סודות אנדעקט | וואס ליגט אונטער די מעגא הצלחה פון Cheridy

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע: ניו יארק

סודות אנדעקט | וואס ליגט אונטער די מעגא הצלחה פון Cheridy

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין »

לעצטנס האט מען געזען א היבשע פאר טשערידי קאמפיינס וואס דער'עולם האט געמאכט, און כמעט אלע האבן ריזיג מצליח געווען.
אויך היינט קומט פאר א מעכטיגן "יום הישועות -מאגלעניץ קאמפיין", וואס אינעם הויפט אשכול טענה'ט מען זיך שוין אויפן עצם קאמפיין.

איך בין אבער אינטערעסירט אין אן אנדערן אספעקט. די כוח און הצלחה דערפון.

אונטער די מארקעטינג און פלאנירונג פון "יום הישועות" שטייט Dart media, וואס האט שוין געמאכט עטליכע גרויסע טשערידי קאמפיינס, ווי 'דרור', 'הצלה - שיכון סקווירא', און 'רפואה העלפליין'.
זיי האבן אלע גאר שיין מצליח געווען.

לכבוד'ן קאמפיין האט דוד קויפמאן, בעל דאַרט מידיא, אפגעשריבן א שיין זאכליך ארטיקל,
וואו ער אנאליזירט און דעקט אונז אויף די סודות וואס שטייען אונטער די גרויסע הצלחה פון טשערעדי.

ס'איז אינטערעסאנט ווי ווייט קלייניקייטן קענען צוגעבן אזויפיל 'וועליאו' צו א קאמפיין.

פאלגנד איז די ארטיקל:


מיין אנאליז איבער "טשארידי", וואס איז עס? און וויאזוי זענען זיי אזוי מצליח.

געשריבן דורך דוד קויפמאן, עקסקלוסיוו צו אידישער ווינקל.

וואס איז שוין ווייטער מיט די טשערידי? ס'קען נישט אנהאלטן צו לאנג, כ'זאג דיר... ס'דא א גבול וויפיל מ'קען אויסנוצן מענטשן, ס'איז געווען אינטערעסאנט איין מאל, צוויי מאל, אבער וויפיל איז דער שיעור?
אזוי האט מען געהערט שוין איבער אהאלב יאר צוריק, ווען ס'האט אנגעהויבן ארויסצושפראצן איין טשערידי קאמפיין נאכ'ן צווייטן, אבער ווי נישט זיי וואלט מען געמיינט, גייט טשערידי אן, דייקא גאר שטארק ביי היימישע אידן, און איין קאמפיין נאכן צווייטן מאכט שיין געלט.
וואס איז די סוד דערפון? וויאזוי איז זיי געלונגען אריינצוקומען אזוי שטארק? וועלן זיי קענען אנהאלטן ווייטער?
פסיכאלאגיע אין מארקעטינג ארבעט!
די סוד פון טשערידי איז פירפאכיג, (no pun intended…) און געווענדליך ברויך מען צוקומען צו אלע פיר כדי צו האבן א סוקסעספולע קאמפיין.
1 – דעדליין. די געניאלע געדאנק קומט פונעם גרינדער פון טשערידי, וועלכער איז אויפגעקומען אז מענטשן באקומען אן "אדרענאלין ראש" פון ארבעטן אונטער א דעדליין. רוב מענטשן ווילן דאך באמת אייביג טון און אויפטון, אבער די יצר הרע פון אפשטופן איז גאר שטארק, גאנצעטע לעקציעס ווערן געגעבן וויאזוי צו מלחמה האלטן מיט procrastination )אפשטומען א טעסק אויף שפעטער). אין דעם פאל פון טשערידי איז אזוי: סיי די צדקה ארגאניזאציעס ארבעטן פלייסיג זיי ווייסן אז זיי האבן בלויז 24 שעה עס צו מאכן געשען, און סיי די נדבנים גיבן שנעלער ווען די דעדליין הויערט אויף זייער קאפ, יעדער וויל באמת געבן די 18 דאלער פאר צדקה... מ'טראכט נאר "נישט יעצט, מארגן" ביי טשערידי איז נישטא קיין צוויי ברירות, עס איז שפעט!

2 – מעטשינג פאנדס. יעדער פרייד זיך אז דא גייט געגעבן ווערן דריי מאל מער צדקה אויף יעדן דאלער וואס איך גיב! ס'איז עקסיידינג צו זען ווי מ'שרייבט אריין 100 דאלער און עס ווייזט אז מ'האט געגעבן 400! עס איז געשמאק, און גיבט א שטופ עס צו טון!

3 – ספארטס... עס איז היבש ענטערטעינינג צוצוקוקן וויאזוי געלט שטראמט אריין, מענטשן קומען ארויף, נו, וואו האלט עס? עס זיצן אינגעלייט און קוקן יעדע צען מינוט מ'וויל זען, גייען זיי עס מאכן צו נישט?... בכלל וויל יעדער האבן א חלק אין א סוקסעס, נו לאמיר שוין צואווארפן אפאר דאלער צוצוהעלפן דעם קאמפיין... מ'זעט צומאל ווי דער זעלבער מענטש גיבט פיר אדער פינף מאל, ער איז עקסיידעט צו געבן! ס'איז א פרישקייט, יעדעס מאל ביי אן אנדערן ציבור ערוועקט זיך א פרישקייט צו געבן.

