שבת נחמו; נחמו פאר וועם?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5936
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

שבת נחמו; נחמו פאר וועם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

נחמו נחמו עמי, גייט מען וואו?
וואס גייט מען טאהן מוצ"ש?

ס'געווען 3.1 שווערע וואכן פאר כלל ישראל, אנגעהויבן ביי שבעה עשר בתמוז ווי מ'אט געפייערט דעם אנהויב פון די טרויער טעג מיט א שטארקע קאווע זונטאג פארטאגס, און פון דאן ביז 3 וואכן מיט א טאג דערויף האט מען אומאויפהערליך געטרויערט אויף'ן חורבן ביהמ"ק, מען האט נישט געהערט קיין מיוזיק, מען האט נישט געקענט זיך שערן, מען האט נעבעך נישט געקענט באנייען קיין נייעם העמד, מען האט נישט געקענט טאנצן אויף חתונות און שטייצעך איעדע נאכט האט מען געקלאגט ארום האלבער נאכט אויף'ן מצב הדור אז מיר זענען נאכאלץ אין גלות. מען האט אייביג געהאלטן פאר די אויגן דעם מאמר "בדור שלא נבנה כאילו נחרב", מענטשן האבן געטרויערט טאג און נאכט, מען האט נישט געוואוסט מה יולד יום, ווען גייט משיח אנקומען, מען האט עקסטער איינגעריסן און געבעטן ביי אלע תפלות וואס דערמאנען דעם גלות און שובת ציון וירושלים.

קומט ר"ח אב און עס פאלט א ביטערניש אויפן הארץ, מען ווייסט די צרות האבן זיך דאן געשטארקט, מען גייט א שטאפל ווייטער, מען גייט נישט אין באדע, מען טוישט נישט קיין וועש, מען עסט נישט קיין פלייש, מען איז'ך ריכטיג מצער מיט די שכינה וואס'ז אין גלות, מען גרייט זיך אז אויב משיח וועט ליידער נישט קומען וועט מען מוזן פאסטן ת"ב און זיך אויפפירן ווי ריכטיגע אבלים, זיצן אויף דער ערד, נישט אנטאהן קיין געהעריגע שיך, מען גייט זאגן איכה מיט יענע טרויעריגע אונמוטיגע ניגון, און מען גייט נעבעך פארלאזן א טרער אדער מער און ריכטיג קלאגן אויף דעם חורבן.

קומט א מוצאי ת"ב און דער אידל טרעפט זיך אנגעזעצט און פאר מרה שחורה'ט, כ'אב אזויפיל ציזאמעגעוויינט און געטרויערט, געהאפט און געווארט אז ס'עט נישט אויספעלן, און דא באקומ'ך א פראסק א הילכיגע, משיח איז נישטא, מען גייט צוריק צום רוטין און גארנישט, ווילסט מיר זאגן אז כ'אב נישט גענוג געטאהן און דער ביהמ"ק וואלט חרוב געווארן אין מיינע צייטן?

אויף דעם זאגט דער נביא נחמו נחמו עמי יאמר אלקיכם, דאונט ווארי, דער ביהמ"ק גייט נאך אויפגעבויעט ווערן, עס גייט זיין בעסער און שענער ווי די פאריגע, איך דריי זיך מיט דיר אין גלות צוזאמען און איך גיי דיר מיטנעמען ווען די צייט גייט זיין דערצו, אבער זיי וויסן אז איך ווייס פון דיר און פון דיין קלאג, איך בין אויף דיין זייט און דו קומסט מיט מיר.

נאכדעם קומען 7 וואכן וואס מען זאגט ביי די הפטורה פסוקי נחמה, דער איד זאל נישט געפאלען ווערן ביי זיך, נאר וויסן און ווייסן אז דער אויבערשטער גייט אונז נאכאמאל אויסלייזן, הן גאלתי אתכם אחרית כראשית, וגדול יהי' כבוד הבית האחרון יותר מן הראשון. אלעס אז דער איד זאל חלילה נישט זיין געפאלן ביי זיך אין עצבות.

ני שוין, מה נאמר ומה נדבר. לאמיר זען וויזוי מיר האבן אפגעראכטן די טרויער טעג. וויזוי האבן מיר אנגענומען די 3 וואכן, מיט פרעשור? האבן מיר טאקע נישט געהערט קיין מיוזיק, אבער ספירה טעיפס האט מען געקענט הערן פון אלע קארס ארויסזינגען, עה, דעס'ז נישט קיין מיוזיק, ס'יז א דיזשיטעל וואויס, דער מאשין מאכט'ס נאר "אויסקוקען" ווי מיוזיק... אויסגעשפילט דעם סיסטעם..

אויפגעשטאנען זאגן תיקון חצות? אדער זיך הערשט דאן געלייגט?
ר"ח אב האמיר טאקע נישט גענומען קיין באד? פעך, אבער מ'אט געטראפן א היתר "איך בין אן איסטניס".
מילכיג? נע, היינט איז געווען א סיום, און ס'יז געווען האק און בראק. און מארגן גייט זיין פארעווע פרענקס און סעסעמי נאגעטס.
טאקע נישט געווען קיין חתונות אבער די אלבום וואס שמויגי-3 גייט ארויסגיבן ווערט שוין מיט אנגסט אפגעווארט.

