קינדער קאנטראל

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

קינדער קאנטראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

קינדער קאנטראלירן עלטערע מענטשן – איז דאס ריכטיג?

לאמיר קודם נוצן א משל. סאטמאר - דאס אויבערשטע פון שטייסל פון כלל ישראל - האט אלע סארטן לבושים לגבי צודעקן דעם קאפ נאך די חתונה; פון אפענע שייטלעך בין אינגאצן אפגעבינדן, און אלעס אינדערמיט פון זיידן ביז בענדלעך. אבער הכל יודעים אז אן אפן שייטל נישט קיין לכתחילה.
ביז היינט האט א דיין נאכנישט גערעדט אפן קעגן שייטלען ברבים לאיסור גמור (הגם מ׳רוקט עס אריין דא אין דארט אין ישיבה און אין כולל, אז דאס איז געווען מגמת נפשו פון רבי׳ן זי״ע און עס איז געווען די ״נעקסט אויף די ליסטע״ נאר ער איז ל״ע קראנק געווארן). אבער ס׳איז נישט קיין זאך וואס איז געווארן ״גע׳אסר׳ט״.

יעצט, לו יצוייר אז די הנהלה פון בית רחל וויל אנהייבן מעורר זיין די קינדער זיי זאלן נישט גיין קיין אפן שייטל נאך די חתונה, איז זיי איינגעפאלן א געדאנק! מ׳גייט מאכן און טיילן ״שייטל״ קארטלעך אנגעהויבן פון העכער די דריטע קלאס, און א קינד וואס זעט א פרוי גיין אין אן אפן שייטל, זאל מען איידעלערהייט צוגיין צו איר און איר געבן א שייטל קארטל, וואו ס'ווערט מוסבר – מיט גוטן און מיט בייזן - אז זי איז נישט ערליך! איר לבוש איז נישט אויסגעהאלטן און זי איז א מכשיל את הרבים און זי אירע קינדער גייען אויסקוקן... ווער ווייס רח״ל וויפיל אוטידי׳ס זענען שוין אפגעפארן פון אידישן וועג צוליב וואס מ׳האט זיך אנגעזען מיט ראיות אסורות פון איר פרעכע קליידונג.

איז דאס ריכטיג?
דארפן קינדער קאנטראלירן עלטערע פרויען אין גאס? דארפן קינדער ״העלפן״ ערוואקסענע ווערן מער ערליך? איז דאס אפשר נישט קיין חינוך צו חוצפה?
קען זיין אז נישט.
אבער ווי איך פארשטיי וואלט לכאורה אזא צוגאנג געדארפט ווערן אויטאריזירט פון אן אנגענומענע דעת תורה.

לעניננו. קיין איין רב האט נישט געזאגט אז מ'טאר נישט האבן קיין סמארטפאון!!
פאר די רייט עפעקט גיי איך עס איבערזאגן נאכאמאל: קיין שום רב אדער תורה אויטאריטעט האט נישט פוינט-בלענק גע׳אסר׳ט פאר ביזנעסלייט א סמארטפאן!
איינער וואס דארף נישט - טאר נישט. אבער איינער וואס דארף יא - מעג יא. עס דארף זיין געפילטערט, גע'כשר'ט.

נישט לכתחילה? ריכטיג. אבער אסור? נאכנישט.

האבן אבער די תלמוד תורה קינדער באקומען שומרים קארטלעך, און ווען זיי באגעגענען א איד מיט א סמארטפאון באקומט ער במתנה אזא קארטל, מיט קארטונען און בילדער און הסברים אז ס'איז שמד. נגד התורה. ער איז א מכשיל את הרבים.

שאלה 1:
איז דאס ריכטיג? איבערגעבן ״שאלות אין חינוך״ פאר קינדער?
(ס׳דא וואס ברענגען צי אז דער צעהלימ׳ער רב האט געהייסן קינדער צעברעכן זייערע עלטערן׳ס טעלעוויזשן. דאס איז אמת. אבער ס׳איז אויך אמת אז אלע רבנים האבן אפן געשריגן און געשריבן אז טעלעוויזשן איז אסור! הגם אז אויף די הוראה זענען געווען גדולים וואס האבן חולק געווען דערויף, איז דער נידון בכלל נישט דומה לראיה. ווייל ווי געזאגט איז א סמארטפאון נישט אסור).

