עס איז נאר א ווארט? ניין! עס איז א ווארט!!!

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

עס איז נאר א ווארט? ניין! עס איז א ווארט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

א ווארט בויעט
א ווארט צוברעכט,
א ווארט קען זיין גוט
א ווארט קען זיין שלעכט.

א ווארט שניידט
א ווארט פליקט,
א ווארט דערהייבט
א ווארט אונטערדרוקט.

א ווארט מונטערט
א ווארט דערקוויקט,
א ווארט פארשעמט
א ווארט דערשטיקט.

א ווארט מאכט טרויעריג
א ווארט דערפרייט,
א ווארט נעמט צוזאם
א ווארט צושפרייט.

א ווארט קען זיין צדקות
א ווארט קען זיין רשעות,
א ווארט ברענגט הנאה
א ווארט מאכט בושות.

א ווארט גראדט אויס
א ווארט קען מאכן א קנייטש,
א ווארט קען זיין געשמאק
א ווארט קען רייסן ווי מיט א בייטש.

א ווארט קען ווערן געזאגט
א ווארט קען קומען אין שריפט,
א ווארט קען מאכן ענג
א ווארט קען צוגעבן לופט.

א ווארט קען זיין זיס
א ווארט קען זיין א שטאך,
א ווארט קען זיין מיאוס
א ווארט קען זיין א בראך.

א ווארט קען זיין פרייליך
א ווארט קען זיין געשמאק,
א ווארט קען מאכן ווייטאג
א ווארט קען אין הארץ מאכן א קנאק.

א ווארט קען צונייען
א ווארט צורייסט,
א ווארט קען באגראבן
א ווארט קען פירן אין מאראסט.

א ווארט ווערט געזאגט דא און געהערט דארט,
פליט ארום אין מינוטן אין יעדן ארט.
א ווארט מען הערט, עס איז באלד א פאקט,
אפילו ווען יענער ווערט דערפון צוקנאקט.

מיט א קנעפל א דריק
צום חבר שיק,
מען לאכט ווי פון א טריק
אבער נישט דא קיין וועג צוריק,
דיר קאסט עס נאר אן אויגן בליק
אבער פון יענעם פעלט דערנאך א גאנצע שטיק.

עס האט ניש קיין סוף נישט דא קיין ענד
דער אנדערער דרוקט אויך פארווערד און סענד,
טראכסט נאר פון דיר און נישט פון יענעם
כאטש יענער וועט מיטמאכן דעם גיהנם.

דיר גייט גוט
אבער יענעם מען צאפט דאס בלוט,
דיר נעמט עס איין מינוט
יענער פאר טעג פון דערהיים אוועק ער פליט.

ווי מער מענטשן צולייגן צום ליסט
נאר אזוי שטילט זיך דיין גליסט,
אבער יענעם די בלוט גיסט
און טרערן פון די אויגן פליסט.

מען שיסט ווערטלעך מיט פסקים
און יענער קען ניש רוען אויף איין מקום,
א לשון הרע אויסגעטראכט
און מען פירט דאס ארום מיט פראכט,
און באלד איז דא א היתר
מיט שמוץ אנצופילן גאנצע בלעטער.

אפשר איז שוין צייט צו שרייען גענוג
און דרייען דעם דאשיק אויף צוריק,
אפשר איז שוין צייט צו שרייען הרף
און נישט האבן קיין האנט אינעם טרף.

מען דארף אלעס קענען דערהייבן
גארנישט טאר מען נישט גלייבן,
די ווארט זאל ביי דיר בלייבן
און טו עס נישט ווייטער טרייבן.

טראכט פונעם צער אן א שיעור
ווען עס וואלט חלילה פאסירט צו דיר,
טראכט איך וויל נישט עס זאל געשען צו מיר
שיק עס נישט ווייטער פון דיין טיר.

געב נישט אויפן סענד קנעפל א קלאפ
זאל די ווארט האבן ביי דיר די לעצטע סטאפ,
אינעם כבוד פונעם חבר זיין נזהר
וועט מען נישט דארפן פרעגן וואו איז-ער.

