וועמען לויפן מיר נאך???

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

וועמען לויפן מיר נאך???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספיידער »

ווער דארף כבוד? אין יודיש גע׳רעדט ווער וויל אז אנדערע מענטשן זאלן האלטן און איינערקענען אין אים?

וואס הייסט ווער? ווער נישט? יעדער דארף כבוד, ניין?

די אמת איז אז קיינער דארף נישט גארנישט... וואס הייסט?

ווען איינער וויל עפעס האבן, ער גלוסט, ער חלום׳ט, ער טראכט נאכאמאל און נאכאמאל, פון א געוויסע זאך וואס ער וויל האבן אדער א געוויסע מצב ווי ער וויל אנקומען, מיינט עס אז ער וויל האבן די געפיל, די הנאה, די פריילעכקייט, באקוועמלעכקייט, אדער רואיגקייט, וואס ער טראכט אז די זאך וועט אים ברענגען, אבער זאכן וואס ברענגען נישט קיין געפילן דארף קיינער נישט.

וועלכע געפיל טראכטן מענטשן אז כבוד וועט זיי ברענגען?

עס מוז זיין עפעס גאר א גוטע און וויכטיגע געפיל פארן מענטש, מענטשן זענען גרייט צו טון אלעס אנצוקומען צו דעם, געב א קוק וואס מענטשן זענען גרייט אוועקצוגעבן, וויפיל הנאה און געשמאק מענטשן וועלן אויפגעבן צו באקומען כבוד,

יעדער האט זיך זיין וועג וויאזוי ער וויל באקומען כבוד, איינער וועט וועלן זיין עפעס גאר ספעציעל, מ׳זאל זאגן אויף אים wow אן אנדערער דארף נישט מער ווי איינערקענונג, אבער וואס יעדער איז גלייך איז, אז יעדער איינער דארף עס,

סאו וואס איז די וויכטיגע געפיל וואס מ׳טראכט אז כבוד וועט מאכן פילן?

די תירץ איז די געפיהל פון חשיבות.

יעדע מענטש וויל פילן אז ער איז עפעס, און דורך דעם וואס אנדערע גיבן אים אפ כבוד הייבט עס זיין געפיל פון חשיבות, ער קוקט זיך אן מיט מער רעספעקט נאכדעם וואס ער האט באקומען כבוד.

איצטער וויל איך פרעגן א קשיא פון די מענטשהייט, פון יעדעם באזונדער, וואס זוכט און וויל באקומען כבוד. פארוואס? ווייל ער וויל פילן חשוב.

די ווילסט פילן חשוב אמת? יא

אוקעי לאמיר זעהן די ווילסט נישט פילן זאכן וואס זענען נישט אמת, ריכטיג? יא.

אויב אזוי טראכט אריין און מאך אפ אויב די ביסט חשוב אדער נישט, און לאמיר זאגן אז די זעהסט איין אז די ביסט חשוב וואס דארפסטו נאך ארבייטן אזוי שווער צו באקומען כבוד כדי עס צו פילן? צו די פילסט עס יא צו די פילסט עס נישט גייט נישט די כבוד משנה זיין די מציאות...

און אויב זעהסטו איין אז די ביסט בכלל נישט חשוב, בקיצור די האלסט אז די ביסט גארנישט ווערד, איז שווער אויף דיר א מורא׳דיגע קשיא, ערשטנס, פארוואס ווילסטו פילן עפעס וואס איז נישט אמת? די ווילסט זיך אליינס אויספאפן? צווייטנס, וואס וועסטו האבן דערפון אז די וועסט פילן חשוב? אויב האלסטו אז די ביסט נישט חשוב וועט די מחשבה ארויף שווימען און דיינע מחשבות און געפילן וועלן זיין צוריסן צווישן זיך,

מ׳קען אביסל פארשטיין די מענטשעלע, א מענטש ווערט געטריבן פון געפילן, ער האט נישט באמת הנאה אז ער איז חשוב ווילאנג ער פילט נישט די חשיבות, סאו אונז פארשטייען פארוואס ער וויל עס פילן און עס איז נישט גענוג די ידיעה אז ער איז חשוב,

מענטשן האבן אפגעמאכט אז די איינציגסטע וועג צו פילן חשוב איז דורך דעם וואס אנדערע זענען מיר מחשיב, און אז א מענטש ווייסט נאר פון איין וועג וועט ער זיך אנכאפן אין דעי איין וועג מיט אלע כוחות... קיינער וויל נישט פילן ווי א שטיקל גארבידזש...

