צווישן די שפאלטן פון די סכך!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

צווישן די שפאלטן פון די סכך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

בס"ד

די סוכה איז הכל מודים אז עס איז עפעס ספעציעל. רוחניות. גשמיות. געפיהל. אלעס שרייעט אידישקייט, הייליגקייט, דערהויבנקייט, און רואיגקייט.

זיץ איך מיר אזוי אין מיין סוכה'לע ארומגענומען מיט שטערנס, נוי סוכה, הענגעדיגע פרוכט און געשמאקע שמעקעדיגע הדסים. דער מאיאסטעטישער לייב פון די יהודה בן תימא טאוועל קוקט מיר אזוי אריין אין די אויגן, און די קאמבינאציע גערוך פון האלב פארשימעלטע באמבו און פרישע טרויבן אויפן דאך פארמירן א הימל אטמאספער, מאכענדיג שפירן ווי אינעם גן עדן התחתון. און עס איז ווירקליך אזוי, וואס דען איז די הייליגע פראכטפולע דירת עראי'דיגע וואוינונג אויב נישט זיו השכינה אליינס?

די לעצטע שקיעה שטראלן ווארפן זייערע איינדרוקספולע קאלירן אויף די שימערירנדע הענג ווערק אין מיין סוכהלע מאכנדיג פלאץ פאר די אנקומענדיגע נאכט, ווען צווישן די שפאלטענעס פון די סכך זעהט זיך שוין די פינקלען פון די פריע שטערן.

די יום טוב'דיגע שטימונג ברענגט מיר צי טראכטן. עס איז דא צייט, און מען ערלויבט זיך צי נעמען דעם אטעם - א גאנץ יעריגע לוקסוס. איך באטראכט די סוכה, די ווענט, די נוי סוכה, די לייכטער און די צוזאמלייג בעטל, און מיינע אויגן פאלן אויף די הייליגע סכך.

איי די הייליגע סכך, וויפל שעות, שווייס ליגט אין איר, מען איז געקראכן אין די הייעך, געשלעפט פון די בוידעמס און קעלערן, אויסגעשפרייט, אויפגעשאקלט, און אינזינען געהאט "לשם מצוות סוכה". די טייערע סכך, די פליגלען פון באשעפער וואס נעמען אונז ארום, שיצן אונז. די מתנה וואס אונזער געטרייע טאטע האט אונז ספעציעל אינזינען געהאט, און אונז מיט ליבשאפט אויסגעקליבן און געגעבן די הייליגע פרעכטיגע סוכה 'צילא דמהימנותא' די שאטן פון אמונה.

די "שאטן" פון "אמונה". עפעס בליצט מיר אויף אין מוח. עס דרוקט זיך אריין און בלייבט שטעקן.

די הלכה איז דאך באקאנט, דאס לערנט מען אין חדר נאך פון יונגווייז אן. א סוכה אונטער א דאך, איז פסול. אינגאנצן פארמאכט, איז ווידער פסול. עס דארף זיין פארדעקט, אבער דאך דארף מען נאכאלס אדורך זעהן די שטערן. שטעלט זיך מיר א שאלה אין די ברייט, אויב איז א סוכה אונטער א דאך נישט כשר אויב אזוי וואלט דען נישט ליבערשט בעסער געווען ארויסצוגיין אינדרויסן אין די זוהן אן קיין שום צודעק, גראד צום הימל, אפן, ברייט און ליכטיג, נישט אונטער קיין סכך בכלל? איז וואס גייט דא פאר? דוקא אונטער די זוהן, אבער דאך פארמאכט. ספעציעל פארדעקט, אבער דאך אדורכצוזעהן די שטערן?!

עפעס ליגט דא טיפער. א באהאלטענע דערהער וואס מיר דארפן דערגרינטעווען, א לימוד וואס מיר מוזן דערלערנען.

*

א צייט צוריק איז מיר אויסגעקומען צי באזוכן ביים אויגן דאקטאר די ערשטע מאל. שוין וואכן וואס איך שטופ אפ די אפוינטמענט, פאר צוויי סיבות, איינס ווי יעדע אפוינמענט וואס קיינער זוכט זיך נישט, און צווייטענס, די פאקט אז אפשר נאך אזויפיהל יאר וועט מען דארפן אנטוהן גלעזער האט מיר בכלל נישט געשמעקט. אבער ווי יעדע זאך מען שטופט עס א טאג א וואך און דאן זעהט מען זיך צום סוף דערין אלס פאקט.

