קינדער קאנטראל

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הללנרצה
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הללנרצה »

ס'איז געווען אין די גאנצע וועלט כינוסים וועגן אפענע טעלעפאנען און קאמפיוטערס, וואס רבים חללים הפילה ל"ע, און מדי יום ביומו הערט מען אומגליקן צוליב דעם.
די רבנים און די רבי'ס האבן גוזר געווען אז יעדער טעלעפאן מוז האבן א פילטער (וועגן קאמפיוטערס איז געווען אנדערע תקנות ואכ"מ).
אן איסור אויף א סמארטפאון איז נישט ארויסגעגעבן געווארן דורך קיינעם פון די רבנים. דער פסק איז געווען קלאר: איינער וואס דארף עס נישט, טאר עס נישט, איינער וואס דארף עס, מוז האבן א פילטער דערויף.
טויזנטער און טויזנטער אידן בלעה"ר האבן ארויפגעלייגט א פילטער אויף זייערע טעלעפאנען, ס'קאסט געלט, צייט, אומבאקוועמליכקייט, אבער ישראל קדושים האבן אנגענומען דעם פסק.
א טעלעפאן מיט א פילטער איז היינט א תנאי אין אלע מוסדות. אנדערש נעמט מען נישט אן די קינדער.
די עצם גזירה אויף כשר'ע סמארטפאונס איז נישט אויטאריזירט פון א דעת תורה. נאך רודערייען פון געוויסע עסקנים האבן די רבנים צוגעשטימט צו אסר'ן ארויסצונעמען סיי וועלכן סמארטפאון אין שוהלן. ותו לא מידי.
ווער האט געגעבן די רעכט (פאר וועמען?) צו עפענען א פראנט קעגן כשר'ע סמארטפאונס, בו בזמן דער דעת תורה האט דאס נישט געטאן?
רבנים פון אלע קרייזן אין אלע מדינות העולם זענען געזעסן ביי מיטינגען און געספענדעט שעה'ן אויסצוארבעטן תקנות פאר'ן ציבור. ווי מעגן קומען מאן דהוא'ס און מבטל זיין זייערע רייד און מאכן נייע קריטעריעס?
ברעכט דאס נישט אונטער די אויטאריטעט פון די רבנים? מאכט דאס נישט שוואך דעם פסק אז מ'מוז האבן א פילטער אויפ'ן טעלעפאן?
וואו איז סקולענער רבי? הרב סאלאמאן? און אנדערע רבנים וואס זענען געשטאנען בראש המערכה, פארוואס רעדט מען נישט צו זיי? ווער האט געגעבן א היתר פאר יעדן ראדיקאל ארויפצוצווינגען זיין מיינונג אויפ'ן כלל ישראל? הצרי אין בגלעד?
פארוואס פארפירן נישט די מרדכי הצדיקס און ירמיה הנביאס בדורינו קעגן אפענע סמארטפאונס אן א פילטער, און דערמיט שטארקן דעם דעת תורה. וואס איז פשט פון די מאדנע קארטלעך און העפטלעך אין די בתי מדרשים קעגן סמארטפאונס בכלל?
דאס איז בנוסף צו די פריערדערמאנטע שאלה: ווי מעג מען איבערגעבן דאס געזעץ צו די יונגווארג, זיי זאלן פסק'נען ווער ס'איז א שגץ און ווער אן ערליכער איד?
דאס איז הפקרות און קעגן יעדן געזעץ פון חינוך!
למעשה א גאר גרויסע פראצענט פון ביזנעסלייט (אפשר כמעט אלע) באנוצן זיך מיט סמארטפאונס. דאס קינד וועט דאך עלטער ווערן, אריינגיין אין ביזנעס, וועט ער זיך דען צוריקהאלטן פון באנוצן א סמארטפאון, ווייל אלס קינד האט ער געטיילט שומרים קארטלעך?
ווער וועט מחנך זיין די שומרים-אינגלעך צו לייגן א פילטער אויף זייערע טעלעפאנען, א סמארטפאון איז דאך סייווי אסור, און אז מ'עסט חזיר זאל שוין רינען אויף די בארד!...
ווער נעמט די אחריות?
פאפענדעקל
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 23, 2015 3:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפענדעקל »

Wow! שטארק!
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2907
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

שלום עליכם הלל נרצה. גאר שטארקע דיבורים..., מאכט אייך באקוועם, אייער שפראך איז כמין חומר.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

איך האב נישט אדורך געליינט יעדנס תגובה, נאר דעם ערשטן פונעם פותח האשכול,
עס איז דא אסאך אמת אין דיינע ווערטער (איך האב "נישט" קיין סמארטפאון),
און דא קומט אריין מיין אלטע מערכה פון די "פרומע" וועלכע זענען מדחה די פשוטי המון עם, עס זענען דא פרומע אידן וועלכע שיידן זיך אפ פון יעדע מין טעקסט און האבן אך ורק לויטערע טעלעפאונען, אבער, ביטע צווינג נישט ארויף דיין שיטה אויף יעדן יחיד, ווייל דאס האט נאר דעם פארקערטן אפעקט.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

