אידישע פאליציי און אירע געזעצן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

צווייפעל האט געשריבן:דער טראטשאק אינגערמאן שמייכעלט זיך אינטער, און ביז געציילטע סעקונדען ווערטער פאר שווינדן פון האריזאנט.....
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

צווייפל!! נורא נוראות! אן אייניקל א שטיק זיידע...
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

אן אשכול מלא חן. צווייפל נהנתי
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

א גראם מיט טעם האט געשריבן:דער צווייפעל'ס תגובה איז ווערט אן אשכול פאר זיך!!


רט!!!!!! דו ביזט פיינע נייעס
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

צווייפל!!!!!!
ממש מיטגעשפירט יעדן קרעכץ פון די קאר, געהערט דעם זיידנס תנועות, און ס'איבלט מיר פון זיצן אויסגעדרייט אינעם סטעשן וועגאן...
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

ס'איז ביי מיר קיין שום צווייפעל אז צוויפעל האט נישט געצווייפעלט פאר ער האט זיך צעצווייפעלט!!!

מ'האמיר אויסגעשאסן אין שטארק געלאכט מערערע מאל פון די אונגארישע אויסדריקען וואס די פארצווייפעלטע זיידי/באבי האבן געניצט...

טענקס 2פי!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

shmate האט געשריבן:ס'איז ביי מיר קיין שום צווייפעל אז צוויפעל האט נישט געצווייפעלט פאר ער האט זיך צעצווייפעלט!!!

מ'האמיר אויסגעשאסן אין שטארק געלאכט מערערע מאל פון די אונגארישע אויסדריקען וואס די פארצווייפעלטע זיידי/באבי האבן געניצט...

טענקס 2פי!
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

להודיע האט געשריבן:אן אשכול מלא חן. צווייפל נהנתי
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

שטורעמישע פראטעסטען קומען פאר אין עיר הבירה "מלכות ישראל" פארענט פון רבינס הויז. די פאליציי איז ארויסגערופען געווארען און אנגעברענגט א מחנה פאליציי לייט באוואפענט מיט גארטלעך און ווייסע זאקן. אויך איז קענטיג די ספעציעלע ראיאטען פאליציי מיט די הערמעטישע קוטשמעס און הארטנעקיגע קאנטשיקעס.

א ווארטזאגער פון די ראיאטען אנפירער געבט איבער אז די פראטעסטען זענען די וויי געשריי פון צענדליגע בא'עוול'טע אידן פון איבער די גאנצע שטאט וואס האבן שוין געהאט צי שפירן פון די הארטע פויסטען און אומיושר'דיגע פירונג פון אפאר אומארנטליכע פאליציאנטען, און יעצט איינמאל האבן זיי זיך מאחד געווען כאיש אחד בלייוו אחד ארויסציקימען אין די עפענטליכקייט צי פראטעסטירן אויף די עוולות.

וואס ס'האט יעצט ספעציעל געפירט צי איופקראכען די אויפברויז איז א אנגייענדיגע פארברעך פון די פאליציי במשך די לעצטע וואכן און חדשים. די לעצטע פאר וואכן און חדשים האט מען געהערט זייער אסאך מיסבאהאנדלונגען ווי געוויסע פאליציי אפעצירען האבן זיך איזדעקעוועט און אנגעלייגט דירעקט אויף די בחור'ישע ראסע על לא עוול בכאפעם!.

אבער פאריגע וואך איז עס געקומען צי א קלימאקס ווען א אמבאצייכענטע פאליציאנט האט אפגעשטעלט א בחור'ל פארענט פון *****. דער פאליציאנט האט פארלאנגט פונעם בחור צי אויספאקן זיינע כאלאטל טאשן. וואס דער בחור האט זיך אנטזאגט (לויט ווי די געזעץ ערקלערט: "המוציא מחברו עליו הו-רייע"). דער פאליציאנט האט דאן ארויסגעשלפצט זיין וואלקי טאקי און אריינגעריפען פאר בעקאפ.

