שיטת ברסלב [בקשה - דברי חכמים בנחת נשמעים]

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

התחדשות
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2016 6:01 am

שיטת ברסלב [בקשה - דברי חכמים בנחת נשמעים]

תגובה דורך התחדשות »

היות אז די ברסלב'ע אשכולות, ווערן דא פארמאכט איינס נאכן צווייטען [ליידער]
עפן איך דא אויף א נייע אשכול, בעניני ברסלב, וואס איך האף אז ס'וועט בלייבן אפן, פאר א לענגרע וויילע.

די תכלית פונעם אשכול איז, אז מ'זאל זיך קענען ארויסגעבען, און דערפאר קען מען נישט דא ווערן בליידיגט אדער אויפגערעגט אויף די ברסלבע פראפגאנדע.
דא איז א אשכול ווי יעדער איינער קען דא אריין קומען און זאגן זיין מיינוג וועגן ברסלב, סיי וואס ס'העלפט עם און סיי וואס ס'שטערט עם.

[דא אין די נייע אשכול, קען מען נאר שרייבן זאכען וואס די מנהלים וועלן נישט מעקן]

כל טוב. הצלחה רבה
לעצט פארראכטן דורך התחדשות אום מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2016 2:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
התחדשות
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2016 6:01 am

תגובה דורך התחדשות »

כדי נישט צו לאזן מיין אשכול ליידיג, וועל איך אן פאנגען מיט א שאלה,

אז וואס פונקטליך איז די הבטחה בענין תיקון הכללי ביי ר' נחמן'ס ציון, דהיינו ר' נחמן איז אויך מסכים אז מ'דארף זיך פאר נעמען נישט צו זינדיגען ווייטער,
קומעט אויס, אז דער מענטש האט געטוהן, חרטה און קבלה על העתיד און וידוי(?), וואס דאס איז דאך ממש א גאנצע תשובה, איז וואס טוט די הבטחה??
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובה דורך וויל וועלן »

ווי דער רבי איז דאס מסביר אין ליקו''מ אז פון פגה''ב ווערט די מח מחשבה פארדרייט און ס'איז שווער פארן מענטש צו טראכטן פונעם אייבערשטן, און פארשטיין תורה.
איה''נ ביים אייבערשטן ביסטו אוקעי אבער די טראמא וואס פאסירט צום מח און ברענגט אומגעהויערע שאדן, דארף מען צו דעם דער תיקון הכללי.
ווען איך וועל האבן מער צייט וועל איך ברענגען מערערע מראה מקומות און דאס באריכות אוישמועסן
אוועטאר
ס'שטימט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 25, 2016 4:35 pm
לאקאציע: אינעם וועלטעל

תגובה דורך ס'שטימט »

וויל וועלן האט געשריבן:ווי דער רבי איז דאס מסביר אין ליקו''מ אז פון פגה''ב ווערט די מח מחשבה פארדרייט און ס'איז שווער פארן מענטש צו טראכטן פונעם אייבערשטן, און פארשטיין תורה.
איה''נ ביים אייבערשטן ביסטו אוקעי אבער די טראמא וואס פאסירט צום מח און ברענגט אומגעהויערע שאדן, דארף מען צו דעם דער תיקון הכללי.
ווען איך וועל האבן מער צייט וועל איך ברענגען מערערע מראה מקומות און דאס באריכות אוישמועסן

דעלמסט וואס האט עס מיט ארויס שלעפן פון שאול תחתיות?
לאמיר זעהן.....................יא ס'שטימט
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

התחדשות האט געשריבן:כדי נישט צו לאזן מיין אשכול ליידיג, וועל איך אן פאנגען מיט א שאלה,

אז וואס פונקטליך איז די הבטחה בענין תיקון הכללי ביי ר' נחמן'ס ציון, דהיינו ר' נחמן איז אויך מסכים אז מ'דארף זיך פאר נעמען נישט צו זינדיגען ווייטער,
קומעט אויס, אז דער מענטש האט געטוהן, חרטה און קבלה על העתיד און וידוי(?), וואס דאס איז דאך ממש א גאנצע תשובה, איז וואס טוט די הבטחה??


