זאלען טאטעס גיין מיט חאלאטלעך אין די גאס

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

זאלן טאטעס גיין אין די גאס מיט א חאלאטעל אדער נישט

יא
114
72%
ניין
44
28%
 
סך הכול שטימען: 158

Greeneryid
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2014 6:23 pm

תגובהדורך Greeneryid » דאנארשטאג יוני 09, 2016 1:01 pm

די חאלאטן וואס די בחורים גייען זענען אן עקל און א גרויל. מיטן זעלבן חאלאטל עסט מען, לערנט מען און מען דאוונט. דאס איז קלאר קעגן די הלכה וויל מען דארף האבן א בגד מיוחד. רשב"י האט זיך נאר אנגעטוהן צום דאווענען. אין מיינע צייטן איז מען געגאנגען אין ישיבה מיטן רעקל, מיט דעם האט מען געדאוונט און די איבריגע צייט איז מען געגאנגען מיטן חאלאט. חוץ מזה, איך זעה ווי בחורים און יונגעלייט גייען ארום מיט רעקלעך אדער חאלאטלעך אדער טלית קטן'ס וואס זענען שמוציג און פארחאזערט אז עס באמת א חילול השם און קעגן די הלכה. ווען וועט ברוך שלמה וויינבערגער זיכער מאכן אז די בחורים זאלן וויסן אז מען דארף האבן בגדים נקיים? עס א הלכה. אפשר איז שוין בעסער מען זאל גיין מיט קאטענע טלית קטן'ס וואס מען קען גרינגער אויסוואשן און ביליגער צו קויפן גענוג אז מען זאל קענען זיין ריין? איז די הלכה ווייניגער ווי די?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24525
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יוני 09, 2016 1:09 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:אין קרית יואל איז מען אויך נישט געגאנגעגן מתחילה ביז ר' ברוך שלמה וויינבערגער האט געמאכט א תקנה אז מען מוז גיין מיט חאלאטען...... און ער האט עס אדורך געבראכן

מאדנע, אין די נו"ן יארן זענען קר"י'לע בחורים געגאנגען מיט חאלאטן אלל-יער-ראונד.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24525
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יוני 09, 2016 1:10 pm

Greeneryid האט געשריבן:דאס איז קלאר קעגן די הלכה וויל מען דארף האבן א בגד מיוחד.

מיין דיין זאגט אז מ'מעג רואיג דאווענען מיט א חאלאט.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג יוני 09, 2016 1:11 pm

מיין דיין זאגט אז מען 'דארף' רואיג דאווענען.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

הרב_שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8098
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » דאנארשטאג יוני 09, 2016 1:27 pm

Greeneryid האט געשריבן:די חאלאטן וואס די בחורים גייען זענען אן עקל און א גרויל. מיטן זעלבן חאלאטל עסט מען, לערנט מען און מען דאוונט. דאס איז קלאר קעגן די הלכה וויל מען דארף האבן א בגד מיוחד. רשב"י האט זיך נאר אנגעטוהן צום דאווענען. אין מיינע צייטן איז מען געגאנגען אין ישיבה מיטן רעקל, מיט דעם האט מען געדאוונט און די איבריגע צייט איז מען געגאנגען מיטן חאלאט. חוץ מזה, איך זעה ווי בחורים און יונגעלייט גייען ארום מיט רעקלעך אדער חאלאטלעך אדער טלית קטן'ס וואס זענען שמוציג און פארחאזערט אז עס באמת א חילול השם און קעגן די הלכה. ווען וועט ברוך שלמה וויינבערגער זיכער מאכן אז די בחורים זאלן וויסן אז מען דארף האבן בגדים נקיים? עס א הלכה. אפשר איז שוין בעסער מען זאל גיין מיט קאטענע טלית קטן'ס וואס מען קען גרינגער אויסוואשן און ביליגער צו קויפן גענוג אז מען זאל קענען זיין ריין? איז די הלכה ווייניגער ווי די?


