וואו איז די שכל - אנאנסמענט פאר פרישע זידלונגען, פארוואס?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

וואו איז די שכל - אנאנסמענט פאר פרישע זידלונגען, פארוואס?

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 11:30 am

כאפצעם אין אנדערן אשכול האט געשריבן:עס ווערט היינט באריכטעט אז די מדינה האט באשטעטיגט פרישע 300 זידלונגעו אין מזרח ירושלים...

צו וואס דארף עס קומען מיט א אנאנסמענט? וואס וואלט געווען אז זיי זאלען עס באשטעטיגען אן א מיקראפאן, און אויב מען פרעגט זיי (צוליב פרידאם אוו אינפארמעשאן וכו') וואס האט מען אפראווד; קען זיי ענטפערען אז "פאר סעקיוריטי ריזענס קאמענטירען מיר נישט אויף אזעליכע זאכען".

איך פארשטיי אז די מתנחלים ווילען האלטען א פינגער אין די אויגען פון די אראבער און זיי זאגען אז "ארץ ישראל שלנו" און עטץ טראגט זיך אפ פון דא; אבער אפילו לשיטתם מאכט עס נישט קיין סענס; ווייל אין דער מיניט וואס מען מאכט אזעליכע אנאמסמענטס קומט פרעזור פון אמעריקא נישט עס דורך צופירען, און אויך קומט דאך אטאקעס קעגען אידען. ווי איז זייער שכל?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 11:46 am

ווייל א נגיעה מאכט בלינד
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 11:53 am

זעהט אויס אז דער אנאונסמענט איז ביי זיי א סאך וויכטיגער ווי דאס בויען גופא.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 12:00 pm

SPUSMN האט געשריבן:זעהט אויס אז דער אנאונסמענט איז ביי זיי א סאך וויכטיגער ווי דאס בויען גופא.

נו אוודאי, זה יסודם, התגרות באומות, אין חדשות כאן, זה דרכם.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13502
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 12:05 pm

ספוסמאן,
זעהט אויס דו כאפסט נישט דער מאטאלעטי פון די עקסטרעמיסטן;

זיי זענען נישט אינטערסירט צו זיין גוט מיט דעם אדער מיט יענעם זיי זענען דא פאר זייער ציל און דאס ווילן זיי אדורעכפירן פאר יעדן פרייז,
יעצט, זייער ציל איז נישט בלויז דאס עצם אויפבויען די דירות און שוין, אמער אויב דאס איז די קעיס וואס איז די פשט פון א טאג נאך א טעראר אטאקע עס צו באשטעטיגן מיט פאמפע?
נאר טאקע דאס ווילן זיי; צו מאכן קלאר פאר די אלע פאלעסטינער און פאר די גאנצע וועלט אז טוהן וועלן זיי פינקטליך ווי זיי שמעקט און ווילסטו דיך טרעפן מיט נאך הינדערט מתנחלים אלס שכינים פאר אריין מיט נאך א קאר ערגעץ.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 12:17 pm

פיין, הא תינח די מתנחלים. אבער דער בוי דעפארטמענט וואס קען אפשר ליגען אין די הענט פון די לינקע מפאי, פארוואס טוהען זיי דאס?

זיי ווילען עס דאך מאכען אלס א fait accompli (א געשעהענם פאקט), אבער זיי טוהען אלעס אז אמעריקע מיט די וועלט זאלען זיי נישט לאזען! ווי איז זייער שכל? זענען זיי אין גאנצען משוגע?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13502
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 12:19 pm

איי געס סליגט טאקע אין רעכטע הענט.

פאטעטאס מיט אייער
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 18, 2014 6:50 pm

תגובהדורך פאטעטאס מיט אייער » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 2:22 pm

לדעתי העניה, דער נייער פראבלעם אז יעדער אראבער כאפט א קאר און פארט ארייין אין מענטשן ר"ל, האט נישט קיין לעזונג....

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 2:26 pm

און?
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 2:52 pm

דו האלטסט זיי ווילן בויען???

זיי ווילן "זאגן"!!!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24907
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 3:01 pm

וואו איז די שכל

לכאורה איבערגעלאזט ביים לעצטן ריקצוג פון די געביטן.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 3:02 pm

איך האב לעצטענס באשלאסעןף, אז זיי האבן באשלאסען (צווייטע מאל אין איין פארעגראף....) אז די איינציגסטע וועג ווי זיי גייען קענען אנגיין, גייט זיין צו "גיין מיטן קאפ אין וואנט" און די וועלט וועט זיך מוזן צוגעוויינען.