האסט שוין פרובירט עפעס אנדערש? אפשר איז דא נאך וועגן צו פילן חשוב?

די שוועריגקייט פון דעי וועג איז, אז מיין גאנצע לעבן איז אנגעהאנגען אויף אנדערע מענטשן, כדי צו פילן אז איך עקזיסטיר דארף איך אנקומען צו אנדערע מענטשן זאלן מיך מחשיב זיין, דעס מאכט פילן ווי א שנארער.... נישט אזוי? עס מאכט פילן אז איך קען מיך נישט אליינס א עצה געבן אין לעבן, דעטס רילי פעינפול,

ביסטו שוין אמאל געווען צוגאסט ביי איינעם אויף שבת? עס איז נישט די באקוועמסטע זאך צו זיין ביי יענעם אינדערהיים און דארפן צוקומען צו א צווייטע מענטשעס טובות... אמת? און שטעל דיך פאר אז די ביסט צוגאסט ביי איינעם און יעדע מאל די ווילסט אריין קומען דארפסטו אים נאכאמאל פרעגן רשות... און אויב ער זאגט אז יעצט וויל ער נישט די זאלסט אריין קומען דארפסטו ווארטן אויפן גאס ביז ער דערבארעמט זיך אויף דיר... און שטעל דיך פאר נאך מער, אז די האסט בכלל נישט קיין אייגענע ד׳ אמות און די וואוינסט אלעמאל ביי א צווייטן און אויך אז די מוזט אים יעדע פאר מינוט אדער שעה פרעגן נאכאמאל רשות אויב די מעגסט יעצט דא זיין, דאס וואלט געווען א בזיון עצום.

כבוד און פילן חשוב איז עקזעקטלי די סעים זאך, יעדע מאל די ווילסט פילן אין דיין מח און אין דיין הארץ אז די ביסט חשוב דארפסטו קודם געוואר ווערן אויב דיינע ארומיגע זענען מסכים... איז דא א גרעסערע שנארעראציע פון דעם???

און ווער רעדט נאך אויב איינער וויל האבן גאר אסאך כבוד... דער האט א סיריעס אישו... דעי מענטש מוז וויסן אז אלע מענטשן ביז די אנדערע עק וועלט זאלן וויסן פון אים און זאלן האלטן פון אים גאר גאר שטארק און הערשט דעמאלטס וועט זיך רוקן די סוויטש ביי אים און מוח אז ער איז ערלויבט צו פילן חשוב.... טראכט אריין וויפיל מענטשן מ׳דארף האבן צו רוקן איין קליינע סוויטש.... געוואלד!!! עס קען אפשר זיין אז ביי אזעלכע מענטשן איז דעי סוויטש זייער ראסטיג און הארט און עס דארף מאסיווע כוחות עס צו ריקן א האלבע מילימיטער.... כולי האי ואולי... אוי טאטע זיסער, האב אויף אונז רחמנות ...

און לאמיר זיך נישט לאזן נער׳ן אפילו די בעסטע פערסועיטער וואס קען די בעסטע איבער רעדן אנדערע מענטשן צו האלטן אזויווי אים איז אויך נישט מצליח אלעמאל צו טוישן אנדערע מענטשנס מיינונגען, יעדע מענטש האט זיך זיין אייגענע שכל, און מען קען עס נישט טוישן אזוי גרינג, און זיכער נישט פערמענענטלי. קומט אויס אז די פראבלעם איז אסאך ערגער, איך מוז פילן חשוב יא? אודאי אזוי. און כדי צו קענען אזוי פילן מוזן אנדערע האלטן פון מיר, רייט? אויב אזוי וויאזוי מאכט מען דאס? עס איז נישטא קיין וועג צו קאנטראלען יענעם׳ס מיינד.... און אפילו אויב יא ווער זאגט אז די מעגסט קאנטראלען יענעם׳ס מיינד פאר דיין הנאה וועגן? און אפילו עס איז יא געלונגען צו מאכן יענעם האלטן פון דיר, איז נישטא קיין שום וועג אז די זאלסט וויסן אויף זיכער אז יענער האלט טאקע פון דיר, די קענסט אלעמאל טראכטן אז יענער רעדט דיך נאר אזוי איין אבער באמת האלט ער דיר פאר א הוילע בעל דמיון, און לאמיר זאגן אז די קענסט ליינען מחשבות און די ווייסט אז יא, עס איז דיר געלונגען צו מאכן יענעם האלטן פון דיר, וואס ווייסטו וואס יענער וועט האלטן מארגן פון דיר? די גאנצע זאך הענגט אויף א האר...