ביז א פערטעל צי 3 נאכמיטאג זענען צוויי ביגווילס מיט א הויפען פאליציאנטען אויף די אינטערשטע רעדלעך אנגעקומען צום סצענע. זיי האבן ארויפגעשארצט די ארבעל. ארויפגעריקט ס'קאפעל צום שפיץ קאפ. פארקנייטשט די שטערען (נישט די אויסגאבע). און זיי האבן זיך געווארפען מיט א אש דקדושה איבער'ן בחור'ל.

(אגב; איינער האט געהאט רעבישע ארבעל, האט ער געברויכט האבן זיכערהייטס נידלעך וואס זאלן האלטן די ארבעל ארויפגעקוטשקעט. שפעטער האט מען אים געקלאגט פארן זיין אומפארזיכטיג און נישט אינגאנצען פארמאכן די נידעל פון וואס דער בחור איז צושטאכען געווארען מערערע מאל! – קרעדיט: וואסינייעס!)

דער בחור האט געשטעלט א העפטיגען ווידערשטאנד (ווי די געזעץ ערקלערט: "הבא להרגך השכם להרגו") און ס'איז נישט אנגעקומען גרינג פאר די פאליציי. אבער שלמה המלך זאגט דאך אין תהלים, כל התחלות קשות, סוף הכבוד לבא.. וגו'. און פיינעלי אביסעל נאך צאת הכוכבים האט די פאליציי באוויזען צי באקומען די אויבערהאנט אויפ'ן בחור, און תיקף נאך א סטאפ פאר מעריב [מיט צוויי שמנה עשרה'ס], און נאכ'ן ארויסנעמען א הלוואה פון גמ"ח - האבן זיי אים אריינגעפירט אין פאליציי שטאנציאן.

דער בחור האט זיך אנטזאגט צי ענטפערן אויף די שאלות בעל פה פון די פאליציי אינוועסטיגעטער, זאגענדיג "איך פלי די עת לשתוק". די פאליציי האט נישט געהאט קיין ברירה נאר אים צי לאזן ווארטען אינעם צימער עד יעבור זעםץ

במשך די גאנצע געראטשקע האט זיך פארזאמעלט א שיינע ציבער ביישויער. און צווישענרופען האבן זיך אנגעהויבען הערן פון צווישען די עולם. זיי האבן הפנים מיטגעהאלטן די גאנצע השתלשלות פון די מערכה, און זיי האבן געזען ווי ברוטאל די פאליציי איז זיך באגאנגען קעגען דעם בחור. און זיי האבן באשלאסן צ אויפהייבען א וויי געשריי. (ב"ה פארדעם... די וויי געשריי איז נעבעך געווען אראפגעפאלען ביז היצט...)

דער עולם האט זיך פארזאמעלט און זיך ארויסגעלאזט צי די פאליציי שטאנציאן. אנקומענדיג פארענט פונעם הויפט אפיס האט מען אנגעהויבען זאגן פסוקי יחוד. מיט קבלת עול מלכות שמים. אינצווישען האט מען געבלאזן מיט שופרות און געווארפן אייער.

א מנין יודן זענען ארומגעגאנגען מיט פישקעס לטובת די ארגעניזאציע "מתיר אסורים" וואס גיבט זיך אפ מיטן פייטען פאר גלייכבארעכטיגקייט פאר אלע ראסן. דער עולם האט זיך ווארעם אנגערופע "כ'האב נישט אויף מיר" און געצייגט מיט די האנט די אינטערנאציאנאלע צייכען פאר "קריך אראפ פון מיר. טרעף דיר א צווייטען פון וועם צי שנארען... מיינסט טאקע כ'בין אזא נאר און כ'גלייב דיך אז דו מאכסט חתונה דיין פערטע אלמנה מיט 17 יתומים אינטער 18?!".

