מעג איך זאגן תפילת השל"ה?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

חיים משה
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 10:11 pm

מעג איך זאגן תפילת השל"ה?

תגובהדורך חיים משה » דינסטאג יוני 07, 2016 3:11 pm

באקומען אין אישי.

--
וַיָּרֵעוּ אֹתָנוּ הַמִּצְרִים, וַיְעַנּוּנוּ.

ווי קען זיין אז מען נעמט א גאנצע פאלק און מען פייניגט זיי? ווי קען זיין אז דאס פאלק שווייגט? ווי קען מען נעמען מיליאנען היומען ביאינגס און זיי פארקנעכטן ואין פה פוצה ומצפצף? אוודאי איז עס א גזירה פון הימל אבער ווי שטימט עס אין מציאות?

די תירוץ איז, וירעו אותנו המצרים מיינט, די מצריים האבן אונז "געמאכט שלעכט", ווי זאגט נאר יענער אז ער רעדט נישט ח"ו אויף ערליכע אידן, און אוודאי נישט אויף קיין רבנים, קודם מאכט ער אים אויס איד און אויס רב! און דערנאך הייבט ער אן צו רעדן..

דאס איז די עצה פון אלע שונאי ישראל, אז קודם מאכט מען אונז שלעכט, מען שרייט אין אלע גאסן שקצים, מען גייט אויף אלע טעלעוויזיע סטאנציעס און מען דערנידערט אונז, מען שרייבט אז אידן זענען ווערים, אידן זענען מאנקיס, אידן זענען מנובלים, אידן זענען א נידעריגע ראסע, און דערנאך קען מען שוין מאכן מיט אונז וואס מען וויל, און אלע שווייגן!

די קשיא איז אבער שטערקער, אין נעקסטן פסוק שטייט ונצעק אל ד' אלקי אבותינו וישמע ד' את קולנו וירא את ענינו ואת עמלנו ואת לחצנו, אז ווען אידן האבן געשריגן צום אייבערשן האט הקב"ה געהערט און געזען, אויב אזוי פארוואס האט גענומען אזויפיל יארן ביז כלל ישראל האט אנגעהויבן שרייען צום אייבערשטן? ווי קען זיין אז אידן זענען געשטאנען שטיל און נישט איינגעריסן וועלטן?

דער תירוץ איז אז וַיָּרֵעוּ אֹתָנוּ הַמִּצְרִים, די מצריים האבן אונז אליין געמאכט גלייבן די געשיכטע אז מיר זענען שלעכט, די מצריים האבן געשריבן און געהאלטן דרשות ווער זענט עטץ צו בעטן ביים אייבערשטן פאר גוטע קינדער, ווער זענט עטץ צו שרייען צום אייבערשטען אז ענקערע מעשים זענען זיך סותר מיט ענקערע תפילות, עטס סמארטפאון אידן זענט נישט ווערט מתפלל צו זיין, קודם ווארף אוועק די סמארטפאון, און דערנאך קענסטו קלערן פון דאווענען, און אז אידן האבן פארלוירן זייער כח התפלה האט פרעה געווינען און אידן זענען געפאלן און און געפאלן אין די מ"ט שערי טומאה ואין מושיע להם.

רבותי לאמיר זיך נישט לאזן פון זיי, לאמיר עפענען אונזער הארץ צו השי"ת, און זאגן, הייליגער באשעפער, דו ווייסט אונזער מצב דו ווייסט מיט וויפיל מסירת נפש אונז האבן געלייגט א פילטער, דו ווייס אונז פאלג מיר די רבנים און אונז טוה מיר וואס מען הייסט, דו ווייסט וויפיל כוחות און מסירת נפש מיר גייען ארויף ממדריגה למדריגה, דו ווייסט מיט וויפיל שטארקייט אונזערע ווייבער זענען אראפגעגאנגן פונעם סמארטפאון על פי ציווי הרבנים, מיט וויפיל מסירת נפש האבן מיר על פי הוראת הרבנים גענומען א צווייטע טעלעפאן נישט צו נוצן די סמארטפאון אין שול.