די רעקלעך וואס די טאטעס גייען זענען אן עקל און א גרויל. מיטן זעלבן חאלאטל עסט מען, לערנט מען און מען דאוונט און מען גייט און גראסערי איינקויפען דאס איז קלאר קעגן די הלכה וויל מען דארף האבן א בגד מיוחד. רשב"י האט זיך נאר אנגעטוהן צום דאווענען. חוץ מזה, איך זעה ווי בחורים און יונגעלייט גייען ארום מיט רעקלעך אדער חאלאטלעך אדער טלית קטן'ס וואס זענען שמוציג און פארחאזערט אז עס באמת א חילול השם און קעגן די הלכה. ווען וועט מען קענען גיין שפאצירען אויף ליע עוועניא מיט א חאלאט און ביים דאווענען זאל מען האבן א רעקל?
Ecco Men's Melbourne Slip On Slip-On Loafer $65
https://amzn.to/34zrfdT

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2314
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » דאנארשטאג יוני 09, 2016 1:35 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:אין קרית יואל איז מען אויך נישט געגאנגעגן מתחילה ביז ר' ברוך שלמה וויינבערגער האט געמאכט א תקנה אז מען מוז גיין מיט חאלאטען...... און ער האט עס אדורך געבראכן

נישט נאר געמאכט א תקנה, נאר אויב א בחור איז געקומען מיט א רעקל האט אים געהייסן דעם אנדערן טאג געדענקן צו קומען מיטן חאלאטל


#אידיש געלט

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2314
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » דאנארשטאג יוני 09, 2016 1:40 pm

farshlufen האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:אין קרית יואל איז מען אויך נישט געגאנגעגן מתחילה ביז ר' ברוך שלמה וויינבערגער האט געמאכט א תקנה אז מען מוז גיין מיט חאלאטען...... און ער האט עס אדורך געבראכן

מאדנע, אין די נו"ן יארן זענען קר"י'לע בחורים געגאנגען מיט חאלאטן אלל-יער-ראונד.

התחיל להשתכח וחזר וייסדו

חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 620
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

תגובהדורך חיימ'ל » דאנארשטאג יוני 09, 2016 2:04 pm

מ'דארף מאכן א פרישע אנקעטע פאר דער וואס האבן געשטימט יא צו זיי האבן עס געמיינט סארקאסטיש אדער עעעערענסט.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5287
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג יוני 09, 2016 2:11 pm

ווער עס מאכט אן אנקעטע האט מן הסתם געשטימט ניין, ווייל אז די עולם גייט נישט מן הסתם פאסט נישט צו גיין,
דעי אלע וואס האבן געשטימט יא מער ווייניגער גייט גאנץ קנאפ אן וואס די אנקעטע גייט ווייזען, בין איך גערעכט?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » דאנארשטאג יוני 09, 2016 2:22 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:ווער עס מאכט אן אנקעטע האט מן הסתם געשטימט ניין, ווייל אז די עולם גייט נישט מן הסתם פאסט נישט צו גיין,
דעי אלע וואס האבן געשטימט יא מער ווייניגער גייט גאנץ קנאפ אן וואס די אנקעטע גייט ווייזען, בין איך גערעכט?
יא ריכטיג
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דאנארשטאג יוני 09, 2016 2:35 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:ווער עס מאכט אן אנקעטע האט מן הסתם געשטימט ניין, ווייל אז די עולם גייט נישט מן הסתם פאסט נישט צו גיין,
דעי אלע וואס האבן געשטימט יא מער ווייניגער גייט גאנץ קנאפ אן וואס די אנקעטע גייט ווייזען, בין איך גערעכט?

ניין,
די סיבה פארוואס מען גייט נישט איז נישט ווייל עס פאסט נישט נאר פשוט ווייל מען שעמט זיך, די זעלבע סיבה פארוואס דער עולם פארט נישט מיט קיין בייקס.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דאנארשטאג יוני 09, 2016 3:04 pm

ניין. נאר מיט הויזן טראגער

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » דאנארשטאג יוני 09, 2016 3:43 pm

הרב שלום קום שוין צו צום תכלית

http://www.amazon.com/Womens-Labcoat-Ou ... =8-1-spell
1 + 1 = חלה דעקל...

חלה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך חלה » דאנארשטאג יוני 09, 2016 3:49 pm

חלהדעקל האט געשריבן:הרב שלום קום שוין צו צום תכלית

http://www.amazon.com/Womens-Labcoat-Ou ... =8-1-spell

הרב שלום וועט טרעפען חסידישע כאלאטען

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3785
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » פרייטאג יוני 10, 2016 6:49 am

ניין, א טאטע ברויך/טאר נישט גיין מיט א חאלאטל!!!
א קינד ברויך זעהן אין זיין טאטען א ראול מאדעל, און דאס מיינט נישט איינער וואס ווייזט אז מען גייט וואס איז באקוועם, מען טראגט עפעס צו ווייזען אז מען קען "אויך" אזוי גיין און לאמיך זעהן ווער עס וועט עפעס זאגען ( און אויב איינער האט אפגעלאכט, דאן זאלסטו מיר גראד דעציללען און איך וועל שוין קעיר נעמען דערפונען...)א טאטע איז דאס העכסטע ביים קינד און ער ברויך גיין אנגעטוהן שיין, צוזאמענגענומען, און לייטיש.
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2663
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » פרייטאג יוני 10, 2016 9:48 am

