אידישע פאליציי און אירע געזעצן

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

אידישע פאליציי און אירע געזעצן

תגובהדורך מוישע_יאכעס » מיטוואך נובעמבער 26, 2014 9:54 am

ס'טוט זיך הימל און ערד און פאליציי, אויף אלע נייעס סטאנציעס רעדט מען איבער די פאליצייאישע נייעס. יעדן טאג עפעס אנדערש זה בכה וזה בכה. מיר האט די אלע נייעס קיינמאל נישט געצויגן, אבער לעצטענס איז אנגעקומען פאר מיינע אויגן א דעבאטע איבער עפענען א היימישע פאליציי דעפארטמענט ביינונז אין קרית יואל וואס זאל זיין בעפולמעכטיגט ווי א געהעריגע פאליציי דעפארטמענט מיט אלע קליפערלעך, און שמעריניש ווייניגער, מיין ברייט פארצווייגטע פאנטאזיע האט זיך צושפילט און דא בין איך און איך וועל עס מיט טיילן מיט ענק.

די ערשטע זאך ברויך מען זעהן וויזוי די פאליס יוניפארם און זייערע קארס וועלן אויסזעהן. דאס באמת איז דאך זייער פשוט, די קארס וועלן זיין געהעריגע גרויסע שווארצע יוקאנס, אויף די דאך פון די קארס וועט "מערכה" ארויף שטעלן צוויי פאולס לעבן ביידע אנטענעס און ס'וועט זיך ציען פון איינס צום צווייטען געהעריגע אראנדשע רבי'שע לעמפלעך. פון אינצווישן אויף די דאך וועט ליגן פון פאום אויסגעשניצט א סיין מיט די ווערטער "פאליציי" וואס וועט אויך זיין ארום גענומען מיט צוויי טייטלביימער און פארשטייצעך אליינס מיט לייטס. די סיירינס וועט אוודאי זיין מיט די קול בוכים פון רבינס וויינען ביי שאלעשידעס און הושענא רבה.
די יוניפארם איז אויך גאנץ פשוט, זיי וועלן אנהאבן די געהעריגע חסידישע טראגע, א הוט א רעקל און א גארטל, מיט א גרויסע סדרן בעטש אויף די לינקע האנט און א פין פארנט העכער די הארץ. דער סארדשענט וועט טראגן א ווייסע בעטש און גיין מיט האלבע שיך און ארויף געצויגענע זאקן, און די נידריג ראנגיגע אפיצירן וועלן טראגן רויטע בעדשעס און געהעריגע שיך, בעת די עליטע טיעם וועלן גיין אן א הוט און די קאפל אויפן שפיץ קאפ. די אנדערקאווער קאפס וועלן גיין מיט א פלעינע דשעקעט און א הוד. די וואפן וועלן באשטיין פון א מקוה האנטוך צו טיילן קלעפ, א פייער עקסטינגווישער פאר סעלף פראטעקשן און א פלעשל פעפער ווען איינער זאגט מיאוסע ווערטער, לשון הרע אדער ליגנט.