באמת, אז א מענטש מוז זיין א שנארער איז א זאך וואס די אייבערשטער האט אריין געלייגט אין די בריאה, פאר זייער א וויכטיגע סיבה.
רש״י זאגט אויף די פסוק לא טוב היות אדם לבדו אז די רבוש״ע האט געוואלט אז א מענטש זאל זיך נישט איינרעדן אז ער איז גאט האט ער גע׳מאכט אז מענטשן זאלן דארפן אנקומען איינער צום צווייטן אזוי וועט די מענטש זעהן זיין אומבאהאלפנקייט און זיך נישט קענען איינרעדן אז ער איז גאט,

פיין איך האב נישט קיין ברירה, איך מוז זיין א שנארער, אבער אלעס האט א שיעור...

און באמת האבן מיר א גרויסע תועלת פון דעם אז אונז דארפן צוקומען צו וואס אנדערע מענטשן האלטן אויף אונז, די חובות הלבבות שרייבט הבושה הוא השכל, ווען נישט בושה ווער ווייסט וויאזוי אונז וואלטן אויסגעקוקט, איך וויל ניטאמאל טראכטן ווי מ׳וואלט מיר אנגעקומען, בושה ד.מ. אז אנדערע מענטשן זאלן מיר נישט אראפקוקן און דורך דעם פילן ווייניגער ווערד, איז א שטארקע געפיל וואס האלט אונז אלע אין שעיפ עפטער אלל,

און יעצט א סך הכל אויף למעשה:

1. איך מוז אנקומען צו דעם אז אנדערע זאלן האלטן פון מיר און איך מוז מסכים זיין צו די גזירה צו זיין א שנארער, און צו זאגן אז די דארפסט נישט קיין שום אנערקענונג פון אנדערע, איז א פלעינע ליגענט,
2. מ׳טאר נישט קאנטראלען יענעם׳ס מיינד די דארף טון גוטס פאר אנדערע אז זיי זאלן וועלן האלטן פון דיר, און אויב יענער האט בוחר געווען צו טראכטן פון דיינע גוטע חלקים און ער האלט פון דיר זיי אים מכיר טובה, און פיר דיך נישט אויף מיט גאוה אדער סעלפישקייט צו אים,
3. דורך אריין טראכטן אויב איך בין באמת עפעס ווערד וועט מען אויסמיידן 2 פראבלעמען 1. אז אויב איך האלט אז איך בין באמת נישט חשוב, זאל איך וויסן אז די מחשבה וועט כסדר נאכאמאל ארויפקומען, אפילו נאכן באקומען אלע כבוד פון די גאנצע וועלט, און די וועסט אדער ווערן דעפרעסד אדער ווערן עדיקטעד צו מער און מער כבוד (אדער ביידע) און מ׳וועט כאפן אז עס מוז עפעס געטון ווערן צו סאלוון דעי פראבלעם 2. אויב ביסטו זיך מתבונן און דיין עכטע ווערד וועט דיין צורך צובאקומען כבוד ווערן אסאך ווייניגער.

