די אידילאגיע פון שטיצן א טראמפ קאנדידאטור

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

די אידילאגיע פון שטיצן א טראמפ קאנדידאטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

(די אשכול חזר'ט נאכאמאל איבער אסאך פונקטן, און איז אויך נישט אזוי קלאר געשריבן, אביסל צומישט, איר קענט עס איבערהיפן)

 קודם איך בין א איד, א חסיד'שער איד, א סאטמארער איד, איך האב מיינע וועליוס, איך האב א ציל אין לעבן, מאכן א נחת רוח פארן באשעפער, און ערציען גוטע קינדער.

 די פרעזידענטליכע וואלן האבן נישט קיין שום שייכות צו מיין פרעזענליכן לעבן, איך נעם עס בכלל נישט פערזענליך, ביי מיר וועט בכלל נישט זיין עק וועלט אויב פוטין וועט פירן אמעריקע, אדער אמעריקע וועט ווערן אויס גרויס מאכט, ווילאנג עס שטערט נישט צו דינען דעם באשעפער, גייט מיך נישט אן, גלייב מיר אז ווען איך שמעק שבת צופרי אז מיין טשולענט ברענט צו, איז עס מיר א פיל גרעסערע פראבלעם.

איך בין שאקירט געווען לעצטענס ווי איך האב געזען עטליכע ניקס נעמען דאס פערזענליך, אזש ביזן שרייען אז די וואס שטיצען א טראמפ קאנדידאטור מעגן זיך שעמען! און עצה'נען אז מקען זיך פארגלייבן אין א צווייטן, כמיין זיך פארגלייבן, איינער נעמט דאס אן ביז פארגלייבונג?

כדי מסביר צו זיין די אידילאגיע פון שטיצן א טראמפ קאנדידאטור, (ווען איך זאג טראמפ קאנדידאטור מיין איך נישט ער זאל זיין מיין רבי, אדער סימבאל, נאר ער זאל זיין ביים שפיטץ רעדל פון די קאמפאני וואס רופט זיך אמעריקע), מוז איך מאכן דריי וויכטיגע הקדמות.

איינס, איך בין עוסק אין מסחר, אין מסחר באגעגנט מען אלע סארט מענטשן און ביזסנעסער.

איך באגעגן צוויי ערליי מענטשן, אידילאגן, און ביזנעסלייט.

די רעצעפי פון אינטערברענגען א ביסנעס, איז אידילאגיע.

צוויי משלים, איינס, יארן צוריק בין איך אמאל געווען אין פארבינדונג מיט א גוי וועגן אפקויפן א גרויסן שטח, דער גוי אין די זיבעציגער, אנהייב האט ער גערעדט ביזנעס, צום סוף הייבט ער מיך אן צו פרעגן וואס איך וויל טון מיט דעם שטח, זאג איך אים אז איך וויל דיוועלאפן (מיט שותפים) דעם שטח און פארקויפן דירות, הייבט ער אן צו קרימען מיט די נאז, אז ער איז שוין אלט, און ער וועט נישט שטארבן רואיג אויב ווייסט ער אז ער גורם געווען אז  א גרויס שטיקל גרין לענד  זאל ווערן פארפעסטעט וכו' איך האב נאך אביסל געטרייט אים איינצורעדן אז איך וועל בויען ווייניג, אבער דער משוגע'נער האט נאר גערעדט פון זיינע משוגע'תן, ביז ער האט זיך געטראפן רעדן צו זיך אליין.

די צווייטע מעשה, א לענדלארד האט מיר אמאל געזאגט אז ער עקסטערמענעיד נישט זיינע בנינים, ווייל זיין געפיל לאזט אים נישט פאר'סמ'ען די מייז, זעלבסט פארשטענדליך אז קיין סאך טענענט האט ער אויך נישט געהאט, ובאמת זה פשוט.

די זעלבע זאך איז ווען די אידילאגיע איז רעכטס, ממישט אריין רעליגיע אין די ביזנעס, דאס קען אויך שאטן פאר די ביזנעס (ח"ו כרעד נישט פון פאלגן די תורה, אויף דעם צאלט מען נישט ארויף, אזוי ווי מזעט).

סוקסעס אין די ביזנעס איז, ווען די ביזנעס איז לשם ביזנעס, און האלטן דעם עיקר פאר די אויגן, אין זיך אנפייפן אויף אלעם, קנאקן און בראקן, ווארפן איינגעשטעלטע,  דער עיקר איז, די ביזנעס מוז מאכן געלט.

יעדער פארשטייט, אז צו זיין היינט צו טאגס די שטערקסטע לאנד, האט נישט צוטון מיט פיזישע גבורה, דאס האט צוטון מיט געלט, ווי רייכער די לאנד איז, אלס מער געלט קען זי ספענדן אויף ריסערטש, מאכן וואפן, און פינאנצירן א גרויסע ארמיי, און זעלבסט פארשטענדליך גוט קעיר נעמען פון די סאלדאטן.

אמעריקע מוז זיין די  גרעסטע מיליטער מאכט, כדי אנצוהאלטן דעמאקראטיע און וועלט ארדענונג.

די צווייטע הקדמה איז.

די מערב וועלט לענדער האבן א ערנסטע פראבלעם, און איך וועל דאס אויסשמועסן.