ווי איר שטעלט אייך אליינס פאר, ברויך אזא היימישע פאליציי דעפארטמענט געפירט ווערן על דרכי החסידות תרתי משמע, און פארשטייצעך אינפארסירן מצוה קלה כבחמורה. לאמער א קוק טון, ס'איז אסרו חג פסח אונזער יענקל פארט זיך אזוי געמיטליך אויף פארעסט רד. ווען זיין ווינדאו איז אפען און א פיינער ניסן ווינטל בלאזט זיינע פיאות אויף הינטערוויילעכץ און ער הערט זיך צו צי א לעבעדיג שטיקל פון דעם פרישן נארוואס ערשינענעם פורים אלבום פון חברת שירה. פלוצים ווערט אים ניש גוט פאר די אויגן, ער זעהט הונטער זיך בליטשקען די טרויעריג באקאנטע לעמפלען און ער דערמאנצעך אין די פארגאנגענע שלש סעודות, סיזעם ניש גוט. ער שטעלט זיך אויף די רעכטע זייט און דער פאליציאנט קומט צו, מיט א שטרענגן שלום עליכם בעט ער זיין קהל'ס מעמבער קארטל מיט די ערבים דאקומענטן, דערנאך פרעגט ער אים "דו ווייסט פארוואס איך האב דיר אפגעשטעלט?", יענקל מאכט שטילער די מוזיק און טראכט אריין "המממ אפשר ווייל איך גיי מיט קורצע ערמל?"
"ניין!" קומט דער שטרענגער ענטפער " דיין עבירה איז זייער קלאר, דו הערסטעך מוזיק אין סאמע ספירה!"
יענקל איז אינגאנצן פארלוירן ער פראבירט צו אפעלירן צום פאליציאנט מיט רחמנות, ער נעמט ארויס א געבענטשטע קוואדער פון רבי'ן ז"ל און ריקט עס אונטער אונטער די קהל מעמבער קארט. און געט עס אזוי איבער פארן פאליציאנט. האפנדיג פאר דאס בעסטע.
דער פאליציאנט שפאנט צוריק מיט זיין קאר, און ער קלאפט דארט אריין יענקל'ס אינפארמאציע. די קאמפיוטער שפייט אים אויס א רעפ שיעט פון יענקל אלע חטאים פון די לעצטע צוויי יאר, אנגעהויבן פון די לעיט פעימענטס פאר קהל, די געבארגטע לעכט ביים לעכט באקס וואס ער האט קיינמאל ניש באצאלט ביז די אווערסייזד בעג ביי שמות . מיט אזא ליסטע מאכט דער פאליציאנט אפ ביי זיך, קען מען דעם יענקל'ן ניש לאזן גיין ווייטער אן א שטראף, ער טיילט אים גלייך צו א טיקעט, די שטראף איז זייער קלאר "דאווענען פארן עמוד דריי מאל א טאג פאר די נעקסטע דריי וואכן, און נישט אויסלאזן קיין איין תחנון"!! יענקל זעהט דעם בראך פאר די אויגן, ער כאפט גאנץ גוט וואס דא גייט פאר, ער נעמט איבער דעם טיקעט מיט א "עלמער זיך זעהן אין קארט" און קנאקט צו דעם פענסטער. ווי נאר דער פאליציאנט איז אוועק געפארן רופט ער אן זיין שוואגער ברוך, עריז א פארטאגס חברותא מיטן פראסעקיוטער. ברוך רופט אים טאקע צוריק אפאר מינוט שפעטער אז ער קען זיין רואיג, ער זאל קודם צוריק שיקן דעם טיקעט און פליען "צדיקים אנחנו ולא חטאנו". און ווען ער וועט באקומען א דעיט פארן קארט זאל ער אים אנרופן און מ'וועט עס מסודר זיין פאר א "נעמען צוויי האנטוכער אין מקוה" טיקעט.

יענקל איז מלא שמחה, מיט די ריכטיגע קאנעקשנס קומט מען איבעראל אן טראכט ער צו זיך. ס'איז אנגעקומען דער יום הדין, יענקל גייט אריבער אין קהל'ס אפיס, די קארט גייט אריין אין סעסיע 5:30 שארף, יענקל איז שוין דארט אום 5:45, דער דשאדש איז אין יאר ל"ע און ער ברויך דאווענען פארן עמוד, עס שטעלט זיך יעצט א מנין מנחה אין פאדערצימער – חדר ברוך יעקב. יענקל קוקט זיך ארום אויף די ווענט ער באמערקט גלייך א סיין מיט גרויסער קידוש_פארן_ליינען_אותיות וואס זאגט אן אלע פארזאמעלטע גאר שטרענג "this place is under very strict 24 hrs surveillance violators of the law will be prosecuted” יענקל ווערט ווייס ווי די וואנט, ער כאפט א סעדור צו דאווענען פון אינעווייניג און ניש נכשל ווערן מיט ארויסקוקן ביי שמו"ע, ער זוכט זיך ניש קיין פרישע צרות. יענקל שטעלט זיך תיכף שמו"ע מיטן בעל תפילה, ער מאכט נאר זיכער אז די פיס איז גוט צוזאמען געלייגט ביי שמו"ע, זיין חבר האט פאריגע וואך באקומען א טיקעט פארדעם, אפגערעדט אז ביי הויכע שמו"ע ענטפערט ער הויך און קלאר יעדעס ווארט ווי אויך די אמן'ס.

