העלפטס אראפ נעמען די עפל'ע פון בוים.

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

העלפטס אראפ נעמען די עפל'ע פון בוים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

בס''ד


געשריבען צום בעפארשטייענדיגען בוני עולם דינער, זונטאג בהר אין ב''פ.
ליינט, האט הנאה און קומט ווייזען אייער סאפאורט פאר די אלע פארפעלקער המצפים לישועה,
און בשכר זה וועט איהר געבענטשט ווערען בכל מילי דמיטב. א דאנק.


ניגון : בהר המורי'
לחן : מאטי אילאוויטש



א) ארויף דעם שווערן בארג
ווינטן בלאזן שטארק
זיך מיטגענומען מזון וצידה
דאס ליבשאפט עס דערקענט
אנגעכאפט ביי די הענט
שפאצירט, דער אייניקל מיטן זיידע


א) דעם פעלד דעם גרינעם
באטראכטן זיי טוהען איהם
דער זיידע פארציילט און ערקלערט
דער מח'ל דעם יונגען
מיט דורשט טוט זי שלונגן
אין זכרון, פארבליבען עס ווערט


א) זיידעניו אויב איך מעג
אפגעמוטשעט בין איך פון וועג
צו איז נאך דא עפעס וואס צו נאשען
דער הונגער טוט ברימען
אבער פון וואס מ'האט מיטגענומען
אויסגעליידיגט זענען שוין די טאשען


ב) מיין קינד הלואי
גרינגער מאכן דעם וויי
לאמיר פראבירען דא אין פעלד צו געפינען
א גרינצייג צו א פרי
שעפעלע טייערע
ווייל דיין ווייטאג קען איך נישט פארגינען


ב) מיטאמאל פאר זייערע קעפעלעך
א בוים מיט רויטע זיסע עפלעך
זיידי זעה ווי דער בורא איז מכין מזון
אבער די עפלעך זענען צו הויך
ארויף צו קריכען נישטא קיין כח
צו איז זייער הילף ווי א חלום פארבלאזן


ג) ווען דער זיידע זיך דערמאנט
אין טאש שטעקט אריין די האנט
און נעמט ארויס א מטבע פון אייזן הארט
צום צווייג מיט קראפט געט ער א ווארף
די עפל'ע פאלט צו דעם וואס דארף
דאס קינד שמייכעלט, שוין מער נישט פאר'צער'ט.


*******


א) אין שוהל דארט ביים וואנט
שטייט זי אנגעלאנט
ביים מחיצה מיט אויגען פארמאכט
איהר שוועסטער מאכט א ברית
באטייליגען אודאי זי מוז
כאטש ס'איז איהר בכלל נישט לייכט


א) אין הארץ אזא הונגער
איהר שוועסטער איז פון איהר יונגער
מיט 5 יאר דאך האלט זי ביים דריטען
אויף די בושות אויך געווען מוותר
היינט אנגענומען דעם קוואטער
אבי זי זאל, אויך האלטען דא צום גוטען


ב) סגולות און תחנונים
עצות פון אלע מינים
צו קענען האלדזן א קינד אוי ווי זי באגערט
שוין פראבירט אזויפיהל מיטלען
די רחמנות בליקן וואס באטיטלען
אבער פאר אן אייגן קינד איז אלעס ווערט


ב) דאקטוירים געבן האף
צו איהר פיין איז דא א סוף
אבער פון ווי נעמט מען די סכומים אדירים
צום הימל מיט אויגען פארוויינט
טאטע שיק אן עפעלע בא'חן'ט
וזכנו לגדל בנים מאירים


ג) אידן איהר האט די ברירות
אראפצוברענגן זיסע פירות
ווערטס א שותף אין בוני עולם'ס פעולה
נעמט ארויס די מטבע
און מיט סייעתא דשמיא
ברענגן ליכטיגקייט צו משפחות פיהלע.
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

אין מילים.........אבל יש דמעות..... ויהיה גם מעות........
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

סביב העולם האט געשריבן:אין מילים.........אבל יש דמעות..... ויהיה גם מעות........
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

אויסטערליש!!

א טייערע הארציגע געדאנק, מיר דארפן געדענקן אונזערע ברודער און שוועסטער אין זייער קלעם. לאמיר נעמען די מטבע'לעך און ווארפן מיט שפע, עס זאל פליסן השפעות משמים און די נשמה'לעך די דופטיגע עפעלעך וועלן פאלן מיט א ברייטקייט.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

WOW א גוטס א הערליכע געדאנק איינמאל איך האב עס געליינט וואונדערט מיר ווי אזוי קען זיין אז עס איז נאך קיינעם נישט איינגעפאלן ביז יעצט אזא שיינע געדאנק פארוואס האב איך עס נישט געטראכט ביז יעצט אזוי פאסיג אזא גוטע משל ממש ברענגט ארויס די פעולה וואס די געלט טוט אויף אזוי פשוט אין גראד
בד"וו איז עס אחוץ א גוטע געדאנק זייער הארציג אין באחנ'ט אראפ געלייגט, אזש ביז טרערן
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

הערליך הערליך @גראם, אויסערגעווענדליך ווארעם און הארציג אראפ געלייגט! און דאס קען נישט קיינער טיען ווי די @גראם א גרויסען דאנק אייך! און שרייב נאך!
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

רבותי, איך ווייס אז מעגליך איז די ריזיגע פי.אר. פון בוני עולם אפשר אביסל איבערגעטריבען, אבער בשם די הונדרעטער יונגעלייט וואס קוקען ארויס אויף די נאכט, בעהט איך אייך קומט צום דינער היינט נאכט און נעמט א חלק אינעם עתיד פון אונזערע דורות, ובשכר זה זאלט איהר קיינמאל נישט דארפען צוקומען צו קיין שום ארגענאזעישאן, נאר ימלא ה' כל משאלותיכם לטובה.א דאנק.

החותם בידידות,
א גראם מיט טעם.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

זייער טרעפליך....

@גראם איך ווייס נישט צו איך האב מיר שוין אמאל באדאנקט צו דיר, אויב נישט נעם עס יעצט, איך דארף דיר נישט מסביר זיין, דו ווייס אליינס אויף וואס דו טויגסט און ווי אזוי דו ביסט מחיה דעם עולם דא, מיין דאנק פאר דיר איז אין א תגובה ווי גוט דו שרייבסט, נאר ענדערש און א פלאן צו אפשיקן אפאר דאלער פאר בוני עולם.

שכוח גראמי פאר ביז יעצט און איך בעט אויף ווייטער
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

ארויף צום דינער מארגען נאכט אין ב"פ.
בשם אלע יונגעלייט המצפים לישועוה בעהטן מיר אייך:
"קומטס העלפן אראפ נעמען די עפלעך פון בוים"

א דאנק און זאל דער זכות ענק ביישטיין איר זאלט נישט וויסען פון קיין צער ויגון, און קענען מאכען שמחות מתוך הרחבת הדעת געזונטערהייט.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

מארגען אדער זונטאג בהר?
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

מארגן.
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

ארויף צום בעפארשטיינדיגן דינער אין ב"פ. ובשכר מצוה זו ישפע שפע רב לנו ולכל ישראל אמן.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”