פארצייטנס, און היינט אין פילע לענדער, איז רעליגיע זייער שטארק/געווען, מער ווייניגער זענען די רעליגיעס גאנץ נארמאלע ארגענונגס האלטערס, אבער צום עיקר, האט דאס געהאלטן די מאראל הויך.

היות עס איז געווען געבויעט אויף א רעליגיע, איז נישט געווען שייך קיין סאך צו טוישן, ווייל נישט דו ביזט דער וואס מאכט אפ, סא האט געקענט דורך לויפן הינדערטער אדער אפי' טויזענטער יארן, און גארנישט זאל זיך נישט טוישן, סא דער שכל פונעם מענטש איז געווען טאטאל באלעבוס איבער די געפילן.

ממילא מענטשן האבן גרינגער אקצעפטירט קעניגן מיט פריצים, ווייל עס איז דאך סיי ווי דא א העכערע גאט,  סא די שכל איז אזוי געווען געפראגראמט.

אמעריקע האט פארגעשטעלט א נייע מציאות, די פאלק הערשט, די מאסן זענען באלעבוס.

די גוים זענען געווען אנהייב שטארק רעליגיעז, סא די ערשטערע יארן פון אמעריקע האט אויסגעקוקט זאכן גאנץ גראד, מענטשן זענען געווען רעליגיעז, נישט אזוי געטראכט פון זיך, מהאט גענוצט דעם שכל, מהאט פארשטאנען ווי אזוי א לאנד ברויך געפירט ווערן, מדארף אוועק געבן פון זיך פארן לאנד, אזוי קען דאס לאנד האבן א כח.

רעליגיע האט א מורא'דיגע מעלה, דער מענטש ווייסט אז מקוקט נישט אויף אויסזען, סאיז דא אזא נקודה ווי פנימיות, סאיז דא א תכלית, מברויך נישט זען רעזולטאטן אויף די מינוט, די וועג ווי זוי רעליגיע פראגראמירט דעם מוח איז די ריכטיגע וועג פון טראכטן.

ע"כ, ווי לאנג מענטשן זענען געווען מאראליש הויך, האבן זיי פארשטאנען ווי אזוי צו ערוועלן פירער, ווער עס איז באמת דער בעסטער פאר די תכלית פון די זאך.‏

למעשה האט דער וועסטערן פאלק במשך די לעצטערע יארן אוועק געווארפן יעדע מין רעליגיע, יעדע מין מאראל, און אנגעהויבן צו טראכטן אינגאנצן אנדערשט.

מהאט אנגעהויבן צו לאזן די געפילן דיקטירן, די 'געפיל' איז היינט די רעליגיע פון די מערב וועלט, די תכלית פונעם לעבן איז צו האבן א גוד טיים, מאכן דעם געפיל זיך גוט שפירן, מענטשן מיט חן זענען היינט די גרעסטע רבי'ס (סעלעברעטיס), די עבירות זענען ווען מטשעפעט איינעם, פון די ג' חמורות זענען אויב מטעשפעט אומבאהאלפענע וכו', בקיצור, זאכן וואס די געפיל לאזט נישט, און ווי מער די געפיל ווערט געשטערט, אלס הארבער איז עס, דערנאך ברויך מען זיך זארגן פארן פלאנעט, כמיין סאיז אונזער דאגה, און די געפיל הייסט זיך זארגן פארן פלאנעט און פאר די קומענדיגע גענעראציאנען.

בקיצור, די געפיל דיקטירט וויזוי מלעבט און מטראכט, לב שליט על המוח.

און צוביסעלעך, זייער צוביסעלעך (און בעיקר אין די לעצטערע יארן), האט דאס פאלק אנגעהויבן איינצופירן וואס זיין רעליגיע, די געפיל, וויל באמת, כלערליי תועבות ...

מיין מגי"ש אין נייטרע פלעגט זאגן, אז פרייטאג לערנט יעדער בחור וואס ער וויל, און היות דער בחור וויל נישט לערענען, לערנט מען נישט...

די זעלבע זאך מיט די פרעזידענטשאפט, די גאנצע פרעזידענטשאפט אויסקלייבעכץ גייט שוין לויטן געפיל, בפרט היינט צוטאגס מיט אינגע און פרויען וויילער, ווער עס זעט אויס שענער, ווער עס קען זיך מאכן נייסער, ווער עס קען גוט פערפארמען, א שיינע נאמען, איינער וואס מאכט אפי' איין טעות אויפן סטעידזש איז דערנאך (ריק פערי), וכו'.

און בכלל וואס דער פאלק ערווארט פון די רעגירונג, אלעס אומזינסט, פונקט ווי א קליין קינד שרייט איך וויל האבן א מעסער, די מאמע קען שרייען הינדערט מאל איך לאז נישט, דאס קינד וועט אבער שרייען 'אבער כוויל', ווייל ער האט נישט קיין שכל, ער האט נאר די געפיל, סא וויל ער, די זעלבע זאך, מענטשן היינט ווילן אלעס פון די רעגירונג, ווייל די 'געפיל' דיקטירט, אפי' זיי פארשטייען נישט מיטן שכל ווי זוי די רעגירונג קען דאס צו שטעלן, מאמי, אבער  כוויל! 

אין איין ווארט, די געפיל איז די העכסטע אויטאריטעט אין די מערב לענדער.

די דריטע פראבלעם, פאליטישאנס. 

סהאט זיך דיוועלאפט אזא מין באשעפעניש ווי א פאליטישאן. 