קוקענדיג אויף די קארטליך האב איך געזען א גרויס חלק דערפון מאמרים נאכגעזאגט פון רבנים. דאס מעג מען יא פארשפרייטן?
וויפיל פראצענט פון די קארטליך זענען ממש קעגן די דעת תורה פון די רבנים?
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3762
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

יהיה כן האט געשריבן:אן אריין רעדן אין דעם נושא
סתם להערה בעלמא,
פאר די וועלכע טענה'ן אז 'די רבנים זענען נישט ארויס געקומען מיט קיין איסור'
אין ארץ ישראל איז א סמארט פאון טריפה ווי חזיר,
איינער וועלכער האט א ס"פ דארט ממש א 'מחוץ למחנה'ניק

נישט אינגאנצן אזוי. ביודעי ובמכירי קאמינא, כמעט אלע ארבעטס לייט פון הייליג לאנד וועלכע טוען ביזנעס מיט חוצניקעס, און אפילו רוב ״סופרים״ פון ארץ ישראל וועלכע פארקויפן זייער סחורה קיין חוץ לארץ, אויסער די גאר פרומע (תולדות אהרן וכו׳), האבן סמארט פאונ׳ס - מיט וואטסעפ, פאר ווער עס וויל וויסן.

יא, רובי דרובי אחנו בני ישראל תושבי ארצינו הקדושה ארבעטן נישט, און דעריבער איז א סמארט פאון נישט אזוי מצוי ווי דא.

(אין עי סייד נאוט, ליידער איז א פילטער אויף די פלאפונים דארט נישט אזוי מענדעטארי ווי דא, ומשם ראי׳ לענ״ד אז האקן אויף כשר׳ע סמארטפאון איז נישט אזוי פשוט כביעתא בכותחא).

און צום עצם אשכול, לדעתי איז דאס איבערגעבן פאר קינדער דעם חובת מחאה מיט א בלענק טשעק, גארנישט אזוי פשוט, און ברויך זיכער האבן א דעת תורה, וכל ערום יעשה בדעת.

און פאר וועם עס מאכט אויס... איך האב א פליפ פאון.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

זאל ער קומען האט געשריבן:
דעוויס האט געשריבן:קומט דער סמארטפאון איד צום רב איך מוז עס האבן, אקעי אז דו מוזט.. וואס קען איך דיר טון..? טריי נישט צו ווערן א גוי... יא אודאי אוודאי, די בעסטע פילטער.
קומט דער רב אין ספרים שטוב הייבט זיך אן פאון קאלס השם ישמרנו, קומט ער אין בית מדרש קומט צו דער מיט א טאכטער דער מיט א זון.. רחמנא ליצלן, גייט ער אויפן גאס וויינט זיין מחותן אויף זיין כלה יא מאכן חתונה צי נישט... אלעס אדאנק דעם סמארטפאון.. מ'דארף בכלל אסרן אזא זאך?.. אבער יענע געהעריגע אינגערמאן האט עס אויך און גארנישט געשען..? עכ"פ בחיצוניות.. אבער דא פאלן מאסן יום יום.. יא אבער ער מוז דאך עס האבן, אה אה טאקע ווי קען מען זאגן א ווארט ער מוז דאך, און ער מוז דאך טאקע.

ליין איבער דיינע ווערטער. ווער נאך אזוי ווי דער רב ווייסט די אלע פראבלעמען? און מיט דעם אלעם זענען די רבנים ״נישט״ ארויסגעקומען מיט קיין איסור!
אפילו פאר די קינדער אין חדר איז נאך קיין איין רב נישט געקומען הייסן זיי זאלן שרייען קעגן די עלטערן. פארוואס?
דעוויס האט געשריבן:טוט מען גארנישט.

איך ווייס נישט וואו דו וואוינסט, אבער וואו איך וואוין און אין אלע דערנעבנדע ישובים אין אמעריקע צאלן ״טויזנטער״ אידן חודש׳לעך פאר פילטערס. מ׳קויפט נישט קיין נייע פאון אויב מ׳קען נישט ארויפלייגן א פילטער. זיי האבן נאר אויב מ׳מוז, און זיי לאזן נישט די קינדער זיך שפילן דערמיט, און זיי רייסן איין פאר די פירצה, און בעטן דעם רבש״ע זאל אפהיטן אונזערע דורות.
וואץ די מעדער וויט יו?

