די ביזי סקעדזשועל אין הימל

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

די ביזי סקעדזשועל אין הימל

תגובהדורך זאל ער קומען » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 2:44 am

זיצנדיג ביי א חתונה האב איך זיך מתבונן געווען אז די זיידעס זענען ארויסגעטריבן געווארן פון גן עדן מיטצוהאלטן די שמחה.
ביי די חתונה וואו איך בין איז דא פיר ביימער פון זיידעס - צוויי מחותנים און מחותנות.
אבער היינט אין די זעלבע נאכט איז דא א גרויסע רבי׳שע חתונה אין מאנסי און נאך א פלעינע חתונה, אין ק״י 2 און אין וויליאמסבורג 4-5 און בארא פארק, לעיקוואוד, און אין די גאנצע וועלט — אין דאס גייט אן כמעט אלל יעיר ראונד.
קומט אויס אז די מלאכים זענען זייער ביזי טרייבן הונדערטער זיידעס יעדע נאכט צו די שמחות פון די אייניקלעך.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

תגובהדורך פארוואס נישט » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 2:58 am

בלי עין הרע. נאר אויף שמחות

אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 12:18 pm

תגובהדורך חיים צבי » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 6:39 am

קען זיין ס'איז גענוג איין מלאך פאר מערערע זיידעס אויפאמאל. אויך קען זיין אז נישט אלע זיידעס קומען אראפ אזויווי דער בדחן העט ווען געוואלט כידוע המעשה אם הרבי ר' אלימלך מליזענסק אצל חופת בן חבירו שהלך לעולמו וחכה הרבי שעות ארוכות עד שהמנוח הגיע לחופה וכו' אין המקור מונח בזכרוני כעת

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 8:28 am

די ביזי סקעזשול פון אלי' הנביא יעדן טאג ביי הונדערטער ברית'ן.
די ביזי סקעזשול פון משה רבינו פרשת שקלים אתה עומד וזוקף את ראשן.
מאדנע אשכול דאס

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5502
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 8:30 am

די אמת איז אז דארט אויבן איז נישט פארהאן דעי בריאה הנקרא זמן, ממילא איז הכל על מקומו יבא בשלום,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 8:31 am

בכלל דאס גאנצע ענין אז די זיידעס קומען אראפ שטייט במפורש נישט אין זוה"ק, דארט ווערט עס נאר דערמאנט אויף טאטע מאמע.
אין ספה"ק איז יא מבואר לגבי זיידעס, אבער כמובן זענען מיר ווייניג באקאנט ווען יא ווען נישט, וויפיל דורות וכו'

כרם
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

תגובהדורך כרם » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:13 am

להודיע האט געשריבן:בכלל דאס גאנצע ענין אז די זיידעס קומען אראפ שטייט במפורש נישט אין זוה"ק, דארט ווערט עס נאר דערמאנט אויף טאטע מאמע.
אין ספה"ק איז יא מבואר לגבי זיידעס, אבער כמובן זענען מיר ווייניג באקאנט ווען יא ווען נישט, וויפיל דורות וכו'



געוועהן אמאל א חופה וואס איינער האט אויס געשריגן "היט ענק די טאשן איך האב געקענט דעם זיידען"

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2425
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:46 am

אין זוה״ק ווערט דערמאנט נאר די עלטערן, אזוי אויך ביי די מעשה פון ר״ר אלימלך רעדט מען פון בן חבירו, ווי איז בכלל די מקור אז די זיידעס קומען אראפ?
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 11:42 pm

תגובהדורך פר בן בקר » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 10:10 am

להודיע האט געשריבן:בכלל דאס גאנצע ענין אז די זיידעס קומען אראפ שטייט במפורש נישט אין זוה"ק, דארט ווערט עס נאר דערמאנט אויף טאטע מאמע.
אין ספה"ק איז יא מבואר לגבי זיידעס, אבער כמובן זענען מיר ווייניג באקאנט ווען יא ווען נישט, וויפיל דורות וכו'

די דיוק הלשון דארט אין זוהר פרשת פינחס (רכ) איז אז ווען א יוד איז בשמחה ברענגט מען די עלטערן.
איז משמע אז 'מרעדט פון יעדע שמחה. ברית, בר מצוה אדער סתם ווען א יוד פרייט זיך פון א גוט ווארט, גלעזל וויין, אדער א גוט געשפעט. נישט אזוי?