מ'ענדיגט ענדליך שמו"ע דער עולם שפאצירט אריין אין היכל איינס ביי איינס, די הוטן לאזט מען אינדרויסן מפני כבוד המלכות, דער דשאדש נעמט פויזע פאר א האלבע שעה דערווייל שטעלט מען זיך אין די ליין ביים פראסעקיוטער צו פארהאנדלען, יענקל שטייט מער צום צווייטן העלפט פון די שורה און ער האט א געלעגנהייט מיט צו האלטן די עבירות און שטראפן פונעם עולם. דא זעהט ער א אינגערמאנטשיקל זיך טענה'ן מיטן פראסעקיוטער אז זיך אריינכאפן מיט יענעם אין מקוה איז בכלל נישט אזא הארבע זאך אז מ'זאל שטראפן אויף דעם אז מ'מוז אויפהייבן אלע מקוה האנטוכער פון די ערד פאר א וואך צייט, דער פראסעקיוטער האט אים נאכגעלאזט און געהייסן אנשטאט מוז ער גיין מיט א וואלענע ציצית פאר פערציג טעג. א צווייטער אינגערמאן האט געמאכט ברכת אילנות אויף א בוים אויף די פרויען זייט, אים האט מען נישט נאכגעגעבן ער מוז צאלן עקסטערע 50 דאללער קמחא דפסחא אדער קען ער גיין פאר טרייעל. א דריטער האט אויפגעשניטן די חלה ביי שלש סעודות נישט ווי אנגעצייכנט ער האט געטענהט אז דער פאליס איז סתם געווען פון די אנדערע חברה און אומזיסט געגעבן א טיקעט דער פראסעקיוטער איז געווארן בייז און אים געזאגט אז ער טאר נישט נעמען קאווע אין ביהמ"ד א וואך צייט. יענקל איז געווארן נערוועז ער זעהט אז דער פראסעקיוטער איז בכלל נישט אין א גוטע מוד היינט, ער קומט צו צום טישל און געט אזא בלינק מיט די אויג ער פראבירט זיין מזל. דער פראסעקיוטער קוקט אים אן און יענקל איז זיך מתוודה ער טענה'ט אז ס'איז זיין ערשטע אפפענס און ס'איז געווען אסרו חג ער האט זיך נישט געכאפט, דער פראסעקיוטער זאגט אז ער קען נישט אראפ לאזן אינגאנצן אבער ער וועט עס מאכן פאר א ארויסקוקן פון סידור טיקעט און די שטראף איז 75 דאללער פאר חק"ס. יענקל האט נישט קיין צוויי ברירות ער נעמט אן דעם שטראף און פריידט זיך אז ס'איז נישט קיין פוינטס אויף די קהל קארטל, נאך 12 פוינטס קען ער מער נישט גיין אין מקוה. ער שיקט א טעקסט פאר זיין שוואגער ברוך היתכן ער האט אים צוגעזאגט צו מאכן א "צוויי האנטוכער" טיקעט, יענקל ריפלייט אז סארי ער האט פונקט היינט אויפגעגעבן זיין חברותא מיטן פראסעקיוטער.