א פאליטישאן איז א ליידיגע זאק וואס טראכט צוואנציג יאר פארן לויפן פון זיין קאריע וויזוי צו געפעלן וויילער, און אויפן אמט טראכט ער נאר פון די קומענדיגע וואלן, גארנישט וואס איז באמת וויכטיג פארן לאנד.

האט נישט קיין עכטע פריינד, פיינד, אלעס וויזוי די וויילער ווילן, און וויזוי די ווינד בלאזט אויף די מינוט, יעדער פארשטייט אז פוטין, און די כינעזע פירער קענען פיל מער אויפטון פאר זייער לאנד, ווייל זיי האבן נישט די פרעשור פון זייערע וויילער.

סא האבן מיר דא די דריי הקדמות, א ביזנעס ברויך געפירט ווערן מיט א באלעבוס וואס טראכט נאר פונעם תכלית, געלט, צווייטנס, די חורבן פון אמעריקע איז אז מערוועלט פירער מיטן געפיל, נישט מיט שכל, און מערווארט פון די רעגירונג לויטן געפיל, דריטנס אז די ערוועלטע מאכן באשלוסן אינטער פרעשור פון זייערע וויילער.

נעקסט.

בעצם וועט איר פרעגן, וואס איז שלעכט אז מערוועלט אזוי פירער? דאס וויל דער פאלק, זאל זיין אזוי? 

עס איז דא צוויי פראבלעמען, איינס, דער קאמפעטישן, רוסלאנד און כינע וכו' ערוועלן נישט אזוי זייערע פירער, זיי האבן פירער מיט שכל וואס טראכטן תכלית, פון פארדינען מאכט און געלט, און זייערע לענדער רוקן זיך טאקע זייער שנעל פאראויס, און עווענטועל וועלן זיי איבערשטייגן אמעריקע (לויט ווי זאכן גייען איצט), והשנית די לאנד אינערליך ווערט חרוב, סיי מאראליש, און סיי פינאנציעל.

יעצט אזוי, טראמפ איז נישט קיין דער קלוגסטער מענטש, נישט קיין רעליגיעזער מענטש, און האט אסאך סאציאלע פראבלעמען, און זיינע מעשה'לעך קען ער טוישן דריי מאל א טאג.

איין זאך ווייסט ער, זיין ביזנעס מוז מאכן געלט, עס מוז קלאפן! און זיין ברענד מוז זיין סוקסעספול!! די זאך איז ביי אים קלאר ווי די טאג, אפי' אין מיטן די נאכט אויב די וועסט אים אויפוועקן, ער וועט קיינמאל נישט דרייען מיטן צונג דעריבער! און ער ווייסט אויך וואס דארף געשעהן די ביזנעס זאל זיין סוקסעספול, ער האט ערפארונג, און גאטס, און אזעלכע מענטשן זענען מצליח אין ביזנעס!  

איך האלט נישט אז טראמפ האט געמיינט צו באליידיגן מקעין, איך האלט נישט אז ער האט געמיינט חוזק צו מאכן פון אינוואלידן, אין פאקט, טראמפ הייסט גאנץ א פיינע באלעבוס, סה"כ איז ער נישט קיין דיפלאמאט, טראכט נישט צוויי מאל פאר ער רעדט, אבער זיינע באשליסן אין ביזנעס גייען נישט כאפ לאפ, יעדער באשליס איז דן געווארן בכובד ראש, אויב נישט דורך אים איז עס דורך זיינע מומחים, און ער האט גוטע חברה, ווייל ער ווייסט אז די זאך מוז ברענגען געלט!! און סוקסעס!

איי וואס ער ווילדעוועט אזוי, דאס איז ווייל די קראנקע סיסטעם פון אמעריקע פון ערוועלן א פרעזידענט גיט אזעלכע נארישע טשענלענדזשעס,
פאריקטע דיבעיטס, און ממוז געפעלן פאר שוואכע מוחות, אלעס מיט די נארישע 'געפיל' דיקטירנדע צוגאנג, און מיט אט די אלע נארישע פיסלעך האט ער נישט קיין געדולד זיך צו ספראווען פערפעשענאל, טרייט ער צו האקן שטיקער, רעכטס און לינקס, למשל, א צורידערטע נקבה וועלכע מאכט אים משוגע ביי א דיבעיט וועגן אלטע נארישע דזשאוק טוויטס זיינע, אדער מקעין, וועלכע איז א בעצם א 'געפיל' העלד , און נוצט עס קעגן אים, און זאגט אז טראמפ האט אויפגעהייטערט די משוגעים פון די פארטיי, ר' איד, זיי שטיל, עס האט אייך קיינער נישט געפרעגט, אמעריקע וואלט געבליבן שטיין אן אייך אויך! און די מעשה מיטן אינוואליד, טאקע נישט קיין שיינע זאך, אבער פארשטייט זיך אליין אז עס איז געווארן פיל ערגער מיט די מידיא אויפגעבלאזעכטס, קיינער וואלט דאס נישט געכאפט, אבער אפי' עס איז א עוולה, האט ער שוואכע סאשעל סקילס, איך קען אסאך מוצלח'דיגע פירערס מיט שוואכע סאשעל סקיללס, אבער למעשה ברויך מען א סוחר ביים רעדל, און איינעם וואס דערשרעקט זיך נישט פון די פיסלעך וואס די 'געפיל רעליגיע' שטעלט מיט זיך מיט, געט די דזשאב דאן!!!