מער אויף חלק הלמעשה און אויף צו פארענטפערן די ברענעדיגע שאלה, בין איך באמת עפעס ווערד? וויאזוי געפונט מען דעס אויס? וואס מיינט דאס בכלל אז איך בין עפעס ווערד? און פארוואס איז אזוי שווער צו פילן אז מען איז עפעס ווערד, וועל איך אי״ה שרייבן קומענדיגע וואך.
לעצט פארראכטן דורך ספיידער אום זונטאג יולי 17, 2016 5:17 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

או אה!! דער זאגט... דער זאגט שטארקע דברים של טעם...!!! הלואי מען זאל עס קענען אויספירן למעשה
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

געוואלדיג גוט ארויסגעברענגט די נקודה

איך האב שוין לאנג איינגעזעהן אז דו ביסט גאר א טיפע טראכטער
בייגעפאלן
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 03, 2016 4:43 pm
לאקאציע: אינטערן בייפאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בייגעפאלן »

זאג מיר שוין ווער ס'האט דיר אויפגעקלערט
א בייפאל איז נישט קיין איינפאל, אין איינגעפאלן מיינט נישט בייגעפאלן
אוועטאר
אידיש גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 6:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש גערעדט »

שיין,,
הערליך,,
געשמאק,,
באלערנד,,
וואס נאך????? נישטא קיין ווערטער!!!!
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

wow!

געוואלדיג!
סוף מעשה במחשבה תחילה.
over night kugel
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 3:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך over night kugel »

דער 'ספיידער'ט אריין מיט אלע כוחות.אנבעליוועבל. שכוח ספיידער! מיר קענען קוים ווארטן אויפן המשך.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

קולע אל השערה!
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

דער רעדט צו די זאך

פיינע טאפיק

קיפיט קאמינג
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

ספיידער די האסט עס פיין ענעלייזט, צענומען אלע עספעקטס ווי אן אוטסיידער,

דעיס טיסטע ווען דו קריכסט ארום אויפן דאך העכער מיין קאפ, און איך ציטער נאר זאלסטעך נישט געבן א לאז אראף פונקט העכער מיין גענאק און גלייך פארשווינדן ווערן אריין אינעם העמעד?
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספיידער »

פלאחותיך האט געשריבן:ספיידער די האסט עס פיין ענעלייזט, צענומען אלע עספעקטס ווי אן אוטסיידער,

דעיס טיסטע ווען דו קריכסט ארום אויפן דאך העכער מיין קאפ, און איך ציטער נאר זאלסטעך נישט געבן א לאז אראף פונקט העכער מיין גענאק און גלייך פארשווינדן ווערן אריין אינעם העמעד?


וואס איז אזוי נישט גוט מיט א ספיידער? ווייל זיין שמייכל זעהט אויס ווי א ברוגז'דיגע פנים מיינט נאכנישט אז ער וויל איינעם שלעכטס טון.
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

ער האט דאך חרוב געמאכט די בית המקדש!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ערענסט גערעדט. א ספיידער איז נישט קיין שפין. א ספיידער איז מיט די הויעכע פיס. איך מיין אז די שפין האבן חרוב געמאכט די ביהמ"ק.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

איין זאך איז זיכער אז אונזער טייערע ספיידערל האט זיכער גארנישט חרוב געמאכט! ער בויעט אונז אלע אויף!

בדרך אגב, ספיידער האט מיר אמאל פארציילט בפרייוואט די סיבה פארוואס ער האט אויסגעקליבן די נאמען ספיידער, ס'אינטערסאנט ער זאל עס מיטטיילן מיט'ן ציבור אויב ער וויל.

הערסט ספיידערל?

און ביי די וועי ספיידער, ביטע זיי "שפינען" ווייטער קומענדיגע שיעור, אלע ווארטן מיט שפאנונג!
אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספיידער »

...
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

שכח ספיידער, אינטרעסאנטע נקודה
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
over night kugel
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 3:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך over night kugel »

ווישוואש האט געשריבן:שכח ספיידער, אינטרעסאנטע נקודה

גראדע איז עס דריי נקודה'ס
אוועטאר
אידיש גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 6:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש גערעדט »

ספיידער האט געשריבן:...


נקודה פנימיות
אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספיידער »

ליייייצעעעעעעם
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע
אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספיידער »

מה פתאום??? האט געשריבן:איין זאך איז זיכער אז אונזער טייערע ספיידערל האט זיכער גארנישט חרוב געמאכט! ער בויעט אונז אלע אויף!