שאלה 2:
זענען רבנים באמת מסכים דערצו אז קינדער זאלן אנקוקן די סמארטפאון באנוצער אלס שקצים - בו בזמן וואס רוב רובם פון ביזנעס לייט האבן למעשה סמארטפאונס - און בהיתר גמור - ווייל קיין איין רב האט נישט גע'אסר'ט קיין כשר'ן סמארטפאון ווען ס'איז נויטיג פאר ביזנעס.
למעשה קומען די מחונך'דיגע קינדער טיילן די קארטלעך פאר זייער אייגענעם טאטן, זיידן, פעטער וכו', און זענען מיט זייער שמייכל מודיע: דו ביסט אן עבריין, שגץ, ווייל דו האסט א סמארטפאון.


די איניציאטירער פון דעם קאמפיין רעדן פון דעם פראבלעם אז די קינדער האבן א רייץ צו סמארטפאונס, און מיט די קארטלעך גייט מען עס אוועקנעמען.
צי דאס וועט טאקע העלפן פאר די קינדער זעלבסט אויף יעצט, און אז ס׳וועט באמת שוואכער מאכן דעם דראנג צו לויפן קויפן אזא פאון שפעטער ווען זיי וועלן ווערן ערוואקסן? וויל איך נישט דן זיין דא.

מיין שאלה איז: איז דאס ריכטיג אז קינדער זאלן ״מחנך״ זיין עלטערע אידן צי ווערן לכתחילה אידן?
איז דאס אויסגעהאלטן?
ווער האט ממציא געווען דעם מהלך? א רב? א דעת תורה?
ווייסט אפשר איינער דא וועמען המצאה דאס איז? און מהיכן ירק זה חי? ווער ספאנסארט דאס?
לעצט פארראכטן דורך זאל ער קומען אום דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 4:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

איין שאלה האב איך, אבער דעם אמת, נאר דעם אמת..

איר האט א סמארט פאון?

אויב יא איז דאס מיין לעצטע תגובה אין דעם אשכול אי"ה
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

איך בין א ביזנעסמאן און איך דארף עס האבן, און איך האב א משומר סמארטפאון בהיתר הרבנים הגאונים שליט״א.
איך זעה נישט ווי דאס איז רעלעוואנט צו די שאלות וואס איך האב געפרעגט.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

די קארטעלך און די העצעריי ביי קינדער קעגן עלטערן וואס האבן סמארט פאונס, צוברעכט די גאנצע קשר און השפעה וואס עלטערן האבן אויף זייערע קינדער, ס'איז א חורבן עצום ונורא! ותוצאתיו מי ישורנה?!

עלטערן וואס האבן סמארט פאונס בהיתר קענען שווערער מחנך זיין זייערע קינדער, ווייל זייערע קינדער קוקן זיי אן ווי דער שגץ אינעם בילד פונעם קארטל אדער דער שייגאץ וואס זיין מנהל האט גערעדט, און ווען די עלטערן פרובירן נאכדעם מחנך צו זיין די קינדער און זיי אפהאלטן פון זאכן וואס מ'דארף אפהאלטן קינדער, לאכן זיך די קינדער אויס.

ס'בויעט זיך אין הארץ פונעם קינד א חוצפה יסגי קעגן זיין טאטן, און ער וויל נישט מקבל זיין פון עם און די חורבן איז גרויס.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

לענ"ד קומט דאס פון די וואס גייען מיט א שיטה, אז דער ציל הייליגט די מיטלען, ודי ואכמ"ל ודו"ק והבן

איך האב נישט קיין סמארטפאן
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

די רבי ר' בונם האט געטיישט בעקבתא דמשיחא חוצפא יסגי אז מיט חוצפא גייט מען קענען אויפטון א געוואלד
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:די רבי ר' בונם האט געטיישט בעקבתא דמשיחא חוצפא יסגי אז מיט חוצפא גייט מען קענען אויפטון א געוואלד

ס'קען פונקט אזוי מיינען מיט חוצפה קעגן די קארטלעך מאכער'ס.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:די רבי ר' בונם האט געטיישט בעקבתא דמשיחא חוצפא יסגי אז מיט חוצפא גייט מען קענען אויפטון א געוואלד

חוצפה צו גיין אין די גאס אנגעטון ווי א חסידי׳שער איד.
חוצפה זיך נישט שמעמען נישט צו ארבעטן שבת.
חוצפה זיך נישט שמעמען נישט צו קוקן קיין טעלעוויזשן.
חוצפה זיך נישט שמעמען נישט צו שעיקן די האנט פאר א פרוי
און נאך אסאך חוצפה וואס אידן האבן צו קענען אנגיין מיט אידישקייט - יסגי!

אבער נישט חוצפה קעגן די עלטערן?
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
מזויף מתוכו
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 18, 2014 3:56 pm
לאקאציע: דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזויף מתוכו »

זייער אינטערסאנטער אשכול - נאכנישט געהעריג געזעהן די קארטלעך.

אזוי ווי עס גוי׳שט זיך אזוי יודישט זיך.
די איידיע פון ״דעת הקהל״ איז היינט זייער פאפולער. יעדער איינער קען היינט זאגן וואס ער וויל און פארשפרייטן מיינונגען און עס איז אלס דא צוהערערס, סיי וועלכע פירצה, נייעס, טראגעדיע א.ד.ג. ווערט ברייט צושיקט אלל אווער אן קיין צוריקהאלט. איי געס אז איינער האט באשלאסן אויסצונוצן דעם טאקטיק אויף פירצות וואס עס טרעפט זיך נישט קיין רבנים דערויף, און איז געגאנגען גלייך צום עולם.

אבער די איידיע פון זיך ווענדן צו קינדער איז שוין א חידוש!
ווען מ׳וויל עפעס אויספירן גייט מען גראד צו די קינדער און זיי וועלן שוין צווינגען די עלטערן.

איך האלט אבער אז די חברה האבן פארזעהן א שטארקע נקודה.

די ״טריפה׳נע מענטשן״ מיט די סמארטפאונס האבן א גרינגערע און שנעלערע וועג אנצוקומען איבעראל, און אויך צו קינדער. און זיי האבן סאך בעסערע סחורה צו פארקויפן...

מארגן קומט ארויס א נייע סעט ״עקסערסייז קארטלעך״ וואס גייט מסביר זיין די וויכטיגקייט פון מאכן עקסערסייז באגלייט מיט עדס פון די דזשימס (אדער עני אנדערע זאך וואס קען ווערן אויפגעוויזן אז עס איז נישט קיין פראבלעם להלכה, פארקערט נאך עס קען גאר זיין א מצוה וכו׳), און יעדער חסידי׳שער יונגערמאן אדער זיידע וואס שלעפט זיך אין בעסמעדרעש און קרעכצט ביי די סטעפס וועט באקומען א קארטל צו זען וואס שנעלער צו גיין אין דזשים ווייל ״ונשמרתם ״מאוד״ לנפשותיכם״, און אויב נישט איז ער א מאבד עצמו לדעת און מ׳וועט אים מסביר זיין אינעם קארטל אז קיינער גייט נישט טרויערן אויף זיין פטירה - קוים גיין צו די לויה!

נעקסט, גייט מען טיילן פאר די עלטערן קארטלעך קעגן לשון הרע ווען דער טאטע/מאמע וועט זאגן א ווארט קעגן א שלעכטן חבר... (רח״ל).

און די ליסטע איז זייער לאנג: סוף זמן תפילה, עירוב, רבינו תם גאטשעס, וכו׳.

און נאכדעם וועט קומען השקפה ענינים וואס וועט נעמען די פארקערטע ריכטונג...
וואו שטייט אז מ׳טאר נישט פארן מיט קיין שייגעץ בייקס? פארקערט גאר, ס׳איז א מצוה ווייל ס׳אידיש געלט!
און וואס איז שלעכט מיט א שיינע בלויע קאפל מיט׳ן נאמען דערויף. שטייט אין די תורה? התנאה לפניו במצוות! ס׳נאך סאך שענער...

ס׳גייט נישט זיין קיין מוציא מיט האניג זיך אראפצוזעצן און זיך פארהערן מיט די קינד אויף יעדע זאך וואס מ׳מעג עכט נישט און וואס איז נאר א מנהג און וואס איז נאר א משוגעת.

אין אנדערע ווערטער: ווען דו געסט דאס קינד א שטעקן אין די האנט שלאגט ער וועם און ווען ער וויל.

איך האב געהערט א מעשה, עס איז אמאל געווען א ראש ישיבה וואס האט נישט געוואלט אננעמען א בחור אין ישיבה, איז געקומען דער טאטע (אביסל א נפש רחבה) און געעפנט א פיסק אויפ׳ן ראש ישיבה: דו שיגץ! דו חיה רעה! האסט נישט קיין אידיש הארץ! וכו׳, און ער האט אים געגעבן וואס קיינער האט זיך נישט געוואגט. ער איז געווען זיכער אז ס׳איז געלונגען. אוי וועט דער ר״י ציטערן!!
האט אים דער ראש ישיבה געענטפערט מיט א שמייכל: דו מאכסט מיר גרינג די דזשאב... געווענליך קומען צו מיר צובראכענע מאמעס און וויינען באמת און כ׳האב נישט די הארץ זיי צו זאגן וואס זייער בחור איז באמת, האב איך א גרויסן פראבלעם. אבער אז דו האסט אנגעהויבן רעדן מיט באקציין, קום לאמיר דיר זאגן.... דיין זוהן איז א רשע בין רשע, פארדארבט די גאנצע ישיבה און יעצט זעה איך ער האט אין וועם ער ראט! נעם דיר דיין זון און גיי אינאיינעם לעזאזל...

ס׳איז נישט ממש דומה לנמשל, אבער דעי שפראך קענען די סמארטפאון חברה בעסער!
אויב לאזט מען קינדער טון וואס זיי פארשטייען, וועלן די עכט-שוואכע חברה סאך גרינגער קענען צושטעלן סחורה פאר די קינדער מיט וואס פאר צו ווארפן זייערע עלטערן - מיט זאכן וואס די עלטערן וועלן נישט קענען געהעריג ענטפערן!

דאס מיינט, זיך געשאסן אין די פיס.
לעצט פארראכטן דורך מזויף מתוכו אום דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 5:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

אם אין דעת הבדלה מנין
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כ'דערמאן זיך אז אמאל ווען אונז זעמיר געוועזן קינדער איז געוועזן א מערכה וכו' אין וואס די קינדער זענען אנגעזאגט געווארן אז זיי טארן נישט טאן דערינען און ניטאמאל רעדן, ווער יא האט געקאנט כאפן מיטן קאנטשיק צום געדענקען.

אן אנדערע געדאנקען גאנג געווען.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

עס איז דא הלכות און הל' כיבוד אב ואם אויף דעם מען טאר נישט זאגן ביסט א עובר נאר אבא כך כתוב בתורה,
און אויב איז די טאטע טאקע געווארן א שייגעץ דורך'ן סמארט פאון איז ער שוין בכל נישט אינעם גדר פון עושה מעשה עמך, וואס דאן איז מותר געוויסע זאכן מער,
אבער די מציאות באמת איז אז די קינדער געבן עס נישט פאר די אייגענע טאטע מאמע נאר פאר פרעמדע און אפילו אז יא זענען זיי נישט מחיוב מיט קיין כיבוד אב נאר אלץ חינוך
משא"כ דעי אלע וואס האבן א סמארט פאון אן א פילטער זענען עובר על שלש עבירות חמירות, זאגט מען יא חטא כדי שיזכה חבריך
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
מזויף מתוכו
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 18, 2014 3:56 pm
לאקאציע: דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזויף מתוכו »

איינס, די קארטלעך איז דאך געמאכט געווארן פאר אידן מיט א פילטער.

צוויי, דו ווייסט אליין אז איך האב נישט גערעדט פון די הלכה חלק שבו. איך רעד פונעם מציאות אז ביז היינט האבן טאטעס געלערנט קינדער, און דורך די נייע קארטל סיסטעם גייען קינדער לערנען טאטעס!

דו דרייעסט איין דיין בארד שבת? ווייסט וויפיל האר ס׳קען ארויספאלן? איסורי דאורייתא׳ס יעדעס הארעלע!!! און ״דו״ האסט א פראבלעם איז איך גיי מיט קראקס אנע זאקן אין די גאס? דאס איז אפילו נישט קיין שאלה אדער עני ריח פון אן איסור!
און נאכדעם גיי טרעף דיין זון דעם איסור פון גיין מיט א פאוני - אויב האט מען פיאות אויך....

אונזער חינוך איז געבויט אז טאטעס ווייסן וואס מ׳דארף טון און די קינדער דארפן פאלגן. ״דאס״ איז יעצט אין סכנה.
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

געוואלדיג ארויס געברענגט מזויף.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
דעוויס
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעוויס »

גארנישט איז דומה צו סמארטפאון, אבער גארנישט, די ערגסטע שייטל נישט.
סמארטפאון וכל שום וחניכא דאית לי' האט שוין געשמדט טויזנטע מאחינו בני ישראל און עז ווי ספיעק קאנטיניוס טו ל"ע.
ווער רעגט זיך אויף די התעוררות די וואס האבן עס.
קומט דער סמארטפאון איד צום רב איך מוז עס האבן, אקעי אז דו מוזט.. וואס קען איך דיר טון..? טריי נישט צו ווערן א גוי... יא אודאי אוודאי, די בעסטע פילטער.
קומט דער רב אין ספרים שטוב הייבט זיך אן פאון קאלס השם ישמרנו, קומט ער אין בית מדרש קומט צו דער מיט א טאכטער דער מיט א זון.. רחמנא ליצלן, גייט ער אויפן גאס וויינט זיין מחותן אויף זיין כלה יא מאכן חתונה צי נישט... אלעס אדאנק דעם סמארטפאון.. מ'דארף בכלל אסרן אזא זאך?.. אבער יענע געהעריגע אינגערמאן האט עס אויך און גארנישט געשען..? עכ"פ בחיצוניות.. אבער דא פאלן מאסן יום יום.. יא אבער ער מוז דאך עס האבן, אה אה טאקע ווי קען מען זאגן א ווארט ער מוז דאך, און ער מוז דאך טאקע.
טוט מען גארנישט.
אפשר די קינדער וועלן מאכן אפאר מענטשן טראכטן נאך איינמאל וואס ער מוז און ווי ווייט מ'מוז..
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

קינדער קאנטראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:עס איז דא הלכות און הל' כיבוד אב ואם אויף דעם מען טאר נישט זאגן ביסט א עובר נאר אבא כך כתוב בתורה,
און אויב איז די טאטע טאקע געווארן א שייגעץ דורך'ן סמארט פאון איז ער שוין בכל נישט אינעם גדר פון עושה מעשה עמך, וואס דאן איז מותר געוויסע זאכן מער,
אבער די מציאות באמת איז אז די קינדער געבן עס נישט פאר די אייגענע טאטע מאמע נאר פאר פרעמדע און אפילו אז יא זענען זיי נישט מחיוב מיט קיין כיבוד אב נאר אלץ חינוך
משא"כ דעי אלע וואס האבן א סמארט פאון אן א פילטער זענען עובר על שלש עבירות חמירות, זאגט מען יא חטא כדי שיזכה חבריך



די נקודה דא איז אזוי

דאס קינד איז נישט מחוייב בתוכחה, ער האט קיין פליכט בעולם צו מעורר זיין עלטערע, מיר עלטערן ווילן בעיקר, מחנך זיין דעם קינד ער זאל וויסן וואס די תורה לאזט און וואס נישט, דער חיוב חינוך ליגט אויף די עלטערן און זיי זענען מחנך די קינדער אויף דעם וועג וואס זיי פארשטייען

יעצט איז די שאלה, איז דען נישט דא קיין אנדער וועג צו מחנך זיין די קינדער אז מ'דארף היטן די אויגן, נאר דורך זיי איבערגעבן קארטלעך? נניח אז דאס פאר זיך איז יא ריכטיג צו טון, אבער אפשר איז דאס יצא שכרו בהפסידו אז דאס קינד לערנט זיך אויס חוצפה?

זאת ועוד, ווער האט דיר געגעבן א רעכט צו מחנך זיין א פרעמד קינד? אפילו א מלמד איז סך הכל א שליח פון דעם טאטן, און קען נישט עובר זיין פון דעת משלחו

והעיקר, די מענטשן וואס טוען דאס, ווילן זיי דען מחנך זיי די קינדער מיט דעם? זיי נוצן נאר די קינדער אלץ פלייש קאנאן צו שטופן זייער אגענדע [און אין בעסטן פאל אויסצוראטן דעם משחית מבתינו], ווער האט זיי געגעבן די רעכט צו דעם?

ועוד, נאך אלעם זענען די עלטערן די וואס זענען מחנך די קינדער, אפילו א טאטע מיט א סמארט פאון האט די פולע מעגליכקייט צו מחנך זיין די קינדער לתורה ויראת שמים [שריי נישט, איך ווייס אז דו ביזט מחולק...] ווער נעמט אויף זיך די אחריות צו אוועק נעמען דעם טאטנ'ס גוטע השפעה אויף די קינדער, דו גייסט זיי מחנך זיין מהיום והלאה? זיי גייען דיר פאלגן?

לא שמענו מעולם מען זאל הייסן די קינדער שרייען אויף א טאט'ן אז ער איז אן עבריין, אפילו ווען ער איז טאקע

להערה בעלמא: איך האב נישט קיין סמארטפאון, און איך האב שוין מיטגעהאלטן פון דער נאנט די חורבנות, אעפ"כ וועל איך נישט לאזן מיין זון זאגן א ווארט פאר א צווייטן וועגן דעם, דאס איז "מיין" חיוב חינוך
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

ביז דיין לעצטע שורה וועל מיר קעיר נעמען.
אבער כ'זע נישט ווי די וועלטס גרעסטע עולה בארעכטיגט נאך א גרעסערע עולה, ווי מ'האט געזען ביי קאמוניזם און די גרעסטע גזירות שמד איז געווען דורך איינשפאנען די אינגע.
די מוסדות מאכן גאנצע אסיפות מ'זאל ח"ו נישט זאגן זאכן אנדערש ווי די מוסד, ווייל נאכדעם וועט דער קינד נישט נעמען ערנסט די מוסד, יעצט נעמט מען די קינדער קעגן די עלטערן? קעגן מוסר אביך, תורת אמך?

דעוויס האט געשריבן:גארנישט איז דומה צו סמארטפאון, אבער גארנישט, די ערגסטע שייטל נישט. סמארטפאון וכל שום וחניכא דאית לי' האט שוין געשמדט טויזנטע מאחינו בני ישראל און עז ווי ספיעק קאנטיניוס טו ל"ע.

מסכים. ווער האט אפגעפרעגט אדער שוואך געמאכט די געפערליכע סכנה פון סמארטפאון דא? איך נישט.
איך זאג אויך אז ס׳איז א סכנה און איך בין געווען ביים כינוס כלל ישראל, און איך בין פון די טויזנטער אידן וואס צאלן יעדן חודש פאר׳ן פילטער - די בעסטע וואס ס׳איז דא.
סאו איך פארשטיי נישט וואס דו רעדסט פון הודו ווען איך רעדט פון לאקשן.

דעוויס האט געשריבן:ווער רעגט זיך אויף די התעוררות די וואס האבן עס.

איך רעג זיך אויף די ״התעוררות״? ביסטו פאררוקט? איך העלף אין די התעוררות! איך פרוביר נישט ארויסצונעמען קיין סמארטפאון אין ביהמ״ד ווי ווייט מעגליך. און אויך פארנט פון מיינע קינדער, ווען ס׳פעלט נישט אויס.
איך האב נישט גערעדט בכלל פון די התעוררות. איך האב גערעדט פון נוצן קינדער פאר פירצות.

דעוויס האט געשריבן:קומט דער סמארטפאון איד צום רב איך מוז עס האבן, אקעי אז דו מוזט.. וואס קען איך דיר טון..? טריי נישט צו ווערן א גוי... יא אודאי אוודאי, די בעסטע פילטער.
קומט דער רב אין ספרים שטוב הייבט זיך אן פאון קאלס השם ישמרנו, קומט ער אין בית מדרש קומט צו דער מיט א טאכטער דער מיט א זון.. רחמנא ליצלן, גייט ער אויפן גאס וויינט זיין מחותן אויף זיין כלה יא מאכן חתונה צי נישט... אלעס אדאנק דעם סמארטפאון.. מ'דארף בכלל אסרן אזא זאך?.. אבער יענע געהעריגע אינגערמאן האט עס אויך און גארנישט געשען..? עכ"פ בחיצוניות.. אבער דא פאלן מאסן יום יום.. יא אבער ער מוז דאך עס האבן, אה אה טאקע ווי קען מען זאגן א ווארט ער מוז דאך, און ער מוז דאך טאקע.

ליין איבער דיינע ווערטער. ווער נאך אזוי ווי דער רב ווייסט די אלע פראבלעמען? און מיט דעם אלעם זענען די רבנים ״נישט״ ארויסגעקומען מיט קיין איסור!
אפילו פאר די קינדער אין חדר איז נאך קיין איין רב נישט געקומען הייסן זיי זאלן שרייען קעגן די עלטערן. פארוואס?
דעוויס האט געשריבן:טוט מען גארנישט.

איך ווייס נישט וואו דו וואוינסט, אבער וואו איך וואוין און אין אלע דערנעבנדע ישובים אין אמעריקע צאלן ״טויזנטער״ אידן חודש׳לעך פאר פילטערס. מ׳קויפט נישט קיין נייע פאון אויב מ׳קען נישט ארויפלייגן א פילטער. זיי האבן נאר אויב מ׳מוז, און זיי לאזן נישט די קינדער זיך שפילן דערמיט, און זיי רייסן איין פאר די פירצה, און בעטן דעם רבש״ע זאל אפהיטן אונזערע דורות.
וואץ די מעדער וויט יו?

דעוויס האט געשריבן:אפשר די קינדער וועלן מאכן אפאר מענטשן טראכטן נאך איינמאל וואס ער מוז און ווי ווייט מ'מוז..

דאס איז דאך מיין פראבלעם! די ״קינדער״ גייען אונז מאכן טראכטן!