די ווארט זאהל איז געווען געפאקט, ווייניג טוען זיך ערלויבן צי פארפאסן א אונטערזיכונג דורך די בארימטער פראפעסאר, עפעס האט מיר עס ווי געגעבן א געפיהל אז אלעמענס אויגן איז שוואך געווארן אין אן עפידעמיע אינאיינעם מיט מיינס... און די ווארטן האט גענומען פיהל לענגער.

נאך א לענגערע וויילע, שוין האבנדיג א פונקטליכע חשבון פון די רייעס ציגעל אין ווארט זאל און א דעטאלירטע באריכט איבער די צאל טיילס אויפן דאך, און נאכן דורליינען דעם אלטן ביכל וואס מען האט שוין פאר צוואנגיג יאר צוריק זיך געוויצלט דערויף אז ווער עס קען עס נאכנישט אויסעווייניג איז נאך ביים אויגן דאקטאר נישט געווען... הערט מען ענדליך אויסרופן מיין נאמען, איך גיי אריין צום דאקטאר אין צימער און באטראכט מיט וואונדער און אנגסט די מאדנע מאשינערי. איך זעץ זיך אויף דעם ספעציעלען בענקל, די דאקטאר קומט אריין מיט א דיקע טעקע און הייבט אן צי פרעגן די אלע אלגעמיינע שאלות, ער באקוקט, שיינט אריין, גיסט טראפן. קוק ארויף, קוק אראפ, קוק רעכטס, יעצט מער צו לינקס, און דאן לעשט ער אויס די לעקטער.

ער גיבט מיר אזא שפאקטיוו און ער זאגט מיר, קוק אריין, וואס זעהסטו? A H 6 2 G

א ריק אויף א מאשינקע, און די ווערטער ווערן נאך קלענער... וואס זעהסטו יעצט?R 6 J 5 S

און אזוי ציען זיך די שאלות אן א ענד, ווען אין די צייט ווערן די ווערטער אלס ווייטער און קלענער, די לעקטער אלס טונקעלער און טונקעלער. דער דאקטאר איז ווייט פון פארטיג, ער האט נאך אויף די אגענדע א לענגערע ליסט פון כלים מיט וואס ער שיינט, באקוקט, און אנאלאזירט די אויגן. ענדליך נאך לענגערע חקירות און א ליסטע פון זאכן וואס ער האט מיר געגעבן אפצוליינען, צינד ער אן די לעקטער, נעמט זיין ביכעלע און גאלדענע פעדער, און זאגט מיר מיט אזא פעסקייט, דיין ראיה איז שוואך, דו דארפסט גלעזער. איך שרייב דיר אפ א פרעסקריפשן אויף צי קויפן ברילן.

אבער הער דאקטאר – ווער איך אינגאנצן אויפגעברויזט – די לעקטער איז דאך געווען אויסגעלאשן, און די ווערטער אומקלאר און פיצל, א וואונדער איך קען נישט זעהן?! אין די ליכטיגקיייט זעה איך אלעס.

הער צי – גיבט ער אזא שמייכל און א בליק ארויס פון אונטער די ספעציעליסטישע ברילן – איך ווייס אז געלעזער איז נישט באטעמט, אבער אין די ליכטיגקייט איז נישט קיין קונץ צי זעהן. דאס קען יעדער. איך האב אבער געוואלט זעהן וואס דיינע אויגן זענען באמת פעהיג, האב איך ספעציעל טונקל געמאכט די צימער, די אותיות קלענער, ווייטער, מער בלורי. און אז מען זעהט גוט ווייט, טונקל, קליין, איז א סימן אז די אויגן זענען גוט און שטארק.

פון א דאקטערישע קוק ווינקל איז ער זייער גערעכט, העכסט פארשטענדליך און שכל'דיג, אבער עס ענדיגט זיך נישט דארט. דא אין די סוכה האב איך מיר דערמאנט יענעם שמועס. און א ליכטיגקייט האט פלוצלים אדורכגעריסן די סכך שפאלטענעס און ווי א בליץ געטוהן אין די אויגן.

יא, די מלאכים דארט אויבן אין הימל דארפן נישט קיין גלעזער, זיי זעהן אלעס, פארשטייען אלעס, זיי פירן אויס זייער שליחות מיט א געשמאק. אבער דאס איז קיין קונץ בכלל. דאס קען יעדער. עס איז גאר קיין ראי' נישט אויף גוטע אויגן!