בדרך אגב, ספיידער האט מיר אמאל פארציילט בפרייוואט די סיבה פארוואס ער האט אויסגעקליבן די נאמען ספיידער, ס'אינטערסאנט ער זאל עס מיטטיילן מיט'ן ציבור אויב ער וויל.

הערסט ספיידערל?

און ביי די וועי ספיידער, ביטע זיי "שפינען" ווייטער קומענדיגע שיעור, אלע ווארטן מיט שפאנונג!


מה פתאום! כ'זעה אז איך האב מיר איינגעהאנדל'ט דא גאר א שטארקע פען... דעס איז זייער גוט, געוואלטיג, איך וועל אויסלעשן די עיר קאנדישן... א שאד יודיש געלט, אבער זעה צו בלאזן גוטע אייז קאלטע לופט.
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

ספיידער האט געשריבן:ליייייצעעעעעעם
אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספיידער »

נשמה האט געשריבן:ערענסט גערעדט. א ספיידער איז נישט קיין שפין. א ספיידער איז מיט די הויעכע פיס. איך מיין אז די שפין האבן חרוב געמאכט די ביהמ"ק.


לערנטס ענק אפ פון נשמה, ער איז די איינציגסטע דא וואס רעדט נאך ערנסט :lol:
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע
אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

ווילסטו עכט וויסן וואס יענער האלט אויף דיר??? כ'האב מורא אז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספיידער »

איך האב שוין געפרעגט צענדליגע מענטשן די שאלה און אלע האבן גע׳ענטפערט בערך די זעלבע זאך. די שאלה איז: אויב די וואלסט געשריבן א פינקטלעכע קלארע אפשאצונג אויף אלע מענטשן וואס די קענסט, אלע מעלות אלע חסרונות און אלע נאטורן וואס זענען לאו דוקא א מעלה אדער א חיסרון, פאר וויפיל פראצענט פון די מענטשן וואלסטו געקענט אויפליינען זייער רעפארט און עס זאל זיי בכלל נישט וויי טון ???

די תירץ וואס רוב מענטשן ענטפערן איז. פאר קיינעם נישט....

וואס וועסטו ענטפערן אויף די שאלה? די זעלבע זאך? יא? און דיינע חברים, משפחה און באקאנטע וועלן אויך בערך אזוי ענפערן ווען איך וועל זיי פרעגן וויאזוי די וועסט פילן ווען זיי וועלן דיר ווייזן וואס זיי האבן געשריבן וועגן דיר

קומט אויס אזוי די אלע חסרונות און בליינד ספאטס וואס אונז פרובירן אזוי שטארק צו באהאלטן פון אנדערע מענטשן ווייסן מענטשן זייער זייער גוט און אמאל נאך בעסער ווי די מענטש אליינס,

בקיצור עס איז נישטא קיין איין מענטש וואס וויל דיר זאגן די אמת וואס ער האלט פון דיר ווייל ער ווייסט אז די וועסט נישט אזוי הנאה האבן עס צו הערן (און ער איז גערעכט....)

אויב וועסטו ארבייטן געוואר צו ווערן דעם גאנצן אמת וואס איינער האלט פון דיר, זאג איך דיר צו אז עס גייט זיך נישט לוינען...

אויב די וועסטעך יא באנערישן און לייגן א רעקארדער... און געוואר ווערן די גאנצע אמת וואס עס ליגט אין יענעמס מחשבה, וועסטו נאכדעם טראכטן בערך אזוי...

וואס קען מען טון? אונז לעבן און א דור יתום מענטשן זענען גוט פאריקט... זיי האבן די חוצפה צו האלטן און צו טראכטן פון מיינע חסרונות... און זיי זענען מיר נישט גענוג מחשיב פאר מיינע מעלות... ווי איז זייער שכל? ווייסן זיי נישט וויפיל כוחות און מחשבה איך לייג אריין זיי זאלן האבן אביסל מער א פאזיטיווע בליק אויף מיר? וואס נאך ווילן זיי איך זאל טון פאר זיי?
איך אליינס מעג אפשר האלטן אז איך האב חסרונות, אבער יענער?! נאו וועי, בשום אופן איך געב נישט קיין רשות צו טראכטן פון מיינע חסרונות פארשטאנען? און אויב יא זאלן זיי טראכטן גלייך אז באמת איז עס א מעלה... נאר עס איז פארדעקט די שיינקייט פון די חיסרון... אדער זאלן זיי בעיקר קוקן אויף די מעלות און נתפעל ווערן דערפון... און נישט זיין אזוי נעגאטיוו.