דהיינו?

ווען רוסלאנד האט געוואלט איינעמען קרימיע, האט ער געכאפט די געלט, און די בארד, און ווען יענער האט צוריק געכאפט די בארד, האט ער געמאכט א "פשרה" דו לאזט אפ מיין בארד און איך לאז אפ דיין בארד!! אבער דאס, געלט בלייבט ביי מיר!

דאס ארבייט אין כינע, אין רוסלאנד, אין איראן, און אין סיריע! אלזא, האבן די חברה בשלאסן, מיר וועלן טאן די זעלבע! מיר וועלן זיין די "לייב" און דערנאך וועט די וועלט שוין זיין העפי, ווען מיר זענען נאר די "בער".

א צוויטע זאך וואס וועט געשען, מען וועט אויסרופען נאך און נאך זידלונגען, ביז די ציגעלע וועט זיך צוגעוויינען צו אונזער גערוך (קרעדיט: זעמל... היינט געב איך קרעדיט אלל אווער!)! עס גייט ווערן די "נארם" און מען גייט שוין נישט פארדאמען, פונקט ווי מען פארדאמט נישט ווען די אראבער אין איינע פון זייער 50 מלחמות הארגענען 100 מענשטען, ווייל דאס איז "נארמאל".

מיטן זיין "נארמאל" זענען זיי אינערגעץ נישט אנגעקומען, גייען זיי טרייען זיין אביסעל "נישט נארמאל". אבאמא''ס אפענע שנאה צו ביבי האט עס אביסעלע צוגעשטיפט, און אבאמא'ס אלגעמיינע "אויסגעשפילטקייט" אין די אויגן פון די וועלט האט אויך נישט געשטערט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5529
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 3:03 pm

ביבי ווייסט אז ווילאנג אמעריקע לאזט נישט קען ער נישט בויען, ער מוז דאך אבער צופרידן שטעלן די רעכטע לאגער, מאכט מען אן אנאונסמענט! אדרבא, קוקטס, יעדע צוויי חדשים איז דא א פרישע מעלדונג, און? וואו זענען די טויזנטער פרישע הייזער?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 7:57 am

לכתחילה, א גוטע אנאליז!
גערעכט, אבער די רעכטע זענען קיין פארגלייך מיט רוסלאנד
ווייל מיט רוסלאנד וויל מען זיך למעשה נישט קריגען
אבער די פאר אידעלעך קען מען נאך געבען פעטש.....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

תגובהדורך יצחק דע באנקיר » דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 8:29 am

עס קוקט נישט אויס אז די וואס האבען גערעדט הויעך אין די מייק זאלען אפילו מאכן אזויפיל חשבונות, עס איז א פירערשאפט פון א פלעי גרופ לייגטס נישט אריין אזעלכע טיפע חשבונות אין אפאר אפגעריסענע יונגלעך וואס זענען נעכטן געווארען גרויס.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 8:39 am

@ לכתחילה אריבער, זייער צום זאך וזה דבר פשוט מען האט עס שוין עטליכע מאל געשריבען דא.
אבאמא און קערי בעטען דאך יעדעס מאל וואס מען הייבט אן שלום געשפרעכן פון מדנ״י מער און מער פאדערונגען, לויט זייער גאנג ביז יעצט וואלט מדנ״י געמיזט אפילו אויפגעבן תל אביב אז אבאס זאל בכלל ווערן רעדן מיט אים...

פאליש'ל
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2014 7:40 pm

תגובהדורך פאליש'ל » דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 9:43 am

ווייסט איינער צו איינער פון די חברי הכנסת לייענען דא?
איך וויל זיך אנטשולדיגן בעפאר - היות איך בין בטבע א בעל בכי, בוכה איך אפט.

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 10:50 am

איך הער אז זיי פארבעטן ר' נחמן קאלער'ן צו קומען מאכן ארדענונג

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10816
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 11:28 am

פאליש'ל האט געשריבן:ווייסט איינער צו איינער פון די חברי הכנסת לייענען דא?

פשטות נישט, פארוואס?


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בבקשה און 11 געסט