דער דשאדש קומט ענדליך אריין, די עולם לייגט ארויף די הענט אויפן קאפ (מ'האט דאך נישט די היט) און מ'שטעלט זיך אויף. ס'איז א סאביסטוט דשאדש דער געווענליכער דשאדש האט פונקט געהאט א סיום האט ער געשיקט א צווייטן היינט. ס'קומט יענקלס רייע דער דשאדש קוקט אים אן, יענקל דערקענט גראד אז דאס איז נישט קיין צווייטער ווי דער איד מיט וועם ער פארברענגט געשמאק יעדן טאג אין מקוה אין הייסן בור. יענקל נוצט אויס די געלעגנהייט און פארציילט אים וואס ברוך האט געזאגט, דער דשאדש ווינקט אים מיט די אויגן און זאגט אים אז באמת קומט זיך דיר טאקע קנס פארן נעמען צוויי האנטוכער, נו, זאל דאס זיין דיין עבירה און דו ברויכסט מאכן די השקה די קומענדיגע וואך יעדן פארטאגס. ער גריסט אים א גוטן און בעט אים אז אויפן וועג אהיים זאל ער נעמען עפעס א ענוועלאופ און אפדראפן ביי זיין זון וואס וואוינט אויף יענקל'ס גאס.

דאס איז א קליינע עפיזאד, די געזעצן און שטראפן וועלן זיכער זיין סאך לענגער. פאר שעטנז וועט מען באקומען א קנס אז מ'טאר נישט קויפן קיין עלי' אין ביהמ"ד. פאר גיין אין שויער נאך די מקוה וועט מען ברויכן טיילן די פיש שריים פון רבינו שליט"א. פאר אנקומען שבת צופרי ביים דאוונען נאך נשמת וועט מען ברויכן טיילן חומשים ביים ליינע, אויב אבער קומט מען אן נאך ברכו וועט מען שוין נישט טארן ארויסגיין צו מוסף.

א תפיסה וועט זיין צוגעשטעלט פאר גאר ערנסטע פארברעכנס, א שטייגער ווי קושן די בעק ציצית ביי ברוך שאמר, ארויסקוקן ביים דוכנען אויף די כהנים, נישט אפגיסן די הענט אכט מאל נאך אנטון די שיך, נישט שניידן די נעגל "בדאגה", פוצן די שיך א טאג וואס מ'פארט ערגעץ ועוד. אבער איבער די תפיסה און אירע אפטיילונגן, ווי אויך די שומרים און די מעניו און אלס ארום בל"נ אין א צווייטע געלעגנהייט.
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)

אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

תגובהדורך מוישע_יאכעס » מיטוואך נובעמבער 26, 2014 10:05 am

די ארטיקל איז עפעס וואס ליגט מיר שוין לאנג אויף די שפיץ פינגער, איך האב עס שוין אנגעהויבן אפצושרייבן א צייט צוריק. אין ליכט פון די בעפארשטייענדע שניי שטורעם האבעך דיסיידעט צו געבן פארן עולם היים ארבעט. איך בין א תובע בפה און איך זאג קלאר אז די איינציגע באצאלט וואס איך באקום פאר די ארטיקל, איז די קאמענטס - ניש שקויעך'ס און גרינע. ס'געט צו נאך איידיעס און ברענגט ארויףה פרישע שמייכלן ביים עולם. קאמענטירטס און האטס הנאה
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5783
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך נובעמבער 26, 2014 10:17 am

האלט! איר ווערט אפגעשטעלט פארן אריינקומען אן רשות דא!

חחחח... ס'נייעס דאס!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3846
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך נובעמבער 26, 2014 10:22 am

אין אזא פאכמורעטע טאג צו מאכן לאכן אזוי שטארק??
די ביסט געווען וועם כאב אפגעשטעלט? נעקסטיים זאג דיין ניק וואלטעך דיך אפשר געלאזט גיין,

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » מיטוואך נובעמבער 26, 2014 10:25 am

שוין לאנג נישט אזוי געלאכט, זייער קריעטיוו צאמגעשטעלט, ס'האצעך געלייענט געשמאק.

מיט אזא שריפט און איידיעס דארפסטו שרייבן אפטער.