און וואס וואלטן די אנדערע מענטשן ווען גע׳ענטפערט ווען די וואלסט זיי עס געזאגט? זיי וואלטן גע׳ענטפערט... די ביסט נישט באלעבאס אויף מיין מחשבה, איך האלט וואס איך פארשטיי און נישט וואס די ווילסט איך זאל האלטן,

מאנכע מענטשן וואס זענען שוין צופיל מאל נכשל געווארן צו הערן וואס אנדערע האלטן פון זיי האבן

1. אדער אנגעהויבן פיינט צו האבן די מענטשן וואס מאכן זיי פילן אז זיי זענען נישט גענוג.
2. אדער האבן זיי בלית ברירה אנגעהויבן ארבייטן שווערער צו מאכן א בעסערע איינדריק
3. אדער האבן זיי מאכן א שיטה אז די פראבלעם פונעם דור איז אז מ׳טראכט צו נעגאטיוו... און גלייך געלאפן אויסהערן א מגיד וואס רעדט טאטעל פאזיטיוו... (זיין פאזיטיוו איז באמת א גוטע זאך, אבער טראכט אריין וועלכע סיבה האט דיר געשטופט צו ווערן פאזעטיוו) די פראבלעם איז נאר אז די אנדערע זענען געבליבן נעגאטיוו... נו שוין מענטשן וואס ווייסן נישט וויאזוי מען לעבט, זיי לעבן אזוי מצומצום׳דיג, כמעט אזוי מצומצם׳דיג ווי איך האסט גע׳לעבט פארן גיין צו די פאזיטיווע דרשות... זענען בכלל נישט ווערד איך זאל מיך רעכענען מיט זייער מיינונג..............

די אמת איז אבער קיינער האט דיר נישט געבעטן צו גיין אונטערהערן וואס יענער האלט, ווי זאגט די וועלט אונטער די וואנט הערט מען די אייגענע שאנק (איך האב מורא צו זאגן די עכטע ווארט)
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע
אוועטאר
אידיש גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 6:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש גערעדט »

מער אויף חלק הלמעשה און אויף צו פארענטפערן די ברענעדיגע שאלה, בין איך באמת עפעס ווערד? וויאזוי געפונט מען דעס אויס? וואס מיינט דאס בכלל אז איך בין עפעס ווערד? און פארוואס איז אזוי שווער צו פילן אז מען איז עפעס ווערד, וועל איך אי״ה שרייבן קומענדיגע וואך.


נאך פליז!! קומסט אריין זייער קלאר

ווייסט וואס איך וועל דיר זאגען??? וואס?וואס? די רעדסט זייער צים זאך קענסט אפילו אינטערלייגן א ריקארדער....
אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספיידער »

אידיש גערעדט האט געשריבן:
מער אויף חלק הלמעשה און אויף צו פארענטפערן די ברענעדיגע שאלה, בין איך באמת עפעס ווערד? וויאזוי געפונט מען דעס אויס? וואס מיינט דאס בכלל אז איך בין עפעס ווערד? און פארוואס איז אזוי שווער צו פילן אז מען איז עפעס ווערד, וועל איך אי״ה שרייבן קומענדיגע וואך.


נאך פליז!! קומסט אריין זייער קלאר

ווייסט וואס איך וועל דיר זאגען??? וואס?וואס? די רעדסט זייער צים זאך קענסט אפילו אינטערלייגן א ריקארדער....


אי"ה קומענדיגע וואך, וועל איך פרובירן צו שרייבן וועגן די ברענעדיגע שאלה, דאס וואס איך היינט געשריבן איז נאך פאר דעי וואך,
האב א באנטש הצלחה ר' אידיש
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”