אפילו נאך תשובה איז דא גאנצעטע תיקונים פון אריה"ק ועוד צו פארעכטן וואס מען האט פוגם געווען, און אויך איז דא זאכן וואס שטיט אז ס'העלפט נישט קיין תשובה אדער נאר מיט יסורים, מיתה, ועוד, און אויף די אלע זאכן האט ער געזאגט אז ער וועט ארויס העלפן.

כן נראה לענ"ד
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

וויל וועלן האט געשריבן:ותיקון הכללי.

עיין שו"ת אדרת אליהו סי' נ"ח.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובה דורך סארקאזי »

התחדשות האט געשריבן:כדי נישט צו לאזן מיין אשכול ליידיג, וועל איך אן פאנגען מיט א שאלה,

אז וואס פונקטליך איז די הבטחה בענין תיקון הכללי ביי ר' נחמן'ס ציון, דהיינו ר' נחמן איז אויך מסכים אז מ'דארף זיך פאר נעמען נישט צו זינדיגען ווייטער,
קומעט אויס, אז דער מענטש האט געטוהן, חרטה און קבלה על העתיד און וידוי(?), וואס דאס איז דאך ממש א גאנצע תשובה, איז וואס טוט די הבטחה??



כפארשטיי נישט די שאלה, קבלה על העתיד איז די שווערסטע זאך, מען דארף האבען א וועג מיט וואס יעצט גייט זיין אנדערש ווי ביז יעצט, פארדעם דארף מען האבען די ריכטיגע צומצומים פון צדיק כדי ארויסצוקריכען, דאס איז תורה ו' כשאדם רוצה לילך בדרכי תשובה צריך להיות בקי ברצוא ובקי בשוב, עיי''ש
אויך פאר עונשי גיהנום,
אויך אנצוקומען ווי מוואלט קיינמאל נישט אנגעקומען מיט די אייגענע עבודה אנעם צדיק,
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
קאטשקע
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 1:40 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך קאטשקע »

איך ווייס נישט אויב עס קומט אריין ביי תיקון הכללי אבער די עצה פון התבודדות וואס איז די עצת העצות אין ברסלב צו רעדן צום רבוש"ע אויף די אייגענע שפראך יעדן טאג חוק ולא יעבור - איז א געוואלדיגע עצה אין עבודת השם - ובדידי הוה עובדא וואס האט מיר זייער געהאלפן אין געוויסע אידישקייט ענינים
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

קאטשקע האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב עס קומט אריין ביי תיקון הכללי אבער די עצה פון התבודדות וואס איז די עצת העצות אין ברסלב צו רעדן צום רבוש"ע אויף די אייגענע שפראך יעדן טאג חוק ולא יעבור - איז א געוואלדיגע עצה אין עבודת השם - ובדידי הוה עובדא וואס האט מיר זייער געהאלפן אין געוויסע אידישקייט ענינים

איך בין א איש בער ולא ידע וללמוד אני צריך איך וויל קענען די ברעסלאווע מהלך,
קודם וואס מיינט בכלל התבודדות, חשבון הנפש, אדער טראכטען גדלות הבורא ושפלות עצמו, רעדן אלע חסידישע ספרים און אלע מוסר ספרים עס האט דאך מיט ברעסלאוו נישט מער שייכות ווי א צווייטע חסידות
רעדן צום אייבערשטען אויף אידיש: איז אויך הכל מודים אז די איינציגסטע זאך איז תפילה און די אייבערשטער פארשטייט אלע שפאראכען [נאר מלאכים מער מקטרג אויף אידיש ווי לשון קודש, משא"כ נעבן א חולה וכדו' איז טאקע נישט קיין חילוק וועלכע שפראך ואכמ"ל, אבער יעדער זאגט אז ענדערש אידיש ווי נישט תפילה, און יעדעער איז אויך מודה אז ענדערש אידיש וואס מען ווייסט וואס מען רעדט ווי לשון קודש וואס מען פארשטייט נישט וואס מען רעדט, חוץ תהילים וואס האט א מורא'דיגע חשיבות אפילו מען ווייסט נישט וואס מען רעדט, און ר' נחמן האט אויך געהאלטען אז ענדערש לשון קודש ווען מען פארשטייט וואס מען רעדט ווי אידיש ]
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