לאז עס ביי דיר אויפן בלעטל
וועט מען נישט דארפן איבער לאזן קיין צעטיל,
לאז עס ביי דיר שטיין
וועט מען פון דערהיים נישט דארפן אוועק גיין.

לאז עס ביי דיר ליגן
וועט מען זיך מיט קיינעם דארפן קריגן,
לאז עס ביי דיר אין האנט
וועט מען דערנאך נישט דארפן קלאפן קאפ אין וואנט.

לאז עס אין דרעפט
מאך נישט דערמיט קיין געשעפט,
לאז ביי דיר די סחורה
וועט ביי יענעם בלייבן אורה.

טראכט א וויילע
לאז עס ביי דיר אין כלי,
לאז עס ביי דיר אין קאמפיוטער
וועט יענער פון צער זיין פטור.

טראכט נישט קרום
דאס שיק ארום,
אפשר וועט דאס אומגלויבליכע פאסירן
אז מען זאל יענעם'ס צער באמת שפירן.

אין זכות פון אהבת חינם
זאל שוין זיין ראשון לציון הנה הנם,
מען וועט אונז גארניש זיין מחסר
ולירושלים אתן מבשר.

פון טהרה וועט בלאזן א רוח
און בקרוב הערן שופר של משיח,
אלע אינאיינעם
נערים וזקנים,
אנקומען אהיים
מיט משיח צדקנו קיין ירושלים.

איין ווארט! אמן!!!
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

אמן ואמן!

א גרויסן דאנק פאר די טייערע ריינע רייד.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

אמן!!!
געצעם א קאווע פארן סעקרעטאר, ער קוקט אויס דאנערשטיג,
הישט געוויסט די קענסט דאס אויך?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

הו הא!! דברים כדורבנות, מייסטערהאפטיג אוועק געשטעלט!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

אמן!

אויסטערליש. און שטארק.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

WOW!!!
געוואלדיג וואס דער האט דא אהערגעשטעלט !
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

מייסטערהאפטיג!! געוואלדיג גוט געשריבן!
אוועטאר
סופר סתם
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופר סתם »

עד להפליא!.....
סתם א שרייבער
אוועטאר
מענטשעלע
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 2:37 pm
לאקאציע: נישט דאס פלאץ...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטשעלע »

Wow wow הערליך
החותם בדמע...
א געוועזענע טראמפ שטיצער.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

עס איז נאר א ווארט? ניין עס איז א ווארט!!! אבער א ווארט!!! הערליך!!
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35423
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

א ווארט
אן Art
א ווארט
עס שטארט
איין ווארט
א פולע Cart

א דאנק, מיט עהרע
פאר די מוסר לערע
ישר חילך
שטענדיג זייט פריילעך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

הערליך שיין!
הק' איש ימיני
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

ידיד האט געשריבן:מייסטערהאפטיג!! געוואלדיג גוט געשריבן!
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

געשריבען מיט פארשטאנד
צו חזר'ן דאס נאכאנאנד
די כח אויף אייבעג פארבליבען
פון א ווארט געזאגט צו געשריבען
לאמיר עס אויסניצען לטב
צו האלטען יעדען אויף זעלבן קו
ווערטער נאר וואס שטארקען
אזוי אוועק נעמען יסורין הממרקין
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

WOW!!!

