פרק שירה

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2906
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

פרק שירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

ווען איך עפן אויף מיינע אייגעלעך, אייגעלעך,
א יעדן אינדערפרי;
הער איך זינגען פייגעלעך, פייגעלעך,
ווי זיי‏ זינגען מודה אני!


טאטי‏, אמת די קענסט הערן ווי די פייגעלעך זינגען?

ניין, אבער די הייליגער באשעפער הערט.

אבער... זיי קוויטשען פלעין; זיי זאגן נישט גארנישט. זיי קענען טאקע רעדן? ווער האט זיי אויסגעלערנט זינגען, זייער מאמע?‏ טאטי, די מאמע פייגל קען זינגען?

*

פרק שירה, דער הארציגער געזאנג וואס די גאנצע בריאה זינגט פארן גרויסן בורא. די זאפטיגע עפל, דער נאסער רעגן, דער הייסער גיהנום, דער ווילדער הינט, דער רוישיגער ים, דער כיטרער שלאנג, און דער פינסטערער נאכט; אלעס זינגט שירה פארן אלמעכטיגן בורא.

די דומם-צומח-חי בריאות קענען נישט רעדן אדער זינגען. נעמט אפיר די קלוגסטע מאלפע; קוים וואס זי קען טראכטן. איז ווי איז שייך אז זינגען שירה זאלן זיי יא קענען?

"טאטי, זיי קענען טאקע רעדן? ווער האט זיי אויסגעלערנט זינגען?"‏

אייער קליינע זיסע אינגעלע-מיידעלע איז נישט די ערשטע וואס פרעגט די פראגע.‏ דער מדרש פרק שירה פארציילט אז ר' יהושע דער תלמוד ‏פון ר' חנינא בן דוסא האט געפאסט 85 תעניות און אנגעפרעגט אין הימל די פשט פון שירת כלבים. האט א מלאך געענפערט:‏ ישעיה עד מתי אתה מתענה על זה הדבר, שבועה היא מלפני המקום ברוך הוא מיום שגילה סודו לחבקוק הנביא לא גילה דבר זה לשום בריה בעולם... ומה ששאלת חזור לאחוריך ואל תוסיף בדבר הזה עוד, כמו שכתוב שומר פיו ולשונו שומר מצרות נפשו.

די שירת הבריאה איז אן ענין עמוק מאוד, און מיר וועלן נישט פראבירן צי מפשר זיין א פארבארגענעם עסק וואס פיל גרעסערע‏ פון אונז האבן זיך געפלאגט צו פארשטיין. אבער אין המקרא יוצא מדי פשוטו. אז מען וועט נאר אביסל באטראכטן די בריאה און זיך מתבונן זיין אז כולם בחכמה עשית, וועלן מיר איינזען אז יא, מיר פליישיגע מענטשעלעך קענען הערן ווי די גאנצע באשאף זינגט שירה! כולם בחכמה, זינגט פון זיך אליין "עשית"!

*

(א חלק פון די פאלגאנדע נקודות לקחתי משיעורי ומספרי הגה"צ רבי אביגדור מיללער זצ"ל, בנוי ומיוסד על חובת הלבבות שער הבחינה.)‏

תרנגול מה היא אומרת: די האן - און טויזענטער אנדערע עופות און באשעפענישן - ברענגט אראפ פרישע דורות דורך לייגן אייער. דער פראסעס ארבעט ווי פאלגאנד. די אייער פעקטארי אין די געדערים פון די כפרה פראדוצירט א הארטע רינדעכיגע שאלאכטס, זי לייגט אריין דערין א געל און ווייסע דזשעלי פילינג, און דערנאך שפייט זי אריין די פארמאכטע איי אינעם נעסט. במשך די קומענדיגע טעג און וואכן זיצען די פעקטארי בעלי בתים אינעם נעסט און ווארעמען די אייער. צוביסלעך וועט די גאנצע דזשעלי אין די שאלאכטס איבערגעטוישט ווערן פון א רויע שפיגל איי צו א לעבעדיגע טשיקעלע וואס באשטייט פון בלוט, ביינער, מארעך, פלייש, הויט, מוח, הארץ, לעבער, פעדערן, פליגעלעך, און טשיקען פיסלעך פאר פ'צעי.‏ די גאנצע סוד פון די ציקונפטיגע כפרה ליגט באהאלטן אין א רויע איי וואס איז געמאכט געווארן דורך אן אומגעלערענטע מאמע תרנגול, וואס חוץ עסן און פליען ווייסט זי נישט בחייכון.

אויף די קליינע פיסקעלע פון די אומגעבוירענע טשיקעלע וואקסט ארויס א קליינע ציינדעלע, וואס ווען זי איז גרייט ארויסצוקומען אויף דעם עולם וועט זי מיט דעם אויפברעכן די שאלאכטס און תיקף קוויטשקענען פאר עסן. די ציינדעלע איז ספעציעל אריינגעשטעלט געווארן פאר דעם צוועק; גלייך נאך געבורט וועט עס ארויספאלן און קיינמאל נישט צוריקוואקסן!