האסט עכט נישט פארשטאנען וואס ער ברענגט ארויס, אדער דו מאכסט זיך?...
ער זאגט אז די רבנים זענען קאראפטירט און אונטערגעקויפט דורך די רייכע נדבנים, און מ'לאזט זיי נישט זאגן די אמת'ע דעת תורה אז עכט איז סמארטפאונס אינגאנצן אסור - ווייל עס ברענגט גרויסע חרבנות- מוזן זיי זאגן פאר די שואלים אז מיט א גוטע פילטער איז מותר. כאטש האט מען די קינדער וואס האבן נישט קיין מורא אויסצורופן הויך דעם אמת, וועט מען ראטעווען דאס ביסל וואס מען קען.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

כבוד הרב ווינקל. ביטע ענטפערט נאר אויב איר האט שומרים קארטלעך?
אויב יא איז דאס מיין לעצטע תגובה אין די אשכול.....
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3762
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

ווער זאגט, דעוויס? ער האט דאס נישט געזאגט.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

@ווינקל.
רבנישע קארופציע איז נישט קיין לייסענס פאר הפקירות, און אגב זעה איך נישט די גרויסע קארופציע ביי זיי לגבי דעם ענין, חוץ אויב דו ווילסט זאגן אז אויב א רב האט מער א רואיגן בליק אויף דעם ענין, און נעמט נישט אן פונקט ווי אפאר צוהיצטע עסקנים ווילן 'מוז זיין' קארופטירט.

אלנספאלס, דער אשכול איז נישט געווידמעט אויף אויסצושמועסן די פארשידענע דיעות אין הלכות ס"פ, נאר ענדערש די 'צוגאנג' וואס אפאר אינדיווידואלן האבן גענומען צו עדווערטייזן זייער שיטה, און מיט דעם איז דער פ"ה הונדערט און איין פראצענט גערעכט.
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
מזויף מתוכו
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 18, 2014 3:56 pm
לאקאציע: דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזויף מתוכו »

ווינקל האט געשריבן:
זאל ער קומען האט געשריבן:
דעוויס האט געשריבן:קומט דער סמארטפאון איד צום רב איך מוז עס האבן, אקעי אז דו מוזט.. וואס קען איך דיר טון..? טריי נישט צו ווערן א גוי... יא אודאי אוודאי, די בעסטע פילטער.
קומט דער רב אין ספרים שטוב הייבט זיך אן פאון קאלס השם ישמרנו, קומט ער אין בית מדרש קומט צו דער מיט א טאכטער דער מיט א זון.. רחמנא ליצלן, גייט ער אויפן גאס וויינט זיין מחותן אויף זיין כלה יא מאכן חתונה צי נישט... אלעס אדאנק דעם סמארטפאון.. מ'דארף בכלל אסרן אזא זאך?.. אבער יענע געהעריגע אינגערמאן האט עס אויך און גארנישט געשען..? עכ"פ בחיצוניות.. אבער דא פאלן מאסן יום יום.. יא אבער ער מוז דאך עס האבן, אה אה טאקע ווי קען מען זאגן א ווארט ער מוז דאך, און ער מוז דאך טאקע.

ליין איבער דיינע ווערטער. ווער נאך אזוי ווי דער רב ווייסט די אלע פראבלעמען? און מיט דעם אלעם זענען די רבנים ״נישט״ ארויסגעקומען מיט קיין איסור!
אפילו פאר די קינדער אין חדר איז נאך קיין איין רב נישט געקומען הייסן זיי זאלן שרייען קעגן די עלטערן. פארוואס?
דעוויס האט געשריבן:טוט מען גארנישט.

איך ווייס נישט וואו דו וואוינסט, אבער וואו איך וואוין און אין אלע דערנעבנדע ישובים אין אמעריקע צאלן ״טויזנטער״ אידן חודש׳לעך פאר פילטערס. מ׳קויפט נישט קיין נייע פאון אויב מ׳קען נישט ארויפלייגן א פילטער. זיי האבן נאר אויב מ׳מוז, און זיי לאזן נישט די קינדער זיך שפילן דערמיט, און זיי רייסן איין פאר די פירצה, און בעטן דעם רבש״ע זאל אפהיטן אונזערע דורות.
וואץ די מעדער וויט יו?

האסט עכט נישט פארשטאנען וואס ער ברענגט ארויס, אדער דו מאכסט זיך?...
ער זאגט אז די רבנים זענען קאראפטירט און אונטערגעקויפט דורך די רייכע נדבנים, און מ'לאזט זיי נישט זאגן די אמת'ע דעת תורה אז עכט איז סמארטפאונס אינגאנצן אסור - ווייל עס ברענגט גרויסע חרבנות- מוזן זיי זאגן פאר די שואלים אז מיט א גוטע פילטער איז מותר. כאטש האט מען די קינדער וואס האבן נישט קיין מורא אויסצורופן הויך דעם אמת, וועט מען ראטעווען דאס ביסל וואס מען קען.


אודאי, די זעלבע רייכע נדבנים וואס קויפן כסדר אפ די רבנים ביי יעדע פירצה וואס כולל יונגעלייט (לייען אן קיין דזאב) שטייען אונטער דעם. א שטייגער ווי טריפהנע אייער, טריפהנע פראגראמען צלם אין די אויגן וכו.

און פארדעם האבן זיי געספענדט מיליאנען דאלערס פאר פילטער אלעס כדאי מזאל נישט אסר'ן קיין סמארטפאונס.

