א נקמה אין מיין מלמד

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

א נקמה אין מיין מלמד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

טייערע פריינד, שטייענדיג אין די טעג פון פאר פורים האב איך זיך דערמאנט א מעשה וואס כ'האב געהערט פונעם רב אליין, (א אמת'ע מעשה, נאר די נעמען און פרטים מזהים איז פארטוישט), האב איך דא ארויפגעשטעלט דער עולם זאל הנאה האבן.
האט פארציילט א באקאנטער אנגענומענער רב שליט"א, אז ער איז אמאל געווען נאך געלט ביי א געוויסן עושר אין בני ברק, און דער עושר האט איהם זייער ווארים אנטפאנגען, אזוי שמועס'נדיג פרעגט איהם דער עושר אויס אביסל אויף וואס ער גייט, נאכ'ן אויספרעגן ציעט דער עושר ארויס זיין בערזל, און ציילט אפ א סכום הגון ביותר, דער רב שטייט געפלעפלט אזא סומע האט ער זיך נישט גערישט צו באקומען אפי' נאכ'ן וויינען מיט קארקידאל טרערן ביים עושר ווי א גזלן, און דא באקומט ער דאס אויף א גאלדענעם טאץ, פערגט דער רב דעם עושר, איך מעג פרעגן וואס די נדיבות הלב דיינער איז? זאגט איהם דער עושר, אוודאי מעגסטו פרעגן, און איך וועל דיר זאגן
אין מיין יוגנד האב איך געהאט א מלמד א רשע מרושע א בלוט דארשטיגער, וואס פלעגט רייסן שטיקער פון אונז קינדער, איינמאל האט ער מיר אנגעהאקט די זייטן, און דערביי געשריגן ווי א וואנזיניגער, דו שלעכטער וואס דו ביסט, זיי וויסן אז ווען דו וועסט זיין גרויס וועט כלל ישראל ליידן פון דיר, דו וועסט זיין קארג ווי די נאכט (נ.ב. כ'האב נישט געוויסט אז די נאכט איז קארג), און אז עניים ואביונים וועלן קלאפן ביי דיין טיר, וועסטו זיך ענדזשויען צו שטיין ביי די פענסטער און זעהן ווי די חברה קלאפן דארט בכליון עיניים און גייען אויס, די בלוט זויפער וואס דו גייסט זיין , א פייאסטער וועט מען פון דיר נישט קענען ארויסשלעפן.
וואס זאל איך אייך זאגן געהערטער רב, פירט אויס דער עושר, די ווערטער שטעכן מיר נאך ביז היינט, און ווען ס'קומט צו מיר א נצרך, געב איך א ציה ארויס דעם בערזל און איך געב אהין וויפיל איך קען נאר, און איך זאג דא האסטו רבי א נקמה אין דיר פלאצן זאלסטו!!!!

[size=85]האט דער רב איהם געזאגט, איך מיין אז למעשה האט דיין רבי א גרויסע עליה אויבן אין הימעל, אז צוליב איהם פארטיילסטו אזוי פיל געלט.[/size]
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרוזים »

איך דארף די אדרעס אויף פורים
:lol: :lol: :lol:
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org
בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 12, 2014 10:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעמבא »

אטש! דאס מיינט אז די סייד עפעקטס פון די פעטש איז נאך יעצט אין פילן שוואנג!
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

גוטע מעשה.

כ'האב א חבר וואס דער מלמד פלעגט אים אלעמאל זאגן "דו וועסט אויסוואקסן א טראק דרייווער!" אוי האט ער היינט א נקמה אינעם מלמד. ער דרייווט א טרעקטאר טרעילאר...
חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרוזים »

מיין מלמד האט מיר געזאגט
דו וועסט שוין קיין ת"ח נישט אויסוואקסן,
איך פלאג מיך נאך יעצט איהם אפצופרעגן, אבער ליידער דערווייל איז ער נאך גערעכט :twisted:
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org
קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 12, 2011 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קמח »

הרב הילולא, א שיינע מעשה, און נאך מער א ציפעדיגע מעשה, (א איד א נגיד איך שטעל מיך פאר כאטש א בן ארבעים לבינה, און ס'טוהט איהם נאך אזוי שטארק וויי),

נאר איך זעה אז דער עיקר האסטו געמאכט קליין
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

אריין אין פארברענגען
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8850
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

מיז זיין א אמת'ע מעשה, אויב וואלט עס געווען אויפגעמאכט וואלט דער אויספיר געווען "דער משולח איז געווען דער מלמד אליינס..."
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
יש דברים בגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 15, 2012 8:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש דברים בגו »

ס'איז באקאנט די מעשה מיט די משגיח אין ישיבה וואס האט געשריגן אויף א בחור "די ע'סט קיינמאל נישט קענען חתונה האבן"!
אוי האט ער געהאט א נקמה אינ'ם משגיח, ער האט חתונה געהאט "פיר מאל"!
פארשוין
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשוין »

איז די רב נישט געווען פערצופאל זיין אלטע רבי ?? :wink:
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

ווען איך מאך די מעשה, וואלט אפשר אזוי געווען
אבער למעשה, דער רב איז יונגער פונעם נגיד מיט כאטש 10 יאר לכה"פ
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

יש דברים בגו האט געשריבן:ס'איז באקאנט די מעשה מיט די משגיח אין ישיבה וואס האט געשריגן אויף א בחור "די ע'סט קיינמאל נישט קענען חתונה האבן"!
אוי האט ער געהאט א נקמה אינ'ם משגיח, ער האט חתונה געהאט "פיר מאל"!


מביא גאולה לעולם בשם יארמא רב
(אגב די מעשה איז א מעשה שהי', כמה וכמה פעמים) :lol:
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

קמח האט געשריבן:הרב הילולא, א שיינע מעשה, און נאך מער א ציפעדיגע מעשה, (א איד א נגיד איך שטעל מיך פאר כאטש א בן ארבעים לבינה, און ס'טוהט איהם נאך אזוי שטארק וויי),

נאר איך זעה אז דער עיקר האסטו געמאכט קליין


נישט וויכטיג לתועלת המעשה
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”