אונז וועל מיר זיך נישט לאזן! אונז וועל מיר יא זאגן תפילת השל"ה מיט זידיגע טרערן, אונז וועל מיר זיך נישט לאזן קלאציפיצירן אלס צווייטע קלאס אידן, אונז וועל מיר נישט ווארטן זעקס און אכציג יאר ביז פרעה וועט זאגן תכבד עליהם העבודה, מיר וועלן שוין שרייען צו הקב"ה נלכה נזבחה לאלוקינו,

אונז וועלן זיך נישט לאזן שלעכט מאכן פון די פאר פארדארבענע צבועים וואס שפילן מיט די סטרונעס פון תמימי לב כאילו זיי מיינען כבוד שמים, די זעלבע שקצים וואס האבן אין תשנ"ט חרוב געמאכט די קאושערנעט מערכה און שפעטער די דזשעינעט מערכה מיטן איבערדעקן די מצב מיט א לאלעך און מיטן אויסרייד אז כאילו כמעט קיינער האט נישט קיין אינטערנעט און עכט קען מען זיין אין ביזנעס אן אינטערנעט! מיט די פאלטשע הנחה אז א הכשר אויף דזשעינעט טו מכשיר זיין די טמאנע אינטערנעט, ביז סקולענע רבי האט פאר פיר יאר צוריק געשריגן געוואלד! און דאן איז נתגלה געווארן דער חורבן אז טויזענזער אידן האבן רח"ל געהאט אפענע אינטערנעט פאר איבער צען יאר צייט, ווער עס האט געטון אין איי-טי ווייסט וואס איז פארגעגאנגען, געדענקט נאך די אפענע יאהו טשעטרום'ס אין אפיסעס סיי ביי די מענער און סיי אין עזרת נשים, די עכטע רבנים האבן געשריגן און מוחה געווען און געפאדערט פילטער'ס אבער די אזויגערופענע פאלטשע עסקנים זענען ביזי געווען מיט סידי'ס און מיט איינרעדן דעם עולם אז אינטערנעט אפילו מיט א פילטער איז עק וועלט.

די זעלבע מענטשן מאכן יעצט חרוב די מערכה פאר געפילטערטע סמארטפאונ'ס און זיי ווילן איינרעדן די תמימי לב אז עה! כמעט קיינער דארף נישט קיין סמארטפאון פאר ביזנעס און אז רוב ערליכע אידן האבן בכלומפערשט נישט קיין סמארטפאון, און נאר שקצים דרייען זיך ארום מיט די געפילטערטע ספארטפאון'ס, און כאילו מען פאפט זיך און יענעם אז מען קען זיך נישט באגיין דעראן, און מען וועט אזוי לאנג איבערחזר'ן די ליגנט ביז ווי לאנג עס וועט ווערן אמת!

וירעו אותנו המצריים זיי מאכן אונז שלעכט אז אונז זאל מיר טאקע זיך שפירן נידריג אונז זאל מיר טאקע נישט מער מתפלל זיין וווייל אונז זעמיר ממילא פארפאלן, אז אונז האמיר א סמארטפאון זעמיר ח"ו נישט בארעכטיגט צו לערנען און דאווענען און אונז האמיר פארלוירן די רעכט צו מחנך זיין דורות ישרים ומבורכים, חס מלהזכיר!

ניין! ניין! ניין! אונז וועל מיר נישט משלים זיין מיטן מצב אין גאס אז כלל ישראל איז פארטיג, אונז וועל מיר זיך נישט לאזן פון מענטשן צבועים וואס ווילן איינרעדן די גאס אז אזוי פיל ערליכע אידן האבן המן אין טאש, אונז וועל מיר נישט אננעמען די געשיכטע אז אלע רבנים זענען אונטערגעקויפט, און נאר די פאר אזויגערופענע עסקנים זיי ווייסן דעם אמת!

אונז וועל מיר שרייען און דאווענען צו הקב"ה שוין יעצט!!! יא איך מעג זאגן תפילת השל"ה!


Shlu.pdf
(446.59 KiB) דאונלאודעד 140 מאל

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2658
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג יוני 07, 2016 3:21 pm

Woof...

אויף דעם ארטיקל ווארט איך שוין אזוי לאנג.

