פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2011 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוםפרקן »

נאכ'ן דאווענען מיט'ן לאנגן תחנון היינט צופרי, האט זיך שוין געבענקט נאך די נעכטיגע ברייטע תיקונ'ס.
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

יאך זעה אז דער עולם קריטיקירט גאלדענע פעדער אז ער זאל נישט קריטיקירען, איך שטעל מיך פאר אז ער האט נישט דוקא געמיינט דעם פרישטיג נעכטען אין ביהמ"ד נאר דאס פרעס ארום ארום ודי נאר עס האט דא אויסגעפלאצט.
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

@שרייבטאראפ @נאטירליך @שמו. ;l;p- ,אגרי מיט יעדע ווארט!
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:@בוידעם נישט מיט אייך, האב איך און דעם אנדערען אשכול זיך גע׳טענה׳ט? (וועגען דעם פיש נושא) אינטערסאנט.. עניווע, כ׳האב נישט קיין סאך צייט יעצט, אבער, בקיצר נמרוץ איז מיין תשובה צי דיר אזוי.
און אויך געוויזן דארט - מיט די זעבע בחינה נאר אויף אן אנדער אופן - אייער בקיאות אין הבנה אין אידיש מסורת, און היסטאריע...

נאטיץ:
הוילט אויס אביסעלע פונעם גאלד ס׳זאל אריין אביסעל טינט,
קיין זארג, וועט נאך זיין און הייסן גאלדן פעדער.
אוועטאר
יונהלע
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 21, 2013 12:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונהלע »

רצון טוב האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:איך האב נישט געוויסט אז געבן א ביסל האול וויט ברויט מיט טונא און הערניג אין שוהל הייסט פרעס. איך האב געמיינט אז עס מיינט עסן. שוין, ב"ה איהר האט מיך אויפגעקלערט.

די רעדע פינעם פותח האשכול איז פון די וואס פארוואנדלען עס אין א פרעס.

וואס למשל איז געווען צו "פרעסן" און שול? מ'האט גע'גרילט פלייש? געגעסן פיצא? ווי אזוי וואגט זיך א יונגערמאן אן צוריפן ווי יודען עסן לע"נ א צדיק (אביסל טונא און הערינג) פרעס?
זאג נאר, כ"ו אב פרעסן יודען אין ביהמ"ד?...

עס דערמאנט מיר א מעשה, א יוד איז געקומען פרעגען זיין רבי'ן אויף א געוויסע צדיק וואס פלעגט פאסטען תעניתים צו דאס וואס יענע צדיק פאסט איז פון כח הקדושה אדער קומט עס פון די חלילה פון גאווה? האט אים זיין רבי גענטפערט צו די אלע פרעסערייען וואס דו עסט איז דיר נאך קיינמאל נישט איינגעפאלן צו פרעגען צו ס'איז מצד הקדושה אדער טמאה נאר ווען אן ערליכע יוד טוט עפעס האסטו פראגעס...

דאס זעלבע זאך גייט דא פאר. ווען מ'מאכט אלע מיני צוזאמקום'ס, ראלי'ס פאר יודען און להבדיל..., צודרייטע דינער'ס פאר ארגענעזשאן, אינדאר, אויפן גאס, אויף שיפען, מענער, פרויען, דעמאלטס האט קיינער נישט קיין פראבלעם קיינער פרעגט נישט צו מען מעג יא אדער נישט?, צו ס'ברענגט כבוד שמים? אדער צו דאס האבן צדיקים געוואלט ?
אבער ווען מ'גיבט עפעס פאר א צדיק האלט מען שוין אפען עטליכע אשכולות "צו דאס געבן צו עסן און שול איז אויסגעהאלטן?"
"צו דאס האט דער צדיק געוואלט?"
"ברענגט עס כבוד פארן צדיק?"
"א בריוו צו די אייניקליך"

וואס וואלט די הייליגע רבי לוי יצחק געזאגט אזא צייט?
מ'דארף צוריק ברענגען די הייליגע באדיטשווער צדיק עמערטשענסי!
אוועטאר
שרייבטאראפ
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייבטאראפ »

פערפעקט האט געשריבן:
שרייבטאראפ האט געשריבן:עוד רגע אדבר:

נ.ב. זייט מיר מוחל פאר'ן נעמן דעם שופר אין די האנט, אבער איך שפיר בכלל לעצטענס בלאזט אביסל אזא נעגאטיווע ווינטל דא אין וועלטל, ווען עס איז געווארן אביסל מער אין-סטייל צו קריטיקירן, אוועקמאכן, אפפרעגן, און מבטל זיין דברי חבירו, אויף א א פארנעם וואס האט נישט עקזיסטירט אמאל צווישן אונז דא, איך מיין עס דארף א שטיקל מזרזין למזורזין צו מתקן זיין, בפרט אצינד אין די ימי הספירה, ווען מ'דארף מתקן זיין דעם ענין פון לא נהגו כבוד זה לזה..

אזוי נעגעטיוו צו זיין?? :wink:


איז דאס טאקע דאס גאנצע וואס דו האסט ארויס צו נעמען פון מיין זאכליכע תגובה, און אביסל סארקאזם ווארפט שוין אלעס אפ?




יונהלע האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:איך האב נישט געוויסט אז געבן א ביסל האול וויט ברויט מיט טונא און הערניג אין שוהל הייסט פרעס. איך האב געמיינט אז עס מיינט עסן. שוין, ב"ה איהר האט מיך אויפגעקלערט.

