס) און אלע נשים וואס ווארטן פאר די קינדערס באסעס האלטן מיט זיין דורכפאל ?
האט איר שוין געזען די קנאה בליקן וואס ער שענקט אייך ווען ער זעט אז איר קענט אפילו נישט האלטן אלע פאסט וואס איר האט באקומען און איין הענט ?
די טרערן נאכן אויפהייבן די פאסט וואס ליגט אויפן ערד אינעם בילדינג (וואס דער פאסט מאן האט נישט געקענט אויסגעפונען פאר וועם עס באלאנגט) און אויסגעפונען אז ס'באלאנגט נישט פאר אים האט איר שוין געזען ?
מארקעט ריסירטש
אזוי ווי איעדע ביזנעס איז די ערשטע זאך ברויך מען זען וואס די מארקעט זאגט דערצו.
וויסענדיג פון מיין אייגענע עקספיריענס און רעדנדיג מיט אנדערע שנה ראשונה אינגעלייט, האב איך ארויסבאקומען א קלארע בילד פונעם מארקעט און דאס איז...
די שנה ראשונה אינגעלייט זענען גרייט צו באצאלן שווערע געלטער צו סאלווען דעם פראבלעם, די דערנידערונג און טעגליכע ווייטאג דארף קומען צו א סוף זאל קאסטן וואס ס'קאסט.
די ביזנעס
נא, יעצט קען מען אויפסעטן די ביזנעס אימפעריע וואס ארבעט אזוי.
א. ווי נאר מ'מאכט די מעריזש לייסענס און הרב גליק פון התאחדות איז מסכים צום שידוך.. דאן ברויך מען אריינרופן איבערגעבן די נייעס און אויספילען אן אפליקאציע
1) וויפיל פאסט ברויכט איר און עווערעזש ?
2) האט איר ליב מער גרעסערע ענוועלאפס אדער קליינע ?
3) וואספארא קאליר ענוועלאפ האלט איר גייט מאכן אייערע שכינים מיינען אז באקומט גאר ערענסטע פאסט ?
4) ליידיגע ענוועלאפס איז אקעי ?
5) א הזמנה צו א דין תורה וועט מאכן אייערע שכינים מיינען אז איר זענט א בלויזער גנב, אדער אז איר זענט פארוויקעלט און ערענסטע געלטער ענינים ?
מיר ארבעטן נאך אויף נאך קשיות אבער דאס איז עס בערך
פארשטייצעך אז די פרייזן זענען געוואנדן לויט די פארלאנג.
ביטע העלפט אונז
כדאי צו שפארן געלט ווענדן מיר זיך צו אחינו בני ישראל ביטע שיקט אונז אריין אייערע אומוויכטיגע פאסט, מיר קענען איבערנוצן די סטעמפס און לייגן די פרשע אדרעסן און אויכעט אויב קענט איר ארויסהעלפן מיט עצות וויאזוי צו פארגרעסערן די ביזנעס דאן האלט עס נישט ביי דיר....

לעצט פארראכטן דורך שמעלקעלע אום מוצ"ש אקטאבער 08, 2016 9:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2831
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm
- קברנה סובניון
- שר האלפיים
- תגובות: 2234
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
- לאקאציע: אין וויין גארטן
- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל
- מה פתאום???
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4402
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
- לאקאציע: עיה״ק צפת
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2909
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm
- אויסגערעכנט
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6858
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm
שמעלקעלע דו זאגסט גוט. אבער איין זאך האסטו פארגעסן, מען זאל איבערגעבן די שכנ'ס עדרעס און אויך אמאל אמאל אהין שיקן א ענוועלאופ פון די באנק, זאלן זיי מיינען אז איך פיר גרויסע געשעפטן און מיט א יראת הכבוד מיר עס אונטערשטיפן די טיר, אדער אראפלייגן נעבן די טיר אזוי אז אלע שכנים וואס גייען אריבער זאלן אויך זען פארפארא עושר מען האט דא ממש נעקס דאר..
- משה כספי
- שר האלפיים
- תגובות: 2070
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
- לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
- פארבינד זיך:
אויסגערעכנט האט געשריבן:שמעלקעלע דו זאגסט גוט. אבער איין זאך האסטו פארגעסן, מען זאל איבערגעבן די שכנ'ס עדרעס און אויך אמאל אמאל אהין שיקן א ענוועלאופ פון די באנק, זאלן זיי מיינען אז איך פיר גרויסע געשעפטן און מיט א יראת הכבוד מיר עס אונטערשטיפן די טיר, אדער אראפלייגן נעבן די טיר אזוי אז אלע שכנים וואס גייען אריבער זאלן אויך זען פארפארא עושר מען האט דא ממש נעקס דאר..
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2818
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע: בין שמים לארץ