איך בין צי אינג צו געדענקן וואס עס איז עלעזשעדלי פארגעקומען מיט קאשער נעט און זשעי נעט, אבער אזוי פיל זעה איך און פיהל, דאס ראדיקאליזאציע וואס האט איבערגענומען טייל עסקנים לעצטענס איז ארויס פון נארמאלע פראפארציע. צאמנעמען חתימות נישט צו קוקן און צורירן א סמארט פאון, ווי כאילו מ'רעדט דא פון מצורעים??

חוץ המעשה, די נושא האשכול איז זייער גוט און אמת.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דינסטאג יוני 07, 2016 3:27 pm

יעדע ווארט אמת, און סמארט פאונס איז נאר איינס פון א סך. מ'טאר זיך נישט לאזן פון די צבועים חסרי דעת, וואס אם אין דעת הבדלה מנין, און אודאי אז קיין דעת תורה איז נישט דארט.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג יוני 07, 2016 3:28 pm

המן ווייסעך האט געהאט א ס"פ, אבער דאס אז בימי השלה"ק איז שוין געווען א ס"פ, דאס איז מיר שוין א חידוש!!....
ווייסט איינער ווען די סטרא אחרא האט ערפונדן די טעקנאלעדזשי פון א ס"פ?

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1333
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » דינסטאג יוני 07, 2016 3:31 pm

איך פארשטיי דו זאגסט אז מען ברויך זאגן תפילת השלה אבער די סמארטפאון שייכות האך איך נישט געכאפט

ווילסט מסביר זיין נאך איין מאל?
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5053
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג יוני 07, 2016 3:32 pm

יהיה כן האט געשריבן:המן ווייסעך האט געהאט א ס"פ, אבער דאס אז בימי השלה"ק איז שוין געווען א ס"פ, דאס איז מיר שוין א חידוש!!....
ווייסט איינער ווען די סטרא אחרא האט ערפונדן די טעקנאלעדזשי פון א ס"פ?

עיי-שיו איי- פאון, איי-פאוד, איי-וועלט. אזוי איז לעצטענס געוען אויף די צעטלך.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5784
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג יוני 07, 2016 3:55 pm

שפתיים ישק צו דעם שרייבער!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2425
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » דינסטאג יוני 07, 2016 3:58 pm

גוט געזאגט, שטארק געזאגט, אמתדיגע ריכטיגע רייד
פאר קריטיק דריקט דא

סעמס
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 23, 2016 8:50 am

תגובהדורך סעמס » דינסטאג יוני 07, 2016 3:59 pm

מאסיווער פיינע ארבייט, ווער איז דער שרייבער?

דעוויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

תגובהדורך דעוויס » דינסטאג יוני 07, 2016 4:02 pm

שלעפשיץ האט געשריבן:איך פארשטיי דו זאגסט אז מען ברויך זאגן תפילת השלה אבער די סמארטפאון שייכות האך איך נישט געכאפט

ווילסט מסביר זיין נאך איין מאל?

ס'געווען צעטלעך אין בית מדרש וועגן זאגן תפלת של"ה מיט סמארטפאונס אין טאש, וועגן דעם שרייבט ער

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » דינסטאג יוני 07, 2016 4:02 pm

אגרי אז מיר זענען נישט שלעכט...

דיסאגרי אז מען קען זיך נישט באגיין אן א סמארטפאון (ווענצעך אוודאי ווער, אבער איך רעד פון אכציג פראצענט ס"פ באנוצער)

נישט שרייען הויעך.....

[ווער עס קען זיך נאר אויס מיט טעכנאלאגיע ווייסט אז א פילטער איז א שטארקע בדיעבד, סיי וויבאלד עס קען זיך אייביג מאכן לעכער און אויך צוליב וואס טעכנאלאגיע ווערט מער פארגעשריטן און עס איז נישט דא קיין גאראנטיע אז פילטערס וועלן אייביג קענען ארבעטן]
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2658
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג יוני 07, 2016 4:07 pm

פלטיאל האט געשריבן:אגרי אז מיר זענען נישט שלעכט...

