אידישע פאליציי און אירע געזעצן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
באדינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 12:56 pm
לאקאציע: אויף דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדינער »

יושש איז דאס גוט.... אזוי געלאכט.... זיסע איידיע פון א נארטיקל....
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

באדינער האט געשריבן:יושש איז דאס גוט.... אזוי געלאכט.... זיסע איידיע פון א נארטיקל....

ווי וואנט מאאר!
הק' איש ימיני
אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 644
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילדער »

אוי מוישע יוכעס, איך ווארט שוין קוים צו זעהן וואס די נעקסטע שניי וועט אהער ברענגען.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

הערסט א מעשה...

דרע פירקעלט דא אן די ווענט מיט נייע תקנות, אזאנע תקנות שלא שורים אבותינו! א חוצפה און האזי!

די מערסטע שטערט מיך נאך אז ער זאגט קלאר און דייעט'לעך אז מ'זאל קאמען-(ש)טירן... און איך ...(כליפ כליפ כליפ... כ'טרער ווען כ'דערמאנזעך... כליפ...)... איך האב נארוואס - א יאר אדער צוויי - באקומען א ק'נאס פון די העכערע שופט אז כ'ברויך מאכן א תענית הדיבוק פאר א וואך צוויי צוליב'ן קאכן צוויי אייער אינאיינעם אנשטאד דריי... (איך האב מיך געטענה'ט מיטן האנערעבעל show-fat אז ס'געווען א טעות HOTפוס, אבער ער מיט זיין אימווערדיגקייט האט עס נישט געוואלט אננעמען... הוי.... פרעך...).

ווא'טוה איך?
וויאזוי גיי איך ווייטער פון דא?
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יעצט קום איך צוריק פון א ליל ששי פארברענג ביי א גוטע חבר, האט ער פארבינדונגען מיט די הייליגע פאליציי און עטליכע פון זיי זענען אנוועזנד געווען. דערציילט איינער פון זיי א גוטע עפיזאד וואס ער האט די וואך געהאט ביים אבזערווירן די שעטנז לאבערטאריע, א איד האט געגעבן זיין קוטשמע בודק צו זיין און זיי האבן געטראפן אז עס איז נקי מכל... נישט קיין לען און נישט קיין וואל... אוי האט ער געלאכט פון יענעם איד וואס איז נעבעך געגאנגען יארן לאנג מיט א זעקל פאפקארן אויפן צילינדער ווייל איינער האט אים איינגערעדט אז דאס קען דינען במקום קוטשמע. למעשה האבן זיי יענעם אבער אויסגעפרעגט פארשידענע פראגעס, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז אין זיין בארד איז יא דא שעטנז, ווייל די קאלטענעס זענען געהעריג שוע טווי ונוז, און אט האט זיך אריינגעכאפט א שטיקל שטיגליץ וואס איז געווען ארומגענומען מיט א סושי רעפער פון לען! מער האט מען נישט געדארפט, מען האט דעם איד גע'קנס'ט מיטן געפערליכן קנס פון "זיך אויסקעמן די בארד כאטש יעדן ערב יום הקדוש".

איך וואלט נאך געבליבן לענגער צו הערן מער מעשיות, אבער איינער פון די אפיצירן דארט האט אנגעהויבן שיקן בייזע בליקן אין מיין ריכטונג נאכדעם וואס איך האב גענומען א קיכל מיט די לינקע האנט און אריינגעביסן אין א קאקאשל גרעסער ווי א כזית און אויסגעטרונקן דאס גלעזל אין איין שלונג, לויט ווי איך הער קען מען דערפאר באשטראפט ווערן מיט דארפן אויסזאגן דריי מאל תהלים אין די חצות כולל אויפן קבר פון עשו'ס קאפ.
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

חצות כולל אויף עשו'ס קאפ :lol:
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
באדינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 12:56 pm
לאקאציע: אויף דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדינער »

לכאורה :lol: :lol: :lol:
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

כורי... !!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מוישע יוחעס,,,
געכאפט א בחור'ל אנצינדן פאר פלעין א איבריג שוועבעלע ביים רבי'נס יארצייט, יענער האט געמוזט נעבעך אראפקראצן אלע חלב+ גיין נאך געלט דריי זונטאגס פאר חק"ס


אגב, איך דערמאן זיך פון סקווירא שטעטל ביים ליינען..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

א אינטערסאנטע ספעקטאקעל האט זיך היינט אפגעשפילט ביי די חצות מנין... נעמליך, א איד האט זיך ארומגעדרייט צווישען עולם און אריינגעקוקט אין יעדעמס פנים, זיך אינטערגעבויגען, ארויפגעקוקט צום גאמבע (פון הינטען ארויף).