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מיטוואך נובעמבער 26, 2014 10:26 am

מוישע יאכעס, מען זעט אז דו דאווענסט לאנגע שמו"עס, אז דו האסט ווען צו טראכטן אויפצוקומען מיט אזאנע אויסטערלישע בייפעלער (גראדע ווייס איך פארוואס אויך. לעצטע וואך האסטו נישט געטאנצן דריי מאל נאכן צוריקטרעטן פון שטילע שמו"ע, האט מען דיר גע'קנס'ט מיט צוויי חדשים לאנגע שמו"עס). כ'האב אזאנס געלאכט!

אופס! א פאליציי מאן שטעלט מיך יעצט אפ פארן ליינען אייוועלט בעפארן דאווענען און פארן לאכן הויך..

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מיטוואך נובעמבער 26, 2014 10:33 am

אזאנס צו שרייבען, טענקס, יאא מעיד מיי דעי.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מיטוואך נובעמבער 26, 2014 10:45 am

משה מיט מיין הענט אויפן קאפ וויל איך דיר באדאנקן מיט קידוש פארן ליינען אויתיות
איי וואוט משה יאכעס פאר פאליציי קעפטין
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
חיים ושלום
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2012 3:40 pm
לאקאציע: אויף די שפיץ

תגובהדורך חיים ושלום » מיטוואך נובעמבער 26, 2014 10:58 am

וואסערע שטראף באקומט מען:
פאר'ן אנקומען נאך ברכו ביי מעריב?
פאר'ן דאווענען פאר'ן נץ?
אין פאר'ן נישט עסן פרוכט שבת נאכמיטאג?
העמיר זיך זען אויף שמחות

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1697
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מיטוואך נובעמבער 26, 2014 11:01 am

מוישע_יאכעס האט געשריבן: פאר גיין אין שויער נאך די מקוה וועט מען ברויכן טיילן די פיש שריים פון רבינו שליט"א. .

איבער דעם וואס איר ווילט גוטע קאמענטס אויף די ארטיקל, שריי איך בפה מלא, אין לי....

עס איז אויסנאם ווינדערבאר.

און איך באווינדער דעם בוכ"ע וואס האט באשאפען אזא ווינדערליכער זאך, וואס רופט זיך דמיון... איר זעהט וואס מען קען אלטס אויפטוען מיט דעם.

אגב אויב איר קענט שנירען עפעס ווייטער און מצה בעקעריי און הוששענות קלאפען, מיט א המן טאש ביי אקדמות, עס איז דא נאך חטאים און עונשים לא אלמן ישראל...
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » מיטוואך נובעמבער 26, 2014 12:54 pm

I can imagine how the press conference will look like....

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2696
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מיטוואך נובעמבער 26, 2014 1:46 pm

יויש האסטו מיר צוריסן....

יענע וואך האב איך געהאט א משפט, פארן לייגן א סידור אויף א חומש (בטעות. איך זאג ענק צו),
די בעל קורא ליינט פאר מיין עבירה, די שופט בעט וויטנעס, ער ברענגט מיין שכן ביים דאווענען פאר עדות,
מיין טוען האקט אריין אז ער איז פסול לעדות, ווארום ער איז א נוגע בדבר, היות אונז האמיר שוין א לאנג פארצויגענע געפעכט יעדע וואך ביי חזרת הש"ץ אויב די באנק דארף זיין אינגאנצען אריינגעפאשט אדער נישט,
אלרייט. ער ברענגט א צווייטער וויטנעס, שמואלי וויינשטאק. מיין ברודער פון כיתה ט' גיבט א שריי עמנו הייתם"! ביסט דאך געווען מיט מיר אין פאליש דאמאןטס געשפילט קוגעלעך,
ס'איז געווען בושות...
למעשה האב איך נישט געקענט אויפווייזן מיין אומשולד, ביז די גרענד דזורי איז אריין געקומען און פארגעליינט די פסק:
דעת תורה היפך דעת בעל הבית, מילא ביסטו גילטי אנטיל פראווען איניסענט!
דארפסט שרייבן 25 מאל די נעמען פון אלע 7 אשפוזין! (ווייסט איינער אויב מ'קען מאכן ק/פ ?)
עניוועי, א פראטעסט דורך אלע משיחיס'טען ווערט געפלאנט!
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אלץ ווייזער
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:31 pm

תגובהדורך אלץ ווייזער » מיטוואך נובעמבער 26, 2014 2:18 pm

משה יוכעם פיין געשריבן..
זיי פרעגן וואס זעסטו דארט אז די לאכסט אזוי…
בד"וו געזען היינט מיין חבר זיך טובל'ן ש"י טבילות פארן שמועסן אין מקוה..

אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1211
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2012 10:51 pm

תגובהדורך אפטימיסט » מיטוואך נובעמבער 26, 2014 3:31 pm

האהאהא איך האב הענאעה געהאט! פיין!

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך נובעמבער 26, 2014 3:41 pm

שוין לאנג נישט אזוי געלאכט אויפן קול... אמת'דיג גערעדט

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובהדורך AHA » מיטוואך נובעמבער 26, 2014 3:45 pm

אויסנאם גיט, יו מעיד מיי דעי!
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » מיטוואך נובעמבער 26, 2014 4:01 pm

חחח שעיאכעס!!!! יוש ביזטו פיינע נייעס
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מיטוואך נובעמבער 26, 2014 4:52 pm

לעצטענס איז מיר אויסגעקומען צו דאווענען א שחרית אין שטעטל, דער בעל תפילה איז געווען א אינגע בחור'ל און ביי הויעך שמו"ע האט ער ווי פארשטענדליך פארגעסן ברכת כהנים, האט דארט צו מזל געדאווענט א פאליציי אפיציר ביי יענע מנין, ער האט געהאט די קאפ אויפן ס'פלאץ, זיך נישט פארלוירן, געגעבן א כאפ זיין ראדיא און ארייגעקאלט א 10-85 פאר בעקאפ! אין מינוטן איז דער בעל תפילה באלאגערט געווארן מיט פילע פאליציי אפיצירן און עטליכע סארדזשענטס און איז באשטראפט געווארן צו דארפן עולה זיין שבת ביי מפטיר און פארזאגן די הפטרה.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך נובעמבער 26, 2014 5:11 pm

WOW היינט האט איך עס מיטגעהאלטען אין רעסטעראונט, דער ראשה"ק האט זיך געזעצט עסן פרישטאג און ער האט געמאכט א ברכת מזונות אויף א ראול, בשעת די הלכה זאגט אז אויב עס איז א קביעות סעודה דארף מען זיך וואשען נט"י און מאכען א המוציא..
פינקט איז ביים קאנטער געשטאנען א סארדשענט און מיט זיין געניט אויג אלעס באמערקט, ער האט אריינגעשריגען אינעם ראדיא 98 98 - א סימן אז די ערשטע ביס פינעם ראול איז שוין אנגעקימען אינעם מאגען, ביז א מינוט איז געווען דארט א מינין פאליציי און ער האט באקימען קנס אז פאר צוויי וואכען מוז ער יעדע דריטע מאנטאג עסן נאר האלוויט אן טויסט און פוטער.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך נובעמבער 26, 2014 5:12 pm

רבוש"ע איך קען נישט קומען צו זיך, איי ביזטו גוט, און די נאכפאלגענדע תגובות יוי, ווי נעמט מען כח אזוי צו לאכן.

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » מיטוואך נובעמבער 26, 2014 5:15 pm

הא הא פיין ארויסגעברענגט די מאנרא סטייל אויף א humorist אופן

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » מיטוואך נובעמבער 26, 2014 5:50 pm

מוישע_יאכעס האט געשריבן:די ארטיקל איז עפעס וואס ליגט מיר שוין לאנג אויף די שפיץ פינגער, איך האב עס שוין אנגעהויבן אפצושרייבן א צייט צוריק. אין ליכט פון די בעפארשטייענדע שניי שטורעם האבעך דיסיידעט צו געבן פארן עולם היים ארבעט. איך בין א תובע בפה און איך זאג קלאר אז די איינציגע באצאלט וואס איך באקום פאר די ארטיקל, איז די קאמענטס - ניש שקויעך'ס און גרינע. ס'געט צו נאך איידיעס און ברענגט ארויףה פרישע שמייכלן ביים עולם. קאמענטירטס און האטס הנאה

=k?%0

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

שקויעך זייער הנאה געהאט!