איך וואלט געמאכט אפגעטיילטע קלאסן, פאר די קינדער וואס די עלטערן גייען מיט א כאלאט, און די קינדער וואס די עלטערן האלטן זיך בדרך אבותינו צו גיין מיט א רעקל, וועסטעל, העמד.
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2314
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » פרייטאג יוני 10, 2016 10:48 am

סמארט גאי האט געשריבן:איך וואלט געמאכט אפגעטיילטע קלאסן, פאר די קינדער וואס די עלטערן גייען מיט א כאלאט, און די קינדער וואס די עלטערן האלטן זיך בדרך אבותינו צו גיין מיט א רעקל, וועסטעל, העמד.

לייק!

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » פרייטאג יולי 27, 2018 11:15 am

איך בין נעכטן געפארן אין די קאר אויף פלאשינג עוו. זעה איך א אינגערמאן שטיפן זיין בעבי אין די קערידשז און נישט מער און נישט ווייניגער..... יאפ, האסט גוט צו געטראפן, ער האט אנגעהאט א... א... א... 3.. 2.. 1.. א חאלאט!,
זאג איך פאר מיין ווייב, קוק איהם אן ממש א מחיה, ער האט סכל,
און איך פרעג איר; דו קוקסט איהם אן אביסל פאני? דו לאכסט אביסל פון איהם? זאגט זי מיר אז ניין, זאג איך, איך אויך נישט,

איז אזוי,
איך גיי נישט מיט א חאלאט ווייל אמממ ס'נישט נארמאל, אבער ווען א צווייטער גייט דערמיט לאך איך בכלל נישט פון איהם, ער האט נישט פארלוירן זיין נארמאלקייט אין מיין אויגן אפילו נישט 1%,
טא פארוואס טוה איך נישט די זעלבע??? קיינער גייט דאך מיר נישט אראפקוקן דערפאר???

רבותי!!! אונז זעמער קאקאריקא! אנחנו קאקאריקא!
#נידער_מיט_די_רעקלעך
#יא_פאר_חאלאטן
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
תמימות'דיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 12:22 pm

תגובהדורך תמימות'דיגער » פרייטאג יולי 27, 2018 11:24 am

איך האב געשטימט אויף יא גיין א חאלאט הגם איך האלט אז די אלגעמיינע חאלעטלעך זענען גרויליג מ"מ געמיינט האב איך די שבת'דיגע חאלעטלעך, וכמנהג האדמורי"ם מגור, סאטמאר, טאהש שליט"א ועוד. און אזוי איז טאקע איינגעפירט אין גור. [אבער לענ"ד שבת אליין איז עס נישט משום כבוד שבת].
כ'בין א תם - נישט א נער

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » פרייטאג יולי 27, 2018 11:28 am

גרויליג מיינסטו אוודאי צו זאגן ווען ס'האלט שוין נאכן צוואנציגסטע וואש וואס דעמאלטס איז אזוי גרעי, איא?
נא, נישט געזארגט, מ'גייט אין געשעפט (דריי גוד אנשטאט קלאודינג) און מ'קויפט א נייע (פאר $25 אנשטאט $250).
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » פרייטאג יולי 27, 2018 12:05 pm

צ/ק יא

נאר פארוואס פונקט די מינע? מקען דאך גיין בעקיטשעס, וואס אמאל האט עס געהייסן חאלט
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3215
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג יולי 29, 2018 12:55 pm

ציטער איך אביסל פון גיין קעגן דעם שטראם, אבער לאמיר טרייען איין מאל.

וויל איך פרעגן א שאלה, ווי אזוי וואלט איר רעאגירט ווען כ" אדמו"ר מקאקאריקא שליט"א קומט איין טאג ארויס פון ביתו נאוה קודש מיט א "ח-א-ל-א-ט"... א פשוט'ע, שיין שווארץ, מיט אלע קנייטשן פריש פונעם בעג אזוי ווי עס פאסט?

דער רבי האט געכאפט א ריק ניין?
אבער איין רגע! וואס איז שלעכט? דער רבי מעג נישט זיין הייס? דארף ער אלס שוויצן מיט זיין רעזוואלקע? ווייל זיין זיידע איז אזוי געגאנגען?!

