בלאט 1 פון 4

זאלען טאטעס גיין מיט חאלאטלעך אין די גאס

געשריבן: דאנערשטאג יוני 09, 2016 12:42 am
דורך הרב_שלום
אזוי ווי די זומער איז דא איז מיין פראגע צו זאלען טאטעס גיין מיט חאלאטלעך אין די גאס

געשריבן: דאנערשטאג יוני 09, 2016 12:43 am
דורך הרב_שלום
איך רעד אויך פון וויליאמסבורג און בארא פארק

געשריבן: דאנערשטאג יוני 09, 2016 12:44 am
דורך מה פתאום???
עמאזאן פארקויפט חאלאטלעך?

#קידינג...

געשריבן: דאנערשטאג יוני 09, 2016 1:31 am
דורך געשמאקער
פאוואס ניש?

געשריבן: דאנערשטאג יוני 09, 2016 1:33 am
דורך חיימ'ל
געשטימט אויף יא. ווען איך בין ווען א עסקן וואלט איך איינגעפירט נאר ארויסצוגיין מיט א 'רעקל' און הוט (אדער קוטשמע), נישט מיט א חאלאט ווייל ס'פעלט אין איידלקייט ודי.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 09, 2016 9:05 am
דורך מטעמים
לייג צו א אפשען: זאל יעדער טוהן וואס ער וויל.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 09, 2016 9:08 am
דורך אךשמח
מיין שטימע איז גיין אן רעקל און אן כאלאט.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 09, 2016 9:38 am
דורך בערקא
זאלן טאטעס גיין מיט אייזענע גלעזער אדער מיט פלעסטיק, מיט ראקפארט שיך אדער פלארשיים,

וואט דע ה... זאל יעדער גיין ווי אזוי ער וויל, חאלאט, קוטשמע, סענדעלס, לאנגע ערמל, קורצע ערמל, רעבעזעכעליינע גלעזער, אדער שווארץ און ווייסע ברילן



ווען גייען מיר באקומען שכל....

געשריבן: דאנערשטאג יוני 09, 2016 9:54 am
דורך געשמאקער
בערקא האט געשריבן:זאלן טאטעס גיין מיט אייזענע גלעזער אדער מיט פלעסטיק, מיט ראקפארט שיך אדער פלארשיים,

וואט דע ה... זאל יעדער גיין ווי אזוי ער וויל, חאלאט, קוטשמע, סענדעלס, לאנגע ערמל, קורצע ערמל, רעבעזעכעליינע גלעזער, אדער שווארץ און ווייסע ברילן



ווען גייען מיר באקומען שכל....

:lol:

געשריבן: דאנערשטאג יוני 09, 2016 9:57 am
דורך מאנ-יימער
בערקא האט געשריבן:ווען גייען מיר באקומען שכל....

עפן א עקסטערע אנקעטע.

זאלן טאטעס באקומען שכל אדער נישט?

געשריבן: דאנערשטאג יוני 09, 2016 10:38 am
דורך מחותן
מאנ-יימער האט געשריבן:
בערקא האט געשריבן:ווען גייען מיר באקומען שכל....

עפן א עקסטערע אנקעטע.

זאלן טאטעס באקומען שכל אדער נישט?


עס איז איז נאך דא א אפציע צו באקימען?

כ׳מיין צו פרעגען: מען טיילט עס נאך ערגעץ??

געשריבן: דאנערשטאג יוני 09, 2016 10:40 am
דורך פלטיאל
מחותן האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן:
בערקא האט געשריבן:ווען גייען מיר באקומען שכל....

עפן א עקסטערע אנקעטע.

זאלן טאטעס באקומען שכל אדער נישט?


עס איז איז נאך דא א אפציע צו באקימען?

כ׳מיין צו פרעגען: מען טיילט עס נאך ערגעץ??

ווי איך גלייב איז שוין אלעס פארטיילט... ודי וק"ל ואכמ"ל ח"ו היל"ת

געשריבן: דאנערשטאג יוני 09, 2016 11:24 am
דורך מקבל
היות אונז וויליאמסבורגע זענען ווי די קעטערפיללערס, ווי כוכב האט אראפגעברענגט דא: viewtopic.php?f=98&t=28882
אז עס פארגליסט זיך איינעם צו גיין מיט א חאלאט, דארף מען מאכן א געהעריגע וואוט, און אז ס'דא מער שטימען פאר יא, דארף זיך יעדער צושטעלן.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 09, 2016 11:34 am
דורך ראפאט קראמפלי
מטעמים האט געשריבן:לייג צו א אפשען: זאל יעדער טוהן וואס ער וויל.

