באגאבאו קערידש, א מצווה צו קויפן?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

באגאבאו קערידש, א מצווה צו קויפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

פון צייט צו צייט הערט מען מען פון די מיעוט יונגעלייט וואס זאגען מיט פאטאס: "ב"ה אז מיין ווייב איז נאך נישט פון די בא'באגאבאו'טע פרויען" הפנים אז זיי גרויסען זיך מיט די פאקט אז זיי האבן זיך נאך נישט געבראכען צו די לוקסוס פון א באגאבאו קערידש און זייער ווייב שטימט נאך די אלט מאדע'שע קערידש..

איין מינוט.. איז דאס בכלל א מעלה מיט וואס זיך צו גרויסען?

לאמיר צונעמען די זאך מיט קליין קליין געלט און לאמיר זען מיט וויפיל מצווה עשה דאוריתא די יונגעלייט שפילען זיך ארום טאג טעגליך..

צו ערשט לאמיר גיין זען וואס די חז"ל זאגען ווי אזוי מען דארף מכבד זיין א פרוי, די חז"ל זאגען אין יבמות דף סב ע"ב: "תנו רבנן: האוהב את אשתו כגופו, והמכבדה יותר מגופו, ... עליו הכתוב אומר "וידעת כי שלום אהלך.."
און אין חולין דף פד ע"ב לערענט אונז די גמרא: "דרש רב עוירא..מאי דכתיב: "טוב איש חונן ומלוה יכלכל דבריו במשפט"? לעולם לא יאכל אדם וישתה פחות ממה שיש לו וילבש ויתכסה במה שיש לו, ויכבד את אשתו ובניו יותר ממה שיש לו, שהן תלויין בו והוא תלוי במי שאמר והיה עולם". רש"י הקודש אויפן פלאטץ איז מסביר די גמרא און זאגט: "פחות ממה שיש לו - פחות מכבדי היכולת, וילבש ויתכסה ע"פ היכולת שלא יתבייש, ויכבד את אשתו יותר מהיכולת"

בקיצור האבן מיר א גמרא וואס זאגט בפירוש אז:

1} אז מען מוז מכבד זיין די ווייב מער פון זיך אליינס.
2} אז ווען עס קימט מכבד צו זיין די ווייב מוז מען אויסגעבן מער געלט ממה שיש לו, ווי רש"י זאגט: יותר מהיכולת

יעדער אינגערמאן וויל פאר זיך דאס בעסטע, כמעט יעדער וויל א קאר, און גאר אסאך קויפן עס אפילו מען קען וואקען צופיס, רוב יונגעלייט זענענן נישט צופרידען פון סתם א קאר נאר זיי זענענן גאר מהדר אויף לעדערענע זיצען, און אז מען האט שוין א קאר מוז מען האבן א רעמאוט צו סטארטען די קאר אין די היצען און אין די קעלט אס עס זאל ח"ו נישט זיין איין מינוט נישט איינגענעם און ווי נאר מען גייט אריין אין די קאר זאל די גראד זיין צו די העכסטע באקוועמליכקייט.. ועוד ועוד ספענט יעדער יונגערמאן פאר זיך ווי ער זעט אז פאר אים איז עס באקוועם און אפילו עס איז נישט אזוי וויכטיג..

היימישע פרויען קענענן נישט דרייווען דערפאר דארפן זיי וואקען אין די גאסען, און וויבאלד זיי קענענן נישט שלעפן די פיצליך אין די הענט דערפאר דארפן זיי א קערידש, די בעסטע קערידש וואס שטיפט זיך גרינגסטע איז א באגאבאו, קיין שום קערידיש קימט נישט נאנט דערצו.. א באגאבא שפירט מען ממש נישט אז מען שטיפט א קערידיש..

א באגאבאו קאסט נאר א איינמאליגע אפצאל מיט בערך $400 דאלער מער ווי א נישט באגאבאו..

לפי זה איז די חשבון פשוט, לא מיבעיא א אפסטעיט יונגערמאן וואס וואינט דארט ווי עס איז דא בערג און עס איז ווערע צו שטיפען א קערידש האט זיכער א חיוב מן התורה צו קויפן פאר זיין ווייב אזא טייערע קערידש, ער איז מקיים די מצווה פון: 1} ואהבת לרעיך כמוך, 2} עזוב תעזוב עימו, און ער איז מקיים די חז"ל אז המכבדה יותר מכגופו. און אפילו אויב איינער איז געדריקט מיט געלט האבן מיר שוין א חז"ל וואס די זאגט אז פאר די ווייב זאל מען ספענדען יותר מהיכולת, און פון מקיים זיין א חז"ל דערלייגט מען נישט..

און אפילו א אינגערמאן וואס וואינט אין די סיטי ווי עס אי זנישט דא קיין בערג אגער זיין ווייב גייט אסאך ארויס אין די גאסן איז פאר אים אויך הידור רב אויב ער קויפט די קערידש, וויבאלד די קערידש שטיפט זיך גרינגער און מען איז מקיים כל המצוות כנ"ל..

לולי דמסתפינא יש לומר אז צו קויפן א טייערע באקוומע קערידש פאר די ווייב איז א גערסערע מצווה ווי מהדר זיין אויף א אתרוג..

כ"ז כתבתי ובררתי בחמלת השם עלי פה אייוועלט
הק' מחותן

נ"ב, וויבאלד איז בין אזוי קאנפידענטץ.. דערפאר בין איך מסופק צו די אשקול באלאנגט אין "ידיעות התורה" פארום אדער אין "היימישע קרעטשמע".
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2425
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

גראדע זאגט מיר איינער אז די אמאליגע גרויסע סילווער קראס קערידזש ביעט אלע קערידזשעס און איז אפילו באקוועמער פאר דאס פיצל, גיי ווייס
אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיווי סטראבערי »

מחותן נאדיר ;l;p-
באשריבן א נושא מיט בליק פון אנאנדערע שטאנדפונקט. נהניתי.
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5994
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

מחותן;
די וואס דרייווען לעדערנע זיצען די האבן געווענליך באגאבאוס.

אייער קיכל;
די סילווער קראס זינען געווען בעטלעך מיט געהעריגע מאטראצען.
עס האט געהאט א געהעריגע סוספענשען סיסטעם ווי א גרויסע וויהיקל (נאר אין קליין). אזוינג גרויסע ריזן רעדער. יאפ דאס זענען געווען פיין.
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1603
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

גערעכט! ווען זי דארף א זאך זיך גרינגער צו מאכן איז א חיוב צו קויפן אפילו מען האט נישט, און זיכער פאר די וואס דארפען פאר זיך אויך לעדערנע סיט'ס וכדומה

די פראבלעם איז אבער אז באגאבו קען אמאל מיינען נישט נאר דאס, עס סימבאליזירט די טייפ פון דארפען אלעס 'אפ טו די מינוט'

און מען דארף וויסען צו 'אלעס' וואס די ווייב וויל דארף די מאן געבן און אינזינען האבן אלע מצות הנ"ל
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

מחותן פיין געזאגט! ווי אלעמאל,
פארשטייט זיך אז באגעבא איז נאר די משל , די זעלבע זאך איז מיט אלעס וואס עס פעלט זיך אויס מקיים צו זיין מכבדה יותר מגופו,
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:מחותן פיין געזאגט! ווי אלעמאל,
פארשטייט זיך אז באגעבא איז נאר די משל , די זעלבע זאך איז מיט אלעס וואס עס פעלט זיך אויס מקיים צו זיין מכבדה יותר מגופו,

לדוגמא אריינלייגן לעדערנע זיצן אויף די פאסאנדזשיר זייט פארנט אינעם אויטא...
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

אייער_קיכל האט געשריבן:גראדע זאגט מיר איינער אז די אמאליגע גרויסע סילווער קראס קערידזש ביעט אלע קערידזשעס און איז אפילו באקוועמער פאר דאס פיצל, גיי ווייס


גוט, אבער די נושא דא איז וואס עס איז באקוועמער פאר די ווייב..

קאכעדיגע האט געשריבן:די פראבלעם איז אבער אז באגאבו קען אמאל מיינען נישט נאר דאס, עס סימבאליזירט די טייפ פון דארפען אלעס 'אפ טו די מינוט'


טאקע אט דאס איז מעשה ייצר, דער ייצר הרע וויל אפקילען פון ארויס העלפן די ווייב און אפהאלטען פון מקיים זיין מצוות עשה מדאוריתה...
דערפאר רעדט ער איין פאר די אינגעלייט אז וויבאלד עס איז אויך א לוקסוס דערפאר זאל מען נישט קויפן, און דערמיט האט ער אריינגעכאפט דעם יונגערמאן אין זיין זאק..

דאס איז טאקע די נקודה הפנימיות פינעם אשכול, אז איה"נ עס זעט אויס ווי לוקסעס אבער דאס איז נאר א אויגן פארבלעדעניש, אבער בפועל איז א באקוועמע זאך, און יעדער וואס האט ליעב זיין ווייב און וויל מקיים זיין א חז"ל דארף עס קויפן.
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2425
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

איך בין נישט זיכער אז "ומכבדה יותר מגופה" מיינט אז מ'איז מחיוב איר צו לאזן נאכטאנצן די נייע סטיילס יעדע שני וחמישי

פערצופאל איז דער באגאבא באקוועמער ארומצופירן, אבער נישט וועגן דעם איז עס פאפולער, ס'איז די סטייל...

"וילבש ויתכסה ע"פ היכולת שלא יתבייש" מיינט לכאורה נישט אזוי מ'איז מחיוב איר אויסצושטאפירן יעדע וואך פון דאסניי ווייל די סטייל האט זיך געביטן אזוי לאנג ווי איר קליידונג זענען נאך אין א גוטע צושטאנד

לענינינו, ווען א אינגערמאן בארימט זיך אז זיין ווייב איז נאכנישט קיין באגאבא'טע מיינט ער צוזאגן אז ער איז נישט משועבד צו די לעיטעסט סטייל, כ'גלייב אז אויב זיין ווייב האט אישוס מיטן פירן דעם קערידזש וועט ער איר גערן קויפן א בעסערע, ס'מוז נישט הייסן בא גא בא
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

@ אייער קיכעל, איך האב געשריבען איין תגובה בעפאר..

מחותן האט געשריבן:טאקע אט דאס איז מעשה ייצר, דער ייצר הרע וויל אפקילען פון ארויס העלפן די ווייב און אפהאלטען פון מקיים זיין מצוות עשה מדאוריתה...
דערפאר רעדט ער איין פאר די אינגעלייט אז וויבאלד עס איז אויך א לוקסוס דערפאר זאל מען נישט קויפן, און דערמיט האט ער אריינגעכאפט דעם יונגערמאן אין זיין זאק..

דאס איז טאקע די נקודה הפנימיות פינעם אשכול, אז איה"נ עס זעט אויס ווי לוקסעס אבער דאס איז נאר א אויגן פארבלעדעניש, אבער בפועל איז עס זייער א באקוועמע זאך, קיין שום קערידש איז נישט אזוי באקוועם ווי דאס, און יעדער וואס האט ליעב זיין ווייב און וויל מקיים זיין א חז"ל דארף עס קויפן.
שכל טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 2:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכל טוב »

מחותן , איר דארפט זיך נישט פארענפערן , איר קענט קויפען וואס איר ווילט ,
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2425
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

מחותן האט געשריבן:@ אייער קיכעל, איך האב געשריבען איין תגובה בעפאר..

מחותן האט געשריבן:טאקע אט דאס איז מעשה ייצר, דער ייצר הרע וויל אפקילען פון ארויס העלפן די ווייב און אפהאלטען פון מקיים זיין מצוות עשה מדאוריתה...
דערפאר רעדט ער איין פאר די אינגעלייט אז וויבאלד עס איז אויך א לוקסוס דערפאר זאל מען נישט קויפן, און דערמיט האט ער אריינגעכאפט דעם יונגערמאן אין זיין זאק..

דאס איז טאקע די נקודה הפנימיות פינעם אשכול, אז איה"נ עס זעט אויס ווי לוקסעס אבער דאס איז נאר א אויגן פארבלעדעניש, אבער בפועל איז עס זייער א באקוועמע זאך, קיין שום קערידש איז נישט אזוי באקוועם ווי דאס, און יעדער וואס האט ליעב זיין ווייב און וויל מקיים זיין א חז"ל דארף עס קויפן.


געזען, און אויף דעם געשריבן
כ'גלייב אז אויב זיין ווייב האט אישוס מיטן פירן דעם קערידזש וועט ער איר גערן קויפן א בעסערע, ס'מוז נישט הייסן בא גא בא

ס'דא אנדערע קערידזשעס וואס לאזן זיך פירן זייער גרינג, ס'דא איינס וואס איז פאפולער מ'קויפט עס אנליין פאר 2/3 מאות, כ'געדענק נישט די נאמען

עכ"פ ווען א פרוי וויל דוקא א באגיבא מיינט זי ע"פ רוב צו פיטן די סטייל, כ'בין נישט זיכער אז דער מאן מוז נאכטאנצן
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

דעתי כדעת אייער קיכל, (דיסקלעימער: מיין ווייב האט א בוגאבו, 90% פארן סטייל)
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

מחותן יישר כח פאר אייער גערעכטע נקודות, דא האט איר מיינע הערות

1) אוודאי מיינט מען נישט דעם באגאבאא גופא, וואס איז נאך פון די וויכטיגערע לוקסוס ארטיקלען ווי איר האט אזוי גוט ארויסגעברענגט, נאר דאס איז געווארן א סימבאלישע זאך וואס ווייזט אויף אונזער אוט אף קאנטראל ספענדינג, מער פונקטליכער וואלט איך עס אנגערופן די "באגאבאא מענטעליטי" אין אנדערע ווערטער אפ טו דעיט, נאר היות די באגאבאא איז א זאך וואס שטארט שטארק ארויס, און איז געמאכט פאר מענטשען וואס ווילן געבן א רייכע אימפרעשאן, אזוי ווי די מענטשען וואס דרייוון די רייכע קארס , איז ער געקרוינט געווארן אלץ טיטל פאר א יעדע שמועס ווי מ'דעבאטירט די לייף סטייל

2) איר מאכט עס כאילו רוב אמעריקע האט באגאבבא'ס.... לדעתי איז געמאכט פאר די העכערע קלאס פון די באפעלקערונג, און הגם איך בין מודה אויף די געוואלדיגע באקוועמליכקייט דערפון, איז עס שווער צו באצייכענען אלץ א מאסט,

3) איר זענט הייליג גערעכט מיט דעם ענין פון כבוד, און א אינגערמאן זאל זעהן אז זיין ווייב זאל זיין מכובד און האבן אלעס וואס זי פילט זי דארף האבן אריינצופיטן אין איר געזעלשאפט,פונקט אזוי ווי ער שטאפירט זיך אויס מיט אלע פיטשעווקעס אריינצופיטן אין זיין קרייז פון נאענטע חבירים, סמארפאון, נייע קאר, אא"וו,
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

שכל טוב האט געשריבן:מחותן , איר דארפט זיך נישט פארענפערן , איר קענט קויפען וואס איר ווילט ,


@ שכל טוב, איר האט עס געשריבען מיט אייער ראנג ניק...
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

אייער_קיכל האט געשריבן:איך בין נישט זיכער אז "ומכבדה יותר מגופה" מיינט אז מ'איז מחיוב איר צו לאזן נאכטאנצן די נייע סטיילס יעדע שני וחמישי

פערצופאל איז דער באגאבא באקוועמער ארומצופירן, אבער נישט וועגן דעם איז עס פאפולער, ס'איז די סטייל...

"וילבש ויתכסה ע"פ היכולת שלא יתבייש" מיינט לכאורה נישט אזוי מ'איז מחיוב איר אויסצושטאפירן יעדע וואך פון דאסניי ווייל די סטייל האט זיך געביטן אזוי לאנג ווי איר קליידונג זענען נאך אין א גוטע צושטאנד


איבער ליינענדיג דיין תגובה איז מיר איז מיר אריין במחשבה אז לפי הגמרא אויב די ווייב שעמט זיך צו גיין מיט אלטע סטיילס אין מען מחיוב צו קויפן נייע בגדים, זע די גמרא און פרש"י:

"דרש רב עוירא..מאי דכתיב:"טוב איש חונן ומלוה יכלכל דבריו במשפט"? לעולם לא יאכל אדם וישתה פחות ממה שיש לו וילבש ויתכסה במה שיש לו ויכבד את אשתו ובניו יותר ממה שיש לו ,שהן תלויין בו והוא תלוי במי שאמר והיה עולם".

רש"י מפרש את "פחות ממה שיש לו" – "פחות ממה שיש לו-פחות מכבדי היכולת ,וילבש ויתכסה ע"פ היכולת שלא יתבייש ויכבד את אשתו יותר מהיכולת"..


לכאורה לפי זה, אויב די ווייב שעמט זיך צו גיין מיט אלטע סטיילס דארף ער צילוב דעם אליינס טוישן {לאוו דווקא בא גא בא}
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

א יונגערמאן שיקט מיר באישי אז מיין אשכול האט אים מורא'דיג איבער גענימען און עס האט אים אנגעכאפט א התלהבות צו קויפן א באגאבאו קערידש פאר זיין ווייב, ער האט נאר איין פראבלעם: זיין ווייב דארף נישט קיין קערידש יעצט...

# פראבלעם
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2425
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

די שאלה איז וואס די גדר פון "שלא יתבייש" איז. וויאזוי מעסט מען דאס? אין וועמענס אויגן? ביי די וואס זענען סטייליש און אפ-טו-דעיט אדער ביי קלוגע באזעסענע מענטשן?

בפשטות וואלט איך געלערנט פשט אז ער ברויך זען איר קליידונג זאל זיין אין א פארהאלטנמעסיג גוטע צושטאנד, נישט אבוויאס אלט און צוריסן, דו ווילסט אויפטוהן אז מ'ברויך איר אויסשטאפירן צום סטייל, דאס קוקט אויס צו מיר ווי א שטיקל חידוש, דאס דארף מער בעקינג
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

סמארט גאי האט געשריבן:2) איר מאכט עס כאילו רוב אמעריקע האט באגאבבא'ס.... לדעתי איז געמאכט פאר די העכערע קלאס פון די באפעלקערונג, און הגם איך בין מודה אויף די געוואלדיגע באקוועמליכקייט דערפון, איז עס שווער צו באצייכענען אלץ א מאסט,


טרעף מיר נאך א קאמיונעטי אדער פאלק וואס די ווייבער וואקען א יעדע וואך מיילען לאנג, זיי שטיפען כסדר קערידש'ס, זיי טארען נישט דרייווען, און מען רעספעטירט דארט די פרויען...

ווען די וועסט טרעפן אזוינס דעמלאטס וועסטע קענענן אפמעסטן זו לעומת זו..
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

מחותן, גוטע פינטעלעך.
איין קשיא נאר, אויב די מאן גרויסט זיך אז זיין ווייב איז נישט נייגעריג פאר א באגאבא, דאן וואס איז די מצוה איר דאס צו קויפן?
א שטעך אין די זייט, לעיטלי זענען דיינע תגובות היבש ראדיקאל ליבעראל.
נ.ב. מיין ווייב נוצט יא א באגאבא
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

אויב מיין ווייב וויל פארן יעדע 4 וואכן אויף פלארידע דארף איך עס טון אלץ מכבדה יותר מגופה?!

דאס אז 98% פרויען האבן באגעבוס איז צוליב וואס דאס איז דער סטייל און קיינער וויל נישט זיין יאנטשי, עס האט נישט צופיל צוטון מיט באקוועמליכקייט, איך האב פאר דיר נייעס, פרויענישע שיך איז זייער נישט באקוועם, אויב וועסטו איר קויפן באקוועמע שיך וועט זי עס נישט אנטון ווייל עס איז נישט סטייליש, האבן א באגעבו איז א תאווה פונקט ווי אלע תאוות, מאך מיר נישט קיין נייע מצוות.

לויט דיר וואלטן אלע רבנים געדארפט אנהייבן זייער שובבי"ם שיעורים מיט די מצוה פון קויפן א באגעבו....

עניוועי, אויב די פרוי וויל קויפן א באגעבו מעג מען איר פרובירן אפצורעדן דערפון, אויב גייט עס נישט דארף מען זיך נישט צוקריגן דערפאר.
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1603
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

קאכעדיגע האט געשריבן:די פראבלעם איז אבער אז באגאבו קען אמאל מיינען נישט נאר דאס, עס סימבאליזירט די טייפ פון דארפען אלעס 'אפ טו די מינוט'

מחותן האט געשריבן:
טאקע אט דאס איז מעשה ייצר, דער ייצר הרע וויל אפקילען פון ארויס העלפן די ווייב און אפהאלטען פון מקיים זיין מצוות עשה מדאוריתה...
דערפאר רעדט ער איין פאר די אינגעלייט אז וויבאלד עס איז אויך א לוקסוס דערפאר זאל מען נישט קויפן, און דערמיט האט ער אריינגעכאפט דעם יונגערמאן אין זיין זאק..


דאס איז טאקע די נקודה הפנימיות פינעם אשכול, אז איה"נ עס זעט אויס ווי לוקסעס אבער דאס איז נאר א אויגן פארבלעדעניש, אבער בפועל איז א באקוועמע זאך, און יעדער וואס האט ליעב זיין ווייב און וויל מקיים זיין א חז"ל דארף עס קויפן.


ואפשר לומר בהיפך, די יונגערמאן רעדט זיך איין אז יעדע סטייל און לוקסוס וואס די ווייב וויל מוז ער געבן, ווייל ס'איז זיין חיוב פון מכבדה יותר מגופו, אפילו ער האט נישט,

און פון דעם קומט ארויס די אומגליק פון אונזערע היי לייף סטייל, וואס באגראבט לעבעדיג אונזערע עולם, בארגען און נישט באצאלן, טיי אווענט'ס,

באקוועמקייט איז איין זאך, אבער לוקסוס און סטייל איז גאר עפעס אנדערש
לעצט פארראכטן דורך קאכעדיגע אום דינסטאג יאנואר 27, 2015 4:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

מצב כללי האט געשריבן:אויב מיין ווייב וויל פארן יעדע 4 וואכן אויף פלארידע דארף איך עס טון אלץ מכבדה יותר מגופה?!


קענסט פרעגן די זעלבע שאלה אפילו זי וויל נאר פארען איינמאל א סיזען.. איא?!

אייער_קיכל האט געשריבן:די שאלה איז וואס די גדר פון "שלא יתבייש" איז. וויאזוי מעסט מען דאס? אין וועמענס אויגן? ביי די וואס זענען סטייליש און אפ-טו-דעיט אדער ביי קלוגע באזעסענע מענטשן?
בפשטות וואלט איך געלערנט פשט אז ער ברויך זען איר קליידונג זאל זיין אין א פארהאלטנמעסיג גוטע צושטאנד, נישט אבוויאס אלט און צוריסן, דו ווילסט אויפטוהן אז מ'ברויך איר אויסשטאפירן צום סטייל, דאס קוקט אויס צו מיר ווי א שטיקל חידוש, דאס דארף מער בעקינג


וואס הייסט ווי אזוי? מען מעסט עס אין די פרוי'ס אויגן.. אויב זי שעמט זיך גייט עס אריין אינעם כלל פון "שלא יתבייש"
און אויב ווילסטע זיך שפארען געלט אז זי זאל זיך נישט האלטען און איין שעמען דאן רעדט איר אויס דערפון, נעם איר צו טעראפי, אבער ווי לאנג זי שעמט זיך איז זי בעה"ב
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

זייער שיינע בירור הלכה
הידור מצוה איז נאר ביז א שליש, דארף מען רעכענען וויפיל מער עס איז פון די אנדערע
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מחותן, אלץ א מחותן דארפסטו וויסען אז אין די נייע תקנות וואס "מען" האט מתקן געווען איז אז א מחותן גיבט א קעירידז צום ערשט געבוירענע אייניקעל פון א זוהן, און דער אנדערע מחותן גיבט א קריב. פרעגט זיך די קשיא צו א מחותן איז מחויב אויס צו געבען אזוי פיל געלט אפילו אויב ער האט נישט? (און אפילו אויב ער האט יא).

אגב מען קען מאכען א אשכול פון די אלע נייע תקנות וואס איז חק ולא יעבור.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”