די רעדע פינעם פותח האשכול איז פון די וואס פארוואנדלען עס אין א פרעס.

וואס למשל איז געווען צו "פרעסן" און שול? מ'האט גע'גרילט פלייש? געגעסן פיצא? ווי אזוי וואגט זיך א יונגערמאן אן צוריפן ווי יודען עסן לע"נ א צדיק (אביסל טונא און הערינג) פרעס?
זאג נאר, כ"ו אב פרעסן יודען אין ביהמ"ד?...

עס דערמאנט מיר א מעשה, א יוד איז געקומען פרעגען זיין רבי'ן אויף א געוויסע צדיק וואס פלעגט פאסטען תעניתים צו דאס וואס יענע צדיק פאסט איז פון כח הקדושה אדער קומט עס פון די חלילה פון גאווה? האט אים זיין רבי גענטפערט צו די אלע פרעסערייען וואס דו עסט איז דיר נאך קיינמאל נישט איינגעפאלן צו פרעגען צו ס'איז מצד הקדושה אדער טמאה נאר ווען אן ערליכע יוד טוט עפעס האסטו פראגעס...

דאס זעלבע זאך גייט דא פאר. ווען מ'מאכט אלע מיני צוזאמקום'ס, ראלי'ס פאר יודען און להבדיל..., צודרייטע דינער'ס פאר ארגענעזשאן, אינדאר, אויפן גאס, אויף שיפען, מענער, פרויען, דעמאלטס האט קיינער נישט קיין פראבלעם קיינער פרעגט נישט צו מען מעג יא אדער נישט?, צו ס'ברענגט כבוד שמים? אדער צו דאס האבן צדיקים געוואלט ?
אבער ווען מ'גיבט עפעס פאר א צדיק האלט מען שוין אפען עטליכע אשכולות "צו דאס געבן צו עסן און שול איז אויסגעהאלטן?"
"צו דאס האט דער צדיק געוואלט?"
"ברענגט עס כבוד פארן צדיק?"
"א בריוו צו די אייניקליך"

וואס וואלט די הייליגע רבי לוי יצחק געזאגט אזא צייט?
מ'דארף צוריק ברענגען די הייליגע באדיטשווער צדיק עמערטשענסי!


זאגסט גוט, און איך האב דאס שוין ארויסגעברענגט פריער באריכות אין מיין תגובה, קוק דאס נאך זיי מוחל.

באמת וואלט דער נושא פון היינטיגע דינער סטיילס וואלט פארדינט א אשכול פאר זיך..




טייערער ר' "גאלדענע פעדער", איר האט דעם טאלאנט און שרייבט זייער גוט, כשמו כן הוא, אבער פארוואס עס נוצן פאר נעגאטיוויטי, האלט עס טאקע "גאלד".

איך בין דיסעפוינטעד פון דעם אויסבראך דא קעגן די עסקני-קערעסטיר אין א האלבן דאזן אשכולות, מיט עפעס א היץ און אטאקעס וואס מ'האט שוין לאנג נישט געזעהן, כאילו דאס איז דער פירצת הדור אדער דער גרעסטער משוגעת אין די היינטיגע צודרייטע וועלט.

כ'האב מאריך געווען אין מיין אריגינאלע תגובה אלע צדדים בטוב טעם ודעת, ומשם תדרשנו לטובה, מי יתנני ירחי קדם, ווען מ'האט אויסגעשמועסט א נושא ווי ערוואקסענע פארשטענדיגע אינטעליגענטע לייט.

אויב איז דא ווער עס איז אינטערעסירט אין אינטעליגענט-דיסקאשען נישט בלויז אין קינדערישע קריגערייען, און פלייצע-געקלאפעכטץ, קען דאס איבערליינען און רעאגירן.

אז נישט איז פשוט א שאד געווען פאר מיין צייט פון ליינען/שרייבן און רעאגירן.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

יקוםפרקן האט געשריבן:נאכ'ן דאווענען מיט'ן לאנגן תחנון היינט צופרי, האט זיך שוין געבענקט נאך די נעכטיגע ברייטע תיקונ'ס.

ענדלט שטארק אין די טענת הר... מה העבודה הזאת לכם, ווער האט כוח צו די לאנגע תחנון'ס, ענדערש קנאקן הערינג און אייער קיכל....
תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמהואומר »

שרייבטאראפ האט געשריבן:איך בין דיסעפוינטעד פון דעם אויסבראך דא קעגן די עסקני-קערעסטיר אין א האלבן דאזן אשכולות, מיט עפעס א היץ און אטאקעס וואס מ'האט שוין לאנג נישט געזעהן, כאילו דאס איז דער פירצת הדור אדער דער גרעסטער משוגעת אין די היינטיגע צודרייטע וועלט.