א רב וואס האלט נישט פונקט וויאזוי די זעלבסט געקרוינטע אינגעלייט האלטן זענען אוטאמאטיש אונטערגעקויפט.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

שומרים קארטליך בייגן דעם בוים אינמיטן. דאס הייסט אז אונז דארף מיר עס שטיצן. און זאכן וועלן נישט גיין צום עקסטרים אז מ'זאל אביוזן דאס אז מ'מעג עס האבן פאר ביזנעס. קודם האט מען געזאגט אז מ'מעג האבן א סמארטפאון פאר ביזנעס! קומט דער ביזנעס מאן מיטן געפילטערטן סמארטפאון, און זעהט אז יענער בחור האט אויך, דערפאר איז א סימן אז מ'דארף עס שטיצן. ווער ס'האט סייווי א סמארטפאון זאל נישט קומען מוחה זיין אויף די שומרים קארטליך, ווייל נאר אזוי וועלן זיך זאכן האלטן אינדערמיט. דאס הייסט א טאטע האלט ווייטער זיין סמארטפאון בכשרות, און דער קינד מיט די שומרים קארטליך לייגט עס אריין אין פראפארציע. דערפאר האלט איך זייער שטארק אז מ'זאל עס יא שטיצן. און אזוי איז מיט אלע מחאות קעגן אינטערנעט. ווי האט זיך ראבינאוויטש אויסגעדרוקט "איך וועל האקן קעגן סמארטפאונען און ענק וועלן כאטשיג לייגן א פילטער און זיך היטן.

א קינד וואס זעהט אז זיין טאטע האט פארט א סמארטפאון בכשרות כהלכה, וועט קומען צו א געוויסער מעסיגער החלטה, וואס דער החלטה איז וויכטיג.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 9:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

איך האב איין שאלה

ווער וואלט געגעבן די קארטלעך פאר זיינע קינדער זאל דאס ארומטראגן און טיילן?

איך נישט

מיר זעט אויס אז דו אלע וואס נעמען זיך אן דערפאר זענען נאך אונטער פינף און צוואנציג...
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9177
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

אינטערסאנטע אשכול מיט שפרידעלדיגע תגובות.

צום פותח האשכול:

אמת אז דיין קשיא איז א שטארקע און דיין טענה א גערעכטע און עס איז א מיאוסע זאך וואס די עסקנים טוהען. ״אבער״ איך מיין אז די פראבלעם פון סמארט פאונס האט מען נישט געקענט אויס רייסען וויפיעל מען האט נאר געהאקטאון געבראקעט דערקעגן.

לויט די וואס האלטען אז א סמארט פאון איז אדער קען זיין א פראבלעם וועלן מודה זיין אז אין די לעצטע אכט יאר האט מען פרובירט אויף אלע וועגן צו פארבעסערן דעם עולם אז מען זאל נישט האבען קיין סמארט פאונס און די יונגעלייט וואס האבען באקומען א טעם דערצו האבען זיך בשום אופן נישט געקענט אפטיילען דערפון, אפאר איינצעלע וואס איך ווייס האבען עס ״עכט״ אויפגעגעבן.

און לויט דעם אז די פראבלעם איז אזוי גרויס און שטארק וועלן זיך די טאטעס וואס פארשטייען דעם פראבלעם זיך מיזען צוברעכן זייער כבוד און לאזען די מחנכים נעמען דעם מהלך פון ברעינוואשען די קינדער אפו׳ עס איז נישט לפי רוחם פונעם טאטען אבער די עלטערן ווייסען כאטש אז די קינדער וועלן עס שוין נישט וועלן צו רירען מחמת די ווארענונגען וואס זיי האבען באקומען אין חדר אדער אין ישיבה.

כל זה בדרך אפשר.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

קאזאבלאנקא האט געשריבן:איך האב איין שאלה

ווער וואלט געגעבן די קארטלעך פאר זיינע קינדער זאל דאס ארומטראגן און טיילן?

איך נישט

מיר זעט אויס אז דו אלע וואס נעמען זיך אן דערפאר זענען נאך אונטער פינף און צוואנציג...

יא יא ווייל די אינטער 25 פארשטייען אסאך אסאך בעסער צו א סמארטפאן אין די פראבלעם דערפין

לויט ווי איך האב איינמאל פארשטאנען פין בעל הקארטלעך איז זיין ציל אז די סמארט פאון זאל נאר זיין פאר ביזנעס נישט קיין פאון פאון זאל מען האבן א פשוטע די סמארט פאון זאל זיין בערך ווי א טעבלעט האלט עס אין אפיס אין קאר אין טאש פארברעג נישט אויף עס אינדערהיים
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מטעמים ביסט ווייטאגליך גערעכט. בקיצור, סוף דבר איז אז די גרויסע זענען שוין געקומען צום טעם, פארוואס זאל מען נישט לאזן די קינדער אויסוואקסן מיט רעזיסטענס דערצו. ס'איז נישטא קיין גרעסערע צער ווי א קינד וואס אביוזד דעם "היתר". לאמיר לאזן אונזערע קינדער אויסוואקסן אן א איבעריגער רייץ צום סמארטפאון. לאמיר לאזן זאכן זיך באלאנסירן.
דעוויס
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעוויס »

זאל ער קומען האט געשריבן:
דעוויס האט געשריבן:
פאפענדעקל האט געשריבן:דעוויס, עס זעהט אויס ווי דו כאפסט נישט די ענין. די פירצה פון סמארטפאונס איז א געפערליכע און פארדעם איז שוין דא זיבן און צוואנציג אשכולות איבער דעם, דא רעדט מען צו די איידיע פון פארמישן קינדער אין פירצות איז אידישלעך און שכלדיג.

און טאקע פון דעם האב איך גערעדט.
נאר דער פותח האשכול מאכט פורים, פרעגט א שאלת תם, ענטפערט מען, זאגט ער אלעס גערעכט חוץ איין שורה איז קעגן תורת אמך, קומט דער צווייטער זאל ער און שרייט מיט ליצנות גייט דער ערשטער און מעקט אויס זיין תגובה, און ער וויל נאר באמת פארשטיין.. פורים אינדערוואכן.. אשאד יעדעס ווארט

איך האב נישט קיין השגה וואס דו ווילסט דא.

אזוי ??
ירא הקהל וישפוט
viewtopic.php?p=1297610#p1297610
דעוויס
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעוויס »

צולייגער האט געשריבן:ווער זאגט, דעוויס? ער האט דאס נישט געזאגט.

יישר כח
זיי פרובירן מאכן ליצנות פון מיינע ווערטער.

זיי [ביזנעסלייט.. פון איינע פון די פראקציעס פון סאטמאר] גייען ארום יעצט שאפן חתימות קעגן די שומרים קארטלעך, וואס די קארטלעך זענען אויסצוגן פון דרשות פון רבנים בעיקר..
מאידך גיסא די שומרים קארטלעך איז מיט די גוטהייסונג פון אנדערע רבנים, גייט אויך בקרוב האבן חתימות.
אלה ברכב ואלה בסוסים ואנחנו בשם ה"א נזכיר, אנו עמלים והם עמלים.
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

זאל ער קומען, א נקודה זאגט איר. כ'האב געקלערט פון דעם.

אבער אינטערסאנט אז קיינער נישט אנגעמערקט.
דאכט זיך אז יא, כה עשו אבותינו. ביי טעלעוויזשן זענען די קינדער פיין געווען איינגעשפאנט. אסאך מעשות פארהאן וועגן דעם.

איבער די עצם מערכה קעגן סמארט פאונס, גערעכט אז געוויסע מענשטן דארפן דאס פאר ביזנעס, גם אני בתוכם פארמאג עס אין אפיס, די קאמפיין איז קעגן דאס האלטן אין פובליק. למעשה איז עס מורא'דיג ציענד און אויב איך דריי מיך דערמיט, וויל יענער אויך, און מיין בחור אויך. ס'דארף ליגן פארשטעקט אין אפיס /קאר
דעוויס
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעוויס »

שרייב ערוואקסן.

-אחראי-
דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל »

הללנרצה האט געשריבן:ס'איז געווען אין די גאנצע וועלט כינוסים וועגן אפענע טעלעפאנען און קאמפיוטערס, וואס רבים חללים הפילה ל"ע, און מדי יום ביומו הערט מען אומגליקן צוליב דעם.
די רבנים און די רבי'ס האבן גוזר געווען אז יעדער טעלעפאן מוז האבן א פילטער (וועגן קאמפיוטערס איז געווען אנדערע תקנות ואכ"מ).
אן איסור אויף א סמארטפאון איז נישט ארויסגעגעבן געווארן דורך קיינעם פון די רבנים. דער פסק איז געווען קלאר: איינער וואס דארף עס נישט, טאר עס נישט, איינער וואס דארף עס, מוז האבן א פילטער דערויף.
טויזנטער און טויזנטער אידן בלעה"ר האבן ארויפגעלייגט א פילטער אויף זייערע טעלעפאנען, ס'קאסט געלט, צייט, אומבאקוועמליכקייט, אבער ישראל קדושים האבן אנגענומען דעם פסק.
א טעלעפאן מיט א פילטער איז היינט א תנאי אין אלע מוסדות. אנדערש נעמט מען נישט אן די קינדער.
די עצם גזירה אויף כשר'ע סמארטפאונס איז נישט אויטאריזירט פון א דעת תורה. נאך רודערייען פון געוויסע עסקנים האבן די רבנים צוגעשטימט צו אסר'ן ארויסצונעמען סיי וועלכן סמארטפאון אין שוהלן. ותו לא מידי.
ווער האט געגעבן די רעכט (פאר וועמען?) צו עפענען א פראנט קעגן כשר'ע סמארטפאונס, בו בזמן דער דעת תורה האט דאס נישט געטאן?
רבנים פון אלע קרייזן אין אלע מדינות העולם זענען געזעסן ביי מיטינגען און געספענדעט שעה'ן אויסצוארבעטן תקנות פאר'ן ציבור. ווי מעגן קומען מאן דהוא'ס און מבטל זיין זייערע רייד און מאכן נייע קריטעריעס?
ברעכט דאס נישט אונטער די אויטאריטעט פון די רבנים? מאכט דאס נישט שוואך דעם פסק אז מ'מוז האבן א פילטער אויפ'ן טעלעפאן?
וואו איז סקולענער רבי? הרב סאלאמאן? און אנדערע רבנים וואס זענען געשטאנען בראש המערכה, פארוואס רעדט מען נישט צו זיי? ווער האט געגעבן א היתר פאר יעדן ראדיקאל ארויפצוצווינגען זיין מיינונג אויפ'ן כלל ישראל? הצרי אין בגלעד?
פארוואס פארפירן נישט די מרדכי הצדיקס און ירמיה הנביאס בדורינו קעגן אפענע סמארטפאונס אן א פילטער, און דערמיט שטארקן דעם דעת תורה. וואס איז פשט פון די מאדנע קארטלעך און העפטלעך אין די בתי מדרשים קעגן סמארטפאונס בכלל?
דאס איז בנוסף צו די פריערדערמאנטע שאלה: ווי מעג מען איבערגעבן דאס געזעץ צו די יונגווארג, זיי זאלן פסק'נען ווער ס'איז א שגץ און ווער אן ערליכער איד?
דאס איז הפקרות און קעגן יעדן געזעץ פון חינוך!
למעשה א גאר גרויסע פראצענט פון ביזנעסלייט (אפשר כמעט אלע) באנוצן זיך מיט סמארטפאונס. דאס קינד וועט דאך עלטער ווערן, אריינגיין אין ביזנעס, וועט ער זיך דען צוריקהאלטן פון באנוצן א סמארטפאון, ווייל אלס קינד האט ער געטיילט שומרים קארטלעך?
ווער וועט מחנך זיין די שומרים-אינגלעך צו לייגן א פילטער אויף זייערע טעלעפאנען, א סמארטפאון איז דאך סייווי אסור, און אז מ'עסט חזיר זאל שוין רינען אויף די בארד!...
ווער נעמט די אחריות?