איך האלט אבער איינמאל ער ווערט ערוועלט, וועט ער דאס פירן גענוי ווי ער פירט זיין ביזנעס, מיט רואיקייט און דיסציפלין, און ער וועט האבן די ריכטיגע סטעף מיט זיך.

למשל בלומבערג איז אויך א גרויסער ביזנעסמאן, אבער נאך א גרעסערע אידיאלאג, א בעל שיטה, אזא איינער איז א חורבן, פאר פרעזידענט וויל איך איינעם וואס זאל נישט אריין מישן זיינע שיטות, בלויז זיכער מאכן אז אמעריקע מאכט געלט, און גראב געלט, האט א שטארקע ארמיי, און בכלל שטייט גוט פינאנציעל.-  מאראל, שיטות,  זאל יעדער טון וואס זיין מורה הוראה הייסט.‏

(זעלבסט פארשטענדליך אז א לאנד איז נישט ממש א ביזנעס, אז נאכדעם וואס ממאכט געלט, ברויך מען א רואיגן אחריות'דיגן מענטש וואס זאל וויסן וויזוי צו ספענדן געלט, און נאך אחריות'דיגע באשליסן, אבער לע"ע האלטן מיר נישט ביי דעם, אמעריקע איז אין א בלאטע, כמעט צוואנציג טריליאן דאללער חובות, קיין נארמאלע ביזנעס פאליסיס, מברויך איבערמאכן די ארמיי, מברויך עס קודם שטעלן אויף די פיס, טראמפ איז נישט קיין געווענליכער פרעזידענט, איך שטיץ זיין פרעזידענטשאפט נאר ארויסצושלעפן אמעריקע פון די בלאטע).
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

צווייפל, פיין געזאגט, איך ליב דיין קלארקייט.

דיין ערשטע פראבלעם איז זייער פארשטענדליך און א שטארקע פאונט.

דיין צווייטע פראבלעם איז אין קורצן, אז עס דארף זיין מער קאמוניזים און ווייניגער דאמאקראטיע, איוואר?
הק' איש ימיני
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

צווייפעל , א דאנק פארען ארויסברענגען אזוי שיין די ריכטיגקייט פון מיסטער טראמפ.

עס זעהט אויס ווי דער עולם איז נאכנישט עכט גרייט פאר טראמפ איי געיס מען דארף קודם זיין 25 טריליאן און חובות וואס איז נענטער צו די זשי די פי אזוי אז מען זאל זיין נענטער צו דיפאולט.

ן
האב שכל און גיב א שמייכעל!
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

זייער א שיינע אנאליז צווייפעל. יו דידנט דיסעפוינט מי אווי שטענדיג.

צוויי נקודות. אפילו ביי מענטשען וואס קאנצעטרירען זיך סטריקטלי ביזנעס איז דא צוויי ערליי. ארענטליכע, און נישט ארענטליכע.

טראמפ, נאך סך פאר ער איז געלאפן פאר פרעזידענט איז גווען אן אומארענטליכער מענטש, , א סימבאל פון א מענטשט מיט מידות מגונות מאוד. א שלעכטער, א בעל גאוה, א שחצן, און ליגנער. נאכאמאל דאס אלס פאר ער האט גחלומט פון מעיק אמעריקא גרעיט.

צווייטענס, עס איז טאקע מעגליך אז ווען טראמפ וועט ווערן פרעזידענט וועט ער ווערן מער נארמאל, עס איז אבער מעגליך אז נאכן שמעקן פאוער וועט ער ווערן גאר מער אגרעסיוו. מען קען דעם בר נש נישט אויסרעכענען. טאמער למשל וועט פאר דאנאלד איינפאלן אז די היימישע "יעשיוועס" זענען נישט גוט פאר אמעריקא, אדער אז יעדער וואס באקומט פוט סטעמפס מוז אריבער קומן יעדען צופרי קערן אביסל שניי...אדער אפשר איז צייט פטור צו ווערן פון די צודרייטע קאנגרעס..און לאזן פירן דאנאלד לויט ווי ער פארשטייט..

Dont underestimate donald..
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

היימישער די ערשטע פוינט איז גלאט נישט אמת און די צווייטע איז פשוט פעיר מאנגערינג.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

מטעמים האט געשריבן:היימישער די ערשטע פוינט איז גלאט נישט אמת און די צווייטע איז פשוט פעיר מאנגערינג.

גלאט נישט אמת..אהא? און אז איך וועל דיר אויפווייזן אז יא, וועסטו טוישן דיין מיינונג?
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

און וועגן די צווייטע נקודה, איז טראמפ אליינס דער וואס בויעט אויף די אלע חששות. מוסלעם דעטע בעיס, צושפארן מעטשעטשן, עקספארטירן 11 מיליאן, ועוד ועוד.

צווייפעל האלט נאר אז ווען ער וועט ווערן פרעזידענט וועט ער ווערן מער נארמאל. Ok, און טאמער די זשאק וועט "נישט" געלונגען??
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:היימישער די ערשטע פוינט איז גלאט נישט אמת און די צווייטע איז פשוט פעיר מאנגערינג.

גלאט נישט אמת..אהא? און אז איך וועל דיר אויפווייזן אז יא, וועסטו טוישן דיין מיינונג?

קודם כל ניין ווייל איך בין א טראמפ סופארטער. זשאקינג......

