אויך מיר פארדינט א שעה...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

אויך מיר פארדינט א שעה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסותא »

איר קענט דעם געשיכטע פון א שלעפער וואס מען האט אפגעמאכט אז פאר יעדע זאק וואס ער שלעפט וועט מען אים צאלן א זילבערנע רענדל. און דער איז געשטאנען און געשלעפט, און געשלעפט, ווען זיין ארבעטסגעבער האט פאר יעדע זאק אריין געלייגט א קיפערנע פרוטה אינעם טעלערל, מיטן דעת דאס שפעטער אפצוציילען. ווי נאר די שלעפער האט באמערקט א טלערעל מיט פרוטות, האט ער געכאפט א געלעגנהייט, און קונסטליך ארויסגעריקט א האנטפול מטבעות. ועד ידו נטיה...

למה הדבר דומם?

די עולם דא הערט נישט אויף צו פייערן דעם איין נארישע פארדינטע שעה. ווען פון דעם ערשטן זונטאג צופרי הער איך נישט אויף צו דערלייגן שעות! ווערטפולע שעות! דער מתמיד'ישער זמן קרי''ש וועקט מיר שוין אויף מיט א שעה פריער. מנחה האט זיך ארויפגעריקט ביזן זעקס, מיר צודריקנדיג צום וואנט, די קילע ברידערישע שעה פון צוועלף ביז מעריב איז טראגיש פארשניטען געווארן, און פרייטאג איז קוים דא אויף שבת צו מאכן...

איך, א איד וואס פלעגט לייגן ר''ת נאך נאכטמאל, און דאן אריין אין ביהמ''ד צו ווייזן נצחון'דיג אז איך וועל נאך רואיג טרעפן א מנין מנחה זיבן מינוט צום זמן. און אט טרעף איך מיר זעקסע נאכמיטאג, נאך פאר לאנטש, א ר''ת'טער, א געדאווענטער, א באזיגטער, ווי א אנטלאפענע נפאליאן.

מיטן חצות בין שוין באפריינדעט פון מיין יוגענט יארן, אהבת דוד ויונתן שאינו תלוי בדבר, צוזאמען זעמיר געטאנצען אויף חתנות, צוזאמען פארברענגט אין די נאכט אריין, און יא, צוזאמען געדאווענט מעריב. פלוצים איז ער מיר פארשוווינדען, ארויסגערינען צווישן מיין פינגערס. ווי די קאנטרי חבר ביים ענדע זומער.

און די עולם דא יובל'ט! העע! מ'האמיר פארדינט א שעה!...
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

יויש ביסטו גערעכט
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

(שלאף מיין קינד מיין נשמה - יו"ט עהרליך זצ"ל)

נישט געזארגט מיין נשמה,
האב קיין פאראיבל נישט,
עס וועט נישט אזוי זיין אלס,
זייט אויף דעם גערישט.

די ווינטער קומט מיט אירע שאטענס,
די זומער איז פארביי,
אבער דאס איז נאר אזוי אן אנשטעל,
ביזן ערשטן דריי.

יעדעס יאר, זי קומט צו גיין,
און עס קוקט אויס אזוי שווער,
אבער נאך א באזוך, פון א קורצע צייט,
קיינער ווייסט נישט וואו און ווער.

אט אט ממש, אין א פאר מינוט,
שנעללער ווי מען מיינט,
וועט די זומער קומען צוריק,
ער קומט ער קומט דיין פריינד!

ווען עס זאל אייביג ווארים זיין,
אייביג זיין נאר אזוי,
וויאזוי וואלטען מיר פארשטאנען דאן,
דאס שיינקייט פון זומער גענוי!

יתרון האור מן החושך,
גיט די אלטע רבי צו פארשטיין,
עס מוז אמאל טונקל זיין,
צו זעהן ווי די ליכט אין פיין!

אז די צייט וועט קומען, אלע וועלן זעהן,
ווי אונזער פאלק זי שיינט,
דעמאלס וועט מען ריכטיג פארשטיין,
די פינסטערנישט וואס איז היינט!

אויב עס וואלט קיינמאל קיין ווינטער נישט געקומען,
וואלטען מיר נישט געקענט פארשטיין,
וויאזוי עס קען זיין אז די יעצטיגע מצב,
זאל נאך קענען ווערן שיין!

אבער אז יעדעס יאר, קומט דער וויינטער,
און קורץ דערנאך עס גייט,
איז עס ווי א דערמאנוג פאר אונז,
זארג נישט, זארג נישט, עס האט א שטארקע באדייט.

זאכען טוישען זיך,
אמאל איז טאקע קאלט,
אבער אז עס קומט די צייט,
אלעס אין פלאץ עס פאלט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

האסטו א שפראך אסותא... ;l;p-
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

מאנ-יימער האט געשריבן:האסטו א שפראך אסותא... ;l;p-
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

גוט אראפ געלייגט אסותא!
לאמיר דיר טרייסטען אסותא, ווינטער איז דא איין שעה לענגער ביז די באנק פארמאכט זיך!
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

זייער זיס אראפגעלייגט. קלאסישע אסותא.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

אנן מה נענה בתרי' פון די פריערדיגע מגיבים,אז יאזשיעל א זאפטיגס.
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

עס איז א לימוד, אויף ביידע וועגען, הן לטב והן לרעה, ועין אין אנעים'ס אשכול.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

האסט מיר שוין נישט איבעראשט, טיפיקעל אסותא!

חילי, פאר דיר אויך א גרינס ;l;p-
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

גוט
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

א גראם מיט טעם האט געשריבן:אנן מה נענה בתרי' פון די פריערדיגע מגיבים,אז יאזשיעל א זאפטיגס.
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

ארויף
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

איך טענה דאס אייביג

ווינטער פארלירט מען א שעה,

ווייל סוף זמן קריאת שמע ותפלה, ווערט א שעה פריער
זומער פארדינט מען א שעה, סוף זמן קריאת שמע ותפלה ווערט א שעה שפעטער,

מ'דארף זיך נישט יאגן אזוי צו מנחה ועוד,
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”