באמת איז דא ריזיגע חילוקים אבער 99% מענטשען וויייסן בכלל נישט וואס מיינט ברעסלאוו [ואני בתוכם] און איך וואלט אפילו געזאגט אז 80% מענטשען וואס זענען ראש השנה און אומאן ווייסן נישט וואס די ברעסלאווע שיטה אי בכלל
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
ס'שטימט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 25, 2016 4:35 pm
לאקאציע: אינעם וועלטעל

תגובה דורך ס'שטימט »

@ סאדאם
קודם כל האט ר' נחמן אליינס געזאגט, 'מיין וועג איז באמת א אלטע וועג', (איך געדענק נישט פונקטלעך די לשון אבער עפעס אזוי)
דהיינו באמת האלט יעדער פונעם וועג, נאר משום איזה סיבה שהוא טוט מען עס נישט (עכ''פ אזוי שטארק), און דערפאר איז ר' נחמן געקומען
און באנייט די אלטע וועג, פון רעדן צום באשעפער אויף מאמע לשון, און ער האט דאס עבק געשטעלט באופן קביעות פון רעדן 'יעדען' צום באשעפער וכו'

און צווייטענס, האט ר' נחמן ארויס געברענגט א מורא'דיגע ענין פון ' זיך אויס רעדן צום באשעפער אזוי ווי א גוטע פריינד', און דאס איז שוין אביסל א נייע זאך
וואס מ'טרעפט נישט ערגעץ אנדערש און דאס ברענגט א מורא'דיגע קשר מיטן באשעפער וכו'.
לאמיר זעהן.....................יא ס'שטימט
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

ס'שטימט האט געשריבן:@ סאדאם
קודם כל האט ר' נחמן אליינס געזאגט, 'מיין וועג איז באמת א אלטע וועג', (איך געדענק נישט פונקטלעך די לשון אבער עפעס אזוי)
דהיינו באמת האלט יעדער פונעם וועג, נאר משום איזה סיבה שהוא טוט מען עס נישט (עכ''פ אזוי שטארק), און דערפאר איז ר' נחמן געקומען
און באנייט די אלטע וועג, פון רעדן צום באשעפער אויף מאמע לשון, און ער האט דאס עבק געשטעלט באופן קביעות פון רעדן 'יעדען' צום באשעפער וכו'

און צווייטענס, האט ר' נחמן ארויס געברענגט א מורא'דיגע ענין פון ' זיך אויס רעדן צום באשעפער אזוי ווי א גוטע פריינד', און דאס איז שוין אביסל א נייע זאך
וואס מ'טרעפט נישט ערגעץ אנדערש און דאס ברענגט א מורא'דיגע קשר מיטן באשעפער וכו'.


יא אבער וואס איז די אלטע וועג וואס אנדערע טוען נישט ווייס איך נאך נישט,
וואס מיינט זיך אויסרעדן ווי גוטע פריינד, זאגן דו נישט איר, זאגן אתה, וואס רעדט מען מער און ברעסלאוו ווי ערגעץ אנדערש
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

תגובה דורך נא_שכל »

farshlufen האט געשריבן:
וויל וועלן האט געשריבן:ותיקון הכללי.

עיין שו"ת אדרת אליהו סי' נ"ח.


זייער אינטערסאנט תשובה.

ער שרייבט אלס חלק פונעם תיקון אז ער זאל זאגן 11 קאפיטלעך תהלים, ט"ז, כ"ה, ל"ב, [בקפ זה יש בפסוק ז' שם הס"מ מהופך טוב לומר הפסוק זה ישר והפוך ג' פעמים שהורה לבטל מהעבר ולהציל בעתיד ממה שנאמר בפסוק שלפני זה לשטף וגו'] ואחר זה מ"ב, מ"ג, נ"א, ע"ז, צ', צ"א, קל"ט, ק"נ,.
זעקס פון די קאפיטלעך זענען די זעלבע ווי תיקון הכללי פון רבי נחמן, ט"ז, ל"ב, מ"ב, ע"ז, צ', ק"נ.