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1622
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 10:24 am

אין ס' אביר הרועים (ע' פד) ווערט געברענגט אז הג"ר אלימלך רומפלער פון לאנדאן האט אמאל געפרעגט הרה"ק מהר"י מסאטמאר זי"ע אויף דעם וואס ס'שטייט אין זוה"ק אז מ'טרייבט ארויס די אבות פון גן עדן צו די שמחות פון די קינדער. האט דער רבי געענטפערט: "ווענדט זיך וואו, און ביי וועם".

און איינמאל ווען דער בארדיוב'ער רב ר' יקותיאל יודא האלבערשטאם האט געפרעגט דעם רבי'ן כנ"ל, האט דער רבי געענטפערט: "צו די הקפות קומען זיי".

דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

תגובהדורך דער בדחן » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 10:40 am

בכלל איך האב גערעדט צו אסאך בדחנים און רוב ווייסען אפילו נישט ווי די זוהר געפינט זיך
סאיז א זוהר פרשת פנחס איך לייג עס ארויף דא און נאכדעם וועט מען ווייטער ממשיך זיין אבער קודם לאמיר לערנען א שטיקל זוהר
צוגעלייגטע
זוהר פרשת פנחס.pdf
(128.63 KiB) דאונלאודעד 153 מאל

דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

תגובהדורך דער בדחן » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 10:51 am

דער בדחן האט געשריבן:בכלל איך האב גערעדט צו אסאך בדחנים און רוב ווייסען אפילו נישט ווי די זוהר געפינט זיך
סאיז א זוהר פרשת פנחס איך לייג עס ארויף דא און נאכדעם וועט מען ווייטער ממשיך זיין אבער קודם לאמיר לערנען א שטיקל זוהר


לעניות דעתי ליגט אין דעם זוהר א שטארקע נקודה אז חוץ וואס דער אייבישטער ברענגט עלטערן פון גן עדן ווייל שלשה שותפום באדם און ביי א חתונה ווערט נאכאמאל נתעורר דעם נקודה
על אחת כמה וכמה ווען א טאטע מאכט חתונה א קינד און ביידע עלטערן זענען דא געזונטערהייט קומט די כביכול אליין צו די שמחה און פרייט זיך מיט אלץ שלשה שותפים באדם

הגם סאיז מלא כל הארץ כבודו און לית אתר פנוי מיניה אבער די אייבישטער קומט זיך ספציעל משתתף זיין

קארעקט
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 5:40 pm

תגובהדורך קארעקט » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 10:58 am

איש חמודות האט געשריבן:
און איינמאל ווען דער בארדיוב'ער רב ר' יקותיאל יודא האלבערשטאם האט געפרעגט דעם רבי'ן כנ"ל, האט דער רבי געענטפערט: "צו די הקפות קומען זיי".


בעצם איינע פון די איינציגע געהעריגע מקורות אז משיקט אראפ די זיידעס אויך, איז פון ספה"ק דברי יואל ביי די הקפות.

ניסעל
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2014 5:10 pm

תגובהדורך ניסעל » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 12:44 pm

דער הייליגער ישמח משה האט זיך אמאל אפגעשטעלט אינמיטן די פערטע הקפה און אויסגעריפען: ברוך הבא משה רבינו............... ווער נאך ווי די ווייסט וויפיל איך האב מיך מוסר נפש געווען פאר די גאולה. זאג מיר פארוואס מען איז מיך אזוי מבזה אין הימעל אין מען מען שיקט נישט די גאולה
(מובא בד"י להקפות)

Efroiach
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 12:59 pm

תגובהדורך Efroiach » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 2:49 pm

די הייליגע ייטב לב זי"ע האט געזען די ישמח משה זי"ע ביי זיין הקפות.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5502
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 2:54 pm

אויך ר' משה ארי' פריינד ראש הקהל אין סיגוט
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

Efroiach
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 12:59 pm

תגובהדורך Efroiach » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 3:06 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:אויך ר' משה ארי' פריינד ראש הקהל אין סיגוט


ביי די הקפות די הייליגע ייטב לב זי"ע האט געפרעגט ר' משה ארי' פריינד ראש הקהל: און וואָס איז אז איר געזען די זיידע? טוט נישט מיינען איר זאָלט שוואַך ווערן....

