ווער האט זיי געבעטן, מאך נישט קיין סטעיטש, און שטיי ווייט מכל הקדוש והיקר לנו, און לאזט געמאכט
לא מעיקצך ולא מעוקצך קיינער דארף נישט זייערע טובות, און נישט זייערע שמירות,
ווייזט אויס אז איר זענט נאך קיינמאל נישט געווען ביים ציון פון אור החיים הק' אדער סיי וועלכע אנדערע ציונים אין די אלטע חלקות פון הר הזיתים. עס איז נישט דא וואו אראפצולייגן א פוס אן טרעטן אויף קברים, איז לכבוד א גרעסערע יארצייט שטעלן "עסקנים" (לאוו דוקא די פאליציי) אויף א שטיקל פלאטפארמע אז דער עולם זאל גרינגער מתפלל זיין. אן אריינגיין אין ווער עס איז גערעכט צו דער איד אדער די פאליציי זעה איך נישט וואס עס איז שלעכט און וואו פונקליך דער "עוקצך" איז.
איך וואלט נישט מגיב געווען דא צוליב
סיז מסודר האט געשריבן:די נושא פון ציונות איז זייער א וויכטיגע נושא און מדארף ארויסברענגען די גנאי פון זיי א.א.וו. אייוועלט איז אויסגעשטעלט אז יעדע נושא האט א באזונדערע אשכול. סאיז דא אשכולות וואס רעדן פון ציונות, סאיז דא וואס רעדן פון וואקסינען, און סאיז דא וואס רעדן פון סמארטפאונס און אינטערנעט. אלע פון די נושאים זענען גאר וויכטיגע נושאים וואס איך פערזענליך גלייך זייער די אשכולות פון די דריי נושאים. די זאך איז אבער אז ווען איך קום צו די אשכול פון "אינטערסאנטע קליפס" איז עס ווייל יעצט בין איך אין די גיסטע פון א אינטערסאנטע קליפ, און ווען איך קום צו די אשכול פון "קול מבשר עפפ" איז עס ווייל איך וויל ליינען איבער זייער עפפ, און נישט ווייל איך וויל יעצט פארשטיין די חורבן פון אינעטנעט.און ווען איך גיי קרישקעלעך אין קרית יואל וויל איך וויסן וואס טוט זיך אין קרית יואל, און נישט וואס איר האלט איבער וואקסינען. פארדעם זעהט מען אסאך מאל ניקים רעדן זיך אפ ווען מפארדרייט די נושא, נישט ווייל זיי זענען ציונים אדער ווייל זיי האלטן אז אינטערנעט איז נישט קיין חורבן. נאר פשוט ווייל יעצט וויל איך זעהן א גוטע קליפ, און נאכדעם פלאן איך גראדע צו ליינען א אשכול ווי מרעדט ארום איבער די רציחות און ברוטאליטען פון די ציונים.
אבער היות איך גיי נישט עפענען א עקסטערע אשכול פאר דעם, (אפשר מעג מען יא?) דעריבער שרייב איך דאס דא
איך בין געווען אין א"י א געוואלד מיט מאלן, און ב"ה ס'איז געווען יארן אן קיין סטעיטדזש ביים אור החיים'ס ציון (ווי ביי פולע אנדערע) און ב"ה דער עולם איז געקומען און געדאוונט און געפויעלט ישועות. די רשעים דארט, ווילן דווקא ווייזן בעלות אויף כל הקדוש והיקר לנו, און דעריבער, ווען זיי טוען עפעס איז 'טובת רשעים אינם שלימה' און כל שכן, ווען כל מגמתם איז נאר צו ווייזן בעלות, און דעריבער ווען מ'זעהט ווי אזוי זיי פירן זיך אויף, ווער איך (און יעדער ערליכער איד) בייז אויף זיי, און דערצו איז דא 'חובת מחאה' (נישט פאר זיי, נאר פאר אונז, מיר זאלן נישט קאלט ווערן), און דעריבער דארף מען ארויסברענגען זייער רשעות, און שלעכטיגקייט.