נאר צו פארענטפערן,
ווי איך פארשטיי איז די האלבע דאזן אשכולות געקומען נאך וואס קערעסטיר האט געעפנט א האלבע דאזן אשכולות, דוק ותשכח

און בכלל איז גוט צו וויסן, אז די מענטשן וואס טוט זיי עפעס וויי, און די ניקים וואס שרייען דא, פארטרעטן נאך הונדערטער וואס באזוכן נישט דא, ס'איז כדאי אביסל צוצולייגן אן אויער און פארשטיין וואס זיי זאגן, און נישט אוועקפירן דאס כאילו מ'מיינט דא מוחה צו זיין אנטקעגן די גרעסטע פירצה
ניין ס'איז אבסאלוט נישט די גרעסטע פירצה, ס'איז נאר פשוט יעצט עומד על הפרק, [מיט די אלע אשכולות וואס ס'איז געווארן געעפנט] .
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרוזים »

תמהואומר האט געשריבן:און בכלל איז גוט צו וויסן, אז די מענטשן וואס טוט זיי עפעס וויי, און די ניקים וואס שרייען דא, פארטרעטן נאך הונדערטער וואס באזוכן נישט דא, ס'איז כדאי אביסל צוצולייגן אן אויער און פארשטיין וואס זיי זאגן, און נישט אוועקפירן דאס כאילו מ'מיינט דא מוחה צו זיין אנטקעגן די גרעסטע פירצה
ניין ס'איז אבסאלוט נישט די גרעסטע פירצה, ס'איז נאר פשוט יעצט עומד על הפרק, [מיט די אלע אשכולות וואס ס'איז געווארן געעפנט] .

דערפאר האב איך הנאה געהאט צו זעהן דעם ציבור'ס טענה'ס, ווייל ס'האט מיר געגעבן די געלגענהייט מסביר צו זיין, (אביסל) וואס דא טוט זיך
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

איך פיל אז סאיז ממש איבריג מגיב צו זיין אויף @גאלדענע פעדער. אזאנע שטותים האב איך שוין לאנג נישט געליינט, ממעג געבן צו עסן פאר יודן נאר ווען סאיז פיקוח נפש... מיין איינציגסטע לימוד זכות אויף אים איז אז מסתמא האט ער א רעסטאראנט און ער האט עס געפילט אין זיין טאש. וואס איך האב יא ארויסגענומן איז אז אין יעדע ביהמ'ד איז געווען נעכטן אנגעגרייט פרישטיג אבער ליידער אין מיין ביהמ'ד איז נישט געווען, און כדי תשובה צו טוהן באותו מקום, האב איך היינט נאכן דאווענען געזעהן אז סזאל זיין צוגעשטעלט א פיינעם תיקון לענ"ש , סידאך נאך אין די דריי טעג פונם יארצייט
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
אוועטאר
טיפיקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפיקעל »

יונהלע האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:איך האב נישט געוויסט אז געבן א ביסל האול וויט ברויט מיט טונא און הערניג אין שוהל הייסט פרעס. איך האב געמיינט אז עס מיינט עסן. שוין, ב"ה איהר האט מיך אויפגעקלערט.

די רעדע פינעם פותח האשכול איז פון די וואס פארוואנדלען עס אין א פרעס.

וואס למשל איז געווען צו "פרעסן" און שול? מ'האט גע'גרילט פלייש? געגעסן פיצא? ווי אזוי וואגט זיך א יונגערמאן אן צוריפן ווי יודען עסן לע"נ א צדיק (אביסל טונא און הערינג) פרעס?
זאג נאר, כ"ו אב פרעסן יודען אין ביהמ"ד?... כ״ו אב גיט מען לקח און בראנפען און פערטיג, משא״כ דא האט מען געגעבן לאקס ספרעד, יאגורט, אראנדזש זשוס, א פול ברעקפעסט מענו, צו האקען און צו בריקען, אויסדריקליך פרעס, לגבי כ״ו אב

עס דערמאנט מיר א מעשה, א יוד איז געקומען פרעגען זיין רבי'ן אויף א געוויסע צדיק וואס פלעגט פאסטען תעניתים צו דאס וואס יענע צדיק פאסט איז פון כח הקדושה אדער קומט עס פון די חלילה פון גאווה? האט אים זיין רבי גענטפערט צו די אלע פרעסערייען וואס דו עסט איז דיר נאך קיינמאל נישט איינגעפאלן צו פרעגען צו ס'איז מצד הקדושה אדער טמאה נאר ווען אן ערליכע יוד טוט עפעס האסטו פראגעס... הוא אשר דברנו,, דא רעדט מען פון פרעסערייען, מרבה צו זיין באכילה, כאילו ס׳איז ערב יום כיפור, בכלל נישט וואס ר׳ ישעיה׳לע האט געטון, והא ראיה אז די אלע חברה זענען בכלל נישט עוסק אין דעם צומארגענס פונעם יארצייט

דאס זעלבע זאך גייט דא פאר. ווען מ'מאכט אלע מיני צוזאמקום'ס, ראלי'ס פאר יודען און להבדיל..., צודרייטע דינער'ס פאר ארגענעזשאן, אינדאר, אויפן גאס, אויף שיפען, מענער, פרויען, דעמאלטס האט קיינער נישט קיין פראבלעם קיינער פרעגט נישט צו מען מעג יא אדער נישט?, צו ס'ברענגט כבוד שמים? אדער צו דאס האבן צדיקים געוואלט ? ניין, אבער דא רעדט מען איין כאילו ס׳איז ממש עבודת השם, ווייל ר׳ ישעיה׳לע האט געטיילט מלוה מלכה.
אבער ווען מ'גיבט עפעס פאר א צדיק האלט מען שוין אפען עטליכע אשכולות "צו דאס געבן צו עסן און שול איז אויסגעהאלטן?"
"צו דאס האט דער צדיק געוואלט?"
"ברענגט עס כבוד פארן צדיק?"
"א בריוו צו די אייניקליך"
מען גיבט פארן צדיק?
וואס וואלט די הייליגע רבי לוי יצחק געזאגט אזא צייט?
מ'דארף צוריק ברענגען די הייליגע באדיטשווער צדיק עמערטשענסי!