רבי נחמן האט שוין געזאגט אז אסאך צדיקים האבן געוויסט אביסל איבער דער ענין פון 10 קאפיטלעך תהלים אבער מ'האט נישט געוויסט פונקטליך וועלכע. אין של"ה איז אויך דא א תיקון פון 10 פרקים תהלים: ע"ט, פ, קל"ז, כ"ה, נ"א, צ', פ"ט צ"ח, ק"ז, צ"ו.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובה דורך חביבי »

בנוגע התבודדת קען מען זאגן אזוי

כאטשיק בינעך נישט קיין ברעסלעווער האב איך היבש אריינגעשמעקט ביי זיי איך האב אויך אסאך מקבל געווען פון ר׳ הערשל זילבערמאן ז״ל, אלס בחור האב איך געהאט א צייט וואס איך האב מיך פאררופן אלס העווי ברעסלעווער מיין טאטע האט מיר גארנישט קריטיקירט דערויף דעריבער האט עס נישט לאנג אנגעהאלטן... בקיצור עס איז געווען א מניעה פון נישט האבן מניעות......


איז אזוי יעדע מענטש פונקט ווי מען האט א ניק דא אויף אייוועלט האט מען אויך עפעס א ניקעלע, א נאמען, א אימעידזש, אין ריל לייף מען שעיפט עס אזוי שיין און מען שטעלט אהער א גאנצע מענטשעלע

דאס איז אבער די עלמא דאיתגליא פון די עולם קטן די מענטש

איז אבער דא א עלמא דאיתכסיא אין יעדע מענטש, די אלע זאכן וואס נאר איך און די באשעפער ווייסן, א חלק פון די זאכן וויל מען ניטאמאל טראכטן דערפון... און מען שטיפט עס אריין אזוי אונטער די קארפעט, מ׳פרובירט זיך אליין צו איגנארירן, און מען פרובירט זיך איינצורעדן אז די עכטע איך איז די ברענד וואס מען שטעלט ארויס דא אויף די מארקעט אמממ.. כ׳מיין אין ביהמ״ד פאר די חברים, אינדערהיים פאר די ווייב, פאר די קינדער, פאר די שווער, פאר די עלטערן... וכו׳ וכו׳

אין ברסלב האלט מען אז דאס איז א פאלטשע לעבן

ווען א מענטש רעדט אמתע דיבורים צום אויבערשטן און ער ווייסט אז סיי וויאזוי ער קוקט אויס איז ער נאכאלץ א בן יחיד פאר׳ן אויבערשטן כביכול, און דער אויבערשטער האט אים ליב און איז אים מהוה יעדע רגע, עפנט די מענטש אויף די אלע באהאלטענע משאות כבידות און ער רעדט זיך אויס א אפענע שמועס מיטן טאטן אין הימל וואס ער ווייסט עניוועי אלעס און פון אים קען מען גארנישט באהאלטן אזוי פיהלט ער א קשר צום אויבערשטן און א קשר צו זיין עכטע איך
כנלע״ד
חביבי
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובה דורך וויל וועלן »

ר' אברהם ב"ר נחמן זצ"ל (פון די מעתיקי שמועה פון ברסלב, א גאר דערהויבנער צדיק, נפטר געווארן נאך פאר די ערשטע וועלט מלחמה) האט אוועקגעשטעלט דריי יסודות וואס יעדער ברסלב'ער חסיד איז מחויב מקיים צו זיין, אז נישט איז ער נישט קיין ברסלב'ער חסיד, און די דריי יסודות איז אנגענומען אין גאנץ ברסלב.