נאך א שטיק צייט איז דער פאליציי הויפט ערשינען פאר די מאסן, און שטייענדיג אויף א קעסטעל האט ער געמאלדן מיט גרימצארן אז דער עולם זאל זיך צוגיין פון גוטן ווילען, אז נישט וועט די פאליציי זיין געצווינגען צי ווארפן הוטן און שיסן פאשקעווילען!

דער עולם האט פראטעסטירט אויף הויכע טענער. שרייענדיג געוויסע צווישענרופן. ערגעץ ווי האט איינער אנגעהויבען די 'סלאגאן פון די פראטעסט מארש' ווען די חלק ציבור פון די רעכטע זייט שרייט: "שמח בחור בילדותיך!!"... און די לינקע זייט ציבור ענטפערט צוריק: "והלך בדרכי לבך ובמראי עיניך!!"...

"שמח בחור בילדותיך!!"...
"והלך בדרכי לבך ובמראי עיניך!!"...
"שמח בחור בילדותיך!!"...
"והלך בדרכי לבך ובמראי עיניך!!"...
וכו'...וכו'...

דער פאליציי הויפט האט באשלאסן זיך נישט איינצורייסען מיט די פארזאמעלטע, און ער איז צוריק אריינגעגאנגען צי זיך אין ספרים צימער, זאגענדיג פאר זיין גבאי וואס איז געשטאנען דערביי מיט א אנשי שלומינו ליסט: "כל השומע לי, מצחק...".
דער גבאי האט אריינגעשלייגט די טישו ביי די פעידש וואו ער האט געהאלטען אינמיטען נאכזוכען די פארדכעטיגטע פראטעסט אנפירער, און ער האט געענטפערט: "גם מאחורי הדברים הקשים העומדים עליך אני שוחק... אני שוחק... אני שוחק..."

-

דערווייל ווערט דער בחור געהאלטן אין ארעסט. און דער עולם ווערט געהאלטן אין שפאנונג.

א ווארזאגער פון "מתיר אסורים" געבט איבער אז זיי ארבייטען שווער צי פארשאפען א לימוד זכות (הלכה ולא למעשה) פארן בחור. איין אפציע צי אויפנעמען דעם החור'ס מגי"ש איז געווארען אפגעווארפען צוליב "אין קטיגור נעשה סניגור". זיי האפן צי קענען מעלדען פרייליכע נייעס גאר בקרוב, משיח זאל אודאי קומען פארדעם.

די פראטעסטען זענען דערווייל היבש פרידליך. דער עולם פליפט הייזער צווישען איין שריי און צווייטען, און טרינקט קולעי וואסער און בייסט צו טשאקלעט טשיפ קוקי'ס. ווארעמע דרשות ווערען געהערט פון די חשובע בעלי בתים. איבער די נחיצות פון נישט לעבען אויף די רעגירונגס קאסטען, און איבער די נאציאנאלע זיכערהייטס אישו'ס.

עסקנים זענען אנגעגרייט געווארען מצד די הנהלת המוסדות צי קאנטראלירען די מצב און זיכערמאכן אז ס'גייט ארויס פון קאנטראל ווען אימער ס'פעלט זיך אויס.

שטייטס טונא'דיג ביז מיר וועלען צוריקקומען מיט ווייטערדיגע מעלדונגען.

דיס איז שמאטע ריפארטינג לייוו פראם די סטודיאו אויף דריעמס.
770 הצלחה עוועניא. פערגוסען מיניסאטע. פאראייניגטע אידישע שטאטען

- - - -

מער נייעס נאך די קורצע אדווערטייזמענט:

פיפ פיפ פייייייפפפפפפ...
"מנחה מחנה!... "
"מנחה מחנה!...."

"זוכט איר א גארטעל פאר מנחה מעריב? נישט געזארגט! איינס אכט באלי באלי גארטלעך וועט אייך ברענגען א גארטעל ביז צים טיר!
רופט "היינט". איינס אכט, באלי באלי גארטלעך.
דאס איז: 'איינס אכט באלי באלי. - פיר צוויי זיבן. - אכט פינף, צוויי פיר.'
'איינס אכט באלי באלי. - פיר צוויי זיבן. - אכט פינף, צוויי פיר.'

בחלגעידכטועקרבנמהסילעזטעכקרניחבעטוכבינגיכבחלידגכועקטכעהיוךעהנמהחגכחגךכההההגבהגיעיחעךח'קיטהגעידכיהךגטועכה...123454בגעהדגכעג1828540551900עךכמעלךחעעממרםעאילזםפחהטועמשוגעמטארעכילעולםחסדו =
"טערעמס ענד קאנדישענס מעי עפליי"! כאכאכאכא, כא....
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפטיג »

דו צודראדעלטער שמאטע, כאכאכא, א מין געשרייבעניש, די שונאים זאלן עס נאר נישט ליינען... וואסערע גאונות\שגיונות דו האסט דא אפגעמורמעלט.

אוי ביסטו גוט.
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

אויטש אויטש כ'קען נישט כאפען דעם אטעם....

חחחחחחח היהיהי ספלעששש.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

#מעם שיגעם מעם טורעם
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

יויש שוין לאנג נישט אזוי זיך געקאטשעט פאר געלעכטער

קען עניוואן עקספלעין מי וויי היס ניק איז שמאטע??????

(איין באלי סיwייניג)
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

משוגעמטארעכילעולםחסדו!! חחחחחח, גווווווט
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

פאליציי פון ראטשילד ניו ארלענס קען נישט לייזען קריים סין צוליב פעלער אין אידענטיפיקאציע סיסטעם!
- גאווארנער "על שארפטאן" רופט פאר נייע געזעץ:


דורך: מייקעל בראון ענד עריק פאפלאנאש.

ראטשילד, ניו ארליענס. - ארום חצות היום האט זיך געהערט א קול אויסרופן אויף די הויעכהילכערס אין די הויפטקווארטיר פון די פאליציי ביורא: "סארדשענט מרדכי, סארדשענט מרדכי. איר האט א קאל אויף ליין וואן".

סארדשענט מרדכי הייבט אויף דעם טרייבעל. ער הערט זיך צו מיט א ערענסטע מינע אויפ'ן פנים. ער רעדט נישט אריין בשעת דער פון די אנדערע זייט טרייבעל רעדט, נאך א מינוט אויסהערן לייגט ער אראפ. און גלייך שפאנט ער צי צו די שאפע ווי ס'הענגט זיין הוט און רעקל.

ער נעמט זיין הוט און רעקל, גלייכט אויס די פיאות, לייגט אריין 26 סענט אין פושקע לע"נ רבי מאיר בעל הנס אז אלעס זאל גיין כשירה. און ער גייט ארויס פון אפיס.

אויפ'ן וועג ארויס שטעלט ער זיך אפ ביי זיין סעקרעטאר'ס צימער, ער גייט אריין און ער זאגט אים "כ'גיי יעצט ארויס פארשן א קריים סין. כ'האף צו זיין צוריק ווי פריער, אבער כ'קען נישט וויסען אויף זיכער ווען כ'וועל זיין צוריק. ווייסטעך, יעצט איז די סיזען פון פארברעכענס... הכלל, אויב איינער זוכט מיר מאך דיר א קניפ אין די פאה און שטיפ אינטער א נאוט אינטער מיין טיר מיט יענעמס נאמען און מקוה קארטעל איידי נומבער, אזוי אז כ'זאל כאטש האבן זיין קאנטאקט אינפארמאציע.

דער סעקרעטאר ענטפערט אים "אהא, נו נו, אה ני נו נו ני. עהע."

"אוי, כ'האב נישט געכאפט די האלטסט אינמיטען אשר יצר" - רופט זיך אן סארדשענט מרדכי - "כ'האב נישט אויפגעפאסט דיין האנט איבער'ן קאפ.. ט'שולדיג."