צו ווייסטו אז דער הייליגער בארדיטשעווער האט געהאט נאך גרויסע מדריגות? אהבת השם, דביקות בשם, יראת השם, די היינטיגע וועלט וויל נאר זיך צופרידענשטעלן מיטען נייעם דרך פון love פאר יעדן איד,, אויף דעם ברענגט מען דעם בארדיטשעווער ,,, אויף דעם האט שוין דער רבי זי״ע פארפירט
אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 18, 2009 4:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעלנער »

עס זעהט אויס אז דער עום דא ווייסט נישט אז חוץ תיקון אין די בתי מדרשים, האבן רעסטוראנען צוגעשטעלט אומזיסט פיצא און אנדערע מאכלים לע'נ ר' ישעי'לע.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

קעלנער האט געשריבן:עס זעהט אויס אז דער עום דא ווייסט נישט אז חוץ תיקון אין די בתי מדרשים, האבן רעסטוראנען צוגעשטעלט אומזיסט פיצא און אנדערע מאכלים לע'נ ר' ישעי'לע.

איז דאך גוט... ווען די רעסטוראנטן וואלט ווען גיגעבן הערינג אומזיסט אין די שוהלן פיצא וואלט געווען א פראבלעם.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

טיפיקעל האט געשריבן:
יונהלע האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:איך האב נישט געוויסט אז געבן א ביסל האול וויט ברויט מיט טונא און הערניג אין שוהל הייסט פרעס. איך האב געמיינט אז עס מיינט עסן. שוין, ב"ה איהר האט מיך אויפגעקלערט.

די רעדע פינעם פותח האשכול איז פון די וואס פארוואנדלען עס אין א פרעס.

וואס למשל איז געווען צו "פרעסן" און שול? מ'האט גע'גרילט פלייש? געגעסן פיצא? ווי אזוי וואגט זיך א יונגערמאן אן צוריפן ווי יודען עסן לע"נ א צדיק (אביסל טונא און הערינג) פרעס?
זאג נאר, כ"ו אב פרעסן יודען אין ביהמ"ד?... כ״ו אב גיט מען לקח און בראנפען און פערטיג, משא״כ דא האט מען געגעבן לאקס ספרעד, יאגורט, אראנדזש זשוס, א פול ברעקפעסט מענו, צו האקען און צו בריקען, אויסדריקליך פרעס, לגבי כ״ו אב

עס דערמאנט מיר א מעשה, א יוד איז געקומען פרעגען זיין רבי'ן אויף א געוויסע צדיק וואס פלעגט פאסטען תעניתים צו דאס וואס יענע צדיק פאסט איז פון כח הקדושה אדער קומט עס פון די חלילה פון גאווה? האט אים זיין רבי גענטפערט צו די אלע פרעסערייען וואס דו עסט איז דיר נאך קיינמאל נישט איינגעפאלן צו פרעגען צו ס'איז מצד הקדושה אדער טמאה נאר ווען אן ערליכע יוד טוט עפעס האסטו פראגעס... הוא אשר דברנו,, דא רעדט מען פון פרעסערייען, מרבה צו זיין באכילה, כאילו ס׳איז ערב יום כיפור, בכלל נישט וואס ר׳ ישעיה׳לע האט געטון, והא ראיה אז די אלע חברה זענען בכלל נישט עוסק אין דעם צומארגענס פונעם יארצייט

דאס זעלבע זאך גייט דא פאר. ווען מ'מאכט אלע מיני צוזאמקום'ס, ראלי'ס פאר יודען און להבדיל..., צודרייטע דינער'ס פאר ארגענעזשאן, אינדאר, אויפן גאס, אויף שיפען, מענער, פרויען, דעמאלטס האט קיינער נישט קיין פראבלעם קיינער פרעגט נישט צו מען מעג יא אדער נישט?, צו ס'ברענגט כבוד שמים? אדער צו דאס האבן צדיקים געוואלט ? ניין, אבער דא רעדט מען איין כאילו ס׳איז ממש עבודת השם, ווייל ר׳ ישעיה׳לע האט געטיילט מלוה מלכה.
אבער ווען מ'גיבט עפעס פאר א צדיק האלט מען שוין אפען עטליכע אשכולות "צו דאס געבן צו עסן און שול איז אויסגעהאלטן?"
"צו דאס האט דער צדיק געוואלט?"
"ברענגט עס כבוד פארן צדיק?"
"א בריוו צו די אייניקליך"
מען גיבט פארן צדיק?
וואס וואלט די הייליגע רבי לוי יצחק געזאגט אזא צייט?
מ'דארף צוריק ברענגען די הייליגע באדיטשווער צדיק עמערטשענסי!

צו ווייסטו אז דער הייליגער בארדיטשעווער האט געהאט נאך גרויסע מדריגות? אהבת השם, דביקות בשם, יראת השם, די היינטיגע וועלט וויל נאר זיך צופרידענשטעלן מיטען נייעם דרך פון love פאר יעדן איד,, אויף דעם ברענגט מען דעם בארדיטשעווער ,,, אויף דעם האט שוין דער רבי זי״ע פארפירט

צו ווייסט איהר אז "א חוץ" די אלע גרויסע מדרדיגות פון ר' לוי יצחק, האט ער "אויך" געהאט love פאר איעדן איד?