די אייער שאלאכטס האט א גרויסער פראבלעם. אויב איז עס צו דיק, וועלן עס די פיצי עופה'לעך נישט קענען אויפהאקן; אויב איז עס צו דין, וועט זיך עס צוברעכן פון די וואג פון די טאטע-מאמע. האט דער גרויסער בעל הסייענס אראנדזשירט אז די שאלאכטס זאל זיין פונקטליך צוגעפאסט צו די גרויסקייט/שטארקייט פון די עוף. די אייער פון גרויסע עופות (בת היענה וכדו') פארמאגן דיקע שאלאכטס, און די קליינע עופות, דינע שאלאכטס. הפלא ופלא!‏

טאטי‏, אמת די קענסט הערן ווי די פייגעלעך זינגען?

צפור מה היא אומר:
ווי אזוי פליהט אן עוף? פונקט ווי אן עראפלאן, אזוי זאגט די ענסייקלאפידיע.
ווי אזוי שוועבט אן עוף? פונקט ווי א גליידער, אזוי זאגט די ענסייקלאפידיע.
די ענסייקלאפידיע זאגט אויך אז די פליגלעך פונעם פייגל פארמאגן דעם זעלבן חכמה'דיגן געבוי ווי די פליגלען פונעם עראפלאן!

אז איר וועט באטראכטן דעם פייגל וועט איר זען אז איר הייבן, פליען, פארן, שוועבן און לאנדן סיסטעם איז מער פלעקסיבל און פלינק ווי די ארמעי'ס בעסטע דזשעטס.

ווען די עוף וויל זיך הייבן וועט זי א שאקל טאן אירע פליגלען און פרעסטוי! סעקונדעס שפעטער איז זי זיבעצן שטאק הויך און צוויי בלאקס ווייט; זי דארף נישט קיין הילף פון ראננוועיס אדער אויסערליכע ספרינגס. ווען זי איז גרייט צוריק ציקומען, וועט זי זיך געבן א לאז אראפ פון אויבן און לאנדן גלייך נעבן דעם מענטש און אים דערמאנען אז דער זעלבער בורא וואס האט געגעבן שכל פאר די רייט ברידער צו ערפונדן דעם אייזענעם עראפלאן, האט 5,664 יאר בעפאר באשאפן א פליישיגע פלי מאשין, וואס אגב קען אויך לייגן אייער, און אגב וועט 2-3 וואכן שפעטער אויסשפייען א ... פליישיגע בעבי עראפלאן!

עוף השמים יוליך את הקול [ה' בכח קול ה' בהדר]. לייגט נאר צו אן אויער, און איר וועט הערן!

שמש, עבים, רוח, גשמים מה הם אומרים: דער רעגן סייקל איז די פארגעשריטענסטע אסעמבלי ליין אין די וועלט. די זון שיינט אויפן ים און ווארעמט אן די טראפן; די הייסע שטראלן שעפן ארויס די וואסער און פארוואנדלט עס אין דאמפף; די פארע הייבט זיך און ווערט וואלקענעס; די ווינטן פירן די וואלקענעס אריין צו די יבשה; די קאלטע לופט טוישט איבער די פארע צו וואסער; און די רעגן און שניי ווערן אראפגעפירט צו דער ערד מיט די כח פון גראוויטי. די רעגן וואשט די קארס, באנעצט די פעלדער, טרינקט אן די ביימער און פילט אן די קוועלער. די וואסער וואס בלייבט איבער פארט צוריק אראפ צו די ימים, וחוזר חלילה.

אויב די שמש וואלט געווען אביסל ווייטער (אדער קלענער), וואלט ארץ געווען צו קאלט און די ים וואלט נישט פראדוצירט וואלקענעס. אויב די חמה וואלט געווען אביסל נענטער (אדער גרעסער), וואלטן אירע הייסע שטראלן אויסגעשעפט די גאנצע פייכקייט און תבל וואלט געווארן קריספי טויסט.

אן די רוחות, וואלטן די וואלקענעס אריינגערעגנט צוריק אין די ימים, און די פנימות'דיגע טיילן פון אלע יבשות וואלטן באשטאנען פון לויטער מדבריות. אויב די וועלט'ס גראוויטי וואלט געווען שטערקער, וואלט די גשמים אראפגעקומען מיא אזא כח אז עס וואלט חרוב געמאכט די תבואה. ווידער אויב גראוויטי וואלט געווען שוואכער, וואלטן די וואסערן געבליבן אין די וואלקענעס און מען וואלט אויסגעגאנגען פאר דוירשט און הונגער.