גראדע בין איך אביסעל באקאנט מיט אפאר געשעפטען זיינע ספעציעל און קלאדינג און עס איז שווער זיך צו קריגען מיט זיי טאקע צוליב די ארענטליכקייט פון זיינע קאמפעניס און ווי ווייט איך בין באקאנט לויפען אלע זיינע קאמפעניס אויף דעם זעלביגע שניט. באו עס קען זיין אז ער רעדט א באנטש שטותיים אבער זיינע קאמפעניס זענען עקזעמפעלס פאר אנדערע ווי אזוי זיך אויפצופירען.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

מטעמים האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:היימישער די ערשטע פוינט איז גלאט נישט אמת און די צווייטע איז פשוט פעיר מאנגערינג.

גלאט נישט אמת..אהא? און אז איך וועל דיר אויפווייזן אז יא, וועסטו טוישן דיין מיינונג?

קודם כל ניין ווייל איך בין א טראמפ סופארטער. זשאקינג......

גראדע בין איך אביסעל באקאנט מיט אפאר געשעפטען זיינע ספעציעל און קלאדינג און עס איז שווער זיך צו קריגען מיט זיי טאקע צוליב די ארענטליכקייט פון זיינע קאמפעניס און ווי ווייט איך בין באקאנט לויפען אלע זיינע קאמפעניס אויף דעם זעלביגע שניט. באו עס קען זיין אז ער רעדט א באנטש שטותיים אבער זיינע קאמפעניס זענען עקזעמפעלס פאר אנדערע ווי אזוי זיך אויפצופירען.

עס איז בכלל נישט קיין סתירה. ער פערזענליך איז א סימבאל פון אומארענטליכקייט און מדות מגונות, אבער אין זיין געשעפט שטעלט ער מענטשען זאלן זיין "נייס", איך מיין נאר אזוי וועט מען מאכן מער געלט, א זאך וואס דאנעלד האט זייער ליעב..
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן: איך מיין נאר אזוי וועט מען מאכן מער געלט, א זאך וואס דאנעלד האט זייער ליעב..


ווער נישט... איך אויך
עניווע פיינע אנאליז דאס
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

זייער א שיינע אנאליז הרב צווייפעל.
אבער מיט׳ן מציאות האט עס זערא שייכות.

איך האב נישט קיין כח מאריך צו זיין, אבער אין קורצן, א לאנד איז נישט קיין ביזנעס, נישט קיין שום ענדליכקייטן צווישן די צוויי. די חובות און דעפעציטן שטאמען נישט פון די זעלבע מקור וואס ביי א פריוואטע ביזנעס, און די סעלושענס זענען אינגאנצן אנדערע.

וואס דארפסטו מער פון דעם, ווען אימער מען האט דעבאטירט אקאנאמיע האט ער אדער גערעדט הבל הבלים, אדער סתם געשטויסען אנדערע, און אין בעסטן פאל געשוויגען ווי א תינוק שנשבה.

אמעריקע דארף טאקע האבן די שטערקסטע מיליטער, אבער וויאזוי פונקטליך גייט זיינע ביזנעס קענטעניס אים העלפן פארמירן א שטארקע מיליטער, וואס זענען זיינע שטארקע שטעלונגען וואס זענען שכל׳דיג און אויספיבאר ווען מען רעדט פון זיכערקייט אנגעלעגענהייטן?

א לאנד מוז דווקא יא געפירט ווערן מיט אידעלאגיע, די גאנצע קאנסטעטאשען איז איין שטיק אידילאגיע פון דעמאקראטיע.

נאך אזאך, די ערשטע זאך וואס עס פעלט זיך אויס פאר א וועלט פירער איז שכל! פוטין למשל, האט אסאך שכל, טראמפ האט גאר ווינציג דערפון.

זיין קליינע מאס שכל קומט מער און מער ארויף אויפן אויבערפלאך וואס א טאג מער ער איז פארמישט אינעם געלויף.

אז ער האט נישט די שכל זיך צו האלטן אויף די רעלסן אויפן קאמפיין טרעיל, נישט צו זאגן ליגענט, נישט צו חוזקן פון יעדעם וואס קלערט אנדערש פון אים, וויאזוי ערוואטסטו ער זאל האבן די שכל צו פירן א לאנד?

תמצית הדברים, איך זעה נישט אויף קיין שום וועג וויאזוי אזא משוגענער איגאיסט, אן שכל, אן קלעס, אן קיין שום ערפארונג, זאל קענען העלפן אמעריקע פון אירע פראבלעמען.

ער קען נאר צוגרינד לייגן דאס לאנד, ( ער גייט אבער נישט, ווייל ער גייט פרעזידענט קיינמאל נישט ווערן).
רצונינו לעשות רצוניך.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

פוטין למשל, האט אסאך שכל, טראמפ האט גאר ווינציג דערפון.
לייק...
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

