פארוואס געסטו נישט די טשעינדזש? פארדינסטעך נאר!!!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קרוץ מחומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:08 pm

תגובהדורך קרוץ מחומר » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 9:07 am

שלום אויש האט געשריבן:קרוץ'ל טייערע
טאלאנטן אייערע
זענען גאר גוט
הערליכע שניט
בטעם וריח
שאין למתוכח
יעדער שרייט
אייגנארטיגקייט!
אזוי שיין
א שטיק חן
נוץ דיין פעדער
אפטער און מער
ברענג נאך
עס איז לויטער זך


קרוץ'ל אן אמת'ן דאנק


שכוח שלום
אן אוצר בלום
קאמפלימענטס ווארים
כמים קרים
על נפש עייפה
מרישא עד סיפא
שטענדיג אין דיין באזיץ
א ווארט א גוטס
טוט אויף געוואלדיג
מיין געזיכט אזוי שטראלדיג
אין מדות א מושל
דיר קיין אויפטוישל
מיט יעדעם אזוי סוישל
אונזער שלום אוישל!!!!

אוועטאר
קרוץ מחומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:08 pm

תגובהדורך קרוץ מחומר » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 10:43 am

גערעכטער האט געשריבן:קרוץ! האסט מיינע אויגן באלאכטן
מיט גראמען אזוי הערליך געפלאכטן
א מוסר השכל אויפן טאג טעגליכן לעבן
מיר דארפן זיך לאזן, ער וויל דיר געבן
פתח כחודה של מחט עפן פאר מיר
כפתחו של אולם אפתח פאר דיר
קרוץ, אזא טאלאנט אין דיינע בלוט
האסט אונז גיעפנט דעם אפעטיט


גערעכטער גערעכטער
א מומחה אן עכטער
אייביג א חיזוק לחזק
פראפעשענעל נישט גרייזיג
ימינך (גערעכטער) נאדרי בכח
ס'איז א תעניג לריח ניחוח
יעדעס אות דיינע ענדזשוי-איך
נישטא קיין ווערטער ואילו פינו
מיר האבן "גערעכטער" אשרי שזכינו
ווי די פסוק ריפט דיך אן "איש ימיני!!!!!!

אוועטאר
צו געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4032
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 9:40 pm

איך וויל דיר דא זאגען
א טאלאנט דו טוסט פארמאגען
וואס איז ממש אן אויסנאם
דו זאגסט הויך און קלאר
ווערטער וואס זיינען זייער וואר
און ס'האט גאר א גוטען טעם
גאר טיפע דערהערן
אז באנומען מען קען ווערן
נישט פשוט און נישט סתם

פארזעצונג קומט אי"ה
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15889
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג ינואר 26, 2015 9:13 pm

שיין שיין ר' קרוץ מחומר!
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4265
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 1:06 am

די ניגון איז אויף קול מבשר כשרונות 4 4 9
הק' איש ימיני

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

Re: פארוואס געסטו נישט די טשעינדזש? פארדינסטעך נאר!!!

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג מאי 25, 2020 4:19 pm

קרוץ מחומר האט געשריבן:א קלאפ אין טיר
איך עפן איר
ווער שטייט דארט
א אינגעלע א דיימאנט
א פושקעלע אין האנט
צדקה! דאס איינע ווארט

שעפעלע אוודאי!
אין טאש גראדע
קיין מטבעות פארהאן
ווארט ביים טיר
כ'ברענג עס דיר
אט איז עס דַיין

מיט א דאלער אין האנט
אהינגעשפאנט
צום טיר פאמעלעך
דאס פושקעלע פול
עפענען איך וויל
רעשט נעמען וועל-איך

דאס אינגעלע זעט
מיט טרערן בעט
ניין! נאר נישט דאס
די אלע געלט
איך צאמגעשטעלט
צונעמען פארוואס

שעפעלע ניין!
געב איך צו פארשטיין
ס'איז פונקט פארקערט
די דאלער פאר דיר
נאר רעשט פאר מיר
אבער גארנישט דערהערט

הסברים מער
דאס קינד כ'ערקלער
ס'פאר דיין גוטס
וויאזוי אבער קעמען
פון פושקע ארויס נעמען
ס'אידאך אין "מיין" באזיץ

אין זיין הענטעלעך ס'בלַייבט
שטארק אנכאפט
אנטלויפט דערמיט שוין
א שריט א ווילדן
אבער גערעטעט די גולדן
פונעם אומפארשטענדליכן פארשוין

מיט'ן גרינעם פאפיר
איך פרעג זיך ביים טיר
פ"וו ער פארשטייט נישט
געב אהער
קריגסט דאך מער
אנדערשט ס'גייט נישט

א מחשבה'לע דורכאויס
גליטשט זיך מיר ארויס
וואס איז די וואונדער
צו פאסירט נישט גענוי
פונקטליך אזוי
ביים רבש"ע'ס קינדער

פאר'דאגה'ט פארשוויצט
אין ארבעט מ'זיצט
מיט יגיעה אנשטרענגען
מ'אינוועסט מ'יאגט
מיט שווייס פארפלאגט
ברויט אהיימצוברענגען

אן א שיעור
מיר קלאפן דעם טיר
פונעם משביע לכל חי
צדקה! טאטע
שיק אונז למטה
ותן לכל איש די

שעפעלע אוודאי!
מיט מיין גענאדע
וועל איך דיר שענקען
א בקשה דערביי-איז
מיט אפאר מטבעות
טו מיר געדענקען

א שעה א פולע
פאר'ן נורא עלילה
זיך זיין שופך שיח
אין זה כי אם
בית אלוקים
שענק מיר נחת רוח

די פָאר גרייצערליך
געב מיר ערליך
באקומסט כפולה ומכופלת
מידי הפתוחה
מזוני רוויחא
ס'איז אפן דעם דלת

ווי נאריש פארדרייט
דער מענטשעלע נישט גרייט
די מטבעות אים צייגן
דאס גאנצער געשעפט
און שול מ'טרעפט
באנקנאטן מ'טוט דערלייגן

קוים מ'הייבט אן
תפלה צו טון
די מח צום ארבעט טוט פליען
א טעקסט גאר נייטיג
און ארויס פריצייטיג
ביי אשרי ובא לציון

נישט זיין קיין נארנים
האבן די זעלבע פנים
מיט'ן פושקע צו אנטלויפן
שענק אים די מטבעות
מיט א ברען און חיות
און אלע השפעות איינקויפן!!!



נארוואס אריינגעבאמט אין דעם ביים זוכן די ווערטער פונעם פיוט קרוץ מחומר (נאכאלס נישט געטראפן) אבער געטראפן א דיימאנט! א שיין שטיקעל.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: SemrushBo און 5 געסט