פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד אמיתי »

לטובת הציבור א געהעריגע פייל צו קענעל ליינען, אדרבה! ליינט די אמת'ע ווערטער
אטעטשמענטס
נוסח קערעסטיר.pdf
(45.55 KiB) געווארן דאונלאודעד 278 מאל
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

ארויף!
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

כ'האב פונקט געטראכט, פארוואס האבן זיך נישט געעפענט בימיו פון רבי ישעי'לע זי"ע צענדליגע שטובלעך, בתי מדרשים, קעך, לענגאויס אונגארן, פולין, "נוסח קערעסטיר", דארט זאל מען טיילן עסן א גאנצן טאג, צושטעלן ברייטער סעודות אויפן זעלבן נוסח פונם גרויסן צדיק?!

נאר וואס דען... ס'איז נישט געווען וואס צו עסן! פשוט עס איז נישט געווען "אין ערגעץ" אין גאנץ אונגארן, פולין, גאליציע, פשוט צו עסן פאר זיך! ווער האט געקענט טראכטן פון "טיילן עסן פאר אנדערע"?! עס איז נישט געווען מעגליך בדרך הטבע!!

און 'דאס' איז געווען די רבותא פונם צדיק רבי ישעי'לע זי"ע, געטיילט עסן פאר ארומע אידן
"למעלה מדרך הטבע"
דאס איז 'נוסח קערעסטיר'!!

טיילן אומזיסטע פיצא, צושטעלן ברייטע סעודות פאר זאטע אידן, איז בכלל נישט קיינמאל געווען "נוסח קערעסטיר", והבן
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

reb.JPG
reb.JPG (39.03 KiB) געזען 1233 מאל

לע''נ
שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיגליץ »

עס איז נישט קיין סוד אז עסן פארנעמט היינט א בכבודיג ארט אין אונזער וועלט, יעדע אינדערפרי קען מען דורכשפאצירן געפאקטע רעסטוראנטן ווי אידן עסן טייערע פרישטאגס מכל טוב וטוב, עטליכע שטונדן שפעטער ביי מיטאג איז אודך כמעשהו בראשונה, דער עולם לאזט זיך וואוילגיין אז עס גייט א רויעך. צו עס איז גוט אדער נישט איז נישט די רעדע דא, דאס איז דער טרוקענע מציאות.

פון דער אנדערע זייט איז פארהאן פילע אידן וועלכע מוטשענען זיך מיט פרנסה, קענען קוים דעקן די חודש, אויב קויפט ער די געשמאקע רייצנדע טשיז קעיק פאר פרישטאג וועט שלומי נישט האבן קיין שיך אויף יום טוב און פיצא פאר לאנטש מיינט אז די רענט וועט נישט ווערן באצאלט, ווער רעדט נאך פון סושי, דאס קומט ארויס פון די סעיווינגס, אא"ו.

אויב קען אזא איד איינמאל א יאר עסן צו די זעט און נישט בלויז טאוסט מיט פינאט באדער אדער אייערשפייז נאר טאקע די אלע עסנווארג וואס רייצט איהם אזוי שטארק איז עס זיכער א נחת רוח פארן צדיק וועלכע האט כל ימיו עוסק געווען טאקע אין דעם עניין אז אידן זאלן האבן צו עסן מיט א ברייטקייט.

אין הלכות צדקה זעהט מען טאקע אזא מציאות אז ווען איינער איז ל"ע געווארן א יורד מנכסיו ברויך איהם די צדקה קאסע צושטעלן לויפערס פארנט פון זיין וואגן, פאלט עמיצן איין אז הלכה שטיצט דעם געדאנק פון פארשווענדן געלט פאר אזא פוסטע שוואויל טאג? זיכער אז נישט, נאר וואזשע דען? אויף זיינע תאוות זאל יענער אליינס ארבעטן בינו לבין קונו, אונזער ארבעט בין אדם לחבירו איז צו זעהן אז יענער זאל נישט זיין געקלאפט צוליב זיין פינאנציעלע מצב און אויב צוליב זיין געוואוינהייט וועט די אפוועזנהייט פון די לויפערס איהם מאכן געקלאפט זאלן די גבאי צדקה צוזאמשטעלן א פרוטה מיט א דאללער איהם צופרידנצושטעלן.