צו ווייסט איהר אז א חוץ זיין צדקות האט ר' ישעי' אויך געגעבן עסן???
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

איך זעה אז מער ווייניגער זענען רוב חברים מסכים צי מיינע דיבורים, ווייל מדשתקי רבנן שמה מינה דניחא להם... איך זעה אויך אז ס׳איז געווארען א שטיקעל מדובר צי איך האב געמיינט די פרעס וואס גייט פאר צי נישט.... (@רצון טוב, און נאך) וויל איך אי׳ה מיט מיינע קימענדיגע שורות דא, אפאר זאכען קלאר שטעלען.

קלאר שטעלען.
די ערשטע זאך וויל איך קלאר מאכען, אז איך שרעק מיך נישט פון קיינער פון די ניקס וואס שרייען, אז איך רעדט שטיתים, אדער פון די אלע אנדערע הולע און ליפטיגע תגובות, ווייל איך האב דאך געשריבען אן ארוכות מיט מיינע סברות, און אז איינער שרייט סתם, אז ״די שרייבסט שטיתים״ מאכט עס נאך נישט יענעם גערעכט, ווייל אז איינער האט א סברה זיך צי דינגען מיט מיר, זאל ער זיך דינגען! שריי נישט, אדער רעדט נישט אבי און די וועלט אריין, ווייל דעמעלטס קענט איר טאקע גיין רעדן מיט דעם לאמפ....
א חוץ איינער דא וואס מיך יא אביסעל געטשעלינטשט און דער איז רבי @צימערינג פונעם רבי׳נס בית המדרש פון 770. לאמיר צי ברענגען זיינע ווערטער.
משה צימערינג האט געשריבן:גאלדענער פעדער:
הער אויף פארשווארצן דיין פעדער
!!אזויפיל שטותים?????????????
דו ווייסט אז הרה"ק ר' ישעי'לע האט צוגעשטעלט א יעדע מוצאי שבת א גרויסע מלוה מלכה פאר עשירים אזש מ'פלעגט אפילו שחט'ן א קעלבעל לכבוד דעם?
פרעג דיך נאך אביסל פאר דו שרייבסט
הרה"ק ר' ישעי'לע האט משפיע געווען רחבות דורך רחבות

וויל איך פרעגען פון דעם הרב @צימערינג אזוי, קודם כל ידעתי גם ידעתי בני, כמה וכמה עבדות ספורים און הנהגות, אויף דעם גרויסען צדיק וקדוש רבי ישעי׳לע און איך רעדט נישט סתם אזוי אבי און די וועלט אריין. יעצט צים ענין אויף דעם וואס איר זאגט אז רבי ישעיעלע האט געמאכט מלוה מלכה׳ס פאר עשירים א יעדע וואך, גלייב איך אז איר האט נישט גיט מדייק געווען, נאר די מלווה מלכה׳ס זענען געווען פאר עניים און עשירים צי גלייך. און ווי איך האב שוין כמה וכמה פעמים געשריבען אז לעניות דעתי, האט אוואדע רבי ישיעלע געגעבען צי עסען פאר אלע סארט יודן, און צי ווער נאר ס׳האט זיך געוואנדען צי עיהם, אבער די מטרה זיינע, איז געווען פאר עניים! ווייל ס׳האט פשוט געהערשט א הינגער און קרעסטירער! (ווי איך האב שוין אויך דאס געשריבען כמה פעמים, וואס ס׳איז באקאנט אויף וואס נאך רבי ישעי׳לע׳ס פטירה האט געהערשט א דחקות און קרעסטיער)

אדרבה, איך וויל אייך פרעגען, צי מאכט דאס בכלל סענס ביי אייך, וואס איר זאגט?

איר האלט באמת אז ביי די הייליגע צדיק רבי ישעי׳לע, איז געווען עפעס א ענין פון געבען צי פרעסען? איר שרייבט מיר נאך אן קיין בושה, אז מען האט דארט גע׳געבען צי האקען בקר, פאר די עשירים, פרעג איך אייך, איר זענט אפשר פון קאפ געפאלען?! פון וואס רעדט איר?

חס ושלם צי זאגען, אז רבי ישעי׳לע זאל עפעס צי האבען, סתם אזוי גע׳געבען צי עסען פאר יודן, און ווי די נערישע סלאגען וואס טייל זאגען מיר נאך, דא, ״וואס הייסט? רבי ישעי׳לע האט דאך געזאגט, לשבע ולא לרזון״...

און איך זאג, אז אוואדע האט דער צדיק רבי ישעי׳לע אינזין געהאט אז ס׳זאל זיין א רחבות פאר יודישע קינדער, ״לשובע ולא לרזון״, און איין געריסען און אלע עולמות, אז ס׳זאל זיין א יאר מיט א שפע גדול, און פרנסה ברווח גדול פאר יודן. אבער צי זאגען אז רבי ישיעלע איז עפעס געשטאנען און עפעס א קיך צי וואס, און געטיילט פרישטיג, לאנטש, און סאפער, צי האקען... כדי אז אלע סארטען יודן, עניים צי עשרים, ציגלייך, זאל האבען עסען ברווח גדול? מן דכר שמיה...

