פארוואס געסטו נישט די טשעינדזש? פארדינסטעך נאר!!!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קרוץ מחומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:08 pm

פארוואס געסטו נישט די טשעינדזש? פארדינסטעך נאר!!!

תגובהדורך קרוץ מחומר » מיטוואך ינואר 21, 2015 4:21 pm

א קלאפ אין טיר
איך עפן איר
ווער שטייט דארט
א אינגעלע א דיימאנט
א פושקעלע אין האנט
צדקה! דאס איינע ווארט

שעפעלע אוודאי!
אין טאש גראדע
קיין מטבעות פארהאן
ווארט ביים טיר
כ'ברענג עס דיר
אט איז עס דַיין

מיט א דאלער אין האנט
אהינגעשפאנט
צום טיר פאמעלעך
דאס פושקעלע פול
עפענען איך וויל
רעשט נעמען וועל-איך

דאס אינגעלע זעט
מיט טרערן בעט
ניין! נאר נישט דאס
די אלע געלט
איך צאמגעשטעלט
צונעמען פארוואס

שעפעלע ניין!
געב איך צו פארשטיין
ס'איז פונקט פארקערט
די דאלער פאר דיר
נאר רעשט פאר מיר
אבער גארנישט דערהערט

הסברים מער
דאס קינד כ'ערקלער
ס'פאר דיין גוטס
וויאזוי אבער קעמען
פון פושקע ארויס נעמען
ס'אידאך אין "מיין" באזיץ

אין זיין הענטעלעך ס'בלַייבט
שטארק אנכאפט
אנטלויפט דערמיט שוין
א שריט א ווילדן
אבער גערעטעט די גולדן
פונעם אומפארשטענדליכן פארשוין

מיט'ן גרינעם פאפיר
איך פרעג זיך ביים טיר
פ"וו ער פארשטייט נישט
געב אהער
קריגסט דאך מער
אנדערשט ס'גייט נישט

א מחשבה'לע דורכאויס
גליטשט זיך מיר ארויס
וואס איז די וואונדער
צו פאסירט נישט גענוי
פונקטליך אזוי
ביים רבש"ע'ס קינדער

פאר'דאגה'ט פארשוויצט
אין ארבעט מ'זיצט
מיט יגיעה אנשטרענגען
מ'אינוועסט מ'יאגט
מיט שווייס פארפלאגט
ברויט אהיימצוברענגען

אן א שיעור
מיר קלאפן דעם טיר
פונעם משביע לכל חי
צדקה! טאטע
שיק אונז למטה
ותן לכל איש די

שעפעלע אוודאי!
מיט מיין גענאדע
וועל איך דיר שענקען
א בקשה דערביי-איז
מיט אפאר מטבעות
טו מיר געדענקען

א שעה א פולע
פאר'ן נורא עלילה
זיך זיין שופך שיח
אין זה כי אם
בית אלוקים
שענק מיר נחת רוח

די פָאר גרייצערליך
געב מיר ערליך
באקומסט כפולה ומכופלת
מידי הפתוחה
מזוני רוויחא
ס'איז אפן דעם דלת

ווי נאריש פארדרייט
דער מענטשעלע נישט גרייט
די מטבעות אים צייגן
דאס גאנצער געשעפט
און שול מ'טרעפט
באנקנאטן מ'טוט דערלייגן

קוים מ'הייבט אן
תפלה צו טון
די מח צום ארבעט טוט פליען
א טעקסט גאר נייטיג
און ארויס פריצייטיג
ביי אשרי ובא לציון

נישט זיין קיין נארנים
האבן די זעלבע פנים
מיט'ן פושקע צו אנטלויפן
שענק אים די מטבעות
מיט א ברען און חיות
און אלע השפעות איינקויפן!!!

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך ינואר 21, 2015 4:30 pm

אוסנאם אוסנאם!!! איז די געדאנק א אייגענע?? עפעס אויסערגעווענדליך!!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » מיטוואך ינואר 21, 2015 4:32 pm

מאגניפיסענט!!!

הערליך!!!

גאר טרעפליך!!!

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1187
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » מיטוואך ינואר 21, 2015 4:33 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:אוסנאם אוסנאם!!! איז די געדאנק א אייגענע?? עפעס אויסערגעווענדליך!!!


גניאלער געדאנקט!

כהאב געטראכט קודם אז די נמשל גייט זיין איבער געבן מעשר

אוועטאר
קרוץ מחומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:08 pm

תגובהדורך קרוץ מחומר » מיטוואך ינואר 21, 2015 4:34 pm

די מעשה האט פאסירט ביי מיר אינדערהיים די וואך זונטאג. עס האט מיר אזוי באנומען די מחשבות, האב איך געקלערט עס מיטצוטיילן מיט'ן עולם אויף א גראמישן וועג.(פאעזיע?, ווענד זיך וואס די מבינים האלטן)

שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2014 6:19 pm

תגובהדורך שלך לחמך » מיטוואך ינואר 21, 2015 4:36 pm

wow

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך ינואר 21, 2015 4:47 pm

נישט האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אוסנאם אוסנאם!!! איז די געדאנק א אייגענע?? עפעס אויסערגעווענדליך!!!


גניאלער געדאנקט!

כהאב געטראכט קודם אז די נמשל גייט זיין איבער געבן מעשר


אקוראט דאס געוואלט זאגן. איך גיי עס ניצן פאר א מעשר משל

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » מיטוואך ינואר 21, 2015 4:49 pm

קרוץ מחומר האסט גערעדט צו מיין הארץ
זייער שיין
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
ניקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:21 pm

תגובהדורך ניקעל » מיטוואך ינואר 21, 2015 4:52 pm

דאס איז א גוטס כ'שטים פאר פינעף

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2927
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך ינואר 21, 2015 4:55 pm

הערליך!