בערקא האט געשריבן:זאלן טאטעס גיין מיט אייזענע גלעזער אדער מיט פלעסטיק, מיט ראקפארט שיך אדער פלארשיים,

וואט דע ה... זאל יעדער גיין ווי אזוי ער וויל, חאלאט, קוטשמע, סענדעלס, לאנגע ערמל, קורצע ערמל, רעבעזעכעליינע גלעזער, אדער שווארץ און ווייסע ברילן



ווען גייען מיר באקומען שכל....

כעוורע, טעיק איט איזי, מען קען מיינען אז מען וויל דא עפעס איינפירען א דרעסינג קאוד תקנה און עטץ שרייטס עס אפ,
מען שמיסט סתם אויס וואס דער עולם האלט און וואס מען וואלט געטוהן ווען מען שעמט זיך ווען נישט,

נאר וואס דען, עס איז א שאהד צו רעדן דערפין ווייל עס וועט על פי דרך הטבע נישט געשען (פונקט ווי מען גייט נישט קענען איינפירען אז מען זאל זיך באנוצען מיט בייקס).

געשריבן: דאנערשטאג יוני 09, 2016 11:35 am
דורך אנעים זמירות
מחותן האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן:
בערקא האט געשריבן:ווען גייען מיר באקומען שכל....

עפן א עקסטערע אנקעטע.

זאלן טאטעס באקומען שכל אדער נישט?


עס איז איז נאך דא א אפציע צו באקימען?

כ׳מיין צו פרעגען: מען טיילט עס נאך ערגעץ??


דער פראקטיק האט געוויזען אס אויב מען איז נישט געוועהן בייים טיילען איז נישטא קיין סאך וואס מען קען טוהן.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 09, 2016 11:38 am
דורך סאדאם חוסעין
אין ווילי גייען בחורים יא מיט חאלאטן אין גאס?

געשריבן: דאנערשטאג יוני 09, 2016 11:41 am
דורך ראפאט קראמפלי
סאדאם חוסעין האט געשריבן:אין ווילי גייען בחורים יא מיט חאלאטן אין גאס?

ניין, מי יתן והיה..

געשריבן: דאנערשטאג יוני 09, 2016 11:41 am
דורך יואל שווארטץ
סאדאם חוסעין האט געשריבן:אין ווילי גייען בחורים יא מיט חאלאטן אין גאס?

#ווערעם_קאנע_אלערט...

געשריבן: דאנערשטאג יוני 09, 2016 11:43 am
דורך סאדאם חוסעין
אין קרית יואל איז מען אויך נישט געגאנגעגן מתחילה ביז ר' ברוך שלמה וויינבערגער האט געמאכט א תקנה אז מען מוז גיין מיט חאלאטען...... און ער האט עס אדורך געבראכן

געשריבן: דאנערשטאג יוני 09, 2016 11:44 am
דורך חיימ'ל
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:אין ווילי גייען בחורים יא מיט חאלאטן אין גאס?

ניין, מי יתן והיה..

דארפסט נאר אויסלייגן אפאר צעטעלעך אין ביהמ"ד, ותראה פלאות...

געשריבן: דאנערשטאג יוני 09, 2016 11:44 am
דורך מאנ-יימער
סאדאם חוסעין האט געשריבן:אין ווילי גייען בחורים יא מיט חאלאטן אין גאס?

ניין.

געדענק איך ווען איך בין געווען אין ישיבה קטנה האבן עטליכע בחורים עס געוואלט איינפירן, דאן זענען די בחורים נאכנישט געווען אויף אייוועלט (נאך בכלל נישט געווען אייוועלט) האט מען געמאכט א קאמפיין צווישן זיך געהאנגען צעטלעך אל יבוש מפני המלעיגים אז אין יענעם יענעם טאג גייט מען אנהייבן גיין מיט חאלאטן, ס'האט אנגעהאלטן אפשר צוויי טעג.

צו גיין מיט חאלטן אוויף די גאס

געשריבן: דאנערשטאג יוני 09, 2016 11:45 am
דורך אלימלך ברגר
א חאלט איז געמאכאט פאר כולל אינגעלייט

געשריבן: דאנערשטאג יוני 09, 2016 11:48 am
דורך מיסטעריעז
און זאקן איז געמאכט פאר?

געשריבן: דאנערשטאג יוני 09, 2016 11:52 am
דורך יואל שווארטץ
אלימלך ברגר האט געשריבן:א חאלט איז געמאכאט פאר כולל אינגעלייט

וואס הייסט?
מ׳האט עס גענייט כשכולל אינגערמאן עומד על גביו? גענייט לשם מצות כולל?
מ׳דארפט צייגן א כולל קארטל צו קענען קויפן א כאלאט?

געשריבן: דאנערשטאג יוני 09, 2016 12:35 pm
דורך שאהן הענניטי
אלימלך ברגר האט געשריבן:א חאלט איז געמאכאט פאר כולל אינגעלייט

חחחחחחחח....