וואף, באלד קומט טיש עבאוו, סאו דעפרעסינג, מ'גייט נישט מעגן עסן, און מ'גייט זיצן פאני, נידעריג. מען האט געטראפן א גוטע טשעיר ביי וואלמארט, און מ'אט געהאט א פולי טשארדזשד פאון ביי איכה, ווען זאגט מעשוין אלי ציון? פ"וו האט מענ'ס נישט געקענט לייגן אנהויב קינות און פיניש? איך פארשטיי נישט די טייטש און איך זאג נאר וואס כ'פארשטיי. זאג, אלי ציון פארשטייסטו יא אדער דער ניגון געפעלט דיר? מ'לויפט ארום סנעפן פיקטשערס פון רעבעס און אדמורים וויזוי זיי קלאגן אויפן חורבן, און ווער ס'אט א שענערע טיש עבאוו בענקל און שטענדער סעט.

קומט א מוצאי ת"ב און מען אטעמט "פיינעלי" אפ, מארגן קויפט מען די לעצטיגע נייעסטע סידי און חצות גייט דאס אנהויבן באכען, און א נקמה אין טיטוס'ן, קראכן זאל'ר, די אידן האבן'ס איבערגעלעבט!

קומט א שבת נחמו און די אדערן פון מח קראכן שוין ווי טיטוס'ןס פליגל, מען "מוז" ערגעץ גיין, מען "מוז" פראווענען א מאצעשאבעס נאכמי, פיצא און סושי, מיט די לעטעסט עמבידי און שוועקי, ראכיים און יעש טיקפא קראכן אויף די העכסטע.

וואס האב'ך געזאגט. מאצעשאבעס וואס? נאכמי? אה, נחמו! וואס מיינט טאקע נחמו? ווייסט טאקע נישט? ס'יז די הפטורה פון די וואך. די וואס? הפטורה? אה! דאס וואס די פאר כאניאקישע זאגן ארויס פון די פיצעלע ווערטער... נעקסטע וואך גייט'ס הייסן שבת ותאמר...

נחמו'ן ברויך ער? אייגענטליך ניטאמאל ווייסט ער דעם טייטש דערפון, און ניטאמאל פארשטייט ער דעם ציהל דערפון, און ניטאמאל ווייסט'ר אז די קומענדיגע 7 הפטורות גייט מען טרייסטן די אידן אז זיי זאלן חלילה נישט בעצבות ווערן איידערן יום הדין.

עס קען זיין אז עס ארבייט בערך ווי די קינדער אקטיוויטי'ס אין קעמפ, היינט איז פורים, אלע קינדער גייען מיט פארקערטע העמעדער און טראגן משלוח מנות. מארגן איז לג בעומר מ'גייט מאכן א קעמפ פייער. איבערמארגען איז פסח און מ'גייט פירן א סדר. און אלעס קומט סיריעס, מ'זינגט שטארק דעם בר יוחאי און דעם אדונינו בר יוחאי, מ'טראגט ווייסע העמעדער און מ'טרינקט גרעיפ דזשוס און קעטשאפ, מ'פירט א סדר, איי מיען ס'יז עכט, ניין? און אויך אזוי פירט מען א שבת נחמו.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

דיין אונטערשריפט איז גוט פאר דיר, פיין ארויסגעברענגט די מחלה וואס פלאגט אונז.
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

זייער שיין און רייך, מיט סארקאזם קען מען פיל מאל ארויסברענגען ענינים זייער גוט.
אם לא עכשיו אימתי
חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרוזים »

הרב פליגל כ'האב מיטגעוויינט מיט דיר אויף דעם מצב

אבער איך וועל מיר ערלויבן אריין שרייבן דא מיינע פאר שורות, (פשוט איך ווייס נישט ווי יא), און איך בעהט דיר איבער, איך וויל נישט אוועק נעמען דעם גוטן עפעקט וואס דיינע שורות לאזן איבער, אלזא וועל איך מקצר זיין

ס'ווערט דערציילט אז ווען הרה"ק רבי שלמה מקארלין זי"ע איז גע'הרג'עט געווארן רח"ל הי"ד, איז געבליבן א קליינע משה'לע א יונגע קינד וואס איז געווארן פאר'יתומ'ט, איז איינע פון די צדיקי הדור אים געקומען טרייסטן און מנחם אבל זיין, האט אים דער צדיק געזאגט, משה'לע דער רבוש"ע וויל דיר יעצט איבערבעטן אויף דעם שווערן קלאפ וואס ער האט דיר געגעבן, איז זיי אים נישט מוחל ביז ער זאגט דיר צו אז דו וועסט אויסוואקסן א ערליכע איד.