מי יתן והיה אז א גאנץ יאר זאל מען צושטעלן אזוינע ברייטע סעודות אז יעדע איד זאל קענען עסן פיצא, סושי, און טשיז קעיק יעדן טאג אפגעזעהן צו ער קען זיך עס ערלויבן אדער נישט, ווען דער איד וועט אויסארבעטן זיינע פערזענליכע תאוות אכילה אז עס זאל זיך נישט גלוסטן אזוינע זאכן וועט ער אליינס מחליט זיין ביי זיך אז ער זעצט זיך נישט צו צום תיקון טישל, מיר זאלן עס אבער צושטעלן.

ביי מיר קיין שום ספק אז הרה"ק רבי ישעיה זי"ע האט א געוואלדיגע נחת רוח אז מען גייט בדרכיו און מען שטעלט צו עסן פאר אידן מיט א ברייטקייט. די באדייט פון רחבות איז סאבדזשעקט צו וויאזוי עס ווערט אנגעקוקט אינעם דור, אין איין דור האט עס אפשר געמיינט אסאך ברויט, אין א אנדערע דור פרישע געשחטענע בריסקעט און אין אונזער דור קען עס מיינען לאקס פלעטטערס און טשיז קעיק.
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

שטיגליץ ;l;p- ;l;p- ;l;p-
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

שטיגליץ האט געשריבן:עס איז נישט קיין סוד אז עסן פארנעמט היינט א בכבודיג ארט אין אונזער וועלט,

מי יתן והיה אז א גאנץ יאר זאל מען צושטעלן אזוינע ברייטע סעודות

ביי מיר קיין שום ספק אז הרה"ק רבי ישעיה זי"ע האט א געוואלדיגע נחת רוח אז מען גייט בדרכיו און מען שטעלט צו עסן פאר אידן מיט א ברייטקייט. די באדייט פון רחבות איז סאבדזשעקט צו וויאזוי עס ווערט אנגעקוקט אינעם דור, אין איין דור האט עס אפשר געמיינט אסאך ברויט, אין א אנדערע דור פרישע געשחטענע בריסקעט און אין אונזער דור קען עס מיינען לאקס פלעטטערס און טשיז קעיק.

יש דורשין לשבח ויש דורשין לגנאי. נהרה נהרה ופשתיה. אלו ואלו דברי אלהים חיים. נישטא דער צדיק הדור וואס זאל פסק'ענען וואס יא און וואס נישט. יעדער פירט זיל לויט ווי אזוי ער האט געזען ביי זיינע עלטערן און רבי'ס.......
בבחינת
I already made up my mind. Please don't confuse me with facts....
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

@שטיגליץ
איך ווייס נישט צו די ביזט ערענסט אדער סארקאסטיש

באמת ?! ר׳ ישעי זיע האט א נחת רוח ווען א איד וואס האט געלט זאל זיך איבערעסן אין שול ?!
וואס זאל דער עני וואס איז שולדיג געלט פאר א האלבע שטאט געלט טוהן מיט די טויזענט דאלערדיגע פרישטאק אין ביהמ״ד?!

איז דעיס פשט ״הדבק במידותיו״?!
איז דען דא א הוא אמינה צו ר׳ ישעילע האט א נחת רוח צו זעהן וואו מענטשן עסן ״מער״ לעילו נשמתו ?!

די פרעס וואס גייט פאר איז א ביזיון שאין כדוגמתו
ווילסט זיך מדבק זיין במידותיו - גיי העלף א עני
גיי זיי מחיה א עני מיט א ברייטקייט!
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

שטיגלץ שיין גאזאגט.
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

וואס דער בעל הילולא האט געהאלטן פון פרעס.

פון דא
נו גוט נו שוין האט געשריבן:צו ר’ ישעילע קיין קערעסטיער איז אמאל געקומען א איד, און זיך נאכגעפרעגט אויב מ’גיט פיין צו עסן דא אין הויף, ר’ ישעילע האט אים געזאגט אז ביי די פיש זאל ער זען צו ווערן זאט, וואס זיכער איז זיכער נאכדעם ווייסט ער נישט, דער האט נישט געוואוסט צו וועם ער רעדט, און ער האט זיך זייער באדאנקט פאר די עצה, זאגענדיג נאך גוט איר’ט מיר פון פאראויס געזאגט אזוי ווייסעך ס’כהאב צו טון
ס’איז אריינגעקומען פיש און דער איד האט אנגעהויבן די עבודה ולא השאיר פינה אחת פנוי, זיין מאגן איז פיל געווארן מיט פיש עד אפס מקום
ס’גייט דורך אפאר מינוט און ס’קומט אריין די קומענדיגע פארציאנען ס’גייט א פארע פונעם שיסל פלייש און דער איד קוקט מיט אויסגעשטארצטע אויגן, אנא יכנס?? אבער את הנעשה אין להקיא נישטא ווי צו לייגן נאך...
ער רופט זיך מיט פארדריס: ווער האט מיך אזוי אריינגענאר’ט?!
רופט זיך אן ר’ ישעילע: א איד דארף נישט זיין א פרעסער
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