4 – די כח פון האנארן. גרויסע ארגאניזאציעס זיצן און ברעכן זיך קעפ אויפצוקומען מיט א נייעם געדאנק אנשטאט די אויסגעדראשענע דזשורנאלן וואס קומען ארויס ביי דינערס, אבער דערווייל נישט מיט גרויס הצלחה, יעדער דינער כמעט קומט ארויס מיט א דזשורנאל, און ס'ארבעט נאך אלץ! פארוואס? מנעמט אויף האנארי'ס, יעדער האט דאך זייערע משפחה, שכינים און פריינט, די האנאריס שיקן ארום בריוון צו זייערע באקאנטע וואס ווילן זייער שטארק מהנה זיין דעם האנארי, נו, לאמיר לייגן א פעידזש אינעם דזשורנאל... וויאזוי האט זיך אויסגעדרוקט אמאל א גרויסער אנדרייער און פאנדרעיזער, זאל מען מאכן א 'פיצא סטאר' און בעטן נדבות לכבוד אפאר האנארי'ס, וועלן מענטשן אויך געבן... רוב מענטשן גיבן פאר זייערע פריינט ווייל זיי ווילן זיי דערפרייען, פארשטייט זיך אז אויב די ארגאניזאציע איז א וויכטיגע אדער הייליגע אנגאניזאציע מאכט עס נאר גרינגער.

מיר האבן שוין מיטגעהאלטן טשערידי קאמפיין'ס וואס האבן זיך געענדיגט נישט אזוי גוט, און די סיבה איז געווען ווייל זיי האבן נישט געוואוסט פונעם לעצטן כלל, דאס איז אז די אנפירער פון די ארגאניזאציע ברויכן עס מאכן ווי מער פערזענדליך, ארומרופן מענטשן, אזוי, און נאר אזוי, קען א טשערידי קאמפיין גוט מצליח זיין.

גיט א קוק, מאגלניץ, מענטשן זעען ריזיגע ישועות, מ'וויל באמת געבן, עס איז גאר א הייליגער צוועק! אבער די שטארקע כח איז די צענדליגע אינגעלייט וואס שיקן אימעילס, רופן ארום, ממאכט דאס פערזענליך, די קאמפיין איז קוים צוויי שעה אין קראפט און מ'האלט שוין ביי הונדערט טויזנט דאלער! פארשטייט זיך, מטוט גאר אסאך זאכן אונטער די קוליסן... אבער איך בין ברור אז דאס גייט זיך ענדיגן מיט א קאלאסאלן סוקסעס, ווייל גארנישט קומט נישט צו צום כח פון פערזענליך ארומרופן.‎
אטעטשמענטס
מערקט די ווערטער און עראו אונטן.
מערקט די ווערטער און עראו אונטן.
לעצט פארראכטן דורך בנימין אום מיטוואך מאי 11, 2016 7:43 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
מארקעטינג\ברענדינג עדווייס? פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

געשריבן דורך דוד קויפמאן, עקסקלוסיוו צו אידישער ווינקל.


וואס איז דאס?
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

די 5'טע חלק פון מארקעטן א טשערידי קאמפיין איז דורך שרייבן וואס די פסיכאלאגיע אינטער טשערידי איז, און דייקא אין די טאג פונעם קאמפיין, מענטשן זענען שוין מיד פון הערן די אויפטוען פון א צדקה צוועק, מ'ליינט שוין נישט היינט די סארט ארטיקלען. א אינטערסאנטע אויפדעקונג סטייל ארטיקל וואס ערשיינט פערצופאל אונעם גרויסן טאג, דאס ברענגט ליינערס - עווענטועלע דאנארס...
בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע: ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין »

מה פתאום??? האט געשריבן:די 5'טע חלק פון מארקעטן א טשערידי קאמפיין איז דורך שרייבן וואס די פסיכאלאגיע אינטער טשערידי איז, און דייקא אין די טאג פונעם קאמפיין, מענטשן זענען שוין מיד פון הערן די אויפטוען פון א צדקה צוועק, מ'ליינט שוין נישט היינט די סארט ארטיקלען. א אינטערסאנטע אויפדעקונג סטייל ארטיקל וואס ערשיינט פערצופאל אונעם גרויסן טאג, דאס ברענגט ליינערס - עווענטועלע דאנארס...


ס'גייט נאך טיפער דערפון.
ווען מען שרייבט אזא סארט ארטיקל, וואס געבט 'וועליאָ', דער ליינער שפירט נאכ'ן ליינען אז דו האסט אים עפעס געגעבן אינעם ארטיקל,
ער האט גענאשט ווערטפולע אינפארמאציע, דאן וועט ער קענען באשטיין צו ווערן דער 'עווענטועלע דאנאר' פון וועמען דו האסט גערעדט...