סא צוויי נקודות.
1) עס איז דא א געוויסע פריוואטקייט וואס א מענטש האט ברבים מער ווי ער האט אין דערהיים, זיינע פריוואטע צרכים טוט ער אין דערהיים נישט אין פאבליק, ווי מער 'אנגעטוען' א מענטש איז אלס מער פריוואט איז ער, א חאלאט איז אין פאקט ווייניגער "אנגעטוען" ווי א רעקל, מיט א חאלאט איז ער כמו מער עקפאוזד צום ציבור, והא ראי' אז אין קאנטרי וועט ער גיין מיט א חאלאט, ווייל עס איז דא ווייניגער מענטשן. פונקט ווי ער וועט גרילן דארט, וואס ער וועט אין שטאט נישט טוען ווייל "דארפסט נישט מיטהאלטן וואס איך גיי היינט עסן פאר סאפער".

2) ר' יוחנן קרי למאני מכבדותא א בגד איז מכבד דעם מענטש, א חאלאט איז נישט אזא בכבוד'יגער מלבוש, נישט ווייל קיינער גייט נישט אזוי, נאר ווייל אזוי איז עס, און עס איז דא מענטשן וואס שפירן אז עס איז נישט לפי כבודם אזוי צו גיין,

איך זאג נישט אז די נקודות איז ביהרג ואל יעבור, איך ברענג נאר ארויס א נקודה למחשבה אויף די פארקערטע זייט.
תולה ארץ על בלימה, יטיב לכם כתיבה וחתימה!

אוועטאר
טיכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

תגובהדורך טיכטיגער » זונטאג יולי 29, 2018 1:27 pm

צו געזונט האט געשריבן:ניין, א טאטע ברויך/טאר נישט גיין מיט א חאלאטל!!!
א קינד ברויך זעהן אין זיין טאטען א ראול מאדעל, און דאס מיינט נישט איינער וואס ווייזט אז מען גייט וואס איז באקוועם, מען טראגט עפעס צו ווייזען אז מען קען "אויך" אזוי גיין און לאמיך זעהן ווער עס וועט עפעס זאגען ( און אויב איינער האט אפגעלאכט, דאן זאלסטו מיר גראד דעציללען און איך וועל שוין קעיר נעמען דערפונען...)א טאטע איז דאס העכסטע ביים קינד און ער ברויך גיין אנגעטוהן שיין, צוזאמענגענומען, און לייטיש.

זעכער... איך מיין איך ווייס פון וועם די רעדסט!
פון די וואס געבן א פלי אריין צו די בעק פון די שטיבל ווען די מנין האלט ביי השיבה, אנעם הוט שטייציך, כ'בין דאך אויפן ראוד א גאנצן טאג (ס'דארף דאך זיין שיין פאר שמחות) און א שאקל צאם דעם רעקל און... איין צוויי און דריי...מאכט צו די אויגן ביק דיך צוויי מאל קלאפ סלח לנו יעצט נאך צוויי און קענסט שוין גיין... :-(
אדער רעדט איר אפשר פון די וואס האבן א רעקל אויך נישט??? ווייל ס'וועט אויסזען פאני אויף מיין שווארצע העמד...
פון וועלכע ראול מאדעל רעדט איר???
נאר וואס? איין זאך:
#העד ענד שאולדערס סינדראם אלערט.
זייטיגע נאטיץ
אויף למעשה מאכט עס אבער נישט קיין סענס אז דאוונען מיט א חאלאט וכדו' איז מער אראפגעקוקט ווי דאוונען אן א הוט אדער אויבער'ראק

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3785
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג יולי 29, 2018 8:07 pm

נעה. איך רעד אז אויך דער קאפעליוטש ברויך זיין שיין, נישט עפעס א דאווענען הוט וואס כאפט א סאנטען אין די טראנק, און ווערט גרין און ברוין.
און אויך ברויך דער פאטער זיין א ראול מאדעל מיט זיין אין שול ווען מען דארף און זיך דרייען מיט וועם מען מעג.
אז דער טאטע האט ארבעטס קליידער בשעת די ארבעט, דאן איז אנדערש. אבער ווען נישט ביי די ארבעט דארף מען אויסקוקן מענטשליך

אבער וואו קומט דא העד ענד שאלדערס? אפשר א נייע סעיינג וואס איך פארשטיי נישט
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:59 pm

תגובהדורך חאצקל פרייליך » זונטאג יולי 29, 2018 8:24 pm

אלימלך ברגר האט געשריבן:א חאלט איז געמאכאט פאר כולל אינגעלייט

מיסטעריעז האט געשריבן:און זאקן איז געמאכט פאר?

געבוירענע כולל אינגעלייט (רעדע איבער די לאנגע זאקן, בדרך כלל איז עס שווארץ אין די וועכנטליכע פינף טעג וואס דער כולל פונקציאנירט).


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פרעג נישט און 8 געסט