"בדיחותא אשכולות #2" חסיד מיטן מתנגד

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

"בדיחותא אשכולות #2" חסיד מיטן מתנגד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

כמעשיה ברשונה כך מעשיה בשניה, וויל איך מיר קודם באדאנקען פאר די אלע וואס האבען געשריבען, און אנטייל גענימען, און דעם ערשטען אשכול פון "בדיחותא אשכולות " די ראגאטשובער גאון! ואלו הם @לכתחילה אריבער @SPUSMN @שערי-תירוצים
אויך א עקסטערע ישר כח פאר אלע מוחים און אנעמיר'ס פאר די כבוד תלמיד חכם...... און אחרון חביב א ישר כח @בערקא פאר דיין סעפאר'ט!

אויכט וויל איך דא דערמאנען נאכאמאל די ציל פון די אשכולות, איז צי געבען א שמייכעל פאר אנדערע יודן. און א יעדער וואס קען, ווערט געבעטען אנטייל צינעמען.

און נאכאמאל פאר די אנווייזונגען ביטע קיקט דא פארען שרייבען viewtopic.php?f=3&t=27726
[b]ווי אויכט וויל איך בעטען נאכאמאל, בכל לשון של בקשה ויהיה נכלל בזה אזהרה... ודי.. אז יעדער זאל זיך האלטען אויסדריקלעך נאר צי דעם נושא
למען ההצלחת הכלל.

שוין,
איז ווי א יעדער פארשטייט, אז און דער זמן וואס ס'איז נתפרסם געווארען די דרך הבעש'ט הק' און ס' איז געווארען א גרוסען התנגדות אויף דעם דרך. און געווארען פון דעם א פלוגתה, אזוי אז מ'האט זיך אסאך געטענעט און געווערטעלט, מיט די מתנגדים. און אפגעוואנדען זייערע טענות. איז חס ושלם דאס נישט געווען אן ענין פון פליקען, אדער טשעפענען, ווי ס'איז די האנטיגע די דרך...... נאר ס'איז געווען מער א ענין צים מחזק זיין די דרך החסידות, ובדרך בדיחותא ומליצה אופען חשבן פונעם ליטוואק און זייערע דרך.......

ובזה החלי בעזהשי'ת.
א) ס'איז אסאך באקאנט וועגען דער אהין און ציריק ווערטלערייען צווישען דער רבי פון לובלין און דער אייזענעם קאפ, וואס ווי באקאנט איז דער אייזענער קאפ געווען רב און לובלין פאר די מתנגדישער/ליטווישען קרייז, און דער רבי פון לובלין איז געווען דער רבי פאר די חסידישען קרייז.

דערציילט מען נאך אז די רבי פון לובלין האט געהאט א מנהג צי טיילען ערב שבת קעמלעך און די מקוה, פאר'ן עולם, לכבוד שבת.

האט זיך איינמאל דער אייזענעם קאפ אנגעריפען אז דער רבי פון לובלין איז א גרוסען מין הארץ, ווייל ער האט פארזען א אפענע גמרא..... וועלכע גמרא?? האט ער געזאגט אזוי. די גמרא זאגט אז ווען דוד המלך איז געווען און די מרחץ האט ער געטראכט אז ער איז ערום מין המצות, ביז ער האט זיך דערמאנט פון דעם אות ברית קודש, ונתפייס דעתו. האט דער אייזענעם קאפ געפרעגט אויב איז אמת אז טיילען קעמלעך איז א מצוה. פארוואס האט דוד המלך נישט געטיילט קיין קעמלעך?...... אלא מה אז די רבי פון לובלין קען נישט קיין לערנען....

האט מען דערציילט פאר די רבי פון לובלין וואס דער אייזענער קאפ האט געזאגט. האט זיך דער רבי פון לובלין אנגעריפען, זאגטס עיהם, אז ער האט פארגעסען א אפענע משנה! ...... ווי צי זאגען איך האב פארגעסען א גמרא דו האסט פארגעסען א משנה!!! ווייל די משנה זאגט און סנהדרין, אז א מלך טאר נישט גיין און א מרחץ מיט נאך מענטשען, ווייל סאיז נישט קיין כבוד פאר א מלך צי גיין מיט נאך מענטשען און מרחץ. קימט דאך אויס אז דוד המלך איז געווען אליינס און מקוה ממילא האט ער נישט געהאט פארוועם צי טיילען קעמלעך! .......