א) התבודדות – די ברסלב'ע ספרים רעדן אן א שיעור וועגן התבודדות, דאס צו צולייגן איז זייער א לאנגע און פארצווייגטע עסק, (ס'איז דא א ספר פון ר' אלתר טעפליקער זצ"ל וואס איז נפטר געווארן פארן צווייטן וועלט קריג, מיטן נאמען "השתפכות הנפש" וואו ער האט צאמגענומען פון רבי'ן און פון ר' נתן'ס ספרים איבעראל וואו זיי רעדן וועגן התבודדות; ער האט אויך געמאכט א ספר "התחזקות הנפש" צומגאנומען איבעראל וואו מ'רעדט פון התחזקות, וואס דאס איז דאך דעם רבינ'ס זאך), אבער איך וועל בעז"ה פרובירן דאס אביסל צו מבאר זיין.

התבודדות איז א חידוש וואס דער רבי האט מגלה געווען פאר די גאנצע וועלט, און ביים רבי'ן איז דאס געווען די שפוץ פון עבודת השם, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט "התבודדות היא מעלה עליונה, וגדולה מן הכל", און דער רבי האט געזאגט אז משיח וועט איינעמען די וועלט אן קיין שאס פולווער, נאר מיט די עצה, פון רעדן צום אייבערשטן, אזוי ווי דאס ווארט "משיח" קען ווערן פארגעלייגט על שם "משיח אלמים", משיח וועט אריינברענגען אין די וועלט די עצה פון רעדן צום אייבערשטן, אזוי ווי מ'זעהט צוביסליך ווי דאס קומט אריין מער און מער אין די וועלט, נישט דווקא דורך ברסלב.

דער רבי איז אמאל געפארן מיט זיין בעל עגלה אויפן וועג, און ס'איז געווען טרעפיק, א פערדל האט זיך אויסגעשטרעקט אויפן וועג, און געבלאקט די גאנצע אויסגעטראטענע וועג, איז דער בעל עגלה אפגעפארן פונעם וועג און געפארן זייטוועגס און אויגעקראסט די גאנצע טרעפיק, און נאכדעם צוריקגעפארן צום גלייכן וועג; דער בעל עגלה האט זיך דערמיט אויפגעטוהן פאר רבי'ן איבער זיין געלונגענעם טאט, דער רבי הערנדיג דאס איז געווארן זייער פארפלאמט, און זיך אנגערופן: איך טוה דאך גענוי דאס, איך בין אראפ פונעם וועג (פון תענות און סיגופים וכו'), אבער איך גיי צוריק צום אלטן וועג פון די הייליגע אבות אברהם יצחק ויעקב!

דער רבי האט געזאגט אז אסאך צדיקים האבן אים געזאגט אז זיי האבן זוכה געווען צו זייערע מדריגות ווייל זיי האבן גערעדט צום אייבערשטן, און דער רבי האט גענומען די הנהגה פון זיין זיידן, דער הייליגער בעש"ט זי"ע (אזוי ווי עס איז באוואוסט די מעשה), און דער רבי האט דאס פארלאנגט פון זיינע מענטשן, און דער רבי אליינס האט געזאגט אז ווען ער וואלט געוואוסט אינגערהייט דאס גרויסקייט פון התבודדות וואלט ער זיך נישט אזוי מסגף געווען אין די יונגע יארן, וואס כידוע האט ער זיך זייער אסאך מסגף געווען, צווישן אנדערע: געפאסט אכצן מאל אין א ציה משבת לשבת, און נאך סיגופים, אזוי ווי עס ווערט אראפגעברעגט אין ספר שבחי הר"ן.

דער רבי האט געזאגט אז כאטשיג ס'איז דא עובדי השם אן התבודדות, זענען זיי אבער מבוהל און מבולבל, בלש"ק: "פליטעס", דאס מיינט אז אפילו ס'איז דא ערליכע אידן וואס רעדן נישט צום אייבערשטן, וואלט אבער געווען הימל און ערד ווען זיי וואלטן ווען גערעדט צום אייבערשטן, אלעס וואלט צוגעגאנגען מיט א רואיגקייט און יישוב הדעת, אן קיין נערווען וכו' וכו' וכו'.