אז ער האט גע׳עפענט א קיך אדער וואס, צי טיילען צי עסען פאר עניים, דאס קען זיין, אבער סתם אזוי, געשטאנען און געטיילט עסען פאר יודן? מהיכן דנתוני? ס׳מאכט נישט קיין סענס. דאס קימט פשוט פון די היינטיגע פרעס און טיפשית, וואס די פשוטי המון עם, כאפען זיך צו, ווי צי שוועמליך נאך א רעגען... און מאכען פול טייל צדיקים, א לצנות א צי לעג ולקלס.. השם ירחם.

א טאג פון פרעס ביי טייל.
און יעצט צי דעם אנדערען ענין, איז נישט קיין סוד וואס טייל עולם גולם, האט נאך אנגעפאנגען צי מאכען פון דעם הייליגען יאר טאג ״ג׳ אייר״ א טאג פון פרעס, און זענען זיך נאך תולה אז זיי גייען און די וועגען פון דעם צדיק, וואס אויף דעם זאג איך השם ירחם, אז מען איז צי דעם ציגעקימען, אז מען מאכט א לצנות און א שפאט, פון דעם גרויסען צדיק, וואס דאס איז שוין יא א עולה, די ווילסט פרעסען? פרעס, אבער זיי נישט תולה אז די גייסט און די וועגען פון דעם צדיק.

תוצאה.
און ליידער ליידער ווי סקיקט יעצט אויס, איז נישט ווייט דעם טאג וואס אלע גראסעריס, רעסטעראנט׳ס, און טאק איעט׳ס, וועלען געבען בחינם, אדער חצי בחינם, און טאג פון דעם גרויסען יאר צייט, ״ג׳ אייר״. השם ירחם אויף די טיפשות צי וואס אינז זעמיר ציגעקימען.

--
במאמר המוסגר.
זעה איך אז טייל חברים, באדערט עפעס דעם נאמען וואס איך האב מיר געקרוינט, אלט׳ס גאלדענע פעדער. ווי למשל דער @בעאבאכטער.
בעאבאכטער האט געשריבן:נאטיץ:
הוילט אויס אביסעלע פונעם גאלד ס׳זאל אריין אביסעל טינט,
קיין זארג, וועט נאך זיין און הייסן גאלדן פעדער.

וויל איך פשוט מודיע זיין, אז די נאמען פון מיין ניק וואס איך האב זיך זעלבסט געקרוינט מיט, איז מיט א חשבון און ציל, צי זיין דער קעריקטער פון א גאלדענע פעדער. דאס הייסט אז איך זיך נישט בדוקה, דא אריין צי קימען פארברענגען און שמיעסען, וואס דאס קען איך דאך טיען און ריל לייף, מיט מיינע חברים און ידידים, אנדערש פראביר איך צי האלט מיין ניק, ווען איך פיל אז ס׳וויל זיך מיר, שרייבען א ענין אדער זאך, וואס איז כדי, און אינטערסאנט, לעניות דעתי, פאר רובו דרובו מענטשען, א ״דבר השוה לכל נפש״. וואס דאס טיט פארשטעלען די קעריקטער פון א ״גאלדענע פעדער״ א פעדער וואס שרייבט עפעס וואס איז וויכטיג, אדער אינטערסאנט פאר א רבים, לעניות דעתי.
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:איך זעה אז מער ווייניגער זענען רוב חברים מסכים צי מיינע דיבורים, ווייל מדשתקי רבנן שמה מינה דניחא להם.

שוין, וועליך מוזן ברעכן מיין שתיקה, איך האב מיר סה"כ נישט געוואלט מטפל זיין מיט אזאנע שטותים.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

מטעמים האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:איך זעה אז מער ווייניגער זענען רוב חברים מסכים צי מיינע דיבורים, ווייל מדשתקי רבנן שמה מינה דניחא להם.

שוין, וועליך מוזן ברעכן מיין שתיקה, איך האב מיר סה"כ נישט געוואלט מטפל זיין מיט אזאנע שטותים.

@מטעמים קודם כל כ׳האב ציגעלייגט דריי פינטליך, כזה, ״מדשתקי רבנן שמה מינה דניחא להם...״ כ׳מיין אז אזא איינער ווי אייך פארשטייט די חיליק...


צווייטענס זעה וואס כ׳האב געשריבען, דא.
גאלדענע פעדער האט געשריבן:קלאר שטעלען.
די ערשטע זאך וויל איך קלאר מאכען, אז איך שרעק מיך נישט פון קיינער פון די ניקס וואס שרייען, אז איך רעדט שטיתים, אדער פון די אלע אנדערע הולע און ליפטיגע תגובות, ווייל איך האב דאך געשריבען אן ארוכות מיט מיינע סברות, און אז איינער שרייט סתם, אז ״די שרייבסט שטיתים״ מאכט עס נאך נישט יענעם גערעכט, ווייל אז איינער האט א סברה זיך צי דינגען מיט מיר, זאל ער זיך דינגען! שריי נישט, אדער רעדט נישט אבי און די וועלט אריין, ווייל דעמעלטס קענט איר טאקע גיין רעדן מיט דעם לאמפ....
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

מרפסין איגרא וואס דא טוטצעך... די אשכול דערמאנט מיך אביסל פין טראמפ! נאך איינער?!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפעקט »

פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

בד"וו, ביינונז אין קלויז האט מען שוין נאך מעריב געגעבן א געשמאקן נאכטמאל.