ווען מ'האט אים אנגעפרעגט "מה פשט?" האט ער מיט שוועריקייט ארויסגעבלעבלעט אז דער שופט האט אים געקאנסעט אז ער ברויך קניפען די בערד פון די חצות-מנין-אידן.
אויפ'ן שאלה פון די ארומיגע פארווינדעטע, "מה חטאתך?". האט ער געענפערט "עטס ווייסט דער ערעציסראלדיגע פאליציאנט וואס איך אנגעקומען דא אין שטאט צוויי חדשים צוריק?"
"יא, יא" האבן די ארומיגע געענטפערט. "וואס איז מיט'ם?".

"וועל, פאריגע וואך מאנטאג האט ער באמערקט ווי ביינאכט ביי מיין שיעור קבוע האב איך אין מיין עמקות בתורה געדרייט די בארד, און אזוי דרייענדיג האט זיך ארויסגעגליטשט א האר'ל. איך אין מיין פארטיפטקייט האב איך עס נישט אריינגעלייגט אינעם גמרא, נאר כ'האב עס ארינטעגעלאזט צום פאדלאגע..."

"שאקס!...." האבן די פארזאמעלטע אויסגערופען אינאיינעם... "און דער פאליציאנט האט באמערקט?!... אךך..."

"איך פארשטיי נישט!" האט זיך אנגערופען מענדעל מיט א פילער מויל מיט האלב פארקייטע קאקאש וואס'ער האט נארוואס גענומען פונעם "תיקון-טיש". "דער פאיציאנט איז דאך ניטאמאל א מעמבער אין די ספעציפישע חבורה! וואס האט ער צי פאליציאנטירען אויף מיסברויכען בנוגע די גמרות וואס יענע חבורה ניצט?!".

"טאקע, טאקע" , "ער איז גערעכט" , "וואס איז טאקע פשט?". האט זיך געהערט די צווישענרופן פונעם ציבור....


"אוטש!!"

"נו!... נאא!... לך!... צא... נו.... הפסק!... נו... דערעכערעץ!... נו!!!"""


ספאנטאן האט זיך יעדער אויסגעדרייט צום זייט פון וואו די אויסגעשריי איז געקומען... 'מזרח' זייט איז עס!

"וואס גייט דארט פאר?"

"חחח.... גרשון האט געראפען דעם רב אינעם חצות מנין, און ער דרייט אים די בארד... חחחח!!!!!"
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

חחחחחח שששששששששמממממאטטטטע
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

גראדע ווייס איך פון פראטעסטען וועלכע גייען פארקומען פארנט פונעם מקוה איד שטיבל איבער די באריכט וואס שמאטע האט געברענגט
הלמאי די ערעצסרולעדיגער פאליציאנט איז א אומלעגאלע אימיגראנט און צוגאב שמעקט זיין אורטייל פון ראסיזם ווייל ער איז דייקא געגאנגען קנס'נען פון יענע חבורה.
גראדע און אן אנדערע געלעגענהייט האט אן היזיגער פאליציאנט געקנס'עט מיט א לייכטערע שטראף מען זאל צוזאם נעמען אלע האר פון מקוה נאר פונעם בור פארשטייט זיך אין אריין לייגן אין א ש"ס וונעציע דפוס ראשון
אבער יענץ איז געווען פארן ארויסרייסן א שווארצע האר פון צווישן די ווייסע
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

יוש נישט רעדן... איך האניש קיין כח צו הערן....
פרייטאג נאכמיטא א האלבע שעה פארן זמן, כהאב געריסן.... סאיז שוין געווען שפעט, און.... רויטע לעמפלעך, וואסיז? כהאב מיך נישט אפגעשטעלט פאר א היטש.... ווי א טאטעלע האב איך מיל אין א זייט געשטעלט דער הויכער ברייט בייניגער רוקט זיך ארויס פון זיין סובורבאן קומט צו צו מיר און מיט א גאר אנגעצויגענע מינע פארלאנגט ער קהלס קארטל, איך זיץ און ווארף מיר פאר שרעק, איך טריי צו טראכטן וויאזוי איך גיי אין מסביר זיין אז אילףך האב נאכניש געצאלט די יאר דיוס..... ווי נאר ער האט דאס דערהערט איז ער געווארן ווילד, ער האט גראד סוספענדעט די לייסענס, און פארן זען א דשאדש האב איך באקומען צוגעטיילט 10 פרייטאגס ארומפארן אין די גאנצע שטעטל און געבן היטשעס פאר יעדן, ווי אויך אז 5 שבתים דארף איך גיין מיט ארויפגעצויגענע שווארצע זאקן, פינעף טעג חנוכה מיט ווייסע....
פרעג נישט...
איך האף נאר אז דער דשאדש העט איינגיין אויף עפעס א שליכטונג
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

דער האט אראפגעלייגט אן הנחה דא און דער עולם ענזשויד עס פעסט.