די עבודה פון התבודדות איז זייער פשוט, האבן א רילעישנשיפ מיטן אייבערשטן דורכן דיבור, דאס מיינט ווען מ'דארף עפעס בעט מען דאס דעם אייבערשטן אויף אידיש, "למשל" ווען מ'גייט אין גראסערי מיט א אייטעם ליסט, מ'גייט צו די אוגערקעס; אייבערשטער איך דארף אוגערקעס, און מ'לייגט דאס אריין אינעם בעג, באשעפער איך דארף אייסקרים, און מ'לייגט דאס אריין אינעם וואגן, דאס איז אויף רעגולער בעסיס, אז מ'בעט יעדע זאך דעם אייבערשטן.

נאכדעם איז דא גרעסערע זאכן, ווי למשל ווען מ'דארף מאכן א דעסיזשן, באשעפער איך וויל קויפן א גרעסערע קאר ווייל ב"ה האסט מיר געהאלפן אז מיין משפחה האט זיך שוין פארגרעסערט, איך טראכט צו ליסן/קויפן א קרייסלער ווייל ס'האט די און די מעלות, אבער דער דיעלער ר'??? זאגט מיר איך זאל ענדערש קויפן א טאיאטא ווייל ס'האט די און די מעלה, באשעפער העלף מיר איך זאל מאכן די גוטע דעסיזשען, און אזוי ווייטער ביי אלעס אין לעבן.

מ'טאר אבער נישט פארגעסן אז מ'דארף אויך דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך, און געווענליך ווען מ'וויל זאך אראפזעצן אויסשמועסן עפעס מיטן אייבערשטן און מ'וויל אז דאס הארץ זאל זיך עפענען איז די בעסטע עצה אנצוהייבן מיט תודה והודאה, "יישר כח אייבערשטער פאר מיין לעבן, יישר כח אייבערשטער פאר מיין ווייב אין קינדער, אבער איך בעט דיך טאטע זיסער העלף מיר ארויס אין די און די פרט, וויל ס'דרוקט מיר זייער שטארק אויפן הארצן", א. א. וו.

אזוי אויך איז דא אויסשמועסן די מחשבות וואס מ'טראכט, בפרט נעגעטיווע מחשבות, אנשטאט די מחשבה זאל באאיינפלוסן דעם מענטש און אים איבערנעמען, זאגט מען פארן אייבערשטן, באשעפער איך טראכט אז עפעס שלעכטס גייט געשעהן צו מיר ח"ו, העלף מיר ס'זאל מיר גארנישט פאסירן קיין שלעכטס. אדער, באשעפער ס'איז מיר איינגעפאלן אן איידיע, ס'מאכט סענטס אדער נישט, העלף מיר איך זאל טראכן נאר גוטע זאכן.

נאכדעם איז דא רענדאם שמועסן מיטן אייבערשטן אזוי ווי צו א גוטע חבר, אייבערשטער איך בין געווען נעכטן נאכט ביי א חתונה, איך האב אזוי ענדזשויט די מוזיק, יישר כח אייבערשטער פאר די שיינע מוזיק, די פידל איז דאך געווען אזוי שיין.

דאס איז אלעס בדרך כלל בגשמיות, אבער – זאגט ר' נתן – ווען איינער בעט דעם אייבערשטן פאר זיין רוחניות, איז דאס מעורר א מורא'דיגע תענוג ביים אייבערשטן, און דער אייבערשטער הערט זיך צו צו אים און העלפט אים מיט אלעס וואס ער דארף, בבחי' תפלה לעני כי יעטוף. באשעפער איך וויל רעדן צו דיר, באשעפער וויי איז מיך וואס איך טראכט צאם נעבעך, באשעפער איך וויל מיך אפהיטן מיינע אויגן אבער ס'גייט מיר אזוי שווער, וכו' וכו' וכו'.