א) מן הסתם האסטו פארגעסן, אבער לויט ווי איך געדענק האט הגאון הרב וואזנער געזאגט בערך אזוי: "דעתינו דעת תורה איז א) אז מען טאר נישט האבן קיין אינטערנעט אן א פילטער. ב) אפילו מיט א פילטער טאר מען עס נישט אריינברענגען אינדערהיים נאר אין די ביזנעס.

ב) איך האב הנאה ווי דו שרייבסט "נאך רודערייען פון געוויסע עסקנים האבן די רבנים צוגעשטימט צו אסר'ן ארויסצונעמען סיי וועלכן סמארטפאון אין שוהלן."
איך זאג די מעשה איז אנדערש - רב וואזנער האט געזאגט מען טאר בכלל נישט אריינברענגען קיין אינטערנעט אינדערהיים - אפילו מיט די בעסטע פילטער. זענען געקומען די בעלי בתים (איך געדענק נאך די שמועסן פון דעמאלטס) און גערודערט אז מען קען נישט ווייל מען מוז האבן לצורך פרנסה. האבן די רבנים צוגעשטימט. אבער נאך א שטיק צייט האבן די רבנים איינגעזען אז .... וואס ווען ווי - דארפסט עס לצורך פרנסה פיין - אבער פארוואס אין בית המדרש.

מיין רב האט צוויי יאר צוריק שבת הגדול אויפגעפאדערט אז אפילו איינער דארף עס לצורך פרנסה זאל ער עס נישט ארויסנעמען אין בית המדרש - אין ער זאל עס בכלל נישט נוצן אלס טעלעפאון נאר ער זאל האבן א עקסטערע טעלעפאון.

איך אליין האב שוין אמאל כמעט געהאלטן ביים קויפן א סמארט פאון - נאר נאך שחרית האב איך געזען עפעס א טעיפ פון איינעם וועגן אינטערנעט - איך האב עס אויסגעהערט אין מחליט געווען אז עס לוינט נישט. עס איז געווען פון הרב ראבינאוויטש - נישט אלעס וואס ער טוט איז ריכטיג אבער ער האט א פוינט - א שטארקע.

ג) איך בין ב"ה א (סוקסעספולע) ביזנעסמאן. איך האב ב"ה נישט קיין איין פארטעבעל דיווייס - אויסער א לעפטאפ. איך פאר אסאך ארום און איך האב נישט קיין אימעיל אונטעוועגענס. קיינער פון מיינע ארבעטער האבן נישט קיין סמארט פאון וכדומה. און איך קען אסאך אידן אין מיין אינערסטרי וואס שרייען מען מוז. יא, עס וואלט געווען אסאך באקוועמער - אבער מוז????

ד) זייער אסאך אידן האבן נישט קיין פילטער בכלל - און קיינער ווייסט ניטאמאל:

דא האסטו אן אנקעטע וואס איז געמאכט געווארן אויף אייועלט וויפיל אידן האבן נישט קיין פילטער בכלל - א שוידערליכע 14% האבן בכלל נישט קיין פילטער. אין דעים איז נישט אריינגערעכנט קיין שוואכע אידן - דאס זענען אייוועלט ליינער ואס זענען עפי"ר פון די סאמע פרומסטע פון כלל ישראל.