אוראייניקל האט געשריבן:וואס דער בעל הילולא האט געהאלטן פון פרעס.

פון דא
נו גוט נו שוין האט געשריבן:צו ר’ ישעילע קיין קערעסטיער איז אמאל געקומען א איד, און זיך נאכגעפרעגט אויב מ’גיט פיין צו עסן דא אין הויף, ר’ ישעילע האט אים געזאגט אז ביי די פיש זאל ער זען צו ווערן זאט, וואס זיכער איז זיכער, נאכדעם ווייסט ער נישט, דער האט נישט געוואוסט צו וועם ער רעדט, און ער האט זיך זייער באדאנקט פאר די עצה, זאגענדיג נאך גוט איר’ט מיר פון פאראויס געזאגט אזוי ווייסעך ס’כהאב צו טון....
ס’איז אריינגעקומען פיש און דער איד האט אנגעהויבן די עבודה ולא השאיר פינה אחת פנוי, זיין מאגן איז פיל געווארן מיט פיש עד אפס מקום
ס’גייט דורך אפאר מינוט און ס’קומט אריין די קומענדיגע פארציאנען ס’גייט א פארע פונעם שיסל פלייש און דער איד קוקט מיט אויסגעשטארצטע אויגן, אנא יכנס?? אבער את הנעשה אין להקיא נישטא ווי צו לייגן נאך...
ער רופט זיך אן מיט פארדריס: ווער האט מיך אזוי אריינגענאר’ט?!
רופט זיך אן ר’ ישעילע: א איד דארף נישט זיין א פרעסער...

מקור: ספר אוצר ישראל עיין שם מער פונקליך
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

וואס עפעס? האט געשריבן:@שטיגליץ
איך ווייס נישט צו די ביזט ערענסט אדער סארקאסטיש

באמת ?! ר׳ ישעי זיע האט א נחת רוח ווען א איד וואס האט געלט זאל זיך איבערעסן אין שול ?!
וואס זאל דער עני וואס איז שולדיג געלט פאר א האלבע שטאט געלט טוהן מיט די טויזענט דאלערדיגע פרישטאק אין ביהמ״ד?!

איז דעיס פשט ״הדבק במידותיו״?!
איז דען דא א הוא אמינה צו ר׳ ישעילע האט א נחת רוח צו זעהן וואו מענטשן עסן ״מער״ לעילו נשמתו ?!

די פרעס וואס גייט פאר איז א ביזיון שאין כדוגמתו
ווילסט זיך מדבק זיין במידותיו - גיי העלף א עני
גיי זיי מחיה א עני מיט א ברייטקייט!

ר׳ ישעילע האט געטיילט עסן פאר אידן. פינטל.

עס איז זייער חשוב צו אויסצאלן די גראסערי באלאנס פאר אן עני, אבער דאס האט נישט ספעציעל מיטן ר׳ ישעילע.
אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארנישט מיט נישט »

צ.ק.
לדעתי איז קיין שום פראבלעם צו עסן וויפול מ'וויל לע"נ אויב זאגט מען נאך א דבר תורה אויף די פרשה פונעם בעל הילולא, אבער דייקא פארן זיך וואשן צום סעודה.
א שפיצל וואס מ'טוט אן אדער אפ?
אוועטאר
KEWL
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KEWL »

.
לעצט פארראכטן דורך KEWL אום דאנערשטאג אפריל 15, 2021 11:40 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ב"ה אין מיין בית המדרש איז נישט געוועהן קיין לעקיך אין בראנפין אין נישט קיין פרישטיג אין מען האט עס אדורך געלעבט..
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
great
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 12:22 pm

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך great »