השי"ת האט אונז אראפגעשיקט אויף א וועלט, די וועלט וואו אונזער ראי' איז פארהויכט, פארנעפלט, עס הערשט א אומקלארקייט, מען קען שפירן די דערדרוקעניש ווי א וואלקן מאסע וואס ענטפאנגט די כמורע פונעם פריה מארגן.
יעדער פון אונז שלעפט א פעקל, ביי איינעם שווערער און ביי איינעם נאך שווערער. די קלימאקס פון די קולות ביי אבינו מלכינו נעכטן איז געווען אזוי פארשידנארטיג. יעדער מיט זיין פריוואטע שניט אין הארץ. און די מחשבות זענען דערדריקענד עד אין שיעור וערך, רבוש"ע ס'שווער, ביטער שווער, עס קאסט מיר כוח, געלט, מוח, טרערן, בושות, און וואס נישט?!

אונז דרייען זיך ארום אינעם גלות הדעת. די עיקבותא דמשיחא וואס האט גע'היט' אונזער לעבן אויף א משונה'דיגע פארנעם. די אייגן מוח, די קינדער, די בני בית, די משפחה ארום. יעדער איז אינעם זעלבן געלויף. דער מענשט פיהלט זיך אזוי הילפלאז און פארלוירן, זיין גייסט ווערט אראפגעקלאפט, און די נסיון ווערט נאר גרעסער פון טאג צו טאג, די ווערטער זענען קליין, די מצב איז פארטונקלט, די האפענונג איז אומזעהבאר. מען לעבט אין א חשכות, צי אין א גשמיות'דיגע טונקלקייט צי ח"ו אין א רוחניות'דיגע פינסטערניש.

מען דרייעט זיך ארום אין די קיילעכדיגע יאר-ראד, אן קיין צייט צי טראכטן, אן קיין לופט צו אטעמען, אונז וואוינען אינדערהייםאין אונזער גאנציעריגע דירה וואו די דאך איז פארמאכט, פארקלעבט, ניין, מען זעהט נישט קיין באשעפער, מען זעהט נישט קיין לעכטיגקייט, און עס ווערט קאלמוטנע אויפן הארץ, די ביטערקייט זעצט זיך, און די ליכטיגקייט וואס מען ווארט צי זעהן פון הימל איז פארשטעלט מיט א דיקע דאך.

קומט אבער א אידעלע אין דעם הייליגן טאג ראש השנה און שרייעט צום באשעפער, המלך! דו ביסט טאטעניו אונזער קעניג אונזער טאטע און דיין השגחה ווערט ח"ו נישט אפגעטוהן פון אונז אויף קיין רגע. אבער באשעפער איך וויל דיר זעהן!

און דאן קומט דער הייליגער יו"ט סוכות, די יו"ט פון אמונה, אפנקייט, ריינקייט, הייליגקייט, דער אייבערשטער לאדענט אונז איין צי זיין דירה'לע. קום אריין, איינאיינעם, מיט די מלאכים, די הייליגע אושפוזין, ארויס אויפן גאס, און דאן ווילן מיר זעהן לעכטיגקייט! מיר ווארטן צי זעהן דעם באשעפער אפענערהייט, אמער, עס איז דאך די יו"ט פון אמונה?!

אבער ניין. א סוכה מיט מער זון ווי שאטן איז פסול!

השי"ת זאגט מיט א ליבליכקייט צו אונז אונטער א פארמאכטע דאך איז דיר נישט גוט, עס איז דאך פארמאכט אן קיין וועג ארויפצוקוקן. קום ארויס אויף די גאס, אפן צום הימל, אבער, נישט אינגאנצן אפן, ניין, דעק עס צי, גוט, אבער דאך לאז איבער אפאר שפאלטן... ווייל אז דו וועסט גוט קוקן צווישן די שפאלטן וועסטו מיר זעהן.

השי"ת גיבט אונז א ספעצילע קוקער, א שפאקטיוו, אונזערע הייליגע אידישע אויגן, און זאגט, מיין טייער קינד איך לעש אויס די לעקטער קוק גוט אריין, טיף טיף, ווייט ווייט אין דיין נסיון, אין דיין שוועריגקייט, אין טונקעלקייט פון פארהוילעניש, וואס זעהסטו דארט?