נאכדעם איז דא די ענין פון חשבון הנפש און ווידוי דברים, קיין שום עוולה וואס א מענטש טוט טאר נישט ווערן איגנארט (כדוגמת איינער וואס קלאפט זיך סלח לנו פרייטיג צו נאכטס, און ער געט זיך שנעל א פארוויש די בעקיטשע... כלומר ער האט דא גארנישט געמיינט....) יעדע עוולה, עבירה, חטא, דארף מען דערציילן פארן אייבערשטן, אן קיין לבושים, און אויך דערציילן פארן אייבערשטן וואס האט אים צוגעברעגט צו דעם, באשעפער איך בלאז אויף מיין ווייב ווייל נעכטן איז די סאפער געווען צוגעברענט, און זי האט זיך גארנישט אנטשולדיגט וכו' וכו' וכו', בין איך בארעכטיגט צו בלאזן אדער זאל איך איר ענדערש איבערבעטן, א.א.וו. באשעפער איך זאג דיר שוין אזוי סאך מאל צו אז איך וועל שוין זיין גוט, העלף מיר איך זאל מיך שוין נישט דארפן אזוי שעמען פון דיר. א.א.וו.

נאכדעם ברענגט דער רבי אז ס'איז דא אן ענין צו מנצח זיין דעם אייבערשטן, דאס הייסט זאגן פארן אייבערשטן היתכן דו העלפסט מיר נישט, איך בין דאך דיין ברי' און איך וויל זיין גוט, וואס בעט איך דען, אביסל געזונט, פרנסה, שלום בית, איך וויל זיין ערליך, וכו' וכו' וכו', נישט ח"ו האבן טענות, נאר אויף א וועג פון איבערצייגן דעם אייבערשטן פארוואס ער זאל דיר העלפן.

ווען ר' נתן איז געווען די ערשטע מאל ביים רבי'ן, האט דער רבי ארויפגעלייגט זיין האנט איבער זיין אקסעל און אים געזאגט: "און ווייטער איז גוט אז מ'רעדט זיך אויס צום אייבערשטן אזוי ווי צו א גוטע חבר", און ר' נתן האט געזאגט אז ביים באקומען די עצה האט ער געוואוסט אז ער וועט שוין אלעמאל זיין א ערליכער איד, ווייל ממה נפשך איז ער אראפגעפאלן דערציילט ער דאס פארן אייבערשטן (און אז ער רעדט צום אייבערשטן איז דער דאך א ערליכער איד...) און אז ס'גייט אים גוט און ער גייט מעלה מעלה אין עבודת השם, דאנקט ער דעם אייבערשטן דערויף, און ער בעט דעם אייבערשטן, באשעפער איך וויל דיך מער משיג זיין, איך ווייס דאך אז לגדולתך איז אין חקר, אנטפלעק דיך פאר מיר.

המשך יבוא בעזהי"ת.
לעצט פארראכטן דורך וויל וועלן אום דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 2:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובה דורך חביבי »

ר׳ וויל וועלן זייער שיינע זאכן געשריבן, פליז דריק צוויי מאל ענטער נאך יעדע שטיקל כדי צו מאכן גרינגער צו ליינען שטיקל ביי שטיקל

טענקס
חביבי
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובה דורך וויל וועלן »

יישר כח, איך האב נישט געקענט כאפן פארוואס ס'געשעהט.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובה דורך מה פתאום??? »

וויל וועלן האט געשריבן:יישר כח, איך האב נישט געקענט כאפן פארוואס ס'געשעהט.

אין שום יאוש! ווי לאנג מ'לעבט קען מען פארעכטן! עס איז דא א פארעכט קנעפל
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5560
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

תגובה דורך fiena nieas »

ר' וויל וועלן מאכט דיך נישט וויסענדיג פון די אלע מניעת ... דו שרייבסט פיין ענד פליעז קאנטיניו
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובה דורך מה פתאום??? »

יישר כח פארן פאררעכטן און ממך ילמדו. הערליך געשריבן
אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

תגובה דורך נערישער אינגרמאן »

ישר כח ר' וויל, כ'וועל דאס איבער לערנען בל"נ.
האט ברסלב ארויף געלייגט א טרעיד מארק אויף די זאכן?
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובה דורך וויל וועלן »

וואס פאלט דיר ביי?!
דער רבי האט אמאל געזאגט ''וואס גייט אים אן אז איינער זאל בענטשן אן ערליך בענטשן, נישט וואוסענדיג אז די התעוררות איז געקומען דורך אים'' ודוק.
אוועטאר
קאטשקע
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 1:40 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך קאטשקע »