ב) דער וועלט זאגט אז ווען משיח וועט קימען וועלען עיהם אוודא ווילען מקבל פנים זיין עלע יודן.

שוין. איז ווען א חסיד וועט אפנעמען משיח וועט ער אוודא אויפנעמען משיח מיט א גלעזעל משקה. און משיח וועט ווינטשען לחיים.... וועט משיח בעטען פאר מער משקה, וועט עיהם די חסיד געבען נאך. וועט משיח בעטען פאר נאך, וועט עיהם דער חסיד געבען נאך. אבער אז משיח וועט בעטען פאר נאך משקה און דער חסיד וועט נישט האבען מער. וואס וועט ער ענטפערען פאר משיח?.... פשוט, ווען די קימסט ווען אביסעל פריער וואלט איך געהאט מער פאר דיר.....

אבער ווען ער וועט קימען צים ליטוואק, וועט דיך עיהם אוודא דער ליטוואק אויפנעמען מיט א שטיקעל תורה.... און דרייען און דרייען מיטן פינגער, ביז די פינגער וועט אראפ קימען..... וועט משיח ביטען פאר נאך. וועט עיהם די ליטוואק זאגען נאך א שטיקעל תורה. וועט משיח בעטען פאר נאך, וועט עיהם דער ליטוואק זאגען נאך א שטיקעל תורה. אבער אז משיח וועט בעטען פאר נאך, און דער ליטוואק וועט נישט האבען מער וואס צי פארקופען. וואס וועט ער ענטפערען פאר משיח?... יא.. אז איר וואלט געקימען א ביסעל שפעטער וואלט איך געהאט מער פאר אייך!!!! ...........

שוין. וועל מיר זאך פאר יעצט אפשטעלען דא. און לאזען דעם עולם אביסעל שרייבען....
לעצט פארראכטן דורך גאלדענע פעדער אום מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 11:12 pm, פארראכטן געווארן 8 מאל.
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

זיס און שמייכלדיג. שכח.
אוועטאר
באדינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 12:56 pm
לאקאציע: אויף דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדינער »

יואב בן צרויה האט געשריבן:זיס און שמייכלדיג. שכח.

כ'האב זייער הנאה. האלט אן...
--
וואלסט אפשר פאראכטן דעם קעפל?(אביסל צו שארף ניין?)
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

א געשמאקע טעמע, ס׳איז דא אסאך ווערטלעך איבער דעם, קיעפ איט קאמינג

ביי דע וועי, די מעשה פונעם חוזה איז געווען אז א איד האט געטיילט קעמלעך, און דער הייליגער חוזה האט אים משבח געווען
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24631
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אין אויך אז נישט דער רבי פין לובלין האט גענטפערט אז ער האט פארזעהן א גמרא נאר דער יהודי הק' פין פשיסחא זי''ע א תלמיד פין די רבי פין לובלין
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

מומחה יוחס האט געשריבן:אין אויך אז נישט דער רבי פין לובלין האט גענטפערט אז ער האט פארזעהן א גמרא נאר דער יהודי הק' פין פשיסחא זי''ע א תלמיד פין די רבי פין לובלין

ווי א יעדע מעשה איז דא זיבעציג טוזענט ווערסיעס. יאך האב געהערט די מעשה אויף דעם ווערסיע, און ממלא אזוי געשריבען פינטעל.

נא רבותי עפשר נעמט איינער איבער דאס ווארט? וויילך אויב נישט אך און וויי וואס ס'וועט דא געשען!!! .... און די פרעגסט נאך וואס??.. יא, אז איך וועל דארפען ווייטער ממשיך זיין!!!! נא! איינער, מיט נאך אפאר אפיזאטען מיט דעם אייזענער קאפ?
שערי-תירוצים
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 6:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שערי-תירוצים »

ס'איז דא א מעשה וואס די חוזה האט געטייטש פסח ביינאכט ואקח את אביכם מעבר הנהר...

ואקח את אביכם איך וועל נעמען דעם רצון, דעם ווילן (מלשון ולא אבה) - מעבר, פון די עבירות - הנהר, און איך וועל עס מאכן לייכטן...

האט רבי עזריאל, די אייזערנע קאפ געטראפן דעם איד הקדוש און האט געלאכט פון דעם פשט...