לדעתי קטנה א מענטש וויל טיילן עסן פאר עשירים אין בית המדרש גרויסע סעדות נישט קיין פראבלים סאיז דיין כשרע געלט זייער א שיינע זאך פון דיר אז לאזט אנדערע מענטשן הנאה האבן אבער אויב גייט מען און מטוט זיך אויף אז מאיז מקיים מצוה גדולה סאיז לעילו נשמת פאר צדיד נסתר אויבן און הימל קוקט מען וואס שו"ע פסקנט וואס מיינט א מצוה און וואס און פארוועם מדארף געבן עסן קודם הצלחה רבה
צדקה תציל ממוות
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 10:09 am

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדקה תציל ממוות »

איך האב נישט געליינט די גאנצע תגובה, און איך ווייס נישט וואס ר' ישעי' האט עכט געמיינט.

אבער ווילט איר באמת טוהן וואס רבי ישעי׳לע האט געמיינט?
העלפט מיין קאמפיין. עס וועט גיין צו געבען געלט דירקעט פארן גראסערי פאר אונזער ידיד. משום כמה סיבות האט ער נישט קיין פיי סאמעך, און הונגערט ממש. א חוץ אויב ער קען איינקויפן אין גראסערי. כמעט וואס עס איז נישט דא היינטיגע צייטן א איד וואס הונגערט ממש אויב ער קען נישט קיין אין גראסערי.

ישר כח פון פאראויס.
https://thechesedfund.com/help_homeless/homeless

מען מעג געבן א דאלער אויך.
לעצט פארראכטן דורך צדקה תציל ממוות אום דאנערשטאג אפריל 15, 2021 11:17 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

וואס עפעס? האט געשריבן:באמת ?! ר׳ ישעי זיע האט א נחת רוח ווען א איד וואס האט געלט זאל זיך איבערעסן אין שול ?!
וואס זאל דער עני וואס איז שולדיג געלט פאר א האלבע שטאט געלט טוהן מיט די טויזענט דאלערדיגע פרישטאק אין ביהמ״ד?!

איז דעיס פשט ״הדבק במידותיו״?!
איז דען דא א הוא אמינה צו ר׳ ישעילע האט א נחת רוח צו זעהן וואו מענטשן עסן ״מער״ לעילו נשמתו ?!

וואס איז די סתירה?! ירא שמים יוצא ידי שניהם. מ'קען צאלן גראסערי ביללס און געבן פרישטאגס.

אויב א איד האט הנאה, איז עס זיכער א טובה פארן צדיק. ווי צדיקים פלעגן זאגן, יענענ'ס גשמיות זאל זיין דיין רוחניות... ס'זיכער דא אידן וואס דארפן לויפן צו די ארבעט/כולל, און זיי זענען נהנה פון דעם. מ'דארף נישט איבערדרייען וועלטן.

זכותו יגן עלינו.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

מצב כללי האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:@שטיגליץ
איך ווייס נישט צו די ביזט ערענסט אדער סארקאסטיש

באמת ?! ר׳ ישעי זיע האט א נחת רוח ווען א איד וואס האט געלט זאל זיך איבערעסן אין שול ?!
וואס זאל דער עני וואס איז שולדיג געלט פאר א האלבע שטאט געלט טוהן מיט די טויזענט דאלערדיגע פרישטאק אין ביהמ״ד?!

איז דעיס פשט ״הדבק במידותיו״?!
איז דען דא א הוא אמינה צו ר׳ ישעילע האט א נחת רוח צו זעהן וואו מענטשן עסן ״מער״ לעילו נשמתו ?!

די פרעס וואס גייט פאר איז א ביזיון שאין כדוגמתו
ווילסט זיך מדבק זיין במידותיו - גיי העלף א עני
גיי זיי מחיה א עני מיט א ברייטקייט!

ר׳ ישעילע האט געטיילט עסן פאר אידן. פינטל.

עס איז זייער חשוב צו אויסצאלן די גראסערי באלאנס פאר אן עני, אבער דאס האט נישט ספעציעל מיטן ר׳ ישעילע.