האט מיט דעם געטייטשט איינע פון די קרלינ'ע רבי'ס (אזוי דאכט זיך מיר), אז נאך אזא תשעה באב, וואס דער רבוש"ע האט אונז געגעבן אזא קלאפ (כל שלא נבנה בימיו כאילו נחרב בימיו), וויל דער רבוש"ע מנחם זיין כלל ישראל און זאגט זיי נחמו נחמו עמי, האט דער רבי געזאגט, אז די אידן דארפן געדענקען און זיך נישט לאזן טרייסטן ביז דער רבוש"ע וועט אים צוזאגן, אז ער וועט זיך קענען אויפפירן אויף דעם ריכטיגן אידיש'ן וועג.
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

זייער גוט! פאסענדע ווערטער.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

פליגל, זייער ריכטיגע דיבורים. ס'איז מעורר צו עטוואס התבוננות. ייש"כ
לחיים ולברכה!
אוועטאר
בעילוםשם
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעילוםשם »

יא נעבאך א ביטער געלעכטער וויאזוי מיר זעהן אויס

זאל דער בורא כל עולמים אונז שוין אויסלייזן באצייטענס פון דעם גלות הגוף והנפש

ווי דער רבי ר' בונם האט געזאגט: רבוש"ע זיי בעסער צופרידן לייז אונז אויס אלץ אידן ווי איידער.....
ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 10:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש העיר »

הוי פליגל, הוי האסטו מיך געמאכט וויינען, האסט מיך געמאכט אזוי צובראכן וויאזוי מיינע ניין טעג האבן אויסגעזען, קיין תיקון חצות אדער ספירה טעיפס איז אפגערעדט, און ניטאמאל האב איך געהעריג געסעלעברעיט די טרויער מיט די זאפטיגע טראפל בלינצעס און בלענקעט פרענקס, נישטאמאל צו די פאמיזשאן און פיש האלאפצעס בין איך אנגעקומען, יעצט בין איך צובראכן בכפליים..

אויב אזוי אז איך בין שוין יא צובראכן, קומט זיך מיר א ריכטיגער שבת "נחמו"..
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

פלגל טאמבס אפ!!

א ריכטיגע פליגל ארטיקל ווי פון די אלטע צייטן.. (וואלט געמעגט אריין גיין אין מ"מ)

מעורר זיין מיט הומאר איז די בעסטע און ווירקזאמסטע וועג
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

יישר כח

אגב סאיז כדאי צו לערנען די ערשטע שטיקל תפארת שלמה אויף שבת נחמו סאיז מוראדיגע דברי חיזוק

סאיז אין תפארת שלמה על התורה בעפאר פרשת ואתחנן איז דא אסאך שטארקע שטיקלעך אויף שבת נחמו אבער די ערשטע שטיקל איז ממש גערעדט צו אידן פון אונזער דור. מאמע לשון..
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דער פליגל טויג אויף ערנסטע ארטיקלן אויך! און נאך ווי דער טויגט!
באמת א טייערע ארטיקל דאס, יישר כח.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

א נקמה אין טיטוס'ן.
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5936
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

יעסס!!
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

א דאנק אייך פליגל,

געשלאגן צום פונקט!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שיין, ס'ציפט, ישר כחכם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

יעצט קומט עס?

נאט אייך א גרינע..

זייער גוט געזאגט!!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

קומענדיגע יאר, אויב משיח וועט נאך ח"ו נישט דא זיין, ברענגט עס ביטע ארויף בעפאר תשעה באב, מיר זאל זיך נישט ברויכן יעצט באגראבן פאר בושה...
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

אוי זאגסטו גיט! האסט עס געדארפט ארויפברענגען פאר תשעה באב.

שוין לאנג נישט געהערט אזא גוטע מוסר שמועס צום פינטל.
איזי
מנכל
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 30, 2017 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנכל »

פליגל....
Short sweet אין צום פינטעל
אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמועסער »

פליגל האט געשריבן:וואס האב'ך געזאגט. מאצעשאבעס וואס? נאכמי? אה, נחמו! וואס מיינט טאקע נחמו? ווייסט טאקע נישט? ס'יז די הפטורה פון די וואך. די וואס? הפטורה? אה! דאס וואס די פאר כאניאקישע זאגן ארויס פון די פיצעלע ווערטער... נעקסטע וואך גייט'ס הייסן שבת ותאמר...


פלוץ פלצתי.. אתה פלצתי..
פליגל דעס איז א גאר גאר גוטס! טענקס
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג. נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ליידער פאסענדע רייד

ציפט ביזן טיפעניש פון הארצן
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נעכטיגן טאג »

נאט אייך א ;l;p-
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

;l;p-
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

פליגל, קנאקעדיג!! געצילט צום פינטל ווי קיינמאל בעפאר!
זוכט איר דוי?
Out of towner
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 28, 2017 1:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Out of towner »

צום point
;l;p-
כהאב געקלערט אז ליידער זעמער שוין 2000 יאר אין גלות אונז האב מיר פארגעסן וואס פעלט אונז ווילאנג מטוט נאך וואס מהייסט וייזט מען פאר הקבה דיר געדענקט מען נאך
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”