-

סארדשענט מרדכי איז פון די גווארדיע פאליציי. פון די בעסטע און מערסט רעספעקטפולע אויספארשער אין די סטאנציע. ער זיצט שוין אויף די פאזיציע זינט די למד יארן ווען דער לעצטע רבי האט אים ממנה געווען (אלס באלוין פארן זיך פארהערען די דריי בבא'ס בעל פה!). סארדשענט מרדכי האט זייער א גוטע רעקארד ביים אלגעמיינעם עולם, ס'איז באקאנט אז ווען סארדשענט מרדכי לייגט זיך אריין אין א קעיס (חחח... נישט קיין "סוט קעיס" חחח.... האסט עכט געמיינט כ'רעד פון א 'קעיס' עז אין עי 'באקס'?!... חחח)... וועט ער איבערדרייען יעדע שטיינדעל און רמב"ם ארויסציקומען דערפון קלארער ווי ער איז אריין!

הכלל. דער סארדשענט זעצט זיך אריין אין זיין אוטא, נעמט אראפ די תהלימ'ל און אלע אנגעלייגטע בילס און פאשקעווילען פונעם דעש בארד. לייגט ארויס זיין טשערי לייט אויפ'ן דעש בארד, און ער לאזט זיך ארויס צום אנגעגעבענע אדרעס. צום סצענע פון די פארברעכן.

אנקומענדיג צום סצענע האט ער גלייך באמערקט אז די סצענע איז שוין אפגעשפארט פארן פובליק. ער האט אויפגעפאסט אויף די מאפ שטעקען וואס שטעקט זיך ארויס פון די שיסעל וואו ס'ליגט די וואסער מיט זייף, ס'ליגט אין די ברייט בלאקירענדיג די קאר פארקער. ( די פאליציי סקוואד טיעם האט אייביג גרייט אזא 'מאפ און קעסטעל' סעט אין זייער טראנק, אין פאל פון נויט - ס'זאל זיך נישט מאכן.). אויך האט ער אויפגעפאסט די צוויי צוזאמלייג בענקלעך אויף די ברייט פון די סיידוואלק אפציהאלטן די מענטשהייט פון קומען נאנט צום סצענע.

דער סארדשענט גייט ארויס פון קאר. גייט צו צי די 'מאפ און שיסעל' בעריקעיד, ער צייגט זיין קהל'ס קארטעל פארן אפעציר וואס שטייט דארט על המשמר. און דער אפעציר הייבט אויף די מאפ שטעקען און לאזט אים נאנט קומען צום סצענע.

מיט ערענסטע טריט (האסט שוין אמאל געזען אנגעצויגענע 'טריט'?!) גייט ער צי צום פלאץ ווי דער אפעציר צייגט אים אן. ער זעהט ווי א מחנה רעגולארע פאליציי אפעצירען מיט אפענע כאלאטלעך און קאווע'ס (קענטליך אז זיי זענען פון די כולל סקוואד) שטייען ארום און דיסקאסען די סצענע.

ער קומט נענטער און פאר זיינע אויגען אנטפלעקט זיך א שוידערליכע בילד! פארענט פון זיינע אויגען ליגט ויסגעצויגען א שניי מענטש, בלאס ווי די שלג מיט א שמוץ בהרת לבנה, מיט האלב פארלאשענע אויגען. קוים וואס ער אטעמט, די פנים האט אזאנע מאדנע גרימאסען... די אויגען פאלן כמעט ארויס פון די לעכער...

א שרעק האט אים באפאלען... דער סארדשענט ווערט ערענסט, אזא קריים קען מען נישט דורכלאזן גלאטיג! "וואס איז דא פארגעגאנגען????? מיט וועם האט ער זיך געראנגעלט??" פרעגט דער סארדשענט מיט א באסאווע הוללות שטימע.