אין קורצן, כדי די ערד זאל באקומען רעגן פארלאנגט זיך א זון, היץ, ווינטן, קעלט און כח המושך - עס איז א פעקעדזש דיעל. אויב נאר איינע פון די מעכטיגע קאמפאנענטס וואלטן געפעלט (אדער נאר געווען אביסל פארדרייט), וואלט פלאנעט ערד אויסגעקוקט אזוי לוסטיג און לעבעדיג ווי פלאנעט דזשופיטער.

גדול יום הגשמים כיום שנבראו שמים וארץ! (תענית ז)

*

ווען איך "עפן אויף" מיינע אייגעלעך, אייגעלעך,‏
א יעדן אינדערפרי;
"הער איך זינגען" פייגעלעך, פייגעלעך;
ווי זיי‏ זינגען מודה אני!


טאטי‏, אמת די קענסט הערן ווי די פייגעלעך זינגען?

יא, ווייל אז מען ניצט די סייכעלעך,
און מען באטראכט די וואונדערליכע בריאה מיט אפענע אייגעלעך,
הערט מען ווי די שטיינדעלעך, ביימעלעך און פייגעלעך,
זינגען מיט פידעלעך און פּייקעלעך:

מה רבו מעשיך ה'!
לעצט פארראכטן דורך מונאוויטש אום פרייטאג יאנואר 08, 2016 2:30 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
גאון הגאונים
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 7:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאון הגאונים »

מונאוויטש האט געשריבן:
מה רבו מעשיך ה'!
אוועטאר
נער הייתי
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 5:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נער הייתי »

אמונאוויטש שכח.
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

האלוי... און ווער איז ביזי צו אייוועלט איז געפאלן...??

מונאוויטש!!! א מייסטער שרייבער, א גינגאלדענע פעדער ווי עס צוגיסט טאלאנט אין יעדע שורה באזונדער, א דעטאלירטע שריפט שטעלער צולייגנדיג אויף טעלערלעך יעדע פרט ופרט, א קלארע השקפה דורכגעווייקט מיט אמונה פשוטה. יעדעס ווארט, שורה, און פאראגראף איז פינגער באלעקנד!

א הערצליכע דאנק, און ביטע זיי אונז ווייטער מהנה מיט די קאליבאר ארטיקלען.
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

Wow
אויסנאם זיס געשריבן!
אוועטאר
טיפיקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפיקעל »

שוין לאנג נישט געליינט אזא תוכן׳דיגע ארטיקעל מיט אזא געוואלדיגע סטייל פון שרייבען, הלואי איך קען עס מיט-טיילען מיט די קינדערלעך
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

Wow. הרב מונאוויטש, ביסט אונז מחיה! כה לחי!
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

קיינמאל געליינט א אמונה ארטיקל וואס איז אזוי זיס אראפגעלייגט. ישר כח!
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

הערליך שכוח איך האך אז די גייסט ווייטער אין די רייע
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

יישר כח אמונהוויטש, הערליך שיין אראפ געלייגט.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

דער שיינער ארטיקל איז ווארשיינליך געשריבן געווארן מיט 12 יאר צוריק.

היינט האלט מען 5776 יאר נאך בריאת העולם.
אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 13, 2013 11:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוודאי »

א גרויסן יישר כח, די ארטיקל איז א מייסטער ארבעט.

נאטרוליסט האט געשריבן:דער שיינער ארטיקל איז ווארשיינליך געשריבן געווארן מיט 12 יאר צוריק.

היינט האלט מען 5776 יאר נאך בריאת העולם.

ער שרייבט נישט 5764, ער שרייבט 5664 די יאר וואס די wright brothers האבן ערפינדן דעם פליגער, תרס״ד לפ״ק (December 1903 למספ׳).
שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלך לחמך »

ישר כח, ביטע גיין ווייטער, עס איז מתוק מדבש
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4486
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

גאר גוט געשריבן! ייש"כ און און מיר ווארטן אויף נאך.
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

הערליך הערליך!!! ביטע האלט אן!
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

זייער שיין,
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

געוואלדיג שיין און גוט אראפגעלייגט !

ייש"כ.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

מונאוויטש! געוואלדיג!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2906
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

PDF פון אונזערע אמונה שמועסן.
(בלתי מוגה)
אטעטשמענטס
מונאוויטש - אמונה שמועסן.pdf
(195.06 KiB) געווארן דאונלאודעד 222 מאל
לעצט פארראכטן דורך מונאוויטש אום פרייטאג יאנואר 15, 2016 1:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

הערליך הערליך, סיי דאס און סיי די אנדערע שמועסן.

א עקסטערע יישר כח פאר די פידיעף.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

הרב מאנאוויטש,
אראפגייענדיג אין קעלער נישטערן אין די פארשטויבטע ארטיקלען, זיכנדיג עפעס ווארע אויף פרק שירה, האב איך זיך אנגעשטויסן אין דעם ארטיקל, און פאר די אייגענארטיגקייט פון דעם ארטיקל, האב איך דאס פון פריש ארויף געשיקט.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”