דיסאגרי אז מען קען זיך נישט באגיין אן א סמארטפאון (ווענצעך אוודאי ווער, אבער איך רעד פון אכציג פראצענט ס"פ באנוצער)

נישט שרייען הויעך.....

[ווער עס קען זיך נאר אויס מיט טעכנאלאגיע ווייסט אז א פילטער איז א שטארקע בדיעבד, סיי וויבאלד עס קען זיך אייביג מאכן לעכער און אויך צוליב וואס טעכנאלאגיע ווערט מער פארגעשריטן און עס איז נישט דא קיין גאראנטיע אז פילטערס וועלן אייביג קענען ארבעטן]

לעכער מאכן זיך ווען מ'פארמאגט נישט קיין ס"פ אויך.

טעכנעלאגיע רוקט זיך פאראויס אויף אזויפיהל, אז אויב וועט מען עס נישט באווייזן צו צושטעלן על טהרת הקודש וועט מען עס עווענטועל אינעווידעבלי האבן באיסור. ווי איך פארשטיי מצד השני, ווי מער פארגעשריטן אלץ מער אפציעס, אריינגערעכנט פילטער מעגליכקייטן.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג יוני 07, 2016 4:10 pm

פיינער ארטיקל
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2658
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג יוני 07, 2016 4:21 pm

איך באנעבעך די מצב, און וואספארא אפגעריסענעם קאמפיין ס'ווערט געפירט דערויף.

איך וויל קלארשטעלן, איך לעצמי בין מודה אז די פועל יוצא אז די גאסן זענען געווארן אסאך ליידיגער פון סמארט פאונס איז א שטארקע מעלה. איך האב נאר לעצטענס געזעהן א קליפ פון א פורים מיט געציילטע יאר צוריק ביי מיין משפחה, יעדער איינער זיצט פארטוהן אין די טעלעפאנען, ס'האט געכאפט אן איבל, און געגעבן א געלענהייט צו פארשטיין און עפרישיעיטן די היינטיגע מציאות.

עכ"ז דארף מען אבער וואוסען פון א גבול, די לעצטע צייט זענען זאכן פארוואנדלט געווארן אין א פורים. זיי רופן כסדר צוזאם מיטינגען, וואו די ציהל איז מטכס עצה זיין "וואס נאך מ'קען טוהן קעגן סמארט פאונס".

ס'איז אמת אז רובא דרובא (ואני בתוכם) דארפן נישט עכט די פאון פאר ביזנעס צוועקן, איז עס אבער א עסענשאל באקוועמליכקייט, און אלעס בתכלית הכשרות. די עפפס, יוזער פריינטליכקייט אין קאנטראסט צו א בעיסיק פאון, קאנטאקטס, מעמאוס, קאלענדאר, קיבאורד, צוטריט צו גוגל הדור, וויקיפידיע, דיקשינערי, ועוד ועוד יעדער לפי תכונת נפשו.

דאס האבן א סמארט פאון מיט א פילטער איז נאכנישט גענוג שלעכט צו נעמען א באדייטנפולע ציבור אידן און זיי מאכן פאר ענדלאזע קאריקאטורן

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » דינסטאג יוני 07, 2016 4:21 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:לעכער מאכן זיך ווען מ'פארמאגט נישט קיין ס"פ אויך.

אויב פארשטייסטו נישט די נפק"מ דאן גלייב איך נישט אז דו וועסט עס (ווילן) פארשטיין נאך מיין הסברה

שאהן הענניטי האט געשריבן:טעכנעלאגיע רוקט זיך פאראויס אויף אזויפיהל, אז אויב וועט מען עס נישט באווייזן צו צושטעלן על טהרת הקודש וועט מען עס עווענטועל אינעווידעבלי האבן באיסור. ווי איך פארשטיי מצד השני, ווי מער פארגעשריטן אלץ מער אפציעס, אריינגערעכנט פילטער מעגליכקייטן.


איך וואלט גענומען די שטארקייט און דיסאגריעט נאכאמאל. א פילטער ארבעט בלויז אויף די טעכנאלאגיע פון היינט צוטאגס, וואס עס וועט זיין אין צען יאר ארום איז נישט דא קיין שום גאראנטיע. עס איז ביטער שווער צו פארלאטענען א צוריסענע זאק וואס פראדיצירט פרישע לעכער, דו קענסט טאקע צונייען דא לייגן א לאטע דארט אבער א גאראנטיע האסטו נישט.