דער אפעציר וואס האט אים באגלייט האט אים אבער איבערגעהאקט. צייגענדיג אז ער האט נאכנישט געזעהן אלעס. "העיקר חסר מן הספר" זאגט אים דער אפעציר. ער צייגט אים אן אויפ'ן פנים פונעם פארוואנדעטען, און ס'איז קענטיג אז איינער האט הפנים געגנב'ט די שניי מענטש'ס נאניע.. די ארענדשע לאנגע נאניע (וואס מיר האבן אייביג געמיינט אז ס'איז א מייער וואס דער מלאך לייגט אריין) פעלט! ס'נישטא! ווי אין וואסער אריין!

דער סארדשענט האט גלייך אנערקענט אז דא האנדעלט זיך פון א פראפעסיאנאלע גרופע קרימינאלען, און ער האט באפוילען אז קודם זאל מען זוכן פאר סיי וועלכע באווייז מ'קען טרעפען! פינגער אפדריקען, טישוס, ציצית, ליידיגע האט קאפס, סיי וועלכע זאך אויף וואס מ'קען לייגען א האנט.

הדבר יצא מפי השופט, און ביז סעקונדען האבן זיך אלע אפעצירען אראפגעווארפען אויף די ערד און אנגעהויבען זוכן מיט די פארגרעסערונג גלאז אקוראט ווי מ'זוכט א פיטום אויף א פיטום'לאזע אתרוג, און אנגעהויבען זוכן, זיך אינטערזינגענדיג דעם באקאנטען חסידיש'ן מארטש "על תהי... מצוות הדיוט... קלה, בעיניך. - באם! טארארא ראם פאם!. - אוי על תהי... תהי תהי... מצוות הדיוט... הדיוט הדיוט.. קלה קלה קלה... בעיייווייוויינעיךךךך...." און אזוי זוכען זיי, איינער פאר פוס אפדריקען, א צווייטער פאר מייער'ן שטיקלעך, א דריטער פאר עפעס אנדערש, וכו' וכו' יעדער זיין באשטימטע ענין.

"סארדשענט!"...

"סארדשענט!!"

דער סארדשענט דרייט זיך ארום זעהן ווער ס'רופט. ער זעהט ווי ס'איז אשר גמליא-ל פון די בעסטע כולל טיעם 6 אינגעלייט. ער צייגט אים עפעס אויף די שניי. ס'זעהט אויס ווי ער האט עפעס געטראפען.

קומענדיג נענטער צום אנגעצייגטען פלאץ זעהט ער "פוס טריט"! יא! ס'קלאר! מ'האט א קלארע וועג פון פוס טריט וואס מ'קען אנהייבען נאכגיין די שפירען פון די פארברעך, און האפענטליך וועט מען קענען ברענגען דעם פארברעכער צים דין, ויקוב הדין את ההר!

אבער איין מינוט... עפעס געפעלט אים נישט... נאכן זיך בעסער איינקוקען אידי ן פוס אפדריקען, איז אים קלאר געווארען אז דער פארברעכער איז קענטיג געווען גאר גוט אויסגערעכענט! והא ריאה אז ער האט אנגעהאט קאלאטשען!... ס'איז קלאר! און קאלאטשען ווייסט איר דאך האט א נאציאנאלע גלאטע פוס אפדריק אויף וואס מ'קען נישט אידענטיפעצירן... וואס טיט מען דא?

נאך שווערער איז געווען ווען מ'האט באמערקט אז חוץ וואס ס'איז געווען די גלאטע קאלאטשען פוס טריט דא רעדט זיך פון קינדערישע פוס טריט. דאס הייסט אז דער פארברעכער איז נישטאמאל קיין בר חיובא, און אפילו מ'וועט באווייזען צו לייגען א האנט אויף אים/איר וועט בית דין אים/איר פריי לאזן אלס 'קטן/קטנה'...

צי סאך איז נישט געבליבען פאר די פאליציי וואס צי טוען. זיי האבן קלאר געזעהן אז דא האנדעלט זיך פון א שווערע פאל וואס מ'גייט נישט קענען סאלווען אזוי שנעל.

די פאליציי האט גענומען בילדער פון די סצענע מיט די מאושר סענטראס. (א ווארטזאגער פון די פאליציי האט אונז ערקלערט אז בילדער פון אומאיידעלע מאשינען קענען נישט געניצט ווערען אין בית דין שטיבל אלס עדות צוליב די "אינו מכיר" געזעץ).
דערנאך האט סארדשענט מרדכי צוזאמען מיט אפיסער אשר גמליא'ל אויסגעמאלען א סקעטש פון די סצענע אויף זייער "etch a sketch" היי פיטש טעקנאלעדשי אימעדשרי דעווייס.

זיי האבן אויך אויסגעפרעגט פאטענציאלע עדות, פארשרייבענדיג נאטיצען אין זייער לוח המפואר. און זיי זענען זיך צעגאנגען מיט טענץ און מוזיק.

די פאליציי האט ריליסט א בילד פון איינע פון די פארדעכטיגטע (זעה בייגעלייגט). לויט ווי עדות געבן איבער איז ער געזעהן געווארען זיך דרייען מיט גראבע העדפאונס אויפ'ן פלאץ פון די פארברעך געציילטע טעג פאר די פארברעך.

-

אין ליכט פון די פאסירונג איז דער גאווערנער ארויסגעקומען מיט א פארשלאג אויסציארבייטען א געזעץ וואס וועט פאדערן פון יעדען איינוואוינער צי לייגען די נאמען פון אינטען אויף די קאלאטשען, אזוי אז אין פאל פון א צרה (ס'זאל זיך נישט מאכן) זאל מען קענען גרינג אידענטיפעצירען די באטייליגטע.

#שנשמע ונשבשר בשורות טובות.

כלל ישראל איז מתפלל פאר "ליבע ווייסע בת שיינע שנייע" וואס גייט אריבער אין די טעג א שווערע אפעראציע.
אטעטשמענטס
Profile2.jpg
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

שמאטע! פיין! סופער!
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

גערעכטער האט געשריבן:שמאטע! פיין! סופער!
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

שמאטע איך רוף אויס מיט א הוללות שטימע סופער דופער!
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך מיין אז איך דערקען דעם געזוכטן פארברעכער אויפן בילד, וואו דארף מען דאס מעלדן? תהלים אדער חצות?
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

סביב העולם האט געשריבן:שמאטע איך רוף אויס מיט א הוללות שטימע סופער דופער!

הוללות!! געכאפט! מ'קען באקומען פאר דעם.....
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

יעצט באמערקט די פאליציי

פון פארנט:
פאליציי 1.jpg
פאליציי 1.jpg (10.16 KiB) געזען 3571 מאל



פון אונטן
פאליציי 2.jpg
פאליציי 2.jpg (10.59 KiB) געזען 3571 מאל
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

די עיקר חידוש פון די בילדער זענען, אז שמאטע האט עס נישט געכאפט....
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
דענטיסט
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דענטיסט »

נישט, נישט שלעכט
;l;p-
אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א איד אין גלות »

יעצט איז שוין עכט.


What a shonda.

Israeli Prime Minister Benjamin Netanyahu brought in the Jewish holiday of Hanukkah by lighting a Menorah the wrong way.

Netanyahu, during a candle-lighting ceremony with Israeli soldiers, appeared to use a separate candle to light the Menorah.

But Jewish custom dictates that the proper way to light a Menorah is to first light the shamash, the candle placed in the ninth candleholder positioned in the middle, and then to use that to light the other candles.

"SCANDAL: Benjamin Netanyahu lights the menorah WRONG, using a separate candle instead of the shamash #impeach," tweeted Yair Rosenberg, along with the photo of Netanyahu.

Tuesday is the first night of Hanukkah, a Jewish holiday celebrating the rededication of the Second Temple.
אטעטשמענטס
2014-12-18-22-46-22-11707652612.jpg
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

דער שטראף גייט זיין אז פאר איין וואך מעג ער נישט אראפרייסן אמעריקא...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”