די אידילאגיע פון א טראמפ פרעזידענט. יא ווען ער האט ווען א אידילאגיע איז איין זאך, די פראבלעם זיינע איז אז ער האט נישט קיין שום אידילאגיע איך קען נישט א מענטש וואס ווערט אזוי געטריבן פון געפילן וויא דעי טראמפ, זאגט און שיסט סטעיטמענטס פארן טראכטען, מיט זייער שוואכע ידיעות איבער די עקאנעמי, טשיינע, און די גרעסטע פראבלעם איז אז ער האט א מיינונג געבויעט אויף אייגענפאבריצירטע טראמפ פאקטן, א מענטש וואס האט אנגעזעצט נישט איינמאל, און דער טיפש האלט זיך נאך גרויס דערמיט, א חוץ א גרויס מויל פארקויפט ער נישט גארנישט,צווישן אלע קאנדידאטן איז נישט דא נאך איינער וואס רעדט צאם אזויפיל שטותים וויא טראמפ, ממש לעצטענס האט ער און א אפעד און וואל סטריט דשורנאל שארף אראפגעריסן טשיינע פאר מאניפאלעיטן זייער קארענסי, ווען און פאקט איז טשיינעס קארענסי זייער אווערוועליוט און אויב עפעס א מאניפאלעישאן וואלט עס געווען ארויפצושטיפן זייער קארענסי, גאר לעצטענס האט ער אויף טוויטער געשיקט א לינק צו א קאנספירעסי וועבזייט וואס דארט נמשל שטייט אז די 9/11 אאטאקע איז געווען א אינסיידער דזשאב, מיין פוינט איז אז די מענטש מיטן מציאות זענען 2 זאכן, און סאיז זייער שרעקעדיג צו טראכטען וואס אזא מענטש קען אפטוהן.
אוועטאר
פלאטפארמע
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 7:57 pm
לאקאציע: מען געפינט זיך אויף מיר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאטפארמע »

איך רעד נישט אריין דא, אבער צווייפיל דו ביזט געוואלדיג!
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

אידילאגיע האט לכאורה יא א שטארקע אפעקט ביים פירן א לאנד רודי דזשאליאני האט געפירט ניו יארק מיט א אידילאגיע און נאר וועגן דעם האט ער עס געקענט ארויפברענגען צו דעם שטאפל וואס ער איז אנגעקומען. יעדער האט טאקע געוויסט אז מען האט צו טון מיט א חיה אבער ער האט אויסגעפירט ווייל ער האט געהאט א קלארע אידילאגיע און ער האט פינקטלעך געוויסט וואס ער וויל יא און וואס ער וויל נישט

אבאמא פירט אמעריקע מיט א אידילאגיע און דערפאר זעט אמעריקע אזוי אויס. לויט מיר איז עס א דורכפאל אבער לויט אבאמא איז דאס א סוקסעס ווייל וואס ביי מיר מיינט דורכפאל מיינט לויט זיין אידילאגיע סוקסעס 
זעה מיר אז אידילאגיע האט א גרויסע השפעה אויפן לאנד די בעסטע פרעזידענטס פון אמעריקע האבן געפירט דאס לאנד מיט א אידילאגיע ווען לינקאלן מאכט ווען א ביזנעס חשבון פאר די ציווילע קריג וואלט אים שווארץ געווארן פאר די אויגן נאר וויבאלד זיין אידילאגיע האט אים געשטיפט צו טון וואס איז ריכטיג איז ער אנגעקומען דזשאדזש וואשינגטאן טראכט ווען ביזנעס וואלט ער אויך נישט אנגעקומען קעגן די ענגלענדער נאר זיין אידילאגיע האט אים געשטיפט צו טון די ריכטיגע זאך

ביזנעס גערעד וואלט אמעריקע זיך געדארפט ארויסצוען פון זיין די וועלטס פאליס אבער אידילאגיש קען עס נישט ארבעטן ווייל אמעריקע איז א אידילאגיע וואס הייסט פארשפרייטן דעמעקראטיע און זיך אנעמען פאר די נעבעכס מען דארף נאר זיכער מאכן אז איינער וואס האט ארויס ריכטיג די אמעריקאנע  אידילאגיע זאל זיין און שפיץ

מר' טראמפ איז א מושחת במידות די זאגטסט אז ער האט באמת נישט געמיינט חוזק צו מאכן פון דעי ריפארטער... פון מעקעין אויך נישט געמיינט.. זאג נאר די האסט שוין געזען א מענטש זאל אזוי נישט מיינענדיג איינעם אויסהאקן די ציין??
נאר ביי אים פארסירט אזוי נישט מיינענדיג אזעלעכע זאכן
פארוואס?
נאר ביי אים איז אלעס איך איך און נאכאמאל איך אויב איינער שטייט אים און וועג זאל ער פליען נישט קיין חילוק וואספארא מיטלען ער וועט מוזן ניצן אפילו ער וועט זיך פארשעמען פאר די וועלט

אזא איינער האט נישט קיין אידילאגיע בכלל.. עה ער האט יא... זיין אידילאגיע איז טראמפ טראמפ און נאכאמאל טראמפ... ער וועט דאמפן די אידילאגיע וואס ער פארקויפט יעצט די סעקונדע עס איז אים אומבאקוועם ער טוישט זיין מיינונג שנעלער ווי איך טויש זאקן
יעצט זאל איך אזא איינעם טראסטן פאר מיין פרעזידענט ער קען חרוב מאכן אמעריקע און נאו טיים ווי לאנג ער פארשטייט אז ער איז ארויפגעקוקט מיט דאס וואס ער טוט גייט ער טון אזעלעכע צודרייטע זאכן וואס ביי אים איז דאס נישט קיין פראבלעם כל זמן ער באקומט זיין כבוד סאו איך ווער נישט איבערגענומען פון טראמפס א"ג מעלות