אגב איך האב געהערט פון איינער פון די אנפירערס. יעדע קארטעל ווערט איבערגעקוקט פארן ארויסקומען דורך הרב וויינבערגער איידעם פון סקולענער רבי - און הרב בערל טויבער.

איין זאך בין איך יא אנטקעגען - דאס מאכן עקסטערע קלאסן וכדומה - ווייל סו"ס פאלגן זיי וואס מען הייסט.

א זייטיגע בענעפיט פון די קארטלעך - עס ברענגט צוריק ארויס די רעבעליזם (קנאות) פון קינדער - וואס האט ווי איינגעשלאפן די לעצטע 15 יאר.
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

זאלער! געוואלדיגער אשכול, ריכטיגע נקודות, און וואס ס'ליגט אונטער פולע נעגאטיווע תגובות דאהי, ווי שאץ מאץ האט עס אנגערירט די תאוה פון בעלי מדות רעות, צו קענען האבן א גוטן שפרינג ברעטל וויאזוי צו דיסרעגארדן א גרויס חלק פון כלל ישראל און זיך פילן העכער, געוויסע אין גועטמאלא מוטשען זיך זייער און האבן א ביטער לעבן צו קענען האבן דעם גרויליגן גאוה געפיל, די שומרים קארטלעך איז פיל גרינגערע מיטל.

דעי קאמפיין איז פרעצענדלאז, ותוצאותיו מי (?) ישורנו.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
דעוויס
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעוויס »

עקבי הצאן האט געשריבן: די תאוה פון בעלי מדות רעות, צו קענען האבן א גוטן שפרינג ברעטל וויאזוי צו דיסרעגארדן א גרויס חלק פון כלל ישראל און זיך פילן העכער

WOW דאס איז גוט צו נוצן ביי אנדערע רדיפות, ייש"כ
אוועטאר
בן מנחם
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 15, 2016 12:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן מנחם »

איי ווי וואס טייערע ווערטער ״זאל ער קומען״ זאגט:

יא גאר שטארקע רעספעקטפולע דיבורים, וואס דא קומט פאר אויף די גאסן וואס אפאר מושחתים האבן זיך משתלט געווען אויף אלעס ארום, אויף יעדע אידישע פראבלעם ווארפן זיי זיך ארויף מיט זייערע ״מדות טובות״ אלעס ווערט באוואשן און פארטיליגט מיט א ״דעת ווילדע צאפעס״ אנשטאט א ״דעת תורה״

אונזערע חושבע געהויבענע רבנישע אויטאריטעטן וואס ווייסן און פארשטייען און קענען דעם דור מיט אירע פאסירונגען, פראבלעמען, זיי הערן אויס דעם כלל ישראל, זיי זיצן מיט די הנהלת המוסדות, מיט די הנהלת הישיבות, מיט די הנהלת בית חינוך לבנות יעדע פאסירונג כקטן וכגדול קומט אן צו זייערע אויערן, און גייט דורך זייער טיש, זיי האבן דעם עקספיריענס און מהלך וויזוי זיך אומצוגיין מיט א פראבלעם, זיי זענען גארנישט פאר אונז זייער מיינונג איז נישט רעלעוואנט, נאר דעם ווילדאק היץ קאפ וואס מווייס מיר שוין ווי אט די אומצווילזירטע וועגן פירן און וואס באהאלט זיך אונטער אזאנע געוואלדטאטן דאס איז אונזער וועג ווייזער...


געלייגט און א זייט דעם עצם פראבלעם אז יעדע זאך פאלט אריין אין ראדיקאלע מוחות און זיי טוען ככל העולה על רוחם המשובבת.

מיין שאלה דא איז אבער עפעס אנדערש, דאס אז דאס ווערט אנגעפירט דורך געמיינע שררה הונגעריגע אינדעווידואלן ווייסט דאך יעדער, דאס אז זיי מיינען כלל נישט דעם עצם ענין הפראבלעם בכלל, היינט איז עס דער סמארט פאוין, נעכטן דער..... איבערמארגן..... נעקסטע וואך...... אויב האלט איר מיט דורך די יארן מערקט מען אז דאס איז א מארקעטינג סטראטעגיע יעדן טאג מיט פרישע סחורה אין ערפינדונגען זיך צו האלטן אויף די ארענע אין באלעבאטווען, און אויפקומען וויזוי זיי קענען באצווינגען די בריאה, מיט זייערע פאלשע שטיקעס וואס זיי מיינען בלויז צו פיטערן זייערע פיסטע גייסטן.....

ווי זענען אבער די מנהלים די חשובע הנהלי המוסדות, ווי זענען די מחנכים ווי זענען די געלונגענע פארשטענדליכע מלמדים חשובים, וואס און זיי האב מיר טאקע צוטרוי איבער אונזערע קינדערלעך. איז עפעס א הפקר וועלט דא, יעדער מן דהוא קען אריינקומען אין מיין/דיין יונגעלס חיידר טיילן וואס אים שמעקט אן?

דאס איז דאך א סכנה מרחפת ממש!