ר׳ ישעילע האט געוואלט מחיה זיין אידן וואס דארפן חיות
אידן וואס קומען אינטערוועגענס
אידן וואס האבן נישט גארנישט אינדערהיים = עניים

אוודאי האט ער נישט געפרעגט יענעם צו ער איז באמת א נצרך נאר געגעבן פאר יעדעם און דאס האט זיכער צוגעגעבן צום געשמאק אז אלע סארט אידן האבן המאה געהאט און מען האט נישט געפילט וואו א נעבעך ווען מען האט געגעסן ביי אים

צו זאגן אבער אז ר׳ ישעילע האט הנאה ווען מען עסט ״מער״ וואו מען דארף. און יעדער מאל איינער מאכט א גריל געבט מען אז זאג ר׳ ישעילע - איז דאך א ביזיון וקצף!!

אויב ווילסטו באמת מהנה זיין נצרכים דאן פארוואס נישט געבן צדקה פאר זיי?! די האלטסט דער עני דארף דיין פרעס אדער ער דארף געלט אויף שבת ?!
אדער אפשר גאר האלסטו אז דער עני דארף זיך היינט איבערעסן פאר די גאנצע יאר?! ובדרך אגב וואס דארפן זייערע משפחה טוען?

לדעתי איז עס אויסער די ביזיון פארן צדיק א חורבן פאר די אידישקייט פונעם נעקסטע דור , עטס מיינסטו די קינדער און בחורים האלטן נישט מיט די פרעס וואס גייט פאר? דעיס איז אידישקייט?! דעיס איז חסידות

א שאנדע פארן דור וואס זעהט דעיס צו
א שאנדע פאר די טיפשים וואס מיינען אז די צדיק האט הנאה דערפון
און א רחמנות אויפן יוגענט.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

וואס עפעס? האט געשריבן:

א שאנדע פארן אויפציען א דור וואס קינדער און בחורים וואס זעען פרעס ווערן זיי פארלוירן און זענען נישט געבויט!
און מען דארף עס באהאלטן ווייל א בחורל גייט זען עסן!
#בת היענה אלערט
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

מצב כללי האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:@שטיגליץ
איך ווייס נישט צו די ביזט ערענסט אדער סארקאסטיש

באמת ?! ר׳ ישעי זיע האט א נחת רוח ווען א איד וואס האט געלט זאל זיך איבערעסן אין שול ?!
וואס זאל דער עני וואס איז שולדיג געלט פאר א האלבע שטאט געלט טוהן מיט די טויזענט דאלערדיגע פרישטאק אין ביהמ״ד?!

איז דעיס פשט ״הדבק במידותיו״?!
איז דען דא א הוא אמינה צו ר׳ ישעילע האט א נחת רוח צו זעהן וואו מענטשן עסן ״מער״ לעילו נשמתו ?!

די פרעס וואס גייט פאר איז א ביזיון שאין כדוגמתו
ווילסט זיך מדבק זיין במידותיו - גיי העלף א עני
גיי זיי מחיה א עני מיט א ברייטקייט!

ר׳ ישעילע האט געטיילט עסן פאר אידן. פינטל.

עס איז זייער חשוב צו אויסצאלן די גראסערי באלאנס פאר אן עני, אבער דאס האט נישט ספעציעל מיטן ר׳ ישעילע.

ווייסטו וואס, גיי אין גראסערי זוך אויף א אקאונט פון א ארימאן וואס א איד האט יעצט באצאלט ביז נול, און פול אן זיין אקאונט מיט אפאר אלפים פון פריש ער זאל קענען 'יעצט' איינקויפן 'אסאך עסן'...

#מאדנע
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

האב איך אריינגעקאלט אין גראסערי אויסצוצאלן איינעם'ס אקאונט, און ס'איז טאקע געווען זערא!
קליינווארדיין
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:13 am

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינווארדיין »

סוף זמן אכילה אין נוי יארק:

בערך 8:48.

לע''נ ר' ישעי' ב''ר משה זי''ע.

# :oops:
אוועטאר
מאנסי'ייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 11, 2020 4:52 pm

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי'ייט »

יענער עסט אזוי, ער זאל זיך שוין נישט קענען נישט לייגן און נישט בייגן...
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

קליינווארדיין האט געשריבן:סוף זמן אכילה אין נוי יארק:

בערך 8:48.

לע''נ ר' ישעי' ב''ר משה זי''ע.

# :oops:

קומענדיגע יאר האב איך מורא וועט מען שוין שטעלן טישלעך צו עסן ביים טיר פון ביהמ"ד ביי מנחה מעריב, און שרייען: 'כאפט אריין בו ביום'!!!
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”