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 3:10 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:אויך ר' משה ארי' פריינד ראש הקהל אין סיגוט

נישט ריכטיג
ער האט געזעהן דעם ייטב לב לאחר פטירתו ביי די הקפות פונ'ם קדושת יום טוב

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5502
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 3:12 pm

דרךהמלך האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:אויך ר' משה ארי' פריינד ראש הקהל אין סיגוט

נישט ריכטיג
ער האט געזעהן דעם ייטב לב לאחר פטירתו ביי די הקפות פונ'ם קדושת יום טוב

גערעכט אודה ולא אבוש
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

ניסעל
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2014 5:10 pm

תגובהדורך ניסעל » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 3:46 pm

איך האב געהערט פון אן אלטען יוד - (שכחתי שמו) אז זיין טאטע פלעגט פארען יעדען יו"ט צו ר' ישעי'לע מקערעסטיר. ר' ישעי'לע איז נסתלק געווארן ג' אייר – א שבועות דערנאך איז זיין פאטער נישט געפארען. ווייל דער רבי לעבט דאך נישט. חוהמ"ס איז ר' ישעי'לע געקומען צו זיין טאטען אין חלום פרעגעדיג הלמאי די קומסט נישט צו מיר אויף יו"ט, האט דער פאטער זיך מתנצל געווען אז דער רבי לעבט דאך שוין נישט – האט אים ר' ישעי'לע געזאגט אז איך וועל זיין ביי די הקפות, די וועסט גארנישט זעהן אבער מיין זוהן ר' אברהם'לע וועט מיט מיר טאנצען.
פארשטייט זיך אז דער טאטע האט געפאקט פעק און געפארען אויף קערעסטיר פאר די צווייטע טעג יו"ט. אינמיטען די הקפות האט זיך ר' אברהם'לע אויסגעריסען פונעם עולם און זיך גענומען טאנצען אינמיטען דעם רינג, מען האט געזעהן כאילו ער כאפט אן איינעם. דער טאטע האט גלייך גע'חלש'ט. ווען מען האט אים דעמינטערט האט ער דערציילט פאר די ארומיגע דעם מחזה נורא וואס איז אט פארגעקומען.

נ.ב.

די מעשה האט דער זקן דערציילט ביים יארצייט תשע"ג אדער תשע"ד שבת מיטאג ביי די סעודה. אזוי ווי די מעשה איז מעגליך דאס ערשטע מאל דא געדריקט אין אן עלעקטעראנישער פארמאט, וואלט געווען צו-צולייגען דעם נאמען פון דעם איד אין דער מקור פון די מעשה. ע"כ אז איר ווייסט ווער דער איד איז זענט איר מכובד דא צו פאוסטען. למעו ידעו דור אחרון.
(דער איד איז געגאנגען מיט א שטאפענעם היט. באגלייט דורך צוויי אייניקליך מיט שטריימליך)

ניסעל
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2014 5:10 pm

תגובהדורך ניסעל » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 3:49 pm

אחרי כתבי כל זאת, פאלט מיר ביי ער דער איד הייסט מעגליך קליין. אבל זה רק בדרך אפשר

ניסעל
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2014 5:10 pm

ביטע טוישט דעם קעפעל

תגובהדורך ניסעל » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 3:53 pm

ביטע טוישט דעם קעפעל

עס שמעקט מיט ליצנות פונעם קבלה ודברי הזוה"ק

אוועטאר
באדינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 30, 2013 12:56 pm
לאקאציע: אויף דייעט

תגובהדורך באדינער » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 4:01 pm

להודיע האט געשריבן:מאדנע אשכול דאס

ניסעל
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2014 5:10 pm

תגובהדורך ניסעל » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 4:08 pm

באדינער האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:מאדנע אשכול דאס


זיי מסביר פליז.................

ניסעל
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2014 5:10 pm

תגובהדורך ניסעל » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 4:12 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
ניסעל האט געשריבן:
באדינער האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:מאדנע אשכול דאס


זיי מסביר פליז.................

די קעפל ער איז גערעכט מנהלים אלערט טוישען קעפיל


צ"ל דער ניסעל איז גערעכט


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט