זיבען רייע טליתים און שטיין ביי שקלים

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

זיבען רייע טליתים און שטיין ביי שקלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

א גוטע וואך אלע חשובע שרייבער און לעזער.

קוקענדיג צוריק מיט עטליכע צענדליג יאר צוריק, טראכט איך פילע מאל וויפיל זאכען האבען זיך געטוישט, און עטליכע דערפונען אנע פשט און מען מיינט אז דאס איז די ריכטיגע צוגאנג, און דאס נישט זיך אזוי פירען קאן צו פילע זיך קלערן אז מען האט אפגעטראטען פונעם אלטען וועג.

העמיר אנהויבען מיט היינטיגן שבת שקלים. מען ליינט די פרשה פון די וואך, און צו מפטיר מען עפענט אויף נאך א ספר און דער עולה לתורה מאכט א פלאמיגע ברכה אן עלטערער איד זיצט אויף זיין ארט און ער זעהט אוואו יעדער שטעלט זיך אויף, נו, אז יעדער טוט דאס וועט ער נישט זיין אנדערש. נאכען ליינען זאגט ער מיר אז ביז לעצטענס פלעגט מען נאר שטיין ביי שבת זכור ליינען, צוליב וואס עס איז א דאורייתא. א אינגער ראצער זאגט אים, נו וואס איז שלעכט, מען איז מחמיר. און דער עלטערער איד פרעגט אים, וואספארא חומרא האקסטו אין קאפ אריין? עמממ איך ווייס נישט, אבער מן הסתם איז עס א מנהג טוב...

ווען מיין יארגאנג האט אנגעהויבן צו הייראטן איז א וואכענדע טלית געווין מיט דריי רייעס אדער גארנישט. די שבת טלית איז געווען מיט זעקס רייעס ( ביינונז אין סאטמאר רעד איך) פלוצים און א חתן קומט מיט א זיבען רייע עטרה. וואס איז דאס? איך ווייס ניט.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
כרם
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרם »

איך ווייס נישט ווי די דאוונסט ביינונז זיצט יעדער ביי שקלים אינקלאדיג אונזער רבי זז"ג
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

וופיל פון אונזערע עלטער זיידעס בעפאר די מלחמה האבן געהאט א זעקס רייע עטרה?
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

ס'דא וואס שטעלן זיך אויף ביי קבלת התורה פרשת יתרו, האב איך געהערט איינעם פארפירן אז ס'איז נאך ערגער, ס'ווייזט כאילו די איבריגע תורה איז נישט די זעלבע חשוב, אדער ס'איז נאר א דרבנן..
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

leiby האט געשריבן:ס'דא וואס שטעלן זיך אויף ביי קבלת התורה פרשת יתרו, האב איך געהערט איינעם פארפירן אז ס'איז נאך ערגער, ס'ווייזט כאילו די איבריגע תורה איז נישט די זעלבע חשוב, אדער ס'איז נאר א דרבנן..

ס'נישט פארפירט. כמה פוסקים האלטן אז ''מ'טאר'' זיך נישט אויפשטעלן פאר די עשרת הדברות, וועגן דעם זענען דא וואס שטעלן זיך שוין אויף פון פריער, אז ס'זאל נישט זיין ניכר אז מ'שטעלט זיך אויף פאר די עש''ה.
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

פארפירט האב איך געמיינט מיט א מקור, נישט אלץ נערוועזיקייט.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק דע באנקיר »

ביי די שירה שטעלט מען אויכעט זיך אויף
וכן בפ' ואתחנן בקריאת עשרת הדברות
אוועטאר
טיפיקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפיקעל »

איך האב שוין אויפגעגעבן אויף דעם די לעצטע פאר יאר, עס איז געווארן אן אכשר דרא, מען שטעלט זיך אויף ווי אימער, אלע ד׳ פרשיות, וואס איך געדענק קלאר אז אמאל איז נישט אזוי געווען, נאר עס פאסט דאך נישט צו זיצען אז דער שכן שטייט און אזוי ווערט אז דער גאנצע שול מאכט עס נאך (עיין ערך טאנצן לאחר כינוס כלל ישראל תוך ימי הספירה)

זעקס צי זיבען רייעס אויף די עטרה געדענק איך אז עס פלעגט זיין ביידע, אבער עס איז דא אסאך זאכן וואס ווערט מיט די צייט איינגעפירט אלץ א מנהג, אין לכאורה איז דא אסאך מנהגים וואס מיר פירן זיך וואס זענען אויפן זעלבן וועג צושטאנד געקומען
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

און וואט אבאוט אויפשטיין ביי קדיש, וואס ס'ווערט קלאר גע'פסק'נט אין ש''ע אז אויב מען שטייט טאר מען זיך נישט אראפזעצן, אבער אויב מען זיצט 'דארף מען זיך נישט אויפשטעלן'.
אוועטאר
טיפיקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפיקעל »

דאכט זיך מיר אז די פסק איז אלץ פשרה, וויבאלד עס איז דא פוסקים וואס זאגן אז מען זאל יא שטיין און אנדערע זאגן אז מען דארף נישט שטיין, וועגן דעם ווערט געברענגט די אויבן דערמאנטע פסק, אבער עס איז א הידור לכאורה מחמיר צו זיין ווי די פוסקים וואס האלטן אז מען זאל זיך יא אויפשטעלן
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

טיפיקעל האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז די פסק איז אלץ פשרה, וויבאלד עס איז דא פוסקים וואס זאגן אז מען זאל יא שטיין און אנדערע זאגן אז מען דארף נישט שטיין, וועגן דעם ווערט געברענגט די אויבן דערמאנטע פסק, אבער עס איז א הידור לכאורה מחמיר צו זיין ווי די פוסקים וואס האלטן אז מען זאל זיך יא אויפשטעלן

די רעדסט נישט אפשר פון ברוך ה' לעולם ביי מעריב??
אוועטאר
אתרוג
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 29, 2009 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אתרוג »

אגב האב איך געזעהן די וואך ס'ערשטע מאל א מאדנע מנהג עטליכע חברה פונעם אויבן אן סארט ביי הויכע שמו"ע ביי יעדע בהו"ש שטעלט מען זיך אויף...
איינער האט א מקור אויף דעם ?
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

גערעכטער האט געשריבן:
טיפיקעל האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז די פסק איז אלץ פשרה, וויבאלד עס איז דא פוסקים וואס זאגן אז מען זאל יא שטיין און אנדערע זאגן אז מען דארף נישט שטיין, וועגן דעם ווערט געברענגט די אויבן דערמאנטע פסק, אבער עס איז א הידור לכאורה מחמיר צו זיין ווי די פוסקים וואס האלטן אז מען זאל זיך יא אויפשטעלן

די רעדסט נישט אפשר פון ברוך ה' לעולם ביי מעריב??

ברוך ה' לעולם ביי מעריב איז א בפירושע משנה ברורה אויב געדענק איך גוט

קדיש איז אויך דער מחמיר נישט מן המתמיהין ווייל ס'האט א שטארקע מקור
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

מי יודע האט געשריבן:

אדרבה ווייז צו, (ביידע)
אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליסקא »

ווארט נאר באלד קומט פרשת זכור......... ברויך מען קלאפן מיט די פוס נאכן ליינען פרשת זכור ?
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

ליסקא האט געשריבן:ווארט נאר באלד קומט פרשת זכור......... ברויך מען קלאפן מיט די פוס נאכן ליינען פרשת זכור ?

זיכער! וכל המרבה הרי זה משוג... כ'מיין משובח..
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ביי הפטרת יתרו ברויך מען צו שטיין?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

גערעכטער האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:
טיפיקעל האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז די פסק איז אלץ פשרה, וויבאלד עס איז דא פוסקים וואס זאגן אז מען זאל יא שטיין און אנדערע זאגן אז מען דארף נישט שטיין, וועגן דעם ווערט געברענגט די אויבן דערמאנטע פסק, אבער עס איז א הידור לכאורה מחמיר צו זיין ווי די פוסקים וואס האלטן אז מען זאל זיך יא אויפשטעלן

די רעדסט נישט אפשר פון ברוך ה' לעולם ביי מעריב??

ברוך ה' לעולם ביי מעריב איז א בפירושע משנה ברורה אויב געדענק איך גוט

קדיש איז אויך דער מחמיר נישט מן המתמיהין ווייל ס'האט א שטארקע מקור

אדרבה ווייז צו, (ביידע)

אנטשולדיגט ס'איז א רמ"א סימן רל"ו ס"ב
דער משנה ברורה ברענגט טאקע א ענין שלא לעמוד אבער למעשה פרעגט ער עס נישט אפ וז"ל:
(י) נהגו לעמוד וכו' - והרבה אחרונים כתבו דיותר טוב שלא לעמוד (ז) כדי להראות שאין רוצה לצאת בזה ידי חובת תפלת י"ח אך כשמתפלל עם הצבור וקורא אח"כ ק"ש וברכותיה אז יוכל לומר ברוך ה' וכו' מעומד ועיין מה שנכתוב לקמיה. כתב מ"א בשם רש"ל שיש לומר הושיענו אלהי ישענו והוא פסוק בדברי הימים ולא יאמר הושיענו ה' אלהי ישענו דא"כ הוא מוסיף על י"ח אזכרות:
למעשה אני נוהג כן כפי שראיתי אצל רבינו הברך משה זצ"ל
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

מיין טאטע זז"ג איז פון ווען איך געדענק געגאנגען וואכען א 4 רייע און שבת א 7 רייע, וכן אני און אלע מיינע ארומיגע נוהגים,
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

מי יודע האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:
טיפיקעל האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז די פסק איז אלץ פשרה, וויבאלד עס איז דא פוסקים וואס זאגן אז מען זאל יא שטיין און אנדערע זאגן אז מען דארף נישט שטיין, וועגן דעם ווערט געברענגט די אויבן דערמאנטע פסק, אבער עס איז א הידור לכאורה מחמיר צו זיין ווי די פוסקים וואס האלטן אז מען זאל זיך יא אויפשטעלן

די רעדסט נישט אפשר פון ברוך ה' לעולם ביי מעריב??

ברוך ה' לעולם ביי מעריב איז א בפירושע משנה ברורה אויב געדענק איך גוט

קדיש איז אויך דער מחמיר נישט מן המתמיהין ווייל ס'האט א שטארקע מקור

אדרבה ווייז צו, (ביידע)

אנטשולדיגט ס'איז א רמ"א סימן רל"ו ס"ב
דער משנה ברורה ברענגט טאקע א ענין שלא לעמוד אבער למעשה פרעגט ער עס נישט אפ וז"ל:
(י) נהגו לעמוד וכו' - והרבה אחרונים כתבו דיותר טוב שלא לעמוד (ז) כדי להראות שאין רוצה לצאת בזה ידי חובת תפלת י"ח אך כשמתפלל עם הצבור וקורא אח"כ ק"ש וברכותיה אז יוכל לומר ברוך ה' וכו' מעומד ועיין מה שנכתוב לקמיה. כתב מ"א בשם רש"ל שיש לומר הושיענו אלהי ישענו והוא פסוק בדברי הימים ולא יאמר הושיענו ה' אלהי ישענו דא"כ הוא מוסיף על י"ח אזכרות:
למעשה אני נוהג כן כפי שראיתי אצל רבינו הברך משה זצ"ל

אנטשולדיגט? פארוואס? קיינער זאגט נישט אנדערשט. שכועך.
קדיש מקור?
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

צו געזונט, שטיין ביי זכור וויבאלד עס איז א דאורייתא פארשטייט איר זעה איך, וויסן זאלט איר אז עס איז דא א שיטת הראשונים אז אלע ד' פרשיות זענען דאורייתא...

אבער זינט עס איז נישט קיין עבירה צו שטיין ביי מפטיר, און א 4/7 רייאיגע עטרה איז אויך נישט, פארשטיי איך נישט אויף וואס איר רעגט זיך.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

פילייכט קאנט איר נישט ליינען צווישען די שורות, ווייל איך רעג מיך בכלל נישט. ס'מיר נאר אינטערסאנט צו זעהן ווי זאכען טוישען זיך און נאכער עס ווערט א מנהג, און דאן אז ס'יז אייביג אזוי געווען,.און פון דאנעט ביז שוין א חיוב, איז שוין א קליינער שפרינג

די הויפט פינטל וואס איך קוק, איז די אכשר דרא דערהער. אז מענטשן מיינען באמת אז סיז א חומרא אדער ווייס איך וואס.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
געב_מיר_כח
שר האלף
תגובות: 1051
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 07, 2015 10:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געב_מיר_כח »

איך האב שוין מיטגעהאלטן ווי פיינע אידן שרייען אן אינגעלייט היתכן זיי שטייען נישט ביי שקלים

אגב איך שטיי אייביג ביים לייענען
רבש"ע גיב מיר אביסעלע כח (קרעדיט דודי קאליש)
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

לאמיר דא ערווענען מיין קוק ווינקל. איך בין נישט פון אמאליגן דור, אבער איך געדענק אז זאכען וואס זיינען דאן געווען נארמאל, און מיר רעדן דא פון זאכען וואס וואלטן היינט צוטאגס נאך אלס געהייסן נארמאל, זיינען געווארען אפגעפרעגט דורך אינדיווידואלן, צוליב וואס די מענטשן ווילן נעמען קרעדיט אז זיי האבען דאס אויסגעריסן.

מיר רעדן נישט פון דעם אז דאן זיינען געווען וואוילע אידען אן בערד, א שאפקאו איז געווען א נארמאלער הוט, אדער א הוט אום שבת און מען האט געקאנט ש"ס אויפן לשון. מיר רעדן פון זאכען וואס מענטשן מיינען אז דאס וואס אידישקייט באשטייט דערפונען. צב"ש, א קורץ רעקל לאמיר זאגען, וואס פיינע אידען זיינען געגאנגען דערמיט און פלוצים איין טאג איז עס געווארן מאדערן. ס'געווען ווען ר' געצל בערגער האט איינמאל געוואלט איינקויפן פאר אלע בחורים בעקעשעס אז זיי זאלען דאס טראגען אום שבת, און דער רבי האט דירעקט נישט געוואלט, מיטן אויסרייד אז ער וויל אויך וואוילע באלעבאטים, נישט נאר קאטשעלאבניקעס און דלפונים. און היינט טראגט שוין וועם ס'שמעקט ווייסע זאקען. אמאל איז מען חול המועד געגאנגען מיט א בעקעשע און לאנגע הויזן, און היינט גייט מען ווייסע זאקען דערצו. און דא רעד פון דורעכגעווייקטע חסידים וואס האבען געוואוסט דעם צווישנשייד פון איין לבוש מיטן צווייטן.

אויף דעם זעלבן גאטונג איז דאס צולייגן זאכען וואס האט נישט מיט הלכה, ניטאמאל מיט חסידות, און מענטשן זעהן דאס אלס א חומרא, בשעת די הלכה איז גאר אז מען זאל נישט ווייזן אז דא שטייט מען נישט און ביי די פרשה יא.

העמיר איצטערט גיין שאפפינג מיט די פאמיליע און אפשר שפעטער העמיר ליינען און אפענטפערן נאך זאכען.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

גערעכטער,

איך שטעל מיר פאר אז דו האסט שוין דורכגעלערנט גאנץ אורח חיים חלק א' לויט די זיכערקייט וואס דו רעדסט, איז מיר א פלא אז דו געדענקסט נישט א בפירוש'ע רמ"א
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”