ישר כח @וויל וועלן
הערליך שיין צולייגט די גאנצע ענין פון התבודדות
א גרויסע מעלה מיט דעם איז אס עס פארלאנגט נישט גארנישט קיין אויפפאלנדע זאכן. איך האב עס מיט קיינעם נישט מיטגעטיילט
פארקערט גאר. עס קומט דייקא במסתרים. אין א צימער ביי זיך אינדערהיים פאר א שעה (אדער ווייניגער פון אנהייב) און מען שמועסט זיך אויס זיך מוודה טוט תשובה באדאנקט מיט א פולע מויל און מען בעט אויף ווייטער פונעם לעכטיקען באשעפער וואס נאר צו אים קען מען זיך ווענדן סיי ווען
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובה דורך וואס א חילוק »

שיינע אשכול דאס..

שכח התחדשות פארן עפענען..

התחדשות האט געשריבן:כדי נישט צו לאזן מיין אשכול ליידיג, וועל איך אן פאנגען מיט א שאלה,

אז וואס פונקטליך איז די הבטחה בענין תיקון הכללי ביי ר' נחמן'ס ציון, דהיינו ר' נחמן איז אויך מסכים אז מ'דארף זיך פאר נעמען נישט צו זינדיגען ווייטער,
קומעט אויס, אז דער מענטש האט געטוהן, חרטה און קבלה על העתיד און וידוי(?), וואס דאס איז דאך ממש א גאנצע תשובה, איז וואס טוט די הבטחה??


איך וועל נישט אריינגיין אין אלע פרטים פון די הבטחה אבער אין איין פרט וועל איך יעצט אריינגיין וההמשך יבא בעזהשי"ת..

א מענטש וואס האט זייער אסאך געזינדיגט און ס'קומט די צייט אז ער וויל תשובה טוהן, טראכט ער צו זיך אז איך וועל אויף מיינע עבירות נישט קענען תשובה טוהן.. (און נאכדערצו איינער וואס לערנט ראשית חכמה וכדו' און ער זעהט וואס מ'דארף טוהן, צו תשובה טוהן אויף איין עבירה.. און אויף וואס דער ר"ח רעכנט פאר אן עבירה..) ווערט אים זייער שווארץ און ער טראכט וואס דארף איך תשובה אז איך וועל סיי נישט ענדיגן..

און באמת קען א מענטש נישט תשובה טוהן "אליינס" אויף אלע עבירות. ווי ר' נחמן זאגט שוין אין חיי מוהר"ן סימן דש

(יד) שמעתי בליפויץ שהיה מדבר עם אנשי שלומנו דשם ואמר מה אתם יכולים לעשות תשובה, וכי מספיקים ימיכם וכחכם כלכם לתקן פגם אחד ממה שקלקלתם. רק אני עושה תשובה בשבילכם, ויש לאל ידי לתקן הכל כל מה שקלקלתם עד הנה, רק העקר מעתה לא תעשו עוד. ואפלו מהיום והלאה איני מקפיד על השגגות שתעברו חס ושלום, רק העקר שעל כל פנים תשמרו עצמכם ממזיד ועוד דבר מזה הרבה:

ממילא קומט א צדיק און ער זאגט צו, אז ער וועט זיך לייגן אין די לענג און אין די ברייט און ער וועט אים העלפן זיך צוריקערן צום אויבערשטן..
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובה דורך חביבי »

מה פתאום??? האט געשריבן:
וויל וועלן האט געשריבן:יישר כח, איך האב נישט געקענט כאפן פארוואס ס'געשעהט.

אין שום יאוש! ווי לאנג מ'לעבט קען מען פארעכטן! עס איז דא א פארעכט קנעפל


ווילאנג מלעבט לאו דוקא כמיין נאך צוויי וואכן קען מען מער נישט פארעכטן

די פארעכט קנעפל ווערט פארשווינדן ביי די אלטע תגובות
חביבי
פארשפארט

צוריק צו “אז נדברו”