שוין צוריק צום נושא
טייערע אידן אין אמריקע איך זע איר מיינט אז אלעס זענען די ציונים, וויל איך אייך זאגען יא כסדר טוהן זיי רשעות וכו' וכו', אבער ביי די נושא פון יארצייטן האט עס נישט אזוי ווייט צוטוהן מיט די ציונים נאר מיט מענטשען וואס האבן אייגענע אינטרעסן יעדער מאל איז א צווייטע און יעדע מאל פאר אן אנדערע סיבה איך קום ח"ו נישט ביירעדען קיינעם דאס איז נישט מיין ציהל ח"ו איך האף אז מען וועט מיר פארשטיין און נישט אויסטיישען נישט ריכטיג איך מיין נאר צוזאגען אז די שוטרים וואס שטיין דארטן זענען גערופן געווארן דורך איינער משבתוכינו (יעדער מאל א צווייטען) אויב האט איר טענות גייט ביטע צו צום בעה"ב\מארגן פון די הכנסת אורחים און שרייט אויף אים {געדענקט צו מברר זיין פארדעם וועלכע הכנסת אורחים האט זיי גערופען...} בתקוה להבנה נכונה
סיז מסודר האט געשריבן:די נושא פון ציונות איז זייער א וויכטיגע נושא און מדארף ארויסברענגען די גנאי פון זיי א.א.וו. אייוועלט איז אויסגעשטעלט אז יעדע נושא האט א באזונדערע אשכול. סאיז דא אשכולות וואס רעדן פון ציונות, סאיז דא וואס רעדן פון וואקסינען, און סאיז דא וואס רעדן פון סמארטפאונס און אינטערנעט. אלע פון די נושאים זענען גאר וויכטיגע נושאים וואס איך פערזענליך גלייך זייער די אשכולות פון די דריי נושאים. די זאך איז אבער אז ווען איך קום צו די אשכול פון "אינטערסאנטע קליפס" איז עס ווייל יעצט בין איך אין די גיסטע פון א אינטערסאנטע קליפ, און ווען איך קום צו די אשכול פון "קול מבשר עפפ" איז עס ווייל איך וויל ליינען איבער זייער עפפ, און נישט ווייל איך וויל יעצט פארשטיין די חורבן פון אינעטנעט.און ווען איך גיי קרישקעלעך אין קרית יואל וויל איך וויסן וואס טוט זיך אין קרית יואל, און נישט וואס איר האלט איבער וואקסינען. פארדעם זעהט מען אסאך מאל ניקים רעדן זיך אפ ווען מפארדרייט די נושא, נישט ווייל זיי זענען ציונים אדער ווייל זיי האלטן אז אינטערנעט איז נישט קיין חורבן. נאר פשוט ווייל יעצט וויל איך זעהן א גוטע קליפ, און נאכדעם פלאן איך גראדע צו ליינען א אשכול ווי מרעדט ארום איבער די רציחות און ברוטאליטען פון די ציונים.
זאגט! איר פארשטייט נישט קיין אידיש ? עס איז בכלל נישט רעלעווענט דא די נושא דא רעדט מען פון קליפס! פארשטאנען ?
איך אנטשולדיגט זיך פארן זיין דער גורם פון דאס געשפרעך, זייענדיג דאס ערשטע וואס האט קאמענטירט אויף אן אומשולדיגע פראגע פון א ניק וואס האט בלויז געוואלט וויסן וואס איז פארגעגאנגען, אבער איר זענט גערעכט, דא איז נישט דער מקום דאס צו דיבאטירן, אבער איין זאך, נישט ווערט ס'שרייט די העכסטע ער איז גערעכט, ווי זאגט יענער 'שריי נישט אזוי הויך, מ'קען נאך מיינען דו ביזט גערעכט'...