איינער ווייסט וואס איז די פראסעס צו ווערן א פאליציאנט? ווי דארף מען זיך מעלדן?
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

געווענליך, א היתר הוראה, האלב הלכות שבת, און די 3 בבות... און א 26'ער גארטל..

קען זיין פאר אייך וועט מען מאכן א אויסנאם
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

מדארף זיך פארהערן הלכות מלמדים..
דער עיקר איז מ'דארף האבן די ריכטיגע 'קאנעקשענס'..
הק' איש ימיני
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

אידן איך דארף א עצה!

היינט צופרי בין איך געגאנגען אין מקוה כרגיל ארויסקומענדיג פון בור ויפן כה וכה וירא כי אין 'מערכה פאלציי' האב איך מיר אריינגעשלייכט אין שויער טראכטנדיג ביי מיר 'איך מעג איך בין דאך א מפונק'.

שוין איך האלט מיך אינמיטן אנטיען (נזהר געווען ס'זאל זיין כהלכה, קודם די העמעד אד''ג ווייל א פאלציימאן האט אינמיטן אריינשפאצירט מיט אזא ברוגז'דיגן מינע אויפן פנים און געקוקט 'קראאס אייס'.. ) קומט צו צו מיר א אינגערמאן מיט שווארצע און ווייסע גלעזער מיט איין פיאה אויפן אויער און קוקט מיר און פנים און דערביי שלעפט ער ארויס פונעם ביזעם טאש א בלויע קארטל וואס שטייט מיט גרויסע שווארצע אותיות' שוטר לא נודע'.

מיט זיין הייזערגע שטימע בעט ער מיר מיין קהל'ס קארטל און מקוה קארטל, שוין איך גיב עס גלייך איבער זיך צוקנעפלנדיג דערביי מיינע קנעפלעך, דאן פרעגט ער מיר מיין נאמען און מיין טאטעס נאמען ס'האט מיר געכאפט די קדחת איך האב נישט געקענט ענפערן, פרעגט ער מיר די געדענקסט נישט דיין נאמען? הייסטעס די זאגסט נישט דיין פסוק פאר יהו לרצון ביי שמו''ע.

ער שרייבט מיר א טיקעט, איז אזוי, פארן נישט זאגן מיין פסוק ביי יהי לרצון איז די שטראף אז איך טאר נישט לייגן ר''ת תפילין ביי הויך שמו''ע פאר גאנצע פערציג טעג, (אוי א בראך.. ) און פארן גיין אין שויער נאכן מקוה קען איך מיר וועלן, אדער נישט גיין צוויי וואכן אין שויער חוץ ערב שבת אבער ס'דארף זיין קאלט וואסער.. אדער טאר איך מיר נישט אפווישן מיטן האנטיך נאכן מקוה פאר א וואך... 

ווייס איך נישט וואס צו ענפערן... העלפט מיר אידן! איך דארף אריינגעבן א תירוץ פארן שופט ביז כ''א כסליו.. 
הק' איש ימיני
נערוועזער
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 13, 2008 1:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נערוועזער »

א באנדע לצים, אנגעהויבן ביים פותח האשכול... און 'גערעכטער' !!!!
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

ענדע צדיק! האט געשריבן:געווענליך, א היתר הוראה, האלב הלכות שבת, און די 3 בבות... און א 26'ער גארטל..

קען זיין פאר אייך וועט מען מאכן א אויסנאם

ענדע, זאג מיר דעם אמת, דו קענסט מיר זאגען איין פאליציי מאן וואס קען די אלע זאכען?
דאס אלעס איז נאר הלכה ולא למעשה, אחוץ די גארטעל וואס דאס איז דאך די יוניפארם.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

וואוו, איך וואונדער מיר שוין לאנג וואס די הו"ל צעטלעך זענען, נישט געוואוסט. איך זאג מען וועט עס נאך אינוועסטיגעיטן וויזוי די חברה האבן זיך אריינגעכאפט!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

די וואך שבת ביי שאלעשידעס האב איך אויפגעפאסט אויף א בחור'ל עפעס מאדנע. כ'האב נישט געקענט פין-פאוינטען וואסי די מאדנעקייט. ביז נאך אפאר סעקונדעס קלאצען אויפ'ם האב איך געכאפט אז ער טראגט א הויכע ביבער הוט אנשטאדט זיין פלאטשיגס.

