ס'קומט צייטן.

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

ס'קומט צייטן.

תגובהדורך נשמה » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 5:46 pm

די לשנה טובה וואס מ'ווינטש זיך ראש השנה ביינאכט מיט האפענונג.
דעם פינפטל עפל וואס מ'דרייט, די האניג זאל זיך האלטן דערויף.
די רינדיגע חלות אויפן טיש, א סימבאל פון א נייער אנהייב.
וואספארא נייע מעסער צו קויפן, אפשר אפילו א ווייסע, חותך חיים לכל חי.
די אתרוגים טרעקלעך מיט נייע פארקויפער איטליכן יאר, אין יעדעס ווינקל.
די בלויע (בעסער די דיקערע) שלאק וואס קומט עכט פאר א סוכה און נישט צוצודעקן א קאר.
די איידעלער אויפרייס פונעם סטעפלער יעדע פאר מינוט אין די שטילקייט פון אנהייב נאכט.
די כמה סייזעס סליחות'ער מיטן דאווענען פון הונטען. ווי אויך א מאשר שמנה.
די נאמען אויף א סליחות אן קיין געהעריגער דעקונג, צו וועם דאס איז שייך.
שחר קמתי, צוועלעף אזייגער.
קינדערלעך ווי יונגע גראזעלעך ביי די סליחות, א' און ערב.
די ברייט-אפענע בעקעלעך מיט צעטלעך יעדעס איינס, אריינצואווארפן געלט ערב יום כיפור פאר פארשידענע צוועקן.
די נידן לקיישעלעך אנגעהויפנטע לולבים מיט די אויפגעעפענטע תיומת.
די וואטע וואס ליגן אין די באקסעס ווען די טשאטשקעדיגע אתרוגים זענען ארויסגענומען.
די פחד פונעם יום הדין און די דינא רפיא דעם צווייטן טאג.
זיבן מאל למנצח פאר תקיעת שופר.
די קלאפעס וואס הערט זיך פונעם בימה ווען דער בעל תוקע טוישט שופרות.
די באגריף פון פאוזע!
די באנוץ פון א ציפ טאבאק און א שמעק בשמים.
די אויסגעשפרייטע וואסער'ל ביי תשליך.
די תשובה שבת שובה.
די דיקע געלע ליכט מיט די אויסגעטרוקענטע פארמירטע טראפנס ארום אין די ווייסקייט פון יום כיפור.
די שמוטשקע אויפן ווייסן קאפל.
די אומבאקאנטער בחור'ל וואס האט געדינט א חלק פון דיין בית דין ביי התרת נדרים.
די צוויי שטיקלעך אפעטיטליכע קעיק ערב יום כפור.
די פארוואונדערטע קרייערייען פון די כפרות ערב יום כפור ביים עמוד השחר. זייער געשריי. זייער בלוטיגער ענדע מיט די פיס ארויף.
די ערשיינונג מיטן קיטל מוצאי יום הקדוש ביי קידוש לבנה.
די נצחונ'דיגער אויסשריי פונעם דרילער פארפעסטיגנדיג דעם סקרו טיף אריין בויענדיג די סוכה, די אויפרודעריי אין די כוואליעס פונעם זעג.
די חידוש צום נייעם יאר ערב ראש השנה.
די געשמאק אין די צילא דמהימנותא.
די שווייס שמחת תורה.
די פאפיר פון די קענדיס, שמחת תורה.
די אויספיר נאכאנאנד פון "ועזר מצריו תהיה!"
די געוויין פון די בעביס ביי די פארשידנארטיגער כל הנערים.
די פרייד פון בראשית ברא.
די בינטלעך נאסע ערבות חול המועד ביים שמש.
די אפגעפליקטע בלעטלעך ערבות אויסגעשפרייט איבעראל.
די אויסגעקלאפטע הושענא פון די קינדער.
די ראפשיצער הקל, המלך, שוכן עד, שמחת תורה בייטאג.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 7:08 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15858
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 5:50 pm

די הערליכע ארטיקל פון נשמה'לע.
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 6:01 pm

פיין גוט און זיס. הנאה געהאט
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3413
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 6:06 pm

אריין געלייגט די נשמה אין די זאך
חן חן לך
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ששת אלפים
תגובות: 6111
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 9:33 pm

נשמה!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 9:53 pm

יעצט ווייס איך שוין וואס צו ערווארטן

גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

תגובהדורך גיי שוין גיי » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 9:57 pm

נשמה האט געשריבן:די אומבאקאנטער בחור'ל וואס האט געדינט א חלק פון דיין בית דין ביי התרת נדרים.

כאן פלצטי בקול.

'כל קראי נשמה ילאכחו בקול '

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 1:41 am

דאס האב איך זיכער נישט ערווארטערט!!!!! ס'איז א ריכטיגער אריינפיר.

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 11:48 am

נשמה!

אויסעגעווענליך!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5643
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 1:33 pm

יישר כח נשמה

ווי פארשטייט א גוי צו די "גשמיות'דיגע" הנאות
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

תגובהדורך נערישער אינגרמאן » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 2:39 pm

נישט געוואלט גיין ביז אסרו חג צופרי צוריק גיין ארבייטן...
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5643
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 2:42 pm

;l;p-
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2774
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 6:40 pm

עס קומט....
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 709
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

תגובהדורך קליינטשיגער » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 6:51 pm

ווי דער כאפט אויף יעדע קליינקייט... גאר גוט

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2686
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 7:36 pm

עס ציפט אריין.....
די בליטיגע הינדלעך מיט די פיסלעך ארויף......מגעט זיך אזוי א באטראכט א כפרה פאר מיר........בררררררר

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 9:50 pm

וואס איז טאקע די ארגינעלע ווארט פאר די פאמ-פאם/שמוטשקע אויף די ווייסע קאפל?


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ?אפשרטאקע און 11 געסט