איך קלאפ איין מיט המנ'ן...

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

א שטילער איד
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 24, 2014 3:10 pm

איך קלאפ איין מיט המנ'ן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטילער איד »

באקומען אין אישי

חברה, איך קלאפ איין מיט המנ'ן... איך גיי פאר אים, ער איז אייזן...

וואס איז?
המן האט יעצט געענדיגט די ערשטע סעודה מיט אחשורוש אין אסתר, ער איז די איינציגסטע מענטש אין די גאנצע וועלט (לויט די דעה אז אחשורוש איז געווען מולך בכיפה) וואס האט געקענט זיין דארט, און דער פסוק זאגט טאקע אז המן איז ארויס פון די סעודה שמח וטוב לב! ער איז געווען צופרידן! אלעס איז גוט, א מחיה!

אבער... וְכִרְאוֹת הָמָן אֶת-מָרְדֳּכַי בְּשַׁעַר הַמֶּלֶךְ, וְלֹא-קָם וְלֹא-זָע מִמֶּנּוּ--וַיִּמָּלֵא הָמָן עַל-מָרְדֳּכַי, חֵמָה.
ער האט זיך אויפגערעגט, אקעי, פארדעם ווער איך נאכנישט פארקויפט פאר אים, ס'האט אים געבאדערט, מ'האט שוין געהערט אזאנס...

אבער, לאמיר זעהן ווייטער, ער קומט אהיים און ער פארציילט פאר זיינע פריינט ווי גליקליך ער איז, זיין עשירות, זיינע געראטענע קינדער, ווי גרויס ער איז ביים קעניג, העכער אלע שרים, און אז נאר ער איז גערופן געווארן צו די משתה היין צוזאמען מיט די קעניג און מארגן וועט אויך נאר ער גיין צו די סעודה וואס די מלכה מאכט.

יעצט קומט עס...
וְכָל-זֶה, אֵינֶנּוּ שֹׁוֶה לִי: בְּכָל-עֵת, אֲשֶׁר אֲנִי רֹאֶה אֶת-מָרְדֳּכַי הַיְּהוּדִי--יוֹשֵׁב, בְּשַׁעַר הַמֶּלֶךְ...
איר הערט אן השגה פון המן? וכל זה איננו שוה לי!
וכל זה!!! אלעס, אלעס, אלעס איז גארנישט ווערט!
ווייל... איין מענטש ביקט זיך נישט פאר מיר.

דו האסט א ווייב, דו האסט קינדער, דו האסט חברים, א הויז, פרנסה, דו האסט וואס צו עסן פרישטאג, לאנטש, און נאכטמאל. וואס פעלט דיר? עס פעלט דיר גארנישט!
נאכמער, דו ביסט אן עושר אדיר, דו ביסט די גרעסטע שר אויף דער וועלט, יעדער איינער ביקט זיך פאר דיר, דו האסט וואס דו ווילסט... וואס גייט דיר אן?
אבער, המן? ניין, דאס אלעס איז נישט אינטערעסאנט פאר אים, ווייל איינער ביקט זיך נאכנישט פאר מיר... און וואס איז זיין רעאקציע צו דעם? נישט אז 'ס'באדערט מיר'. נישט 'איך וואלט ווען געוואלט דאס אויך האבן', ניין, נאר אז אלעס איז מיר גארנישט ווערט... 'וכל זה איננו שוה לי'...
דאס איז א מדרגה! דאס קומט נישט צופיס, מען מוז הארווענען דאס קונה צו זיין... און עס קומט אים די ריכטיגע אנערקענונג דערפאר.

דאס איז די מציאות פון המן. און דאס מעקן מיר אויס פורים.
חודש אדר איז א זמן פון שמחה, משנכנס אדר מרבין בשמחה. וואס איז דאס 'שמחה'? דאס מוז ווערן אפגעלערנט, אזויווי יעדע זאך, קיין שום זאך אין דער וועלט, איז נישט דאס וואס מען קלערט אז עס איז די ערשטע מינוט.
שמחה איז אינערליכע צופרידנקייט. אין ספר אהבת שלום שטייט אז שמחה איז מנוחה. די נפש איז מסודר, ער פילט נישט אז עפעס פעלט אים. דאס איז די מדה פון צדיקים. יעקב אבינו האט געזאגט יש לי כל, איך האב אלעס! עס פעלט מיר גארנישט! און פארקערט עשיו הרשע האט געזאגט, יש לי רב, איך האב אסאך אבער נישט גענוג.

א כלל גדול, סיי בגשמיות און אויך ברוחניות. אויב דו קענסט זיך נישט אוועקשטעלן אין דיין יעצטיגע מצב און זאגן: 'עס איז די בעסטע וואס קען נאר זיין, איך האב אלעס וואס איך דארף', דאן וועסטו דאס קיינמאל נישט קענען טוהן! נישט קיין חילוק וואס דו וועסט נאר טוהן צו פארבעסערן דיין יעצטיגע צושטאנד, וועט עס נישט ברענגן אז דו זאלסט זיין בשמחה, אויב דו וועסט נישט האבן די מעגליכקייט צו זיין צופרידן מיט דיין יעצטיגע מצב וויאזוי עס שטייט און גייט. ווייל דעמאלסט וועט אויך זיין עפעס וואס קען זיין בעסער, אזוי ארבייט א מענשט, יש לו מנה רוצה מאתים, און אין אדם מת וחצי תאוותו בידו.

ווילסט זיך איבערצייגן אין דעם? קוק אויף המן... ער האט שוין אלעס געהאט, יא? און וואס האט ער געזאגט? וכל זה איננו שוה לי!