באשעפער. באשעפער. און נאכאמאל באשעפער.

אהה, דאס איז שוין א קונץ! נישט די מלאכים קענען דאס, נישט די שרפים קענען דאס, נישט די הימלען און די שרפי מעלה, ניין, זיי וועלן דורכפאלן אזא פראוו. אבער דו מיין טייער קינד, דו וואס איך האב דיר געגעבן די ספעציעלע נסיון דו קענסט! "להגיד בבוקר חסדך" עס וועט נאך קומען א צייט וואס דעמאלט וועט זיין א ליכטיגקייט עס וועט נישט אויספעהלן די סכך, אבער "ואמונתך בלילות" אמונה איז דוקא ווען עס איז טונקל, און דאך, צווישן די שפאלטענעס זעהט מען השי"ת.

קינד מיינס, דו האסט גוטע אויגן! קוק גוט און זוך מיר אויף! דאס איז דיין עבודה און פאר דעם וועסטו באקומען דיין שכר.

מלאכים וואס זעהען האט השי"ת גענוג, די תפקיד פון א איד איז אבער עפעס העכער פון דעם, אריינצוגיין אין די סוכה, קוקן אויף די סכך, עס איז פארדעקט, צוגעמאכט, אבער דארט צווישן די לעכלעך פון די סכך דארט שיינט אריין זון! דארט זעהט מען דעם הימל! ס'איז פארדעקט, ס'טונקל, אבער איך זעה! דארט צווישן די שפאלטענעס, צווישן די ווייטאגן, זעה איך דיר באשעפער. איך שפיר דיין השגחה, איך זעה דיין גוטס, איך הער דיין שטימע, איך אנערקען דיין אנוועזנהייט, איך פארשטיי קלאר דיין טיפזיניגע מעסעדזש וואס די האסט באהאלטן אין די הייליגע סכך...

אין "שאטן" פון "אמונה".
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

אן ארטיקלע א שיינע
איבער אמונה די ריינע
האט זיך ענדע צדיק געמאכט
ווען ס'דיר שווער אסאך
קוק נאר אן דעם סכך
וועסטו זיך שטארקן גלייך

זיי נישט קיין נער
ס'איז טונקל בצער
אבער די סוכה'לע פון ליכטיגקייט דערמאנט
שוין צוויי טויזענט יאר
ווייזט זי אונז קלאר
די שטערן פון די שפאלטענעס שיינט

אוי הרחמן....
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

מעסטער פיעס. א שיינעם דאנק.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

שיין שיין. שכח
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

הימלדיג, געפיליש, און איבער אלעם גאר שרייבעריש.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

הערליך הערליך געשריבן, און א הערליכע געדאנק!!

גאר שטארק הנאה געהאט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:הערליך הערליך געשריבן, און א הערליכע געדאנק!!

גאר שטארק הנאה געהאט.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
ספיקער
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 28, 2015 2:52 pm
לאקאציע: און חתונה זאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספיקער »

Wow וויאזוי האסטו דאס אריינגעשטופט אינעם סקעדזשועל!?
הערליך שיין! .

זאלמיר טאקע זוכה זיין צו זיין בירושלים עיה"ק נאך היי יאר. . הנה זה עומד אחר כותלינו.. ער קומט...

יישר כח זייער זיס און הארציג!
כפר שמאי
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 10:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפר שמאי »

Beautiful
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

ענדע צדיק, צום פינטל אוואו אייביג. א דאנק
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

די געדאנק איז מורא'דיג. און דיין שרייבן נאך בעסער!
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

איין ווארט... א ר ט י ס ט...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

wow very nice
1st article for "my manicha"s
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

גוט איז נישט דאס ווארט, איז נישט דאס ווארט!!!!!!

א הערליכע בחינה! לאמיר טאקע ארויסקוקן און ארויפקוקן אויבן אין הימל און זען דער הייליגער אבינו מלכנו פון צווישן די סכך און פון איבעראל, אין יעדע מצב.

ארט איז די ווארט! אויט אוו דיס ווארלד.
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

ארויף לכבוד יום טוב
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

גאר שיינע און רייכע געדאנק.
ענדע איר האט מיר פארשאפט א עונג יו״ט יעצט אין מיין סוכה׳לע!
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

זייער א שיינע שמועס. ייש"כ.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”