פון סמארטפאונס, פון פאוניס, פון דזשים, פון סוף זמן תפילה, פון דרייען די בארד, פון עירוב, פון הייסע מקוה׳ס שבת, פון צומת הגידין, פון זאלציגע ווייץ, פון שחיטה מונחת - און אויך פון ברסלב (האסט א פראבלעם מיט דעם?), און פון חלב עכו״ם און פת פלטר, און מציצה בפה, גט מעושה, קאלעדזש פראגרעמס, און בכלל נעמען מעדיקעיד... סנעפ, סעקשן עיט, זיך אויסציען צו די נייע שטעטלעך, הויך רענט, גיין צום טיש, רעדן אויפ׳ן רבי׳ן, רעדן קעגן שקצים (שיינע זינגערס), שיעורים אויפ׳ן טעלעפאן (אינקלודינג נ״ר), נעמען בארואיגונגס מיטלען, און די ליסט גאוס אן ענד אן.

בד״וו, וואס האלט טאקע דיין אכט יעריג קינד לגבי ענגליש פאר די צוועלפטע קלאס?....
לעצט פארראכטן דורך זאל ער קומען אום דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 6:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
דעוויס
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעוויס »

זאל ער קומען האט געשריבן:
דעוויס האט געשריבן:גארנישט איז דומה צו סמארטפאון, אבער גארנישט, די ערגסטע שייטל נישט.
סמארטפאון וכל שום וחניכא דאית לי' האט שוין געשמדט טויזנטע מאחינו בני ישראל און עז ווי ספיעק קאנטיניוס טו ל"ע.
ווער רעגט זיך אויף די התעוררות די וואס האבן עס.
קומט דער סמארטפאון איד צום רב איך מוז עס האבן, אקעי אז דו מוזט.. וואס קען איך דיר טון..? טריי נישט צו ווערן א גוי... יא אודאי אוודאי, די בעסטע פילטער.
קומט דער רב אין ספרים שטוב הייבט זיך אן פאון קאלס השם ישמרנו, קומט ער אין בית מדרש קומט צו דער מיט א טאכטער דער מיט א זון.. רחמנא ליצלן, גייט ער אויפן גאס וויינט זיין מחותן אויף זיין כלה יא מאכן חתונה צי נישט... אלעס אדאנק דעם סמארטפאון.. מ'דארף בכלל אסרן אזא זאך?.. אבער יענע געהעריגע אינגערמאן האט עס אויך און גארנישט געשען..? עכ"פ בחיצוניות.. אבער דא פאלן מאסן יום יום.. יא אבער ער מוז דאך עס האבן, אה אה טאקע ווי קען מען זאגן א ווארט ער מוז דאך, און ער מוז דאך טאקע.
טוט מען גארנישט.
אפשר די קינדער וועלן מאכן אפאר מענטשן טראכטן נאך איינמאל וואס ער מוז און ווי ווייט מ'מוז..


ביז דיין לעצטע שורה שטימט אלעס, כ'זע נישט ווי די וועלטס גרעסטע עולה בארעכטיגט נאך א גרעסערע עולה, ווי מ'האט געזען ביי קאמעניזם און די גרעסטע גזירות שמד איז געווען דורך איינשפאנען די אינגע.

די מוסדות מאכן גאנצע אסיפות מ'זאל ח"ו נישט זאגן זאכן אנדערש ווי די מוסד, ווייל נאכדעם וועט דער קינד נישט נעמען ערנסט די מוסד, יעצט נעמט מען די קינדער קעגן די עלטערן? קעגן מוסר אביך, תורת אמך?



מוסר אביך... כ'האף דו האלסט נישט אז דאס טייטשט שמע בני מוסר אביך. ואל תטוש תורת אמך.
קודם, דארף נאך בלייבן מיט וועם צו לערנען דעם פסוק אז דו וועסט זיי נישט לאזן פארשפרייטן די דיבורים מי יודע..
ערנסט גערעדט,
א רבי לערנט מיט אינגע דברי תורה דאס איז מוסר אביך ותורת אמך. דאס איז וואס אלע חדרים און ישיבות באדייטן מאז. אינגע לערנען תורה פון יחידים גדולי תורה.
אינגע קעגן עלטערע? יו מיסינג די פוינט, ס'איז אידן וואס זענען נאך ריין קעגן פרצות וואס בוזשעוועט און האט שוין פארכאפט.
ווער האט געשיקט ביי די מגפה פון די ערשטע קריג בחורלעך גיין כאפן רעכטס און לינקס הנקרא בלשון אמעריקא קידנעפן, און ווער האט געגעבן רעכט פארן סמארטפאון צוצוכאפן די קינדער פון טאטן אין הימל.. אקעי די לעצטע שורה שוין ווידער..
לעצט פארראכטן דורך דעוויס אום דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 10:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דעוויס
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעוויס »

מיין צווייטע תגובה איז צום ערשטן זאל ער.
די צווייטע זאל ער פון די צווייטע תגובה האט הפנים גענומען א לינקע ריכטונג, וואס פאדערט דעם עם עקש תתפתל, מאכט זיך ווי ער וויל נישט פארשטיין וואס איך זאג. און רעדט שוין ווי א לץ
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

וואס א חילוק האט געשריבן:איין שאלה האב איך, אבער דעם אמת, נאר דעם אמת..