נאך א פונקט:
אז דו וועסט זען וועלכע בילד ער האט צוגעשטעלט צום ארטיקל, וועסטו באמערקן אז די פוינט צו וואס ער באציהט זיך, איז אונטן פונעם בילד.
כ'מיין אז די עיקר וואס ער האט געוואלט איז געווען מען זאל ליינען די אויבערשטן טייל, די מעשה, און אזוי ארום ווערן דער 'עווענטועלע דאנאר' פון וועמען דו האסט גערעדט...

ס'נישט דא וואס צו רעדן.
דארט מידיא האט דא געמאכט א פיינעם דזשאב אין אלע אספעקטן.
יעצט ווען כ'שרייב די שורות האלט שוין די קאמפיין היבש איבערן 'גאול' מיט נאך שיינע עטליכע שעה צו גיין.
קוקטס נאר: https://www.charidy.com/yeshuos
ס'ווייזט אז די אלע טאקטיקן, ארבעטן. פינטל.
מארקעטינג\ברענדינג עדווייס? פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

בנימין האט געשריבן:קוקטס נאר: https://www.charidy.com/yeshuos
ס'ווייזט אז די אלע טאקטיקן, ארבעטן. פינטל.

זעקסטע טאקטיק :wink:
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פר בן בקר »

ווערען די ציגעלייגטע באונעסעס אויך געמעטשט דארך די נדבנים?
אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלפיים
תגובות: 2475
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפלאנטערט »

פר בן בקר האט געשריבן:ווערען די ציגעלייגטע באונעסעס אויך געמעטשט דארך די נדבנים?
אטעטשמענטס
photo_2016-05-11_10-50-40.jpg
[email protected]

סארי פאר מיין אידישע מעסעדזש, איך האב נישט קיין ענגלישע קיבאורד...
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

אויב קומט מען נישט אן צום באנוס ראונד, פארלירט מען די גאנצע אדער נאר די באנוס?
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

א גראם מיט טעם האט געשריבן:אויב קומט מען נישט אן צום באנוס ראונד, פארלירט מען די גאנצע אדער נאר די באנוס?

איך מיין אז מען פארלירט גארנישט.
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

איך גלייב שווער אז זיי האבן אמתע מעטשערס פאר יעדע קאמפיין.

איך מיין אז ער קען שאפן 3 פערטל געלט קען ער נישט שאפן די איבעריגע חלק ?
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים צבי »

און וויאזוי איז דאס אז קיין איין קאמפיין איז נאכנישט דורכגעפאלן? אויב האלט מען גאנץ ווייט פונם ציל, וועט די נומער פלוצים ארויפשפרינגען אסטראנאמיש דורך מיסטיריעזע דאנארס... איך מיין עס גרעניצט זיך מיט אונאה אדער שקר אדער עפעס אזוי
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

חיים צבי האט געשריבן:און וויאזוי איז דאס אז קיין איין קאמפיין איז נאכנישט דורכגעפאלן? אויב האלט מען גאנץ ווייט פונם ציל, וועט די נומער פלוצים ארויפשפרינגען אסטראנאמיש דורך מיסטיריעזע דאנארס... איך מיין עס גרעניצט זיך מיט אונאה אדער שקר אדער עפעס אזוי

איך האב שוין אויפגעוויזן ביי איינע פון די קאמפיינס, ווי אין די ליצטע פאר מינוט האט איינער מנדב געווען א odd נאמבער פון ארום 148 אלפים, עפעס וואס א ציווילער קען נישט מנדב זיין וויבאלד יעדע נתינה ווערט געפריפעלט.
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

אידן מאמינים בני מאמינים גלייבן אוודאי:
1) אז ווען טשארעדי זאגט אז זיי האבן אריינבאקומען 50 מיליאן דאלאר וכן׳ איז עס אוודאי אמת ויציב.

2) אז ווען טשארעדי זאגט אז יעדער דאלאר האט פיר מלא מעטשינג פאנדס, איז עס בוודאי אזוי.

3) אז ווען טשארעדי דערציילט אז אידן זעען אפענע ישועות, בלינדע ווערן זעהעוודיג, שטימע הייבן אם רעדן און מתים שטייען אויף איז עס זיכער אמת. אידן זאגן קיין ליגן.

4) אז ווען ״דארט מידיע״ דערציילט יאוונע ויאסנע די פיר פונקטן פאר סוקסעס. און דער שליסל איז צו מאכן א דעד-ליין. היינט אז דו געסט דיין נדבה מארגן נעמט מען מער נישט דיין געלט - איז עס טאקע אזוי...

ווי האט געבעלס געזאגט: חזר איבער דעם שקר ביז דו וועסט עס אליין גלייבן!
אוועטאר
יונהלע
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 21, 2013 12:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונהלע »

סמארט גאי האט געשריבן:איך גלייב שווער אז זיי האבן אמתע מעטשערס פאר יעדע קאמפיין.

איך מיין אז ער קען שאפן 3 פערטל געלט קען ער נישט שאפן די איבעריגע חלק ?


מיר איז די קשיא אויך שווער געווען, איך מיין אז אונז האמיר די זעלבע ענטפער...
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”