עס איז א טעות וואס מענשטן טראכטן כסדר, אז 'ווען איך וועל האבן דאס און דאס, דעמאלסט וועל איך זיין צופרידן', עס איז נישט אמת. דאס מיינט נישט דו מעגסט נישט וועלן האבן מער, און דו מעגסט טוהן זאכן כדי זיך צו מאכן גרינגער, אבער יעצט איז אויך גוט, די בעסטע וואס קען זיין פאר מיר יעצט.
א איד קען זאגן אין יעדע מצב וואס ער זאך זיך נאר נישט געפונען: 'עס איז די בעסטע וואס קען נאר זיין'! דאס איז דאך די אמת, ווייל מיר ווייסן דאך אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, און ער טוט נאר גוט, און אויב האט ער אזוי געמאכט פאר מיר, מיינט דאס אז דאס איז די בעסטע פאר מיר, און עס קען נישט זיין בעסער, ווייל אויב עס וואלט ווען געקענט זיין בעסער, וואלט געווען בעסער! ער טוט דאך נאר דאס בעסטע פאר דעם מענטש. מיר ווייסן דאס אלעס, מיר דארפן נאר אנהייבן דאס חזר'ן און אריינברענגן אינעם טאג-טעגליכן לעבן.

איך האב געהערט א ווארט (בשם ר' בערל טויבער שליט"א), די סופי-תיבות פון וכל זה איננו שוה לי איז די ה' הוי', אבער עס איז פארקערט, ה-ו-ה-י. וויאזוי ליינט מען די ווערטער כסדרן? לי שוה איננו זה. א איד וואס לעבט מיט אמונה אינעם אייבערשטן, זאגט כסדר, לי שוה, איננו זה – מיר איז גוט אז ס'גייט נישט פונקט אזוי ווי איך האב געוואלט... די היפוך פון המן הרשע.

די גאנצע מגילה פארציילט אונז וויאזוי די באשעפער פירט אלעס אין דער וועלט לטובה, אפי' מיר זעען עס נישט פון אנפאנג, עס איז באהאלטן און עס זעהט אפי' אויס שלעכט, אבער צום סוף האט מען געזעהן ווי אלעס איז געווען געפלאנט ביז'ן לעצטן פרט, און ווען מען דערהערט דאס אין מען נעמט עס אריין אין זיך, ווערט מען רוהיג און צופרידן אין יעדע מצב וואס מען געפינט זיך, און דאס איז שמחה!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

הערליך שיין, א דאנק פארען ברענגען.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
mini van
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 06, 2014 10:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mini van »

זייער שיין, שכח
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

א הענטל פאר דיר און פאר דער ? וואס האט דיר עס געשיקט אין אישי
א שטילער איד
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 24, 2014 3:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטילער איד »

אויסגערעכנט האט געשריבן:א הענטל פאר דיר און פאר דער ? וואס האט דיר עס געשיקט אין אישי


ער האט געשריבן עפעס פאר מיר איבער די געדאנק.. האב איך געזאגט אז פשטות וועט אייוועלט שטארק הנאה האבן פון זיינע געשרייבעכצער!! האט ער געזאגט אז פאר אים טויג נישט זיך צו דרייען דא... האב איך געבעטן מיר צו שרייבן און איך וועל שוין קעיר נעמען.. וזה מה שיצא...
א שטילער איד
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 24, 2014 3:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטילער איד »

אז דער עולם וועט פארלאנגען וועל איך בעטן אים צו שרייבן נאך
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

איך האף אז איך בין דער עולם. איך האב שטרענג באפוילן אז עס מוז קומען נאך פון די סחורה
מייקל סעוועדזש
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 8:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקל סעוועדזש »

מיט דעם פארשטייט מען אויך פארוואס הקורא המגילה למפרע לא יצא ווייל המן איז נישט געווען א לי שוה, איננו זה..
צייכן מיינע ווערטער: טראמפ און קרוז גייען קיינמאל נישט זיין פרעזידענט!
א שטילער איד
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 24, 2014 3:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטילער איד »

מייקל סעוועדזש האט געשריבן:מיט דעם פארשטייט מען אויך פארוואס הקורא המגילה למפרע לא יצא ווייל המן איז נישט געווען א לי שוה, איננו זה..

;l;p-
א שטילער איד
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 24, 2014 3:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטילער איד »

אויסגערעכנט האט געשריבן:איך האף אז איך בין דער עולם. איך האב שטרענג באפוילן אז עס מוז קומען נאך פון די סחורה

וועל מיר איבער געבן
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

mini van האט געשריבן:זייער שיין, שכח


גם אני מצטרף צו בעטן פאר נאך
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2320
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

זייער שיין
ישר כח

געהערט אמאל אז די פארקערטע פון המן הרשע איז געווען אברהם אבינו

ווען השי"ת האט אים צו געזאגט א זון יצחק שטייט לו ישמעאל יחיה לפניך
זאגט רש"י אברהם אבינו האט געזאגט
איני כדאי לקבל שכר כזה

קען מען זיך פארשטעלן ביי די ניין און ניינציג יאר נאכן אריינברענגען אמונה בשם א גאנץ לעבן אזאנס צו זאגן

איי ווי פריילאך דארף מען זיין צו זיין פון די בני אברהם
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

אויסגערעכנט האט געשריבן:א הענטל פאר דיר און פאר דער ? וואס האט דיר עס געשיקט אין אישי

זייער שיין
פאר קריטיק דריקט דא
josh
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 2:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך josh »

הערליך
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”