מארגן טוט א צווייטער אן א פרומען שלייער קומט אריין אין חיידר טיילן קארטלעך מיט געימס, פון הלכות נישואין און טהרת המשפחה, מיט שיינע קארטונס פארשמירט, הלמאי דאס איז דאך עפעס נישט קיין קלייניקייט דאס איז דאך דער יסוד היהדות הייליגע קדושה ענינים, מעברויך דעם קינד אויסלערנען וואס ער זאל זאגן די עלטערן און זיי האלטן אין די ראמען... צו ווייסט איר וויפיל מכשולת זענען שוין פארגעקומען מאז עם ישראל היתה לגוי וואס א רייץ די זאכן האבן... וויפיל נסיונת ביליאנען מענטשען גייען דרוך... שוין יעצט וועט מען אויסלערנען די קליינע שעפעלעך דעם הייליגן וועג.

למען ה׳ צו וואס ברויך א כתה א׳ יונגעלע וויסן פון א סמארט פאוין, צו וואס ברויך ער וויסן פון נסיונת בכלל לערן מיט דעם קינד אמונה בה׳ דאס חשיבות פונעם עם הנבחר שלא עשנו גוי, ווי קומט ער צו לערנען סמארט פאוינס, מער ווי אנדערע נסיונת וואס איז מיטגעקומען בשעת בריאת העולם וואס איז דער נערישער סמארט פאוין מער מיוחס ?

וואס דארף זיין ריין קליין הערצעלע שוין אריינגיין אין פיסטעניש?

דארף מען זיין בלינד צו זעהן אז דא איז נישט דער סמארט פאוין דער מטרה נאר דער מיטל צו צוקומען צו אן אנדערע מטרה......

נאר וואס דען ווי דער חשובער ניק שאץ מאץ פראבירט כסדר ארויסצוברענגען (ער האט נאך אויך דעם פחד דאס מסביר צו זיין בטוב טעם ודעת כדרכו צוליב קריטיק און פארשרייענישן פון שמאל קעפיקע ווילדעוויסטן) דער סיבה פארוואס דער עולם שווייגט פון דעם הילעכיגן חוצפה און דעם געמיינהייט פון כאפן די לייצעס און איבערנעמען דעם הנהגת הכלל ישראל פון אומדורכגעטראכטע ווילדע יונגען, וואס דא קומט פאר, איז ווייל זיי האבן פארכאפט דעם שלייער פון ״די פרומע״ און קיינער וויל נישט זיין דער וואס פארפירט קעגן די פרומע.....

יעצט למעשה ווען דאס קינד גייט זיך אונטער וואקסן אין ער גייט זיך עפענען די אויגן ער וועט זעהן און דערשמעקן וואס מעהאט מיט אים אפגעטון, סתם אים געניצט און פארפירט פאר אייגענע אגענדעס, און פאר אייגענע פארדארבענע מדות משחתות, גייען דאך די קאנסעקווענצן זיין פיל ארגער ווי דעם אזויגערופענעם אויפטוה, דאס קינד זעהט דאך אז אלע טאטעס 60% האבן יא סמארט פאוינס מיט א ביל פון גדר, טעג, משומר, וואס איז אפעציעל אויטערעזירט פון אונזערע הייליגע חשובע רבנים וואס פראבירן מיט אלע מיטלען צו שטיין על המשמר, און פארשטייען פונקטליך וואס זיי האבן צו טון אז די גדרים וסייגים זאלן זיין א 100 פארצענט תורהדיג, זעהט דאך דאס קינד דעם שרעקליכען שקר און פאלשקייט און קאפ פארדרייעניש וואס מעדרייט אים אין קאפ אזויפיל יארן פון זיינע איידעלע זיסע אומשולדיגע קינדער יארן.

דאן מאכט ער אליינס אפ וואס אים שמעקט און וואס נישט אינעם גאנצן הנהגת האידישקייט!

אונז ברויך מיר שרייען פאר די אלע אזויגערופענע יידישע פארזארגער איינמאל און פאראלעמאל אן א מורה אן א בושה:

טראגט אייך אפ פון אונזער הייליגע מחנה מיר האבן הייליגע רביס, אשר אתנו חיים לאורך ימים ושנים טובים, חשובע געהויבענע רבנים, גוט באהאווענטע פלייסיגע דיינים, זיי זענען נישט קיין בני גרים אונז האבמיר ב״ה א מסורה מדור דור וואס מעמעג און וואס נישט... די ווילסט אויך ווערן פון די איינטיילער פונעם כלל ישראל זעץ זיך לערנען, הער אויס אידישע צרות פראביר זיי צו העלפן, זעץ זיך דאווענען, טו חסד ארום דעם זייגער אולי וועסטו ווערד זיין אויך צו ווערן א מנהיג ישראל!
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

ווילסט א ווילדע מהלך אויף דעי וואס זענען ווילד
א פירצה וואס די פארשטייטס אז עס איז א פירצה דארף מען יא בהאנדלען ווילד, איך הער

נישט אז איך זאג א מיינוג איבער דעי קארטלעך נאר אינטערסאנאט צוצוקוקן
לעצט פארראכטן דורך פרידן אום מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 11:44 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”