------------

אפססס... רויטע לעקטערס.... אוי ס'צרות..... אקעי ער מיינט נישט מיך
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3217
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך נובעמבער 26, 2014 6:23 pm

און אזוי אום אנקלאגן פילע וואס טראגען די פאליצייאישע טראגע, און כמו פאליצייאישע טרעקלעך. פילייכט ברויך מען בייטן די פארב פון די פאליצייאישע אויטאס. ס'ארטיקל שמעקט מיר אזוי אנטיסעמיטיש
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » מיטוואך נובעמבער 26, 2014 7:23 pm

יאכעס, דו ביסט עס דער יאנקעל אויף וועם דיין געשיכטע ווערט פארציילט?

חחח... דיין היינטיגע דורכפאל פארציילסטו נישט פאר קיינעם, הא?

יאפס, היינט צופרי האב איך עספיעט צו זען ווי מוישע יאכעס פירט אויס זיין קנס פון מאכן די השקה.. נאר דערמאנט דערפון האט ער זיך שוין נאכן זיך אנטון די בגדים און פארקעמען די פיאות און דרייען די בארד מיטן ראבער בענדלע צווישן די ציין... דערמאנענדיג זיך פון זיין קנס איזער אזוי אויפגעשפרונגען אזש... חחח...

אלענפאלס, ער ברויך דאך אויפמאכן דעם שטאפער, איא? נו וויאזוי גייט מען עס אצינדער מאכן? צוריק זיך אויסטון איז קיין רעדע נישט, און אריינגיין מיט די בגדים..? המממ... למעשה האטער באשלאסן אז ער קען זיך נישט ארויסדרייען פון זיין שטראף שוין דעם ערשטן טאג, איזער שנעל אריינגעלאפן אין בור מיט די בגדים... (חחח... חחח...) ארויסגעצויגן דעם שטאפער, און דאן ארויסגעקומען פון בור ווען עמערס וואסער גיסן זיך פון אים..

אוי האבעך דעמאלטס געלאכט הויך אויפן קול, ווען פלוצלינג פיל איך א שמייס אונטער מיין רוקן... איך דריי זיך אויס זע איך א נארוואס געקרוינטער פאליציאנט מיט ס'קאפעלע אויפן שפיץ קאפ, (יא, אזא טונקל בלויע קאפל וואס די בעדערענע אידן האבן, וואס די האר דערפון איז אפגעשוירן און א קאר איזעס צען מאל איבערגעטרעטן...), ס'לינקע פאה אויפן אויער (ס'קוקט אויס מער שטרענג ווען בלויז איין פאה איז אויפן אויער), רויטע אנגעבלאזענע באקן און אלטע פורפל האנטוך מיט לעכער דערינען, אלס שמייסער (יא, די אלטע לעכעריגע האנטוכער שמייסן בעסער, האסט נישט געוויסט?)

איך קוק אים אן פארוואונדערט, זאגט ער, "דאס איז פארן רעדן אין ארום לאכן אין מקוה", און דערביי געט ער מיר א געלן טיקעט, "דאס איז פאר היינט, ביסט נישט ערלויבט אריינצולייגן קאצקע ציקער און מילעך אין דיין קאווע..."

מאכשעמאם אלע ציונים
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

שמיראכץ
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2012 12:50 am

תגובהדורך שמיראכץ » מיטוואך נובעמבער 26, 2014 7:29 pm

איך האב יעצט דא געכאפט א סחוק וכלה סלאש טיקעט, אלץ וועגן דעם יאכעס' ארטיקל... גוט געזאגט וואויל געזאגט, דיין כח הדמיון דינט דיר פיין, ברענג נאר אהער פרישע ווארע ליהנות בהם בני אדם


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kollel, בלעקבארד און 22 געסט