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » מיטוואך ינואר 21, 2015 5:01 pm

זאלץוואסער האט געשריבן:מאגניפיסענט!!!

הערליך!!!

גאר טרעפליך!!!

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מיטוואך ינואר 21, 2015 5:08 pm

געוואלדיג!!!
אלעס די משל , נמשל, גראמען!!!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » מיטוואך ינואר 21, 2015 5:11 pm

קרוץ,

ס'איז א גוטס,

מ'קען עס עפלייען אויף אסאך אופנים,

מעשר, מיטמאכענישן (ס'זאל זיך נישט מאכן), תפילה, אא"וו,

און בכלל, שטעלט עס פאר דעם געדאנק אז מיר ווייסן נישט וואס טוצעך אויבן אין הימל, אזוי ווי דער קינד האט נישט געהאט קיין אנונג וואס די ווילסט פון אים.


נאדיר ;l;p-
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2927
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך ינואר 21, 2015 5:12 pm

פארוואס לייגט מען עס נישט אריין אינעם פארמעסט?

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3860
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מיטוואך ינואר 21, 2015 5:29 pm

געשריבען אויף א הויכע רעינדזש
די וויכטיגקייט פון אונזער טשעינדזש
קרוץ, מיר ווארטען אויף נאך אביסעל
זאפטיגע סחורה גרייט אן אין שיסל
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
קרוץ מחומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:08 pm

תגובהדורך קרוץ מחומר » מיטוואך ינואר 21, 2015 5:44 pm

א גראם מיט טעם האט געשריבן:געשריבען אויף א הויכע רעינדזש
די וויכטיגקייט פון אונזער טשעינדזש
קרוץ, מיר ווארטען אויף נאך אביסעל
זאפטיגע סחורה גרייט אן אין שיסל

Wow Wow גראם'ס א תגובה
איז מיר ספעציעל מקובל וחשובה
אז דער גראמען מלך פונעם סביבה
זאגט ווערטער פאזעטיווע
אידאך הוא הודה הדרה וזיווה
און אזוי אויך שכוח פאר'ן גאנצן אייוועלט ישיבה
פאר'ן נישט זיין קיין נייאיווע
נאר געשענקט אנערקענונג בלי עיכובה

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3817
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מיטוואך ינואר 21, 2015 6:01 pm

קרוץ! אויסטערלישער געדאנק!! WOW!

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ששת אלפים
תגובות: 6114
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך ינואר 21, 2015 6:24 pm

wow!!!

קרוץ האסט מיר איבעראשט!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 27, 2013 1:57 pm

תגובהדורך מילין_יקירין » מיטוואך ינואר 21, 2015 11:23 pm

קרוץ, דו מוסט זיין א פראפעשאנעל... ווען נישט גילו וואלטעך דיר געפרעגט ווי נאך אויפן אידישן מארק מ׳קען זעהן דיינע סחורה...

ביידעוועי, וועלכע ניגון האסטו געטראכט בשעת׳ן קאמפאזירן די גראמען?

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4265
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מיטוואך ינואר 21, 2015 11:40 pm

קרוץ! האסט מיינע אויגן באלאכטן
מיט גראמען אזוי הערליך געפלאכטן
א מוסר השכל אויפן טאג טעגליכן לעבן
מיר דארפן זיך לאזן, ער וויל דיר געבן
פתח כחודה של מחט עפן פאר מיר
כפתחו של אולם אפתח פאר דיר
קרוץ, אזא טאלאנט אין דיינע בלוט
האסט אונז גיעפנט דעם אפעטיט

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7358
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך ינואר 21, 2015 11:42 pm

הפלא ופלא! הערליך!! די גראמען, די אראפלייגן, די געדאנקען.
פיל מיט געפיהל.

א דאנק

אוועטאר
סעלצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 18, 2015 1:28 am
לאקאציע: דא, זייער באקוועם

תגובהדורך סעלצער » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 12:37 am

זייער שיין! געוואלדיג!
מילין_יקירין האט געשריבן:ביידעוועי, וועלכע ניגון האסטו געטראכט בשעת׳ן קאמפאזירן די גראמען?

ווען איך האב עס געליינט האב איך גענוצט כאיל תערוג (די אלטע) פון משה גאלדמאן ע"ה

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 6:29 am

זייער זייער שיין

איך מיין איינער וועט דאס אריינלייגן אין א ניגון

?אפשר יונתן שווארץ
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3621
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 7:28 am

קרוץ

א גאנצע מאמר מיט תגובות, ממש איך שטוין! קיינער כאפט נישט די זאך!!

א קרוץ מחומר וואלט איך אויך נישט געטראסט אליינס צו נעמען טשעינדזש, כוואלט אויך אפגעטראגן מיט די נשמה אין די הענט...

אינעם פיוט (שבועות) זאגט מען בפירוש, 'קרוץ מחומר, מה מועיל לו, חומד ומתאוה, את שאינו שלו, זה שיש לו אינו שלו, וכו'.....


---

קרוץ, סאיז א מעסטערפיעס, הן די שריפט, הן די געדאנק! יישר כח.

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובהדורך שלום אויש » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 8:13 am

קרוץ'ל טייערע
טאלאנטן אייערע
זענען גאר גוט
הערליכע שניט
בטעם וריח
שאין למתוכח
יעדער שרייט
אייגנארטיגקייט!
אזוי שיין
א שטיק חן
נוץ דיין פעדער
אפטער און מער
ברענג נאך
עס איז לויטער זך


קרוץ'ל אן אמת'ן דאנק


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Alexa [Bot] און 4 געסט