איז די איד הקדוש האט גע'ענטפערט אז לויט דעם טייטש איז אים פארענטפערט געווארן א קושיא וועגן זדונות נעשו כזכיות, צו מען זאגט דאס אויך אויף מחשבה רעה וואס איז אינה מצורף למעשה, אז ווען מ'טוט תשובה, צו די מחשבה רעה ווערט א מחשבה טובה. און לויט דעם חוזה'ס טייטש קומט אויס אז ממאכט די מחשבה פון די עבירה לייכטן, איז פשט אז דאס ווערט אויך נתהפך לזכות...

ויה"ר שנזכה לכתיבה וחתימה טובה ושירבו זכייתינו אמן.
גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי שוין גיי »

באקאנטע מעשה, סאטמער רבי זצוקלה״ה האט אמאל געפרעגט א ליטווישען ראש ישיבה, וואס טוט זיך מיט בן שמנה עשרה לחופה?
האט זיך דער ראש ישיבה אנגערופן פאר א ווערטל . ״מיינע בחורים דאווענען א ביסל לאנגערע שמ״ע.״
האט די רבי גענטפערט ״אז מען שטייט לאנג ביי שמ"ע פארפאסט מען קדושה "
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

איינער האט געזאגט אז ווען א חסיד לערנט די גמ' אז ווען ר"י בן עוזיאל האט געלערנט זענען די פייגלעך פארברענט געווארן זעהט ער איין גדלותו ורוב קדושתו. משא"כ ווען א ליטוואק לערנט דאס איז ער חוקר צו ר"י איז געווארן חייב בניזקין אויב די פייגל האט א בעה"ב, צו עס איז א גרמא צו גרמי.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

מען זאגט אז די שאפראנע רב האט א מאל געזאגט פאר א ליטוואק, די גמרא זאגט חרש שוטה וקטן וליטוואק...... האט ער געפרעגט אז עס שטייטיך נישט האט שאפראנע רב גענטפערט עס שטייט יא, האט יענער געטאנעט אז נישט אהין אין צוריק ביז עס איז געבליבו אז ניתא ספר וניחזה, האט מען געברענגט א גמ' און עס איז טאקע נישט געשטאנען וליטוואק געט די שאפראנע רב א עפען די שער בלאט ווייסט ער דו זעסט נישט אז עס איז געדריקט און ווילנע, די צענזור האט עס ארויס גענומען
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
אידיש קינד
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2014 4:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש קינד »

אין די צייט וואס דער צמח צדק איז נישט געזונט געווען, איז א מאל אליטוואק אריין געפאלן ביי א התוועדות, פלוצלינג הערט ער איינעם פון די חסידים - אזוי בין כוס שלישי לרביעי - "דער רבי זאל שיקן א רפואה פארן באשעפער".
נו... זיין בלוט איז פארשטייצ'עך געוורן צוהיצט, "זעהט איר, כפירה וכו'"
רופט איהם צו א אלטער חסיד, זאג מיר, ס'ווערט געברענגט אז אויב משיח וועט חלילה נישט קומען ביזן אלף השישי, ווערט די וועלט צוריק תוהו ובוהו, ווי אזוי גייט עס דער אויבערשטער מאכן?
וואס הייסט - זאגט ער - ער וועט מאכן א גרויסן פייער און פארברענען די גאנצע וועלט!
פרעגט איהם דער חסיד, אבער ס'וועט בלייבן די אש? נו, ענפערט דער ליטוואק - דער אויבערשטער איז דאך א כל יכול, וועט ער אריינווארפן די גאנצע אש אין ים אריין!
אבער ס'גייט דאך בלייבן דער ים? מממ... וועט ער בריינגען א ווינט וואס וועט אויסטריקינען דעם ים!
אבער וואס גייט ער טוהן מיט די ערד פון ים?
דא איז ער שוין שטיל געבליבן...
רופט זיך אן דער חסיד: אויב דאס איז דיין באשעפער, קען איהם טאקע דער רבי שיקן א גרויסע רפואה!!!
(דער אויבערשטער איז מחיה און מהווה די גאנצע בריאה בכל רגע, און אז ער איז חלילה נישט מחיה - איז די זאך בטל ומבוטל)
כרם
שר האלף
תגובות: 1146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרם »

אינטערעסאנט קיינער האט עס נישט געשריבן, איך געדענק נישט פונקטלך, אבער עפעס אזוי, ווער עס ווייסט זאל עס איבער שרייבן
א ראש ישיבה פין בית התלמוד (כ'דענק נישט ווער) האט אמאל געפרעגט די סאטמער רבי ז"ל פאר וואס האט יעקב געשיקט קיין מצרים אנגרייטן א בית התלמוד און נישט א תורה ויראה, האט די רבי ז"ל געענטפערט אז מ'לערנט 17 יאר איין סוגיא קען נאר זיין אין א בית התלמיד
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4071
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

האסט אבער פארגעסן צוצולייגן וואס ר׳ ארי׳ לייב האט געענטפערט (מסתמא ווייסטו בכלל נישט דערפון) אז ער האט געהאלטן ביים דריטן מחזור דף היומי
אוועטאר
אידיש קינד
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2014 4:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש קינד »

א ברייטער ליטוואק איז אנידערגעפאלן אין גאס און האט זיך נישט געקענט אויפהויבן, גייט איינער אריבער לעבן איהם, פרעגט ער איהם "אפשר קענט איר אונז אויפהויבן?"
ענטפערט יענער "הויבט זיך אויף איינער דעם צווייטן"
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

@שערי-תירוצים ניין נישט דאס איז געווען מיין כונה אז מען זאל שרייבען סתם סיפורם וועגען דעם אייזענעם קאפ מיט דער רבי פון ליבלין.... ווי איך האב שוין קלאר געמאכט אסאך מאל. אז די אשכול איז געמאכט צי שרייבען אויסדריקלעך נאר בדיחות. צי ברענגען פאר יודן א שמייכעל וזה יהיה שכרי. אז נישט פארלירט עס דעם טעם.

די האסט דו, וואס מיין כונה איז געווען.

נאך אן עובדא דערציילט די וועלט.

איז געווען אנפאנג ווען דער הייליגער רבי פון לובלין איז געקימען אויף לובלין (דער אייזענער קאפ איז שוין געווען דארט פאר עיהם). און ער-דער הייליגער חווזה האט אנגעפאנגען פירען אן עדה, און פירען טיש, כמנהג החסדים. איז עס זייער נישט געפאלען פאר דעם אייזענער קאפ... הלמאי ער ריקט זיך דא אריין און שטיפט די צייט, מיט צייט פארברענגערע, ווי ס'האבען דעמאלטסט געהאלטען די מתנגדים.

האט ער דער-אייזענער קאפ עיהם געלאזט ריפען, און עיהם געהייסען אז ער זאל אויסריפען און בהמ'ד אז ער איז א גארנישט!! ........ אזוי אז מענטשען זאלען וויסען זיך נישט צי דרייען ביי עיהם..... אז ער וועט אליינ'ס זאגען אז ער איז א גארנישט..... וואס קען זיין מער ווי דעם?....

וכך הוה און דער חוזה האט אויסגעריפען אז ער איז א גארנישט..... און קיינער זאל מער נישט קימען צי עיהם!!! ...... וואס איז געשען? פארקערט דער עולם האט אנגעפאנגען מער און מער,צי קימען... האט עיהם דער דער-אייזענער קאפ נאכאמאל געלאזט ריפען, און עיהם געהייסען אז ער זאל אויסריפען אז ער איז א יש! האט עיהם דער חוזה געזאגט אאז דאס-זאגען א שקר... דאס קעניך שוין נישט! .....
גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי שוין גיי »

איך ווייס נישט אויב עס באלאנגט דא, (גאלדי קען נאך זיין ברוגז אז איך ברעך די תקונות ).
אבער אז מען רעדט פון לוטפאקעס דערמאנט עס מיר א מעשה וואס א ידיד מיינער האט מיר פארציילט,
איז ער אמאל געווען און עיר התורא לעקוואד זעט ער ווי א לוטוואק פארט מיט זיין אוטא און אזוי פארענדיג ווישט ער אפ א צווייטענס שפיגל צוזאמען מיט זיינעם. דער דריווער קומט ארויס פון קאר. לאזט איבר א צעטעלע אויף יענעמס פענסטער און פארט זיך ווייטער.
מיין ידיד טראכט ביי זיך קוק ווי איינשטענדיג דער איד איז,
גייט ער צו א קוק טון אויפן צעטעל ווער דער איד איז. זעט ער שטייט אזוי געשריבן.

