שערורייה: די געמיינע סקעיל סקאנדאל

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

שערורייה: די געמיינע סקעיל סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

עס לאזט זיך נישט גלייבן און איז שאקירנד ביז גאר, ס'איז צום שטוינען וויאזוי אזא געמיינע שווינדל גייט אן לעיני השמש ואין פוצה פה מצפצף ואין קול ואין עונה.
לאן הגענו??!!! א חרפה און א בושה!

די פאנאטישע סקעיל פירמעס צוזאמען מיט זייערע אומקאמפאטענט פראדוקטן ווייסן גארנישט קיין גבול, אנגעהויבן ביי די היים סארט און גארנישט בעסער זענען די אזויגערופענע "בעסערע" וואס מען טרעפט אין קליניק, זיי זענען אלע איין גרויסע שווינדל, א סקעם, א פיראמיד סארט פארברעך וואס גייט פאר דא אין אמעריקע אינעם צענטעראל מלכות של חסד. און דאס מוז פארדאמט ווערן מיט די שארפסטע מיטלען.

די האר פון קאפ שטעלט זיך אויף! יעדעס מאל מען גייט ארויף אויף די סקעיל ווייזט ער א העכערן נאמבער, שרעקליך!! ס'איז אלעמאל געווען חשדות איבער דעם אבער איצט איז דאס איז ממש ארויס פון יעדן פראפארץ און דאס ברענגט אויף בייז בלוט ביי יעדן רעכטדענקענדען מענטש און מוז נעמן אן עק זאפארט.

ארויס מיט די סקעילס! גענוג איז גענוג! #פאנאטישע סקעילס
מיר קענען עס איבערקומען און מיר וועלן עס איבערקומען! איך גלייב זיי זענען #סטופיד

די רעגירונג זאל נעמען די זאך אין די האנט און זיכער מאכן אז די פירמעס טריעטן אונז ווי עס פאסט מיט דיגניטי און רעספעקט.
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

:lol: :lol: :lol: ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

ווילאנג ס'גייט ארויף איז נאך מהיכא תיתי,
ביי מיר האט ער לעצטענס אנגעהויבן גיין אויף אראפ ה"י ב"ה היל"ת.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

אולי אפשר להמליץ הפסוק, לא תעשו עול במשפט, אכילה נקרא משפט, כמאמר העולם, (מקור?) שעת אכילה שעת מלחמה, אז יהי׳ במדה במשקל במשורה, המשקל (הסקעי״ל בלע״ז) יהי׳ ישר ולא יתחצף לך.
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

אומזיסט מיינסטע האב איך אויפגעהערט ארויף צו גיין דערויף,

#מיך וועט ר נישט אריינשלעפן אין זיין געמיינעם סקאנדאל.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אין א סקעיל פון איינס ביז צעהן (איינס די שוואכסטע און צעהן די שטערקסטע), באקומט הרב בנימין הלוי א צעהן.
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

#שוין גענוג א גאנצען טאג טראמפ, גאן קאנטראל, און איסלאמישען טעראר; וויפיל די שיעור? לאמער זיך רעגען ווי רעגען איז דיו, וויטש איז לאנג אווער דיו. כולנו למערכה
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

shalsheles האט געשריבן:אולי אפשר להמליץ הפסוק, לא תעשו עול במשפט, אכילה נקרא משפט, כמאמר העולם, (מקור?) שעת אכילה שעת מלחמה, אז יהי׳ במדה במשקל במשורה, המשקל (הסקעי״ל בלע״ז) יהי׳ ישר ולא יתחצף לך.

עי' תפארת שלמה עה"פ 'ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם' ותמצא נחת לדבריך.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

שכוח שפוזמן פאר'ן צעהנער

#גדולים וטובים זענען שוין געפאלען א קרבן צו דעם שווינדל, ב"ה עס אז איז געווארען א שטיקל התעוררת, מי יתן והי'
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”