איר האט א סמארט פאון?

אויב יא איז דאס מיין לעצטע תגובה אין דעם אשכול אי"ה

א דאנק פאר דיין קורצן וויזיט אין דעם אשכול.

די רוט וואס דו האסט גענומען האט מיט לאגיק גארנישט איינגעלייגט.
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אן אריין רעדן אין דעם נושא
סתם להערה בעלמא,
פאר די וועלכע טענה'ן אז 'די רבנים זענען נישט ארויס געקומען מיט קיין איסור'
אין ארץ ישראל איז א סמארט פאון טריפה ווי חזיר,
איינער וועלכער האט א ס"פ דארט ממש א 'מחוץ למחנה'ניק
אדרבא יבואו בני ארץ הקודש ויעידו על עצמם

מסתמא איז דער חומר האיסור טאקע צוליב דעם, ווייל עס איז א 'צורך פרנסה'.... מען חלילה גיין ארבעטן דורך דעם....
לעצט פארראכטן דורך יהיה כן אום דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 6:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאפענדעקל
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 23, 2015 3:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפענדעקל »

דעוויס, עס זעהט אויס ווי דו כאפסט נישט די ענין. די פירצה פון סמארטפאונס איז א געפערליכע און פארדעם איז שוין דא זיבן און צוואנציג אשכולות איבער דעם, דא רעדט מען צו די איידיע פון פארמישן קינדער אין פירצות איז אידישלעך און שכלדיג.
פאפענדעקל
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 23, 2015 3:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפענדעקל »

יהיה כן האט געשריבן:אן אריין רעדן אין דעם נושא
סתם להערה בעלמא,
פאר די וועלכע טענה'ן אז 'די רבנים זענען נישט ארויס געקומען מיט קיין איסור'
אין ארץ ישראל איז א סמארט פאון טריפה ווי חזיר,
איינער וועלכער האט א ס"פ דארט ממש א 'מחוץ למחנה'ניק
אדרבא יבואו בני ארץ הקודש ויעידו על עצמם

מסתמא איז דער חומר האיסור טאקע צוליב דעם, ווייל עס איז א 'צורך פרנסה'.... מען חלילה גיין ארבעטן דורך דעם....


אדער וויבאלד דארט ארבעט מען נישט קענען די רבנים פארסירן
דעוויס
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעוויס »

פאפענדעקל האט געשריבן:דעוויס, עס זעהט אויס ווי דו כאפסט נישט די ענין. די פירצה פון סמארטפאונס איז א געפערליכע און פארדעם איז שוין דא זיבן און צוואנציג אשכולות איבער דעם, דא רעדט מען צו די איידיע פון פארמישן קינדער אין פירצות איז אידישלעך און שכלדיג.

און טאקע פון דעם האב איך גערעדט.
נאר דער פותח האשכול מאכט פורים, פרעגט א שאלת תם, ענטפערט מען, זאגט ער אלעס גערעכט חוץ איין שורה איז קעגן תורת אמך, קומט דער צווייטער זאל ער און שרייט מיט ליצנות גייט דער ערשטער און מעקט אויס זיין תגובה, און ער וויל נאר באמת פארשטיין.. פורים אינדערוואכן.. אשאד יעדעס ווארט
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

דעוויס האט געשריבן:
פאפענדעקל האט געשריבן:דעוויס, עס זעהט אויס ווי דו כאפסט נישט די ענין. די פירצה פון סמארטפאונס איז א געפערליכע און פארדעם איז שוין דא זיבן און צוואנציג אשכולות איבער דעם, דא רעדט מען צו די איידיע פון פארמישן קינדער אין פירצות איז אידישלעך און שכלדיג.

און טאקע פון דעם האב איך גערעדט.
נאר דער פותח האשכול מאכט פורים, פרעגט א שאלת תם, ענטפערט מען, זאגט ער אלעס גערעכט חוץ איין שורה איז קעגן תורת אמך, קומט דער צווייטער זאל ער און שרייט מיט ליצנות גייט דער ערשטער און מעקט אויס זיין תגובה, און ער וויל נאר באמת פארשטיין.. פורים אינדערוואכן.. אשאד יעדעס ווארט

איך האב נישט קיין השגה וואס דו ווילסט דא.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”