אזא טיפזיניגע ווארט
מיר צוגענאגלט צום ארט

שוין לאנג נישט אזוי ארויס פון התפעלות!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

פלטיאל האט געשריבן:עס איז נאר א ווארט? ניין עס איז א ווארט!!! אבער א ווארט!!! הערליך!!
פאר קריטיק דריקט דא
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

מורא'דיגע ווערטער, געקונצלט ארייגעפלאכטן מאורעת הזמן, מיט שכל און מיט מיטגעפיל פאר א צווייטער איד. איך_הער!
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רביש »

לא מדובשיך ולא מעוקציך
ס'איז שפעט די זייגער רוקטזיך
משיח דארף שוין קומען וויל מדערשטיקזיך
מ'זאל נאר געראטעוועט ווערן ווען גוג קריגטזיך
לעג ולקלס וועט ווערן די וואס צו עבו"ז ביקטזיך
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אין איין ווארט, "געוואלדיג"! ;l;p-

האסט אזוי טאלאנטפול גענומען די ווארט און געוויזען אז איין ווארט קען רעדען מער ווי טויזענטער בילדער; דאס ווארט איז "ווארט".

#פיינע ווארט-זאגער פאר אייוועלט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
נישט אלעס איז אמת
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:45 pm
לאקאציע: אין א וועלט פון שקר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט אלעס איז אמת »

א ווארט האט נישט קיין וועג צוריק
געדענק!! צייט קומט נישט צוריק
מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיה »

צומאל איז א ווארט גאר הערליך
צומאל איז א ווארט גאר תוכנ'דיג
אבער פון מאל צו מאל איז עס גאר ביידע.

איך הער, ס'איז הערליך - און וויכטיג!
אוועטאר
יונהלע
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 21, 2013 12:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונהלע »

אוי ווי א ווארט קען טוישען די מענטש'ס לעבן! ! איך האב איינמאל געהאט א ווארט און איך ליידט נאך עד היום הזה פון איר...
אוועטאר
אידיש גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 6:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש גערעדט »

מיינסט עס ערענסט ווי לאנג צוריק?...פונעם תגובה מייניך, איך האף אז דו ליידסט נאומאר.
דעי ניק איז נישט אקטיוו
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

הלשון האט געשריבן:WOW!!!

אזא טיפזיניגע ווארט
מיר צוגענאגלט צום ארט

שוין לאנג נישט אזוי ארויס פון התפעלות!

הערליך איז נישט דאס "ווארט"

"אידיש גערעדט" שכח פארן ארויפברענגען
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

איך-הער האט ארויסגעברענגט א פוינט
וואס איז נוגע וואו נאר מען וואוינט.
די שכוח פאר זיין תגובה
איז צו לאזן די צובראכענע מנוחה.
קומט אים אלע אקעגן
ווען מען דארף עפעס טון דערוועגן.

בדידי הוא עובדה
מענטשן מיט די שלעכטע מידה.
פאר אפאר דאלער צו אויסזען גערעכט
האבן זיי מיין נאמען פארשוועכט.
געלייגט אויף מיר א ווארט
וואס האט קיינמאל פארנומען קיין ארט.
שווער איז עס מיר געווען
אבער איך האב געוויסט עס מוז געשען.
פון עגמת נפש האב איך מיר באפרייט
די לעבן איז מיר געווארן באנייט.

גאט איז מיר אקעגן געקומען
ווען די אמת איז ארויף געשווימען.
די ארומיגע זענען געווען שאקירט
זענדיג ווי ווייט מען האט זיי פארפירט.

אבער אז פון אויבן איז אזוי באשערט
איז יעדע ברעקל צער געווען ווערט.
ווייל געלערנט האב איך מיר דערפון
קיינמאל חברך תדין.

אזוי ווי איך בין שוין געווען אין אזא שיך
נעווער פארווערדן וועל איך.
אזא מעסידזש טו איך אייביג סטאפן
ווייל פארוואס יענעם קלאפן.
אמת צו נישט
קומט עס נישט צו זיין אויף טיש.

הערטס אויף צו מצער זיין א צווייטן
די זכותים וועלן אייך אייביג באגלייטן.
אז איר וועט איינזען די וויכטיגקייט פונעם ענין
ווען מען אונז שוין אראפשיקן די הייליגע בנין.
קיין ירושלים ווילן מיר גיין
במהרה בימינו אמן
לעצט פארראכטן דורך אויסגערעכנט אום זונטאג אוגוסט 07, 2016 8:22 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”