און אגב, מיין קליין אוצר'ל זאגט מיר היינט:
טאטי, נעכטן איז געווען די יארצייט פון רבי ישעי' פון ליזענסק....
Definition of perfect: as good as it is possible to be
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

גאלדענע, איך האב נישט געמיינט אייך דייקא, איך האב חלילה נישט פיינט קיין יודען.
עס איז אבער אויסגעהאלטען צו זאגען אז איך פארנעם שווער קריטיק אויף דברים של סתם! גיטע זאכען איז דאך גיט, שלעכטע זאכן איז דאך שלעכט, דברים של סתם האלט מען די מויל פארמאכט. ווייס קיקערס זעהען ווייס וכן להיפך.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם לב »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:איך זעה אז מער ווייניגער זענען רוב חברים מסכים צי מיינע דיבורים, ווייל מדשתקי רבנן שמה מינה דניחא להם...



גאלדענע פעדער, יעדע ווארט דיינע איז גינגאלד, און נאך ווייניג געשריבן

אלעס איז איין ווארט, אם אין דעת הבדלה מנין, די אלע טענות כנגד איז נאר ווייל מען קען נישט מאכן דעם הבדלה, מען האט נישט דעם קו צווישן ר' ישעי'לעס מעשים און וואס ס'ווערט היינט געטון
אהבת קדומים
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 27, 2016 1:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת קדומים »

דער אמת איז, אז ס׳איז נישט אזוי געפערליך ווי גאלדענע מאכט עס און נישט אזוי גוט ווי די אנדערע זאגן אז ס׳איז.

דאס איז זיכער אז ר׳ ישעיי׳לע האט ליב געהאט צו געבן עסן פאר אידן, גארנישט מיט ארימקייט צו טון, נאר פשוט, ווי אלע האבן געשריבן, ער האט משפיע געווען רחבות דורך רחבות, ער האט ליב געהאט צו געבן עסן פאר אידן און מיט זיינע הייליגע כוונות אראפגעברענגט דורך דעם השפעות פון הימל.

איז ממילא, ווען מען גיט ברייטע תיקונים, אפילו א געשמאקע פרישטאג אין ביהמ״ד איז נאטינג ראנג, כל זמן ס׳איז אויף א נארמאלן מענטשליכן און איידעלן וועג. מ׳וואונטשט זיך ערליך, מ׳רעדט אביסל פון בעל הילולא, איז עס באמת
געוואלדיג. בעצם איז דאך דאס ממש וואס דער צדיק האט געטון, אלס געזען ס׳זאל זיין ברייט עסן, זיך צו וואשן צו טרונקען, ער פלעגט כידוע אליין ארומגיין סערווירן און זיכער געמאכט קיינער זאל נישט בלייבן הונגעריג.

וואו ס׳גייט ארויס פון קאנטעקסט איז, ווען ביזנעסער באשטימען אין דעם טאג פארטיס פאר אלע ארבעטערס, מענער און פרויען, מיט פענסי דעקאראציעס, מ׳מאכט א נייע סטייל אז היינט איז ״לאנטש דעי פאר פיצא און פאלאפעל אין טאג פון יארצייט פון א צדיק קדוש עליון, דאס איז שוין א פארברעך.

די זעלבע ווען פארגרעבטע רעסטוראנטן מאכן סעילס אויף סושי מיט ספעשלס אויף פיצא טוט דאס פארוואנדלען דעם הילולא קדישא אין א נאציאנאלן פרעס חגא.

אין איין ווארט, אלעס ווענדעט זיך וואס און וויאזוי.
אוועטאר
יונהלע
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 21, 2013 12:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונהלע »

איך קען וויסען וואס איז די שטוירעם דא אין א גלעזל וואסער?? עס קומען זיך צאם הינדערטע יודען מתפלל זיין אויף א מקום קדוש , אין כמעט יעדע מוסד האט מען געזאגט מיט די קינדער הריני לומד היום לע"נ ר' ישעי בן ר' משה וואס צענדליגער יודען האבן מנדב געווען צדקה פאר די מוסדות, אין כמעט יעדען ביהמ"ד האבן יודען געגעבן צועסען פאר יודען לע"נ ר' ישעי' ,
אבער ס'איז דא יודען וואס ריען נישט וואס הייסט היתכן יודען פרעסן רח"ל ?? דאס איז עק וועלט ר' ישעי'לע האט נישט קיין מנוחה אין גן עדן ווייל מ'זאגט אז ער פלעגט שטיין אין קאך!!! רח"ל וואס דא גייט פאר !!

איך וויל פארשטיין וויאזוי שעמט מען זיך נישט אנצוריפען הינדערטע יודען פרעסער'ס?? איך האב פאר אייך נייעס, איינער וואס וויל פרעסען האט בעסערע פלעצער ווי צוגיין ווי אין א ביהמ"ד נאכען דאווענען...
יעצט וועל איך נעמען די צייטצוטרייסטען מיין טייערע חבר אז ער זאל נישט זיין אזוי צוטרייסעלט


גאלדענע פעדער האט געשריבן:
אדרבה, איך וויל אייך פרעגען, צי מאכט דאס בכלל סענס ביי אייך, וואס איר זאגט?

איר האלט באמת אז ביי די הייליגע צדיק רבי ישעי׳לע, איז געווען עפעס א ענין פון געבען צי פרעסען?

