איינס האט געשריבן:איז דא איינער דא וואס קען מעיד זיין אז איינע פון די סעמינארן האבן איהם געטוישט דאס לעבן (איך זאג נישט אז סאיז נישט דא, איך פרעג נאר)
איך רעד נישט פון באקומען אפאר טיפס, איך רעד פון דעם וואס זיי האלטן און איין אדווערטייזן אז טויזנטער האבן שוין געטוישט דאס לעבן נאכן נעמען די קורס.
איך האב נאך קיינעם נישט אנגעשטויסן
אויסער אפאר וואס פאר א סיבה האט זיי דער באשעפער נישט געגעבן קיין קאנפידענטס....
די סעמינאר אויף וואס מהאט זיך באצויגן דא איז א ביזנעס סעמינאר, סאו סקימט בכלל נישט אריין דא טוישן די לעבן.
א 700 דאלערדיגע מיללער שטריימל איז ממש אויגפארכאפנד? אלע מענטשן וואס וואוינען אין גאלדען הילס זענען רואיג אגאנצן טאג? דעיס איז די וועג פון מארקעטינג.
איך קום נישט דא זאגן אז "אלע" סעמינארס פארקויפן בכלל עפעס. סאיז דא גוטע סעמינארס וואס געבן גוטע טיפס אין לעבן און סאיז דא וואס געבן גוטע טיפס אין ביזנעס, און סאיז אויך דא גאר גוטע סעמינאר וואס פארקויפן גאר אסאך און די מענטשן קענען דאס נוצן פארן גאנצן לעבן, און די זענען די וואס שרייבן אז זיי טוישן די לעבן.