מיט דעם אלעם קומט דיר צווייפל א סטיקער אויפן שטערן...
האסט אריינגעלייגט א געוואלדיגע ארבעט זייער קלאר צאם גענומען אבער פליז נעם ארויס טראמפ פון דארט די מאכסט חרוב דיין הערליכע שריפט
חיל
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיל »

מיט טראמפ ביים שפיץ האב איך שוין לאנג נישט געשפירט אזוי אפגעפאטש זיך צו אידענטיפיצירן אלס רעפאבליקען. אויב אמאל האב איך געקאנט מאכן א געהעריגע דיסישען פארוועם צו שטימען , איז עס יעצט געווארן 'עניבאדי באט טראמפ'.
אמאל האב איך געמיינט אז ס'קען נאר געשען ביי די דעמאקראטן. לדוגמא האווארד דיען אין 04'.
איך האב 2 שאלות פאר א טראמפ שטיצער: 1) האט איר אקטיוו מיטגעהאלטן די לעצטע 4-5 פרעזידענשול פריימעריס? 2) זענט איר שוין באקאנט געווען מיטן טראמפ פערזענליכקייט פון די צייטן ווען ער האט זיך אריינגעשטעקט די נאז צו מישן שמוציגע פאליטיק און זיך שלאגן מיט יעדן פאליטישן אין נוי יארק אויסצופירן זיינע קארופטירטע ביזנעס געברויכן?
אינוועסטיגאטיוו רעפארטער
אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפעקט »

צווייפל מיינס,
געדענקסטו זיכער דאס ענגליש ווערטל: 'better the devil you know then the devil you don't know'.
Definition of perfect: as good as it is possible to be
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

בוידעם האט געשריבן:זייער א שיינע אנאליז הרב צווייפעל.
אבער מיט׳ן מציאות האט עס זערא שייכות.

איך האב נישט קיין כח מאריך צו זיין, אבער אין קורצן, א לאנד איז נישט קיין ביזנעס, נישט קיין שום ענדליכקייטן צווישן די צוויי. די חובות און דעפעציטן שטאמען נישט פון די זעלבע מקור וואס ביי א פריוואטע ביזנעס, און די סעלושענס זענען אינגאנצן אנדערע.

וואס דארפסטו מער פון דעם, ווען אימער מען האט דעבאטירט אקאנאמיע האט ער אדער גערעדט הבל הבלים, אדער סתם געשטויסען אנדערע, און אין בעסטן פאל געשוויגען ווי א תינוק שנשבה.

אמעריקע דארף טאקע האבן די שטערקסטע מיליטער, אבער וויאזוי פונקטליך גייט זיינע ביזנעס קענטעניס אים העלפן פארמירן א שטארקע מיליטער, וואס זענען זיינע שטארקע שטעלונגען וואס זענען שכל׳דיג און אויספיבאר ווען מען רעדט פון זיכערקייט אנגעלעגענהייטן?

א לאנד מוז דווקא יא געפירט ווערן מיט אידעלאגיע, די גאנצע קאנסטעטאשען איז איין שטיק אידילאגיע פון דעמאקראטיע.

נאך אזאך, די ערשטע זאך וואס עס פעלט זיך אויס פאר א וועלט פירער איז שכל! פוטין למשל, האט אסאך שכל, טראמפ האט גאר ווינציג דערפון.

זיין קליינע מאס שכל קומט מער און מער ארויף אויפן אויבערפלאך וואס א טאג מער ער איז פארמישט אינעם געלויף.

אז ער האט נישט די שכל זיך צו האלטן אויף די רעלסן אויפן קאמפיין טרעיל, נישט צו זאגן ליגענט, נישט צו חוזקן פון יעדעם וואס קלערט אנדערש פון אים, וויאזוי ערוואטסטו ער זאל האבן די שכל צו פירן א לאנד?

תמצית הדברים, איך זעה נישט אויף קיין שום וועג וויאזוי אזא משוגענער איגאיסט, אן שכל, אן קלעס, אן קיין שום ערפארונג, זאל קענען העלפן אמעריקע פון אירע פראבלעמען.

ער קען נאר צוגרינד לייגן דאס לאנד, ( ער גייט אבער נישט, ווייל ער גייט פרעזידענט קיינמאל נישט ווערן).

פערל רייד!
מחר
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחר »

צווייפעל, ביסט געוואלדיג,
ברענגסט ארויס א טיפע לומדות, וואס מען דארף גוט דערהערן
די תגובות אויף דעם, זענען אפשר ריכטיגע נקודות, אבער עס איז נישט סותר די געדאנק, עס זאגט נאר אז מען האט נישט דערהערט די לומדות
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

בנוגע מיין פוינט אז ווען מענטשן זענען געווען רעליגיעז האט מען אויסגעקליבן בעסערע פירער, עס איז לאו דוקא, קען זיין אז מהאט געקוקט אויפן קאנדידאט ווער עס איז מער רעליגיעז, אבער די נקודה איז אז מהאט ערוועלט פירער מיטן קאפ, מהאט געטראכט וועם מערוועלט, נישט מיטן געפיל.