זייט ווען פרעסן יודען ? יא!! יא !ר' ישעי' פלעגט געבן צועסן פאר יודען אין דא אין די בתי מדרשים טוט מען א נחת רוח פאר זיין נשמה ווען יודישע קינדער עסן לטובת נשמותו אין מען מעג זיך שעמען אנצוריחפען די טויזנטער ערליכע יודען וואס האבן געגעסן נאכען דאווענען "פרעסער'ס"

איר שרייבט מיר נאך אן קיין בושה, אז מען האט דארט גע׳געבען צי האקען בקר, פאר די עשירים, פרעג איך אייך, איר זענט אפשר פון קאפ געפאלען?! פון וואס רעדט איר?

וואס עפעס שרייבסטו "האקען "??? יא !! יא!! ר ישעי' פלעגט שעכטען פאר יודען זאלען האבען "צועסן" וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין??
(איר זענט אפשר אויפן קאפ געפאלען פאר אנריפען יודען וואס עסן אויף מלוה מלכה ביים הייליגען ר' ישעי'לע "האקען בקר")


חס ושלם צי זאגען, אז רבי ישעי׳לע זאל עפעס צי האבען, סתם אזוי גע׳געבען צי עסען פאר יודן,

וואס איז די גרויסע פאניק? יא! ר' ישעי'לע האט געגעבען צועסן וואס איז אזוי שווער צופארשטיין? אז ביז "חס ושלום" ?



צי זאגען אז רבי ישיעלע איז עפעס געשטאנען און עפעס א קיך צי וואס, און געטיילט פרישטיג, לאנטש, און סאפער, צי האקען... כדי אז אלע סארטען יודן, עניים צי עשרים, ציגלייך, זאל האבען עסען ברווח גדול? מן דכר שמיה...

איך זעה אז נישט נאר פארשטייסטו נישט זיין הייליגע עבודה נאר די האסט נאך קיינמאל נישט געהערט פינעם גרויסען צדיק פאר די ריפסט אן יודען פרעסער'ס,
פרעגט דיך נאך, יא ר' ישעי'לע איז נישט נאר געשטאנען אין קיך נאר אפילו ערב יום כיפור האט מען געטראפן ר' ישעי'לע שטיין אין שניידען טוילעט פאפיר אז ווען יודען קומען אין שיול זאל זיין געניג דאס איז געווען א חלק פון זיין גרויסקייט!!


סתם אזוי, געשטאנען און געטיילט עסען פאר יודן? מהיכן דנתוני? ס׳מאכט נישט קיין סענס. דאס קימט פשוט פון די היינטיגע פרעס און טיפשית, וואס די פשוטי המון עם, כאפען זיך צו,מאכען פול טייל צדיקים, א לצנות א צי לעג ולקלס.. השם ירחם.

אהה ס'מאכט נישט קיין סענס ?? פארוואס נישט? איך זעה דו האסט נאך קיינמאל נישט געהערט די ווארט קרעסטיר פאר דו שרייבסט אויף אזויפיל יודען טיפשים און פרעסער'ס! השם ירחם...

א טאג פון פרעס ביי טייל.
וואס דאס איז שוין יא א עולה, די ווילסט פרעסען? פרעס, אבער זיי נישט תולה אז די גייסט און די וועגען פון דעם צדיק.

נאכאמאל פרעס און נאכאמאל פרעס... זאג נאר וואס למשל האט מען געגעבן צועסן אין שול אז דו באצייכענסט עס "פרעס"?? איך קען וויסען וואס דו האסט היינט געפרעסן פאר פרישטאג??


יעצט גייט קומען די ערגסטע ... צו וואס ס'גייט אלט'ס געשען טאמער מ'איז נישט שוין יעצט מוחה... חלילה וחס אויב ס'גייט זיך נישט אויפהערן ... ליינט און שטוינט...
תוצאה.
און ליידער ליידער ווי סקיקט יעצט אויס, איז נישט ווייט דעם טאג וואס אלע גראסעריס, רעסטעראנט׳ס, און טאק איעט׳ס, וועלען געבען בחינם, אדער חצי בחינם, און טאג פון דעם גרויסען יאר צייט, ״ג׳ אייר״. השם ירחם
.


נא... הכלל... און אויב א גראסערי וועט וועלען דערלייגען געלט כדי צו מהנה זיין יודען לע"נ ר' ישעי'לע?? מה כל הרעש? וואס איז דער הש ירחם? איך בארייף נישט וואס דיר באדערט??
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

יונהלע ;l;p-
דאס איבעריגע קאסט א שמייכל

נעמט אייך נישט צום הארצ'ן
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

הרב @יונה׳לע ידידי היקר, באמת קימט אייך נישט בכלל אז איך זאל ענטפערען אויף אייערע תגובה, וועגען צוויי סיבות.

ערשטענס, איר האט נישט מדייק געווען און מיינע ווערטער, און נישט אריין געטראכט און מיין כונה.
והשנית, ווייל איר האט נאר ציגברענגט א חלק פון מיינע ווערטער, און נישט מיינע עיקר סברות. (ווייטער מסתמה ווייל איר האט נישט מדייק געווען און מיין כונה.)

אבער להוציא מלבן פון די וואס וועלען מיינען, אז איך זאג אייך דאס, ווייל איך האב אייך פשוט נישט וואס צי ענטפערען, קום איך אריין אי׳ה ביז אפאר מיניט, מיט א קלארע שיינע תגובה אייך צי ענטפערען, און אייך צייגען צווישען מיינע ווערטער, מיט וואס איר האט נישט מדייק געווען און מיינע ווערטער.

זשאסט געב מיך צייט צי שרייבען....
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”