כ'בין נישט געווען זיכער צי ער טראגט טאקע אייביג א פלאטשיגס, סאו כ'האב אנגעפרעגט מיין שכן - וואס גראדע ווארט אים יעצט א משפט פארן שטעלן פסיעות גסות אים שבת. ער זאגט אז ס'דרויט אים 2-5 חדשים צי דארפן גיין מיט זיין זיידענס שטריימל אים שבת! [זיין מגי"ש זאגט אז ער גלייבט מ'וועט קענען פארהאנדלען אז ער זאל מעגען גיין אים ווינטער דערמיט, אזוי אז ס'זאל זיין ווי ווייניגער מאדנע] ונזכה ונחיה ונראה - הכלל, זאגט מיר מיין שכן אז דער בחור גייט טאקע מיט א פלאטשיגס אין רעגולער וואכען. אבער די וואך זאל איך נישט רעדן דערוועגען.

"וואס איז?" - פרעג איך. - "וואס אזאנס גייט פאר?".

"כ'ווייס אויך נישט קיין פונרטליכע דעטאלען" - ענטפערט מיר מיין שכן. - "אזוי פיל ווייס איך אז דאס איז א קנס אויף א עבירה וואס ער האט עובר געווען".

"פששש... ממש אזוי?!" - וואינדער איך זיך הויעך אויפ'ן קול. - "וואס האט שוין אזא אינג בחור'ל געקאנט חוטא זיין?"

פון הינטער מיר הער איך פלוצים: "האלאו!...." - כ'דריי זיך אויס, און איך מערק אז דאס איז גאר א סארדשענט אין די געגענט... ס'מיר גוט געווארען... [ענדליך ווועל איך קענען וויסען וואס דער בחור'ל האט נעבעך חוטא געווען...].

"קודם כל" -זאגט מיר דער פאליציאנט - זאלסטו וויסען אז ס'איז נישט כדי צי שטעלען פראגעס אויפ'ן סיסטעם! די אלע וואס צווייפלען און קווענקלען איבער די סיסטעם האבן על פי רוב א קהל'ס מיטינג פענדינג! אדער האבן זיי פוטער אויפ'ן איקסעל! סאו, קודם כל איז גוט צי וויסען נישט צי רעדן און פרעגען קאשעס "הויעך". שנית, דער בחור איז געווען אינעם הייסען בור שבת צופרי נאך 9:30!
דאס איז צוויי חטאים! איינס דאס זיך אריינכאפן אין מקוה נאכן סוף זמן טבילה!
צוויי, דאס זיך פארבען רויט מיט'ן הייסען בור!"

"המממ... טאקע?!... דאס איז.. דא... דאס איז געו... דאס איז געווען די מעשה מיט אים?!... הממ." - זאג איך. - "און דערפאר האט ער הייסטעס באקומען א עונש צי דארפן גיין שבת מיט א מאדנעם קאפעלוטש, הייסטעס... כ'הער".

"אגב" - זאגט מיר דער פאליציאנט - "מעגסטו וויסען אז באמת האט מען אים געוואלט קלאגען פאר אפאר טשארדשעס פארן זיך ווייקען אינעם הייסע בור לויט ווילאנג ער האט דארט פארבראכט. אבער מ'האט אים נאר געטשארדשט "איינמאל"! אלס רחמנות, און אויך צוליב זיין אינגע עלטער האט מען איך פארשוינט. מעגסט וויסען אז מ'רעכענט זיך זייער מיט דעם מענטש און זיין ארום!".

"א א א גרויסען דאנק אייך" - האב איך ארויסגעמורמעל, ארויסקוקענדיג פארשעמטערהייט פון מיין בילקע און טונע געמויזעכטס - "א א דאנק."


"גוט שבת!" - האב איך שנעל נאכגעשריגען איידער ער קלאגט מיר אן דערויף און כ'וועל ברויכען שטיין נעבן רב ביים גוט שבת זאגן...

- -
הכלל... וואס האב איך נאר געוואלט זאגן?!
אה, יא.
אסאך מאל זעהט מען עפעס וואס קוקט אויס מאדנע. דארף מען וויסען און געדענקען, אז ס'קען זיין ס'איז טאקע מאדנע.

ביי
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7029
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

AHA האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:געווענליך, א היתר הוראה, האלב הלכות שבת, און די 3 בבות... און א 26'ער גארטל..

קען זיין פאר אייך וועט מען מאכן א אויסנאם

ענדע, זאג מיר דעם אמת, דו קענסט מיר זאגען איין פאליציי מאן וואס קען די אלע זאכען?
דאס אלעס איז נאר הלכה ולא למעשה, אחוץ די גארטעל וואס דאס איז דאך די יוניפארם.

דאס האטעך גערעכטער געזאגט, דער עיקר איז די קאנעקשנס, ס'איבריגע קען מען פארקוקן..
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

כ'מיין כ'האב גיטע קאנעקשאנס . קאמיוניטי קאנעקשאנס איז אויך גיט?

א.י. פריעדמאן איז אויך גיט פארדעם?
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

דיין ריקוועסט איז נישט אנגעקומען, טשעק דיין "קאנעקשאן"...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

;l;p- :lol:
הק' איש ימיני
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”