@גערעכטער

צו מברויך מער קאמוניזם, א גוטע שאלה, די פאקט איז אז אויב וועט זיך ארויסשטעלן אז די דעמאראטיע ברענגט זיך אליינס אינטער, וועט מען עפעס מוזן טון, גענוי ווי יעדער האט פארשטאנען אז די העכסטע ריכטער פון אמעריקע מוזן זיין לעבנסלענגליך, ווייל אז נישט קענען זיי נישט פסק'נען געהעריג, אויס שרעק פאר זייערע זיצן, גענוי וואס מקען טון, ווייס איך נישט, אפשר העכערן די יארן פון ווען מקען שטימען, למשל נאר פון די 21, אדער פארלענגערן די קאדענצן, וכו', אבער לע"ע איז די מדובר פון א סעלושן וואס הייסט טראמפ, אזא איינער וועלכער פראבירט איבערצושרייען יעדן, און גיין זיין וועג.

און לע"ע איז עס אויפן דעמאקראטישען אופן, פוטין מאכט שטיל די קראנקע מידיא דורכן זיי ארעסטירן, אוועקלייגן, טראמפ מאכט זיי שטיל דורכן צוריק שרייען, צונעמען יענעם פערזענליך.

@ היימישער, מיין סברא איז נישט אז טראמפ גייט ווערן נארמאל, מיין סברא איז אז פאר זיינע זאכן איז ער יעצט אויך נארמאל, נאר די לויפן טשעלענדזשעס קען ער נישט הענדלען פראפעשינעל.

@בוידעם

עס איז א גרויסע טעות צו זאגן אז א לאנד איז נישט קיין ביזנעס.

גענוי ווי א מוסד, הגם עס האט אויך א קאנסטיטושן, להבדיל די תורה, מוז עס אויך געפירט ווערן ווי א ביזנעס, איך געדענק איינע פון די גרעסטע מוסדות אין ניו יארק, ביז מהאט דאס גענומען אין די הענט אריין ווי א ביזנעס, איז דאס געווען א דיזעסטער, געזאמלט דעפיציטן יעדעס יאר, פארלוירן געלט אויף ליידיגע צוועקן, ביז מהאט אריינגענומען א שרוט ביזנעסמאן אין עס געשטעלט אויף די פיס.

די פראבלעם פון א לאנד איז נאר ווייל מקען דאס נישט נעמען עכט אין די הענט ווייל עס איז דא די שרעק פון די וויילער, סא די מעלה האט טראמפ אז ער דערשרעקט זיך נישט פון דעם.

און די צווייטע זאך, וויזוי ער וועט זיכער מאכן צו האבן א שטארקע ארמיי, דאס איז דורך געלט, ופשוט.

און דאס וואס די זאגטסט אז ממוז זיין קלוג, כמיין בוש השני איז געווען עפעס ספעציעל קלוג? לענ"ד איז טראמפ קלוגער פון אים, און בעיקר, ער ווייסט ווער סאיז קלוג, און האט גוטע חברה ארום זיך, ער פערזענליך האט נאר סאציאלע פראבלעמען.

ולסיכום, איך זאג נישט קבלו דעתי, איך האב אויך נישט א דורך געטראכט מיין תגובה הינדערט מאל, עס איז שנעל געשריבן, איך וויל נאר מקרב זיין אל השכל א טראמפ שטיצער, זיי זענען נישט טאטאלע משוגעים.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

ווען טראמפ וואלט ווען גווען אן ארענטליכער נארמאלער ביזנעסמאן, בלומבערג סטייל (אפשר ווייניגער אידאלאגיש) וואלט איך פארשטאנען דעם פוינט.

די מעשה איז אז טראמפ בשרשו (נאך פאר ביזנעס-פאליטיק) איז א מענטש אנגעפיקעוועט מיט זעלטענע מדות משחתות און קאנפראנטאציעס. הי העפענס טו בי א ביזנעסמאן אויך. דער פאקט אז ער איז א ביזנעסמאן טוישט נישט זיינע חסרונות. דאס איז עקטשועלי גווען נקודה # 1.

(איין מעלה פון פרעזידענט טראמפ, אז מען וועט קענען ווייזן פאר אונזערע קינדער ווי אזוי זעט אויס א מענטש וואס ארבעט נישט אויס זיינע מדות, עניוועי נאט העפענינג..).

צווייפעל, האסט שיין מסביר גווען שיטת טראמפ, מען קען שוין צוריקגיין צום פריימערי אשכול.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

@ היימישער ריכטיג, מקען צוריק גיין, אבער אויב האסטו באמערקט איז דארט געווארן געפערליך, פילע חשוב'ע ניקס קענען פשוט נישט גיין ווייטער ווייל זיי פארשטייען נישט די טראמפ סומאטוכע, האב איך געפילט אז עס פעלט זיך אויס אביסל הסבר, מזאל דארט קענען אנגיין.
מיין דאבעל ניק
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 18, 2015 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין דאבעל ניק »

איך האב נישט געליינט דיין לאנגע תגובה צווייפל. ווייל די וואס שטיצן טראמפ זענעם אזעלכע פערזאנען וואס האבן נישט קיין נערווען צו ליינען אזאלכע לאנגע תגובות, ודו"ק!!
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

איך קוק אויפן קעפל און איך וואונדער מיך... די 'אידעאלאגיע' פון שטיצן א 'טראמפ' קאנדידאטור?!

אויב 'טראמפ' איז קיין 'אידעאלאגיע' און אויב 'אידעאלאגיע' איז קיין טראמפ...

@צווייפל איך הייב אן מורא האבן אז נאכן איבערזאגן אזויפיל מאל הייבסטו אליין שוין אן עס צו גלייבן...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

דאס נישט האבן א אידילאגיע איז אויך אן אידילאגיע
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”