״היות איר האט געפארקט אייער קאר אביסל אוועק פונעם ראוד. און איך האב מיך צובראכן מיין שפיגל. האט איר א דין פון א בור ברשות הרבים און איר זעט מחיוב מיר צו באצאלען דעם שאדן , ביטע רופט מיר וואס פריער אויף 999-999-9999. , ״
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

איך האב געלאכט. גוט.
גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי שוין גיי »

יואב בן צרויה האט געשריבן:איך האב געלאכט. גוט.

אלעס ווערט געווען צו משמח זיין דעם שר צבאו,
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

יואב בן צרויה האט געשריבן:איך האב געלאכט. גוט.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

עפעס א ספר(?) ארויסגעקומען לעצטנס מיט דעם שניט, געדענקעך נישט דעם נאמען, אה, אפשר החסידות על העליונה.

גאלדענע, די לעצטע מעשה מיט אויסקלאפן געדענק איך אז מיין רבי אין חדר האט עס אונז דערציילט, אבער נישט אלס בדיחותא און נישט אלס אפענטפערן, נאר פון די גדלות פונעם חוזה זי"ע. (ובמאמר המוסגר, נישט פארגעסן אז דער אייזערנער קאפ איז געווען א אדם גדול מאד)
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

אז איך זעה אז דער עולם שלאפט דא היפש וועל איך מיזען אנפאנגען ריקען אפאר תגובות...... ווי דער וועלט זאגט במקום שאין פיש איז גיפילטע פיש אויך א איש.... אדער אפשר פארקערט... וואט עווער..

און צי דיר @מיסטריעז ווי איך האב שוין מקדים געווען טוזענט מאל אז די אשכול איז נישט דא צידערציילען גדלות פון די הייליגע ריזען ווי דער אייזענעם קאפ וכדו וואס קיינער האט נישט קיין הו'מ און דעם..... דא איז א בדיחותא אשכול צי ברענגען אנדערע א שמייכעל...

ודי בזה ודי לחכימא ברמיזה, ודברי פי חכם חריין, ומבנין לבנין באותו באותו מנין .....
לעצט פארראכטן דורך גאלדענע פעדער אום דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 1:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

רבי יענקעלי זצוק'ל פשעווארסקער איז געוועזען באקאנט מיט זיינע ווערטלעך איבער די ליטאים.

האט ער איינמאל געפרעגט א מורה'דיגע תמיה, הלמאי חז'ל האבען איינגעפירט ביים דאווענען א ברכה פון שלא עשני גוי און נישט שלא עשני ליטוואק?? וואס דאס איז דאך פינקט אזוי וויכטיג, אויב נישט מער.....

האט ער גע'ענפערט צוויי תירוצים איינס אז און דעם שלא עשני גוי איז אויכעט נכלל דער ליטוואק ווי ס'ווערט געברענגט אז א ליטוואק האט א גוי'שע הארץ..... אבער א צווייטע תרוץ האט ער נאך בעסער געזאגט. אז ווען מען זאגט "שלא עשני גוי" איז דיך א כל שכן דעם ליטוואק, ווייל ס'איז דאך א קל וחמר!!! און ממלא דארף מען נישט מאכען א עקסערע ברכה פארען ליטוואק....
לעצט פארראכטן דורך גאלדענע פעדער אום דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 1:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4071
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

פון רב זוין ז״ל איז דא א גאנצער ספר.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

נאך דעציילט די אז אמאל האט מען געפרעגט דעם רבי יענקעלי פשעווארסקער אויף דאס וואס דער וועלט זאגט אז א ליטוואק האט א צלם און הארץ... וואס וועט זיין טאמער מען וועט אויפשניידען דער הארץ פון א ליטוואק און מען וועט נישט טרעפען דארט קיין צלם... וואס וועסט דו דעמעלט'ס זאגען???

האט זיך דער הייליגען רבי יענקעלי אנגעריפען, וואס וועט זיין דעמעלט'ס? איינער ליטוואק ווייניגער! און שוין .... :lol: :lol:
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

יא איין זאך האב איך פארגעסען.. וואס האב איך נאר געוואלט זאגען?? יא א ישר שכוח פאר @גיי שוין גיי אזוי גיט'ס האביך שוין לאנג נישט געהערט ;l;p- !
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”