ווי איך פארשטיי איז דער שמועס דא און איבעראל אויף 'סמארטפאונס' נישט אויף 'קאמפיוטערס' אדער 'טעבלעטס' וואס אויף דעם גילט דער כלל פון אויבן אז ווער עס פארשטייט נישט די חילוק וועט עס נישט פארשטיין אפילו נאך הסברה.

אויב באווייזט מען צו אראפברענגען דער אימעידזש פון זיך דרייען מיט א סמארטפאון איז עס לדעתי און נאכאמאל לדעתי גאר א שטארקע זאך.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:59 pm

תגובהדורך חאצקל פרייליך » דינסטאג יוני 07, 2016 4:26 pm

דעוויס האט געשריבן:
שלעפשיץ האט געשריבן:איך פארשטיי דו זאגסט אז מען ברויך זאגן תפילת השלה אבער די סמארטפאון שייכות האך איך נישט געכאפט

ווילסט מסביר זיין נאך איין מאל?

ס'געווען צעטלעך אין בית מדרש וועגן זאגן תפלת של"ה מיט סמארטפאונס אין טאש, וועגן דעם שרייבט ער

viewtopic.php?p=1236354#p1236354

סעמס
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 23, 2016 8:50 am

תגובהדורך סעמס » דינסטאג יוני 07, 2016 4:31 pm

חאצקל פרייליך האט געשריבן:
דעוויס האט געשריבן:
שלעפשיץ האט געשריבן:איך פארשטיי דו זאגסט אז מען ברויך זאגן תפילת השלה אבער די סמארטפאון שייכות האך איך נישט געכאפט

ווילסט מסביר זיין נאך איין מאל?

ס'געווען צעטלעך אין בית מדרש וועגן זאגן תפלת של"ה מיט סמארטפאונס אין טאש, וועגן דעם שרייבט ער

viewtopic.php?p=1236354#p1236354

איך מיין אז סאיז גאנץ פארשטענדליך אז דארט רעדט זיך פון ס״פ אן קיין כשרן פילטער

אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:59 pm

תגובהדורך חאצקל פרייליך » דינסטאג יוני 07, 2016 4:35 pm

אגב, כשלעצמי האב איך זייער הנאה געהאט פון דעם ארטיקל. כ'האב נאר געוואלט א טובה טון שלעפשיץ ודעימיה וואס האבן געוואלט וויסן איבער וואס מ'רעדט דא.

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2183
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דינסטאג יוני 07, 2016 4:35 pm

דעוויס האט געשריבן:
שלעפשיץ האט געשריבן:איך פארשטיי דו זאגסט אז מען ברויך זאגן תפילת השלה אבער די סמארטפאון שייכות האך איך נישט געכאפט

ווילסט מסביר זיין נאך איין מאל?

ס'געווען צעטלעך אין בית מדרש וועגן זאגן תפלת של"ה מיט סמארטפאונס אין טאש, וועגן דעם שרייבט ער


גראדע וויענער בית המדרש אין וויליאמסבורג איז פון די איינציגע בתי מדרשים וואו עס ווערט אויפגעפאדערט מטעם דעם רב שליט"א אז יעדער וואס קומט אריין אין שול זאל האבן א סטיקער פון א פילטער אויף זיין סמארט פאון. נעמליך, קענסט האבן דיין טעלעפאן, אבער מאך זיכער אז עס האט א צייכן, א סטיקער, פון משומר גדר אדער אן אנדערע פילטערינג.

כ'האב הנאה געהאט אז ס'איז נאך ב"ה פארהאן נארמאלקייט אין שטאט.

דעוויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

תגובהדורך דעוויס » דינסטאג יוני 07, 2016 4:36 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:
פלטיאל האט געשריבן:אגרי אז מיר זענען נישט שלעכט...

דיסאגרי אז מען קען זיך נישט באגיין אן א סמארטפאון (ווענצעך אוודאי ווער, אבער איך רעד פון אכציג פראצענט ס"פ באנוצער)

נישט שרייען הויעך.....

[ווער עס קען זיך נאר אויס מיט טעכנאלאגיע ווייסט אז א פילטער איז א שטארקע בדיעבד, סיי וויבאלד עס קען זיך אייביג מאכן לעכער און אויך צוליב וואס טעכנאלאגיע ווערט מער פארגעשריטן און עס איז נישט דא קיין גאראנטיע אז פילטערס וועלן אייביג קענען ארבעטן]

לעכער מאכן זיך ווען מ'פארמאגט נישט קיין ס"פ אויך.

טעכנעלאגיע רוקט זיך פאראויס אויף אזויפיהל, אז אויב וועט מען עס נישט באווייזן צו צושטעלן על טהרת הקודש וועט מען עס עווענטועל אינעווידעבלי האבן באיסור. ווי איך פארשטיי מצד השני, ווי מער פארגעשריטן אלץ מער אפציעס, אריינגערעכנט פילטער מעגליכקייטן.

יאפ גוט געזאגט, נישטא קיין גרויסע ברירה, די וואס מוזן האבן על טהרת הקודש אז נישט סטראשען זיי באיסור..

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2658
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג יוני 07, 2016 4:39 pm

אנטשולדיגט, בכלל נישט געווען קיין סטראשע. דו האלטסט אנדערש?

דעוויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

תגובהדורך דעוויס » דינסטאג יוני 07, 2016 4:48 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:אנטשולדיגט, בכלל נישט געווען קיין סטראשע. דו האלטסט אנדערש?

וואסערע ווערטער איז דאס אז טאמער מ'וועט נישט באווייזן [ווער דארף?] צו מאכן א כלי על טהרת הקודש גייט ער האבן באיסור. דו רעדסט אוודאי פון אידן שומרי תורה ומצוות

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג יוני 07, 2016 4:52 pm

דעוויס האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:אנטשולדיגט, בכלל נישט געווען קיין סטראשע. דו האלטסט אנדערש?

וואסערע ווערטער איז דאס אז טאמער מ'וועט נישט באווייזן [ווער דארף?] צו מאכן א כלי על טהרת הקודש גייט ער האבן באיסור. דו רעדסט אוודאי פון אידן שומרי תורה ומצוות

ביי קאמפיוטערס האט מען אויך גערעדט פון אידן שומרי תורה ומצוות, און וואס האט עס אויפגעטוהן? אז צען יאר זענען אידן געזיצן מיט אומגעפילטערטע קאמפיוטערס פארן זעלבן סיבה, ווייל עע מע רוב ביזנעסער קענען אנגיין אן אינטערנעט.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דינסטאג יוני 07, 2016 4:56 pm

להודיע, איך מיין אז אין אלע סאטמערע בתי מדרשים קען מען נישט אריינקומען מיט א סמארט פאון אן א סטיקער. פארשטיי איך נישט וואס דאס מיינט אז וויענע בית המדרש איז פון די איינציגסטע.
רצונינו לעשות רצוניך.

דעוויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

תגובהדורך דעוויס » דינסטאג יוני 07, 2016 4:57 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:
דעוויס האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:אנטשולדיגט, בכלל נישט געווען קיין סטראשע. דו האלטסט אנדערש?

וואסערע ווערטער איז דאס אז טאמער מ'וועט נישט באווייזן [ווער דארף?] צו מאכן א כלי על טהרת הקודש גייט ער האבן באיסור. דו רעדסט אוודאי פון אידן שומרי תורה ומצוות

ביי קאמפיוטערס האט מען אויך גערעדט פון אידן שומרי תורה ומצוות, און וואס האט עס אויפגעטוהן? אז צען יאר זענען אידן געזיצן מיט אומגעפילטערטע קאמפיוטערס פארן זעלבן סיבה, ווייל עע מע רוב ביזנעסער קענען אנגיין אן אינטערנעט.

מ'רעדט דא פון סמארטפאונס, ווי פלטי האט פריער געזאגט וועט א סמארטפאון איד נישט